וואס טוט איר אויב משיח קומט "יעצט" ?!?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

וואס טוט איר אויב משיח קומט "יעצט" ?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטענדליך »

פאר א קנאפע צוויי טויזענט יאר צוריק, איז דער הייליגער הויז, דער בית אלקינו, די הייליגע ביהמ"ק חרוב געווארן דורך די רשעים די רוימים צוליב אונזערע חטאים.

אין זינט דאן אין יעדע געלעגנהייט, צו איז דאס דורך אויס דער וואך אין א שווערע מינוט, צו שבת ביי 'והנחלינו', א יו"ט, ווער רעדט נאך, א שמחה, טראכט צו זיך דער איד מיט נאסטאלאגיע, ווען דערלעבט מען שוין ? ווען וועט מען שוין זוכה זיין ? און מען גלייבט באמונה שלימה אז משיח וועט קומען, האפענטליך, נאך אין אונזער דור. און עס וועט שוין ענדליך זיין דער סוף פון דעם ווי פעך שווארצער גלות.

און א סאך פעלער דורך אויס דעם יאר כאפט דער גליסט צום ווידער אויף בוי פונעם ביהמ"ק א גרעסערן חלק עולם אויף אמאל, ווי למשל, ת"ב, ביי מאנכע אויך אין סוכות, ווען מ'זינגט זיך אונטער מיט אזא מין גליסטעניש און נאסטאלאגיע דעם "אוי, הרחמן, היא יאאאהאקים לנו, את סוכת דוד האנויפאוואלעעעס..." אדער גאר חנוכה זיצענדיג ביי די הייליגע חנוכה ליכט, ביי אנדערע איז דאס פסח ביים סדר ביי שפוך חמתך ווען מען האפט אז אפשר דאך, וועט היי יאר א-לי-ה-ו הנביא קומען זאגן די גוטע בסורה...

מיר האט דאס געכאפט היום יום, ווען פאר דעם סעודת צהרים האט מען מיר סערווירט פיינע פרישע 'מצה חרעמזלעך' לכבוד פסח שני, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם 'בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו 'הוא' יצא'. און איך האב זיך גענומען טראכטן, אז אפשר טאקע? אפשר וועט טאקע דער באשעפער זיך דערבארעמען אויף זיינע קינדערליך נאך היי יאר, און טאקע שוין יעצט ?

אין מיין מוח האט זיך שוין גענומען שפינען די געדאנקען, ווי איך הער דעם שופר של משיח, דער גאנצער עולם לויפט אין ביהמ"ד שנעל תשובה טוהן, איך כאפ א תהילים און איך לויף און ביה"ח טרעפן מיין לייט זעליגן טאטע'ן ז"ל, די וואלקענעס לאזן זיך אראפ פארנט פון ביהמ"ד, מען פליט קיין א"י, די אראבער גיבן זיך אונטער אן א פיפס, די 'UN' פארדאמט די אקציע... (למ"ד עולם כמנהגו נוהג), משה רבינו שטעלט אפ די זון אז מ'זאל נאך האבן צייט מקריב צו זיין דעם קרבן פסח, די היתר פון די סנהדרין אז וויבאלד עס איז א מצב פון רוב ישרא' טמאים מעג מען מקריב זיין דעם ק"פ אפילו מען איז זיך נישט מטהר מיטן אפר פרה (ע' הילכות ק"פ), דערוילעם לויפט קויפן שעפעלעך, די לויים זינגען הערליכע נגינים אין ביהמ"ק, דער עולם איז משלים אלע קרבנות וואס מען איז שילדיג געבליבן אין די לעצטע צוויי טויזענט יאר (ונשלמה פרים שפתינו - ע' במפרשי התפילה), די לאנגע ליין אין עזרה... וכו' וכו'...

וואס זאל איך ענק זאגן ? די מצה חרעמזלעך האבן געהאט עפעס א זעלטענעם 'טעם'... אך ווי שיין, אוי ווי הערליך. אבער ווען, ווען, ווען וועט מען שוין זוכה זיין ? האפענטליך בקרוב, בב"א.

