דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע האט ביים סדר מקיים דעם סיפור יציאת מצרים מיטן פארציילן פאר די מסובין דעם סדר פון וועלט באשאף און ווייטער לויטן סדר פון די סדרות ביז יציאת מצרים. איר קענט טוען די זעלבע ,איר דארפט אייך כמעט נישט אנגרייטן ,די ערשטע נאכט דערציילט מען ביז וויפיל די צייט ערלויבט און דעם צווייטן נאכט פארציילט מען ווייטער בעיקר די מכות,ס'דא גענוג צייט. אגב, להלכה דארף מען עסען די ערשטע כזיתים פאר חצות אפילו די צווייטע נאכט.
מ'זאגט נאך פון דער אפטער רב זצ"ל: אז דער באשעפער האט געגעבן דעם מצוה פונעם סדר פאר יעדן טאטן, טוט ער צוהעלפן ביים פירן דעם סדר, אז דער טאטע זאל מקיים זיין דעם מצוה כהלכה. היינט געהערט פון איינעם פון די גרויסע משפיעים שליט"א
לויט די תגובות זעט אויס אז נישט יעדער האט שוין געפירט א סדר, בעיקר שרייב איך צו זיי.
כ'וויל שרייבן אביסל ווי אזוי ס'איז מיר אויסגעקומען צו פירן די סדרים און טאמער איינער וועט עפעס גוט'ס ארויסנעמען דערפון זה יהי' שכרי.
מיין טאטע זז"ג פלעגט ביי סדרים נישט אויסרעדן אינגאנצן, פינטל. (פארוואס? ווייל זיין טאטע האט זיך אזוי געפירט, און פסח איז מסורה\אמונה. אמאל געהערט פון אים אז אין פארשידענע מקומות איז אזוי אנגענומען און דער וואס האט איינגעפירט דעם מנהג האט אויך געוויסט פון די מצוה פון והגדת לבנך, כ'ווייס נישט, און ס'מיר גוט אזוי) "תגובות זענען וועלקם".
פאר 10 יאר צוריק ווען כ'האב אנגעהויבן אליין פירן די סדרים האט ס'ווייב יא געוואלט אז כ'זאל פארציילן און ארומשמועסן די סיפור יציאת מצרים, למעשה נאך אפאר יאר, האב איך אויך אנגעהויבן נישט אויסצורעדן כאטש פון קדש ביז נאך כורך.
מיין ערפארונג האט געוויזן, (כ'קען נאר שרייבן פון מיין אייגענע) אזויווי איך בין נאכנישט אויסגעארבעט אינגאנצן מיט אלע מיינע מידות, און ווען ס'גיסט זיך אויס גרעיפ דזשוס צו ווען 2 קינדער רייסן זיך צוליב א פלאץ, אדער א קליין קינד מוטשעט צופיל, קען איך זיך אויפרעגן, כ'בין נישט מער ווי א פשוט'ער בשר ודגים, און כ'האב מיר נאכנישט אויסגעארבעט דאס מידה פון כעס אינגאנצן, (אז ס'דא דא אידן וואס יא, אשרי חלקכם, אבער פארשטייטס מיר). איז ווען ס'האט פאסירט אזעלכע זאכן און כ'האב נישט געהאט אפגעמאכט פון פאראויס אז כ'רעד נישט אויס, האב איך זיך געקענט אויפרעגן און אנשרייען, וואס עטליכע מינוט שפעטער האט מיר באנומען שטארקע חרטה געפילן, אז אין אזעלכע געהויבענע מאמענטן זאל איך זיין ביזי מיט זיך רעגן? וואספארא רושם וועט דאס איבערלאזן אויף די קינדער?
אפילו ווען כ'האב געהאט אפגעמאכט פאראויס אז כ'וועל זיך נישט אויפרעגן, האט עס געהאלפן ביז א געוויסע לעוועל, ווייל ווען עס געשעט עפעס אומגערעכנט, שטערט דאס (אפילו מ'האט אפגעמאכט פאראויס אז די קינדער זענען נישט מיינע וכו' וכו') און אז מ'רעדט ארום איז לא ימלט ס'זאל נישט ארויסקומען פון מיר א שארף ווארט צו א שטאך.
