Re: טראמפ'ס נייע אדמיניסטראציע - נישט גאייגענט פאר שוואכע הערצער!
זעלדין איז דאכצעך אויף די EPA, נישט ממש ענערגיע מיניסטער.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אינקוויזיציע האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:11 pmחלק ב'
בום! זעץ קראך!
דער הערט נישט אויף! אייוועלט וואלט ווען ארויפגעלייגט א נ.פ.ש.ה. לעבל אויף די אדמיניסטראציע...
אפאר פרישע סחורה וואס שאקלען כוואליעס און לאזט דאס לאנד מיט אפענע פיסקעס.
סעקראטערי אוו סטעיט: מארקא רוביא
ער קען גוט טראמפ'ס פינגער סייז און ער וועט דארפן אבאכט געבן אז ס'זאל נישט צו שנעל דריקען טראמפ'ס רויטע קנעפל וואס ארבעט...
גראדע היפש א שטייפער וואס וועט דארפן פירן אמעריקא'ס אויסערן פאליטיק.
דירעקטאר אוו נעשאנעל אינטעלעדזשינס: טולסי גאבארד
די ליז טשעיני פון די דעמאקראטישע לאגער, א געוועזנע דעמאקראט, און אויך א געלונגענע פרוי. האט היפש צופאטשט אינזער וויץ מרת קאמאלע העריס (איינער גענדעקט איהר נאך?) ביי די דעמאקארטיע פריימערי אין 2020, און לויט געוויסט דאן דערשאסן פאטאל העריס'ס פרעזידענטליכע קאמפיין.
צו זי טויגט פאר די אמט? נאו קלו.
אטורני דזשענעראל: מעט געיטס
ש-ע-פ-ע-ר אין נ-י-מ-ע-ל!
דעי רויטער דאנאלד האט אזא סענס אוו הומאר אז ס'איז שרעקעדיג...מעט געיטס? אבל יחיד עשי לך קעווין מעקקארטי... געיטס האט איהם דאך ג'אטפכ'ט זיין פאליטישע קאריערע...
געיטס איז אבער שטייפער און מיט איבערגעיורענע קאנפידענס צו טוהן וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג... ווען ער איז ווען א חסידישע אינגערמאן וואלט ער שוין געהאט דריי יוטוב טשענעלס מיט ווידיא'ס, געווען א פיגור אין די מיללער שטריימעל עד'ס, גערייכט די האנט מיט העשי טישלער און מיט עריק עדעמס, און זיין בילד וואלט געווען יעדע יאר אין די אויסגאבעס ווי ער זיכט א אתרוג ביי די ד' מינים מארק...
אויב ער ווערט אפראווט ('אויב'....) וואלטעך געראטן אז דזשעק סמיט, ראבערט מולער, קריסטאפער רעי, מעריק גראלענד, אלווין ברעג, לעטשע דזעשימס, און אלע אגענטען וואס זענען נאר געווען אין די מייל ארום מאר-אלאגא בשעת די איבערפאל זאלן זיך ילבוש שחורים זיין און אפיצען פון שטח אויף מייקעל כהן'ס פליגער...
דער בחור גייט מאכן אזוינע נויז, אז אלע ביידען וואטער'ס און די בתי קברים און אמעריקא וועלן ארויסקומען פארלאנגען פאר נויז מעיקערס...
אינקוויזיציע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 9:52 pmחלק ג'
די רעיט וויאזוי די אדימיסטראציע גייט, וועט נאך דער בדחן פון די מעדיסאן סקווער גארדען ראלי ווערן די אמבאסאדאר צו פאטא ריקא...
וואטעווער.