נ. ב. עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונעם עולם ווי אזוי דער געדאנק האט זיי געכאפט, למשל, וואס איר האט געטראכט ווי אזוי צו ריעקטן אויב (האפענטליך טאקע) משיח קומט אן ווען איר האלט אינמיטן ליינען דעם ארטיקל, א. ד. ג. אדער נאך איידיעס ווי אזוי עס וועט אויסקוקן אין די גליקליכע מינוט ווען משיח וועט קומען, וכו' וכו', יישר כח פון פאראויס.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך וועל אים געבן א ברייטן שלום עליכם, איך האף אז ער וועט מיר צוריקגעבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

סשערשטע גיי אריין אין אידישע וועלט זעהן וואס דר'עולם האט צו זאגן.
דר'אמת איז אז דעמאלט גייט זיין ומלאה ארץ דעה, די גאנצע וועלט גייט זיין די אידישע וועלט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אז ימלא שחוק פינו
מען וועט לאכן פונם פארלאפענעם גלות, סהעט זיין א געלעכטער!!
פון וואס וועלן מיר לאכן????
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מרן בעל דברי יואל מ'סאטמאר האט אמאל אין א שמועס געזאגט, ווען איינער האט זיך אנגערופן אז משיח קומט שוין און מ'וועט און מ'וועט... האט דער רבי זיך אנגערופן: "ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זיך אלע באהאלטן אין מויזן לעכער..."
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ווען משיח קומט היינט?

קוים דראפ איך מיין מארגעטש רייט עוויעי,
דערנאך זעץ איך מיר אריין אינעם פני יושע'ס כולל,

איך האב אמאל געהערט פון קרעטשניף'ער רב'ן זצ"ל, אז משיח וועט קומען פארטאג'ס, און די אידן וואס וועלן אויפזיין וועט זיי גוט זיין, אבער די וואס שלאפן פארטאג'ס וועלן קומען צו לויפן מיט נאסע פיאות און זיין שפעט צום קבלת פנים די בזיונות וועט זיין גרויס....,

פארשטענדליך עס נאר נאך מצה כרעמזלעך און כרעמזל אריין נאך סחורה דא...
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יהיה כן האט געשריבן: אז ימלא שחוק פינו
מען וועט לאכן פונם פארלאפענעם גלות, סהעט זיין א געלעכטער!!
פון וואס וועלן מיר לאכן????
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8104
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כ'האב נאכנישט דעסיידעט וואס מיין ערשטע סטעפ וועט זיין; אבער פאר דעם זאל ער זיך חלילה נישט אפהאלטן פון קומען.

קומען זאל ער קומען ...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שאץ מאץ האט געשריבן: ווען משיח קומט היינט?

קוים דראפ איך מיין מארגעטש רייט עוויעי,
דערנאך זעץ איך מיר אריין אינעם פני יושע'ס כולל,

דערנאך זעצטו דיך לערנען?
אז דו וועסט דיך דעמאלט זעצן לערנען וועט מען דיך נישט אריינלאזן אין פני יושע'ס כולל.
לערן יעצט האק שטיקער כולי האי ואולי. דעמאלט ווען שוין זיין שפעט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

יא רבותי! משיח איז דא.....
ואם אין אתם מאמינים, ראו באורי שזרח!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

אאאאימתי קאאאאתי מר..???? (;1@)
ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין ???
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לאמיר טאקע זוכה זיין, לאמיר טאקע זוכה זיין ,לאמיר טאקע זוכה זיין, לאמיר טאקע זוכה זיין, צו זען משיח צדקנו און אינזערע און אינזערע טעג





מיט די ניגין מיט וואס די פלעי ער נהרות בבל האט זיך געענדיגט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז אלס געווען גרייט מיטן שטעקן און בגדי שבת
פאר די פטירה האט זיך אויסגעדריקט וואלט ער וועהן געוויסט אז משיח וועט נישט קומן בימיו וואלט ער דאס נישט אויסגעהאלטן

אוי באשעפער לאמיר שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן ווי אמשנעלסטן
ווי מען זאגט נאך פון צדיקים הייליגער באשעפער לייז אונז אויס ווילאנג די האסט נאך וועם
עוד מעט..... און עס וועט שוין נישט זיין וועמן חלילה...
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשרינו »

איך פארשטיי נישט די גאנצע שאלה.

