ענינים אין מנהגים ביים אפשערן א קינד
ווען איך בין נאך געווען א קינד געדענק איך מיינע ברודער'ס אפשערן'ס וואס כ'האב ב"ה געהאט גענוג, זענען געווען געוויסע מנהגים וואס היינט קענעך זעהן ווי מ'טוט דאס נישט, אין געוויסע זאכן איז מען נישט מקפיד וואס מיין טאטע האט מקפיד געווען, וואלטיך געוואלט הערן פון די יודאי דבר וואס איז טאקע א מנהיג אין וואס איז א פריוואטע חומרא וכו'.
ווי למשל ביי מיין טאטע איז נישט געווען אזא זאך ווי "פיקטשערס פון א אפשערן", וואס גראדע קען איך זעהן אז דאס איז א פריוואטע חומרה, אבער איך וואלט געוואלט וויסן צו דאס שטייט ערגעטס צו ס'איז נאר א געפיל זאך.
2) "אפשערן צופרי", איך פארשטיי אז ס'איז וועגן זריזין מקדימין צו וועגן וישכם אברהם בבוקר, איז פארוואס פינקט ביי דעי מצוה מיז זיין צופרי אין אנדערע קען זיין ביינאכט?, איך פרעג נישט ווייל איך בין מסיפוק איך וויל נאר וויסן אין ארויסהאבן די זאך.
3)"נישט זעהן קיין גוים", ווי יעדער ווייסט אין דאס איז אנגענומען ביי יעדען אז אין די טאג פון דעם אפשערן זאל דאס קינד נישט קוקן אויף קיין גוים, איז דאס א מנהג, צו סתם א חומרה, צו שטייט עס ערגעטס?, אין דא -די זעלבע ווי פריער- מיין איך נישט צו זאגן אז איך האלט אנדערש, איך וויל נאר פארשטיין.
4) "גיין אין שול", ביי געוויסע איז איינגעפירט צו גיין אין שול נאכן אפשערן, אין געבן לחיים, אין נעמען ברכות פון די אידן אין שול, אבער אסאך זענען זיך נישט נוהג אין דעם, איז דאס א מנהג? פילינג זאך? צו ס'שטייט ערגעטס?.
5) "גיין אין חדר", דאס ווייס איך אז דאס איז נישט סתם א מנהוג ביי געוויסע, נאר א זאך וואס יעדער טוט, נאר איך וואלט געוואלט וויסן ווי דאס שטייט אין וואס איז דאס ענין דערביי?.
6) "מיטראגן און חדר", דאס איז שוין טאקע א שווערע ענין, ווייל ווי איך געדענק האט מען אמאל ביי ר' עקיבה'לע געדאפט מיטטראגן א האניג קעק מיט א אייער, אין ער פלעגט דארט אריינשרייבן פסוקים אויף פסוקים, אזאש די גאנצע אייער פלעגט צוקראכט ווערן, אבער היינט איז דאס מער נישט דא, און געוויסע מאכן דאס גאר אוועק, איז וואלטיך געוואלט הערן וואס די אידן דא האבן צו זאגן אויף דעם נושה אין אויף די פריערדיגע וואס איך האב געברענגט דא.
א דאנק פון פאראויס, אויף שומחת..