למעשה האב איך נאך עטליכע יאר, מחליט געווען צו גיין מיט'ן מסורה און נישט אויסרעדן, ס'איז פון איין זייט געווען שווער, אבער כ'האב עס משלים געווען, איידערן אנהויבן די סדר שוין מיטן קיטל אנגעטון, די קערה גרייט, די בעכער'ס אנגעגאסן, זעצט זיך יעדער אוועק, און איך, דער טאטע, הייב אן אראפצולייגן די מצב אין מצרים און די מכות און דערנאך די פרייליכע ענדע די באפרייאונג, די קינדער זיצן געשפאנט און הערן אויס, (כ'בין נישט דער גרויסער בעל מספר, אבער יעדער טאטע ווען ער וויל און לייגט זיך אריין אינעם מצב קען אריינברענגען די ווארעמע געפיל אין די קינדער) און דא דארט לייגט א קינד צו עפעס און אזוי הייבט זיך אן די סדר.
פליען אין הימל - ווי פריער דערמאנט - איז בעצם שייך נאר ביי הלל וואס דאס איז שוין סוף הגדה און נאך ברך, איז ביז דארט די ערשטע חלק הגדה פון מגיד ביז לפיכך זאגט מען מיט ניגונים און נסחאות און ווען א קינד האט עפעס א ווארט צו זאגן, זאגט ער, כ'טייל עס איין, נאך יעדע פאר מינוט קען איין קינד זאגן א ווארט צו א מעשה, און דערעולם הערט זיך צו.
די אלע וואס פירן שוין סדרים ווייסן, אז ס'איז זייער שווער צו קענען דערציילן עפעס וואס אלע קינדער פון יעדן עלטער זאלן הנאה האבן, און ס'מאכט לאנגווייליג פאר די וואס פארשטייען נישט, אדער ווען מ'רעדט צו די קליינע, איז בשעת'ן סדר לאז איך נאר זאגן איינצעלנע ווערטער און ס'איבריגע ווערט געזאגט דורך די סעודות יום טוב.
קאנטראלירן די קינדער האבעך זיך שוין אויסגעלערנט איז א זאך וואס איז נישט במציאות, דער איינציגער וועם איך קען אפשר קאנטראלירן בין איך אליינס, קיינער קען נישט פאראויסזאגן וואס די רעאקציע פון א קינד וועט זיין ווען זיין ברודער צו שוועסטער וועט אים אנגעיסן זיין נייע העמד אדער הגדה מיט גרעיפ דזשוס, איז ווען כ'רעד נישט אויס ביים סדר און פארשטייט זיך אז מ'טרינקט ארבע כוסות וויין, וואס אגב קומט שוין צו א זייטיגע'ר בענעפיט פון ויין ישמח לבב אנוש, בין איך סאך רואיגער און די מצב איז גוט אויפגעלייגט, און אפילו ס'מאכט זיך שוועריקייטן (און ס'איז כמעט לא ימלט אז ס'זאל זיך נישט מאכן) שטערט דאס נישט פון די געשמאקייט פונעם סדר און די קינדער ב"ה לעבן מיט יעדער וויפיל ער קען, און בס"ד איז מען זוכה אריינצובאקן אמונה אין די אינגע הערצער און פארשטייט זיך אין זיך אליין אויך.
טיפ'ס האבעך שוין פריער דערמאנט
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה(תיקוני זוהר)
אזויפיל תוכן אין איין אשכול ! אריין אין סמעטענע. די "זאל ער קומען תגובה" איז איינס אין דער וועלט מיט'ן אינהאלט און געדאנקען גאנג, קיין חילוק צו איך בין אינגאנצן איינשטימונג צו נישט, ס'ווערט קעש. אבער אויך אלע נאכפאלגענדע תגובות איז ווערט צו באגריסן, אייערע טאלאנטן האבן ארויסגעשפראצט.
דע מה שתשיב האט געשריבן:
אויב איך מעג מגיב זיין: לעניות דעתי איז בעסער די ערשטע סדר צו פראוון אינדערהיים. דעמאלטס איז מען פריש און עס איז די ערשטע מאל מען פראוועט דעם סדר דעם יאר. ענדערש די צווייטע גיין צו די עלטערן (און זאל מען דעמאלטס באמערקן וואס מען האט נעכטן פארפעלט...)
שבעים פנים לתורה, אוודאי איז דא א אזא סברא, אבער פון עקספיריענס איז עס פארקערט, ביי די ערשטע סדר יאגט מען זיך צו כאפן חצות, און ס'געבט נישט קיין געלעגנהייט פאר די קינדער צו הנאה האבן פון די "סדר אינדערהיים". ווי אויך, ווערט די עקסייטמענט צוטיילט אין צוויי, די ערשטע נאכט קען מען קוים ערווארטן דעם סדר בכלל, און די צווייטע נאכט א פרישע התחדשות, מ'גייט מאכן די סדר אינדערהיים... אבער א ודאי ווער ס'וויל קען פרובירן פארקערט, און אפשר וועט מען נאך יו"ט עפענען אן אשכול, צו דעבאטירן און באריכטן וויאזוי ס'איז געווען.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.