וואס וועלן חסידישע אידן טוען אז מען הערט די שופר של משיח און די נייעס אז משיח איז דא?

די ערשטע זאך - לויפן גלייך אין מקוה אריין.

אינמיטן זיך רייניגן פאר קבלת פני מלכא משיחא, און זיך גרייטן בהכנה לשריפת וזריקת אפר פרה - איז דארט די בעסטע פלאץ צו זיין אין אזא פאל ווייל דארט וועט מען שוין זיכער הערן וואס מען האט ווייטער צו טוען.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3382
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך קען מיר נאר פארשטעלן ווי ביזי קול מבשר וועט זיין.....
בולעטין אפטיילונג: אין ווייטערדיגע באריכטן איבער'ן אנקום פון משיח.... מען קעןיעצט מיט האלטן מיט א לייוו הוק-אפ....... מיר האבן דא אויפן ליין איינער פון די גרויסע עסקנים וואס האבן געארבעט אהן א שיעור אז ער זאל שוין קומען.....
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

שוין שוין שוין זאל ער קומען משיח צדקינו בקרוב בימינו (קרעדיט ירמי' דמן)
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח............... (קרעדיט????????)
Normal is just a setting on the washing machine
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

כ'מיין מ'דארף מאכן א אשכול מיט'ן קעפל

וואס טוט איר אז משיח זאל קומען "יעצט" ?!?!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

"אשרינו" און "תרנגול", איך האב שטארק געקוואלן פון אייערע תגובות.

אפגערעדט אז דער הויפט קרעדיט קומט פאר "פארשטענדליך", וואס האט אויפגעפרישט דעם גייסט פון אחכה לו בכל יום שיבא.

אוי טאטע, שיבא!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

משיח וועט נישט קומען בעפאר די גוטע בשורה פון אליהו אז "ער גייט קומען".

טא איז אונזער פלאן אזוי, ווי גלייך אליהו קומט וועלן מיר לויפן מיט אלע אידן אין שול אריין פאסטן דריי טעג נאכאנאנד און זיך אויסוויינען ביים תהלמ'ל, תשובה טוהן אויף אלע חטאים, אפצאלן אלע חובות פון אלע גלגולים, איבערבעטן יעדן, די נשים וועלן בלויז גיין אראפגעבינדן, מען וועט זיך עקלען פון אלע שייטלען און שמאלע געפאסטע קליידער. כולי האי ואולי וועט מען זוכה זיין צו דערלעבן דעם גרויסן טאג ווען משיח אליינס וועט נתגלה ווערן, ווי א עני רוכב על החמור, און בלאזן מיט א ריזיגן שופר א תקיעה וואס וועט אפהילכן אין די גאנצע וועלט.

די מידיא וועט באריכטן איבער דעם מאדנעם קול וואס איז געהערט געווארן. עס וועלן זיין פולע קליפס אויף יוטוב דערפון. על קאידא וועט נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף. איזראעל וועט סטראשענען מיט חוצפה אלע אראבער. די ענווייראנמענטאליסטן וועלן זאגן אז דאס איז א רעזולטאט פון די גלאבאל ווארמינג ווען די אייזבערג צעלאזן זיך און רייבן אריין איינס אין צווייטן שאפענדיג דעם גריצלדיגן קול. בלומבערג וועט בארואיגן יעדן אז 'ניו יארק סיטי איז פארזיכערט, מיר ארבעט געוואר צו ווערן פון וואו דער קול קומט, מעגליך פון א אלטע סטעלייט אין ספעיס, דערווייל זאל יעדער צוריקגיין צו ביזנעס עז יוזשעל'.

