יש כמה מהלכים בזה, והדרך המקובל הוא לשלשו במחט הזקנה (באבי פין בלע"ז) כי זה מחזיק הזקן באופן היותר מועיל. --- ביקסאד, האם נתקבלו כל פסקיו אצל האשכנזים, או רק הספרדים התנהגו ככה?
ברוך שלא השבית לנו גרויזאמער! הגם דאס איז א נושא וואס רייסט מיר ביים בארד שוין א לענגערע צייט האב איך דאך נישט געהאט די מאס גרויזאמקייט ארויף צוברענגן דעם האקעלן נושא אויף די אגענדע..
נאדיר אביסל פון מיין עקספיריענס, 1) נעם ארום די בארד מיט איין האנט אין מאך זיכער אז יעדע הארל איז דערינען, נישט צאם דרייען ווייל ס'וועט וויי טוען.
2) בשעת די האלסט אן די בארד מיט איין האנט נעם די ראבער אין די צווייטע האנט לייג אריין די ערשטע צוויי פינגערס אין די ראבער (די ווייסט וועלעכע... די גראבע אין די אנדערע וואס מ'ווייזט נאנא ווען מ'וויל זיין שטרענג) לייג עס צו צום בארד אין מיט די צוויי פינגערס נעם ארום די האר וואס די האלטסט אן מיט די ערשטע האנט, יעצט קענסטו אויסלאזן די בארד מיט די ערשטע האנט ווייל די האלסט עס אן מיט די צווייטע, סא מיט די ערשטע האנט שלעפ אראפ די ראבער פון די צוויי פינגערס אזוי אריין אין די בארד אריין אין שלעפ ארויס די האר פון די ראבער אין יא די ראבער האלט צונאזאם די בארד,
יעצט דארף מען באהאלטען די אינטערשטע חלק פון די בארד אין אריין שטעקען צווישן די אויבערשטע וואס איז שוין צאם גענימען מיט די ראבער.
3) נעם די בארד אין ציטייל עס אין צוויי אחד לימין ואחד לשמאל, נעם די רעכטע זייט אין דריי עס צוזאם מאך א קנאפ, אין דערנאך גיי צום לינקע זייט אין מאך די זעלבע כאשר עשה לימין עשה לשמאל, יעצט ווען די האסט שוין ביידע קנאפן דארף עס אויסקיקען ווי א פרשת דרכים פון איינס ווערט צוויי.
4) יעצט קומט די לעצטע אין די שווערסטע חלק, נעם א פינגער אין גראב צוויי טאנעל'ס אין די אויבערשטע חלק פון די בארד איינס אויף די רעכטע זייט אין איינס אויף די לינקע זייט, נעם די צוויי קנעפ אין פלאציר יעדעם אריין אויף זיין זייט אינעם פריער באשטימטען טאנעל, שטופ עס אריין אויף אזוי ווייט אז ס'זאל זיך האלטן אבער ס'זאל זיך נישט ארויס שטעקן פון פראנט.
להוי יודיע אז די בארד גייט וואקסן זייער לאנג אין שנעל אין זאלסט קיין טענות האבן.
איך וויל מיך באדאנקען פאר די הונדערטער קאסטומערס וואס האבן שוין געניסט פון אונזער געפארפולע סערוויס, צענדליגע בערד זענען שוין צושטופט געווארן ארום די באקן אדאנק אונזער ביזנעס
צענדליגע אריינרופערס האבן שוין אריינגערופן זיך צו באדאנקען פאר די הויכע קוואליטעיט ראבערס וואס זיי האבן באקומען, די מנוחת הנפש וואס זיי האבן באקומען איז אין לשער, איך האב געהאט די זכי' צו באדינען ממש זקני זקנים נאך פון פארצייטישען סטיל