נאך דעם גרויסן קול וועלן זיך הימלען עפענען, א געוואלדיגע ליכטיגקייט וועט זיך באווייזן אויף דעם אונטערשטען וועלט, דאס העכסטע און הייליגסטע וואס שייך, די מטרה פון יעדן אידישן נשמה וועט זיך באווייזן מיטן פולסטן פראכט ווי קיינמאל פריער. יא דארט זעט מען די שכינה הקדושה, זה א-לי ואנוהו! וועט זיך ספאנטאן ארויסרייסן פון אלעמענס מיילער וועט די נשמה פליעט ארויס פון גרויס מתיקות. ביליאנען מלאכים פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן אנפילן די הימלישע פארענטשעס, וועלנדיג מיטהאלטן די שמחת עולם על ראשם. פון דארט וועט מען זיך א לאז טון צו דעם מערדערישן שווארצן מלאך מיט 997 אויגן, ווייל דריי אויגן האט אים שוין משה אויסגעפאנטש בעפאר ער איז אוועק פון דער וועלט. מען וועט אים בינדן די הענט און פוס און אויסשטעכן די איבריגע אויגן, ואתא הקב"ה ושחט למלאך המות, דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה את השם.

דער צוים אינעם מערת המכפלה וועט זיך פלוצים עפענען און פיר פארן וועלן ארויסשפאצירן גלייך צום אויבנאן פונעם היינטיגען היסטארישן מאמענט. איינער פון זיי וועט זיין אזא ריז וואס וועט גרייכן מסוף העולם ועד סופו, מיט זיין האנט וועט ער פארכאפן עראפלאנען און סעטעלייטן איבער אלע הימלען און זיי צעקנייטשן ווי א פאפיר. די אנדערע דריי האבן א גאר ענליכן אויסזען אז ס'יז שווער צו דערקענען א חילוק צווישן זיי, אלע טראגן שניי ווייסע בערד, ציצית ביז דער ערד, קיין קנייטש אויפן פנים, זעלטענע יפי תואר און באצויבערן יעדן איינעם, המשכילים יזהירו כזוהר הרקיע. די ווייבער וועלן גיין בענעזאם ווען טרערן פון פרייד גיסן זיך פון זייערע ריינע הייליגע אויגן זיך אומקוקנדיג מיט מוטערליכע ליבשאפט אויף זייערע מיליאנען אייניקלעך פאר וועם זיי האבן אזוי שווער געהארעוועט. פון אן אנדער ריכטונג וועט צושפאצירן נאך א פרוי קוקנדיג דירעקט אין די אויגן פון די אינגסטע פון די פיר, "לאה! דאס ביסטו?!" וועט רחל אויסשרייען, די צוויי געטרייע שוועסטער וועלן זיך ארויפווארפן איינער אויפן צווייטן און מיט זודיגע טרערן זיך מיטפרייען צו זען די פירות פון זייערע שווערע ארבעט וואס זיי האבן איינגעריסן וועלטן צוליב זייערע אייניקלעך. שמועסנדיג וועלן אלע פיר מאמעס פארציילן זייערע שווערע איבערלעבענישן, ועיני לאה רכות וועט לאה שרייען, רחל וועט צייגן דעם פסוק קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה, רבקה וועט פארציילן אם כן למה זה אנכי, און מיט דורשט וועט יעדער צוהערן צו די עלטער באבע שרה ווי זי פארציילט די גאר שווערע איבערלעבענישן וואס זי איז דורך, וויפיל נסיונות זי מיט איר מאן האבן געהאט ביז צום סוף האט מען אראפגעברענגט א פון הימל-געבענטשטע קינד, כי ביצחק יקרא לך זרע.

פון אן אדער ווינקל קומט אריין פרישע נייעס פון עגיפטן און סואדי אראביע, די ראדיאס האבן נארוואס געמאלדן א גאר מערקווירדיגער עפיזאד, נעמליך ביי איין געוויסער ארט אין די דעזערט גערופן 'הר נבו' איז געזען געווארן א מאן ארויסקומען פון א הייל שפאצירנדיג צפון צו ארץ ישראל. לויט עדות איז דער מאן געווען זייער הויך ארום צוואנציג פוס, כאטש ער זעט אויס אלט דאך איז זיין פנים געווען ציכטיג ריין אן קיין קנייטש, זיינע אויגן האבן געשטראלט און זיין פנים האט געלויכטן ווי דער זון אליינס, אין האנט האט ער געטראגן א לאנגער שטעקן וואס איז געווען איינגעקריצט דערינען אייניגע ווערטער. לויט ווי איין וויטנעס האט אפגעכאפט מיט זיין קעמקארדער זענען דאס געווען אידישע אויתיות וואס די עגיפטישע שפיאנאזש קוועלער האבן דעשיפרירט אלס א מיסטעריעזע קאוד דצ"ך עד"ש באח"ב. ער איז נישט געגאנגען אליינס נאר א יונגערער באגלייטער איז מיטגעגאנגען מיט אים ווי עס שיינט אלס א באדינער, ומשרתו יהושע בן נון נער לא ימוש מתוך האוהל. דער וויטנעס האט אויך פארציילט אז משה האט זיך אינמיטן אויסגעדרייט צו אים און געלאכט אין פנים אריין זאגנדיג איך געדענק נאך גוט ווי נישט לאנג צוריק האט עטס געכאפט מיט דעם שטעקן אזוי צום געדענקען, למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים.

מדינת ישראל וואלט ווען געלייקענט דעם באריכט ווען נישט דער פאקט אז ביי זייער טעריטאריע האט פאסירט גאר ענליכעס. א מאן געקליידעט אין ציכטיג ווייסע קליידער האט ארויסשפאצירט פון 'הר ההר' שפאנענדיג אין ריכטונג פון מדבר. לויט א רעפארטער האט דער מאן געטראגן אין האנט א גאלדענער קוישעלע מיט שמעקעדיגע קטורת דערין. דארט האט ער זיך באגעגענט מיט אן אנדערן מאן, וראך ושמח בלבו, זיי זענען ארויפגעפאלן אויף זייערע העלזער און געוויינט מיט גרויס פרייד אויף די ישועה וואס מען ווארט שוין אזוי לאנג. אינאיינעם האבן זיי געשפאנט ווייטער ביז זיי האבן דערגרייכט די גבולות פונעם הייליגן לאנד, דארטן האבן זיי זיך ביידע אראפגעווארפן און געקושט די הייליגע זאמד און געמאכט הויך די ברכה ברוך הטוב והמטיב. די צוויי הייליגע ברודער משה און אהרן האבן יעצט די ערשטע מאל געטראטן אינעם הייליגן לאנד ארץ ישראל! א קלייניקייט! ווער נאך ווי משה האט אזוי שטארק געוואלט אריינקומען אהער, ואתחנן אל השם בעת ההוא, און ווער נאך ווי משה פארשטייט ווי הייליג דאס לאנד איז, ארץ אשר ה"א דורש אותה תמיד, עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. ווי גליקליך זענען זיי יעצט ווען ענדליך האבן זיי געהאט די זכיה אריינצוקומען אין דעם הייליגן לאנד פון אברהם יצחק ויעקב וואס גראדע זענען זיי שוין אויך דא לעבעדיג און ערווארטן זייער אנקום.

די שמחה וועט זיין געוואלדיג, מען וועט קענען טאפן מיט די האנט די פרייליכקייט, עס וועט האבן א ממשות. מוזיקאנטן פון אלע סארטן וועלן זיין אויסגעשורה'ט ביים מעמד און שפילן הארציגע מעלאדיעס וואס צעגייען אין די נשמה. דער אנפירער פונעם בענד וועט זיין נישט קיין אנדערע ווי דער גרויסער קעניג דוד, וואס גייט גראדע באלד שפילן אליינס מיט זיין הארף מיט וואס ער האט אזוי געטריי געדינט דעם רבוש"ע אלע יארן. זיין זון שלמה שטייט אונטער אים און קוקט זיך צו צו די הייליגע עבודה פון זיין פאטער דוד, והמלך דוד מפזז ומכרכר בכל עוז לפני השם. נעבן זיי שטייען די לעכטיגע אייניקלעך פון די 'ראיאל פעמילי' די צדיקים וקדושים פון מלכי בית דוד. אוי הלואי זאל מיר זוכה זיין כאטש א בליק טאן אויף זייער הייליג געשטאלט, דאס זענען די מעכטיגע קעניגן ווי אסא, יושפט, עוזיה, יותם, יואש, חזקיה, יאשיהו, צדקיהו, יכניה, אזוינע לייבן, אזוינע צדיקים גמורים וואס האבן געקענט מהפך זיין העולם לזכות!

הארט דערנעבן וועט זיין די "נביאים טעיבל" וואס האבן געלעבט אזוי ביינעזאם מיט די הייליגע מלכים, עס וועלן געזען ווערן שמואל הנביא וואס מיט זיין גדלות וועגט ער איבער משה און אהרן צוזאמען, משה ואהרן בכהניו ושמואל בקראי שמו. נעבן אים זיצט זיין תלמיד נתן הנביא, עדו, עמוס, הושע בן בארי, ישעיה הנביא, אליהו מיט זיין געטרייער תלמיד אלישע, יונה, חבקוק, יחזקאל, ירמיה הנביא, דניאל, חגי וזכריה ומלאכי, און נאך פולע נביאים פון אלע דורות וואס וועלן באלייכטן דעם גאנצן אטמאספער ביום שכולו ארוך ביום שכולו טוב.

אויפן הר הזיתים וועלן זיך קברים נעמען שאקלען, מענטשן געקליידעט אין ווייסן וועלן ארויסשפאצירן מיט לעכטיגע זון-שטראלענדע פנימ'ער און זיך ביקן צום גרויסן לעכטיגקייט מיט אויסטערליש פרייליכע הערצער. ענליכעס וועט זיך אפשפילן אויפן הר המנוחות און אין אנדערע בתי חיים איבער דער וועלט, ווען מאסן ווייסע מענטשן מיט טליתים און קיטלעך שפאצירן מאסנווייז צו זייערע אנגעגעבענע פלעצער ווי הימלישע סדרנים וועלן זיי אראפזעצן צום מעמד בכבוד מלכים. צווישן זיי וועלן זיין אזוינע גרויסע און באקאנטע פיגורן ווי רבי שמעון, רבי אלעזר, רבי ישמעאל כהן גדול, רבי עקיבא, הלל ושמאי, רבי יהודה, רבי יוחנן הסנדלר, ריב"ל, רבי יוסי וכו'. הונטער זיי וועלן שפאצירן מיט אויפגעהייטערטע געמיטער די ברייט באקאנטע רב און שמואל, ר' יוחנן ור"ל, רב כהנא ורב אסי, רב חסדא, רב ששת, אביי ורבא, און נאך פולע טויזענטער צדיקים קדושים וטהורים וואס וועלן אינאיינעם פארברענגען איבערחזר'ן די קושיות און איבעא'ס וואס זענען געבליבן אומפארענטפערט כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די טיפזיניגע דרשה פונעם אורח הכבוד אליהו התשבי וואס וועט אלעס וואונדערליך פארענטפערן ביי דעם גרויסן סעודה דארף אט אט פארקומען בימות המשיח.

אבער כדי צו קענען אריינקומען צו אט דער גרויסער און וואונדערליכער סעודה ברויך מען זיך רעזשיסטערן, מען דארף האבן א ספעציעלע איינטריט קארט, דאס באקומט מען נאר נאכן דורכגיין דעם גרויסן ציטערדיגן פארהער, א שרעקליכער יום הדין וועט פארקומען פאר אלע ברואים פון דער וועלט, קיין זאך איז נישט פארהוילן, יעדעס קלייניגקייט קומט אפיר, א טרערעלע פאר א אידנס וועגן, א שמייכעלע פאר א צעבראכענעם איד, יעדעס פיצינקע זאך נעמט מען אפיר און ווערט ארויפגעלייגט אויפן ריזיגן וואגשאל. דאס איז דער ריזיגע יום הדין הגדול והנורא וואס דער רבוש"ע אליינס וועט משפט'ן יעדן לעבעדיגן בריה און דן זיין כל אחד לפום דרגא דיליה. די וואס קומען ארויס זכאי בדין זענען פון די גאר גליקליכע וואס וועלן זוכה זיין זיך מיטצופרייען מיטן זיו השכינה, דאס איז דאך די גרעסטע אמת'ע שמחה וואס שייך!

הלואי הלואי זאל מיר אלע זוכה זיין ארויסצוקומען זכאי בדין, יראו עינינו וישמח ליבנו ותגל נפשנו בישועתך באמת!
אבער נישט געזארגט אידן, דאס איז די ארבעט פון אליהו הנביא ווען ער קומט מבשר זיין די בשורה טובה אז די אידן זאלן מחזיר למוטב זיין, "והשיב לב אבות על בנים" דער טאטע אין הימל וועט זיך צוריקקערן צו זיינע קינדער, אבער וויאזוי? "ולב בנים על אבותם" ווען די קינדער וועלן תשובה טון צום טאטן אין הימל, דאן וועט כביכול דער טאטע אויך תשובה טוהן "שובו אלי ואשובה אליכם" און ווי דער נביא בעט זיך ביים רבוש"ע "השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם".


טייערע אידן! פרעגט נישט וואס טוט איר ווען משיח וועט קומען, נאר הערט שוין אויף זינדיגן, לערנט פלייסיג, וויינט אייך "יעצט" אויס, רייסט איין הימלען אבער שוין יעצט, נישט ווארטן אויף דאן ווייל עס וועט שוין זיין פול שווערער, איר וועט פארשווערערן די ארבעט פאר אליהו און עס קען זיך חלילה נישט גוט אויסלאזן. יעדער זאל טון עפעס צו פארבעסערן זיינע מעשים, זיין שטוב, וועט ער נאר קומען שנעלער און גיכן במהרה בימינו אמן.


צפית בישועה??

(תוקן עקב שגיאות כתיב)
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום דאנערשטאג אפריל 29, 2010 1:46 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

שוועמל באישון לילה, אזאנס צוזאמגעשריבן, פשי הא, האבן מיר שוין א קלארען צוקופטיגער באריכט

אזאנס און אזעלכסט שוועמל, ביוטיפאל.

לאמיר נישט פארגעסן, היום אם בקולו תשמעו, אחכה לו בכל יום שיבוא.מען זאגט נאך פון ר' ישראל סאלאנטער, אז מען דארף נישט מורא האבן פון משיח'ן ער איז ניט קיין בער. ודי וק"ל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און פון די טיפעניש פון מיין הארץ שרייט זיך ארויס: "שוועמל, דאס ביסטו"? איך פאל ארויף אויף זיין האלז און איך זאג "זיי מיר מוחל ברודער, איך האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט צוזאמצוקלאפן אזא רירנדע באריכט מלא געגועים, מלא מדע וחכמה".
פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטענדליך »

שוועמל ?!?! דו טויגסט!! אזאנס ? דו האסט דאך מיר צעשפילט די נשמה!!

וואס זאל איך דיר זאגן ? עס קומט זיך דיר א גרינע! עס ווילט זיך נאר נישט אנפיקעווען אזא עמאציאנאלע תגובה מיט גרינע פינטעלעך... געדענק נאר אז איך בין דיר עס שילדיג!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שוועמל, דיין באריכט איז --------- כ'האב נישט קיין ווערטער!

אוי ווי איר זענט גערעכט, ס'נאך דא וואס צו טוען ביז משיח'ס קומען, לאמיר שוין אנהייבן תשובה טאן ווייל ער קומט נאך היינט, היום אם בקולו תשמעו. אבער ס'ידוע וואס מ'זאגט נאך פון הסבא הקדוש משפאלע זי"ע אז אידן וועלן נישט תשובה טאן פאר משיח קומט, ווייל אויף וואס ווארט דער רבוש"ע? אז אידן זאלן תשובה טאן! האט ער געזאגט אז אידן וועלן במילא נישט תשובה טאן און זאל זאל משיח קומען שוין, א שאד די צייט! אזוי זאגט מען נאך בשמו.

אבער די מינוט וואס ס'וועט געהערט ווערן דעם צוויי טויזענט יאריגער שופר של משיח וועט יעדער איד באשר הוא שם דערהויבן ווערן, וכל בניך לימודי השם, און מ'וועט לויפן תשובה טאן באמת, תשובה באהבה, אוי וויי א נפשי חולת אהבתיך וואס ס'וועט דאן פארקומען!

אבער א קליינע הערה:

די פארדארבענע מדינת השמד די א"ג "מדינת ישראל" וועט נישט געבן קיינע סטעימענטס, די פושעי ישראל וועלן זיין די ערשטע אריינצוגיין אין די לעכער און זיי וועלן מער נישט עקזעסטירן, אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הלזה מישראל. ס'וועט בטל ווערן דער אבן נגף לבית ישראל, די קליפה נוראה וואס איז געשטעלט געווארן עוקר צו זיין דעם "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח" וועט ארויפגיין אין רויך, ווי מ'זאג מיר וכל הרשעה כולו כעשן תכלה.

ווי פלעגט רביה"ק מסאטמער זי"ע זאגן, "ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער" אויף די ערליכע אידן אשר לא כרעו לבעל, וואס האבן נישט שלום געמאכט מיטן מצב, נאר האבן געבלוטיגט אויפ'ן מצב און זיך געהאלטן פעסט ביי די אמונה טהורה "די אידן האבן מקרב געווען די גאולה". ווילאנג מ'זעמיר אינעם גלות המר קענען מיר נישט טוען די הייליגע עבודה און מאכן א נח"ר לאבינו שבשמים, וואספארא זכיה קען זיך א איד וואונטשען ווי דאס מקרב צו זיין גאולתינו ופדות נפשינו און צו ברענגן א נחת רוח פארן הייליגן באשעפער?!

און וואס מיינט איר גייט ווערן מיט די צעטיילטע הערצער, אידישע קינדער וואס האבן געדענקט אז איך בין אן אשכנזי און יענער א ספרדי, צוויי אנדערע מענטשן? פלוצליג וועט יעדער זעהן אז אנשים אחים אנחנו!

אזוי ווי צוויי בחורים ערשטע קאזינס וואס האבן געלערנט אין די זעלבע ישיבה. איינער איז געווען א מתמיד בתורה, יומם ולילה לא פסיק פימה, און דער אנדערע וכו'. אזוי האבן זיי נישט געהאט קיין שייכות, לא קרב זה אל זה, אבער ווען די באבע פון לאנדאן איז געקומען אויף א חתונה און זיי זענען געגאנגען שלום געבן, האט זיך אויפגעוועקט דער קאזין געפיל, אנשים אחים אנחנו, און פון דארט איז עס שוין געבליבן א קשר אמיץ וחזק.

לא קרב זה אל זה כל הלילה, שוין טויזענטער יארן במשכ'ן פינסטערן גלות וואס ס'דא מערערע מחנות ביי אידן, יעדער מיינט אז ער האט נישט צופיל מיט יענעם, אבער ווען מ'וועט קעגן גיין משיח'ן, און שלום געבן פאר די הייליגע זיידעס, אוי ווי מ'וועט זיך דערנענטערן איין איד צום צווייטן, ובאו כולם בברית יחד, אלע אידן אינאיינעם, כי לא ידח ממנו נדח, מ'זעמיר אלץ געווען קרובים, זרע אברהם יצחק ויעקב, און אזוי וועלן מיר בלייבן, און אלע אידן וועלן זיין געקניפט און געבינדען בקשר אמיץ וחזק, בב"א.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שוועמל, ביז טרערן..
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”