גאון החינוך: רבי הערשל זילבערמאן ז"ל - כ"ה אייר תשס"ט
דער היינטיגער זונטאג במדבר כד' אייר תש"ע איז אויסגעפאלן דער ערשטער יארצייט פון דעם חינוך ריז מו"ר הרה"צ רבי הערשל זילבערמאן זצ"ל פון ארץ ישראל, וועלעכער איז פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט, פון זיין משפחה, פון זיינע תלמידים און פון כלל ישראל.
פאר די צווישן אונז וועלעכע האבן זוכה געווען אים קענען צו לערנען, פערזענליך אדער דורך זיינע יסודות'דיגע דרשות אויף טעיפ און סידי, איז איבריג צו שילדערן וואספארא ענק שבענקים דאס איז געווען, די קומענדיגע שורות - וועלעכע זענען געשריבן געווארן אין די סאמע ערשטע שעות נאך די פטירה - זענען בעיקר געצילט צו די וועלעכע האבן נישט אויספיעט צו קענען אט דעם געהויבענעם פערזענליכקייט, כדי זיי זאלן זיך עטוואס באקענען מיט'ן שאפן פון דער זעלטענער אור וואס דער בוכ"ע האט אראפגעשיקט, ספעציעל, צו אונזער פינסטערער דור 'להאיר מתוך חשיכה'.
התנצלות:
היות - ווי געזאגט - דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אונטער דעם מבול פון געפילן וואס האבן ווי פון זיך אליין פארפלייצט דעם פאפיר אין יענעם קאשמארפולן טאג, וואס דער בשורת איוב האט פלוצלינג אויפגעריסן ווי א דונער אין מיט'ן העלן טאג, דעריבער וועט איר, דער ליינער, אוודאי מערקן א היבשע צומישעניש אין קאנצעקווענץ פון דעם שטורמישען פארצווייפלונג וואס האט אויף אונז דאן געהערשט.
אביסאלע האבן מיר קעראגירט דעם טעקסט, עס זאל לפחות זיין ליינבאר, לרוב האבן מיר דאס געלאזט כמו שהיא, נישט אוועקצונעמען פון איר אריגינעלקייט.
...........................
ר' הערשל איז טאקע נישטא מער?
אויב איז פאראן אמאל אן ארט וואו דער שפריך ווארט 'דער שפראך איז צו ארים' קומט צום אויסדרוק מיט'ן פוסלטען זין פון ווארט, איז דאס ווען מען גארטלט זיך אן, צו באשרייבן און כאראקטיריזירן דעם וועלט בארימטן מחנך, דער השקפה ריז הצדיק מוה"ר הערשל זילברמאן ז"ל, איי ווי נעמט מען דעם פעדער אין האנט.
ווי אויפגעשוידערט, דערציטערט און אנידערגעשלאגן זענען מיר געווארן ווען דער צופליקענדער טעלעפאן רוף איז אנגעקומען: "איך האב פריער גערעדט צו אים, ער האט מיר געזאגט ער שפירט עפעס נישט אזוי גוט, און דא הער איך די הויכהילכערס..... " כליפעט אריין אין טרייבל א בחור וואס האט היינט זיך געזאלט טרעפן מיט אים..
ווי נעמט מען זיך צוזאם, יא, טרייסטן קענען מיר זיך נאר מיט די ווערטער פונעם נפטר, וואס ער האט קוים מיט א וואך צוריק געענטפערט אויף די פראגע פון א בחור וועמען מיר האבן געשיקט צו ר' הערשל'ן ער זאל אים שטעלן אויף די פיס:
א פחד, 'איהו לא חזי אבל מזליה חזי': דער בחור האט געפרעגט ר' הערשל'ן מיט צווייפל: "יעצט האב איך אייך דא ,וואס וועט אבער זיין ווען איך וועל מער נישט קענען זיין בקשר מיט אייך?"
איר וועט נישט טרעפן וואס דער איד האט געענטפערט, הערט און שטוינט, ווערטער פון א איד בדורינו אלה
אט וואס ר' הערשל ענטפערט דעם בחור: "א אידענע האט מיר אמאל געפרעגט די פראגע נאר אביסל שארפער, 'וואס וועט זיין אויב איר ווערט ל"ע נפטר, ווער וועט זיך דאן פארען מיט אונזער פאמיליע' האב איך איר געענטפערט - הערשל זילברמאן קען שטארבן, אבער דער (רבוש"ע) וואס האט געשיקט הערשל זילברמאן, ער איז אייביג דא'.
יא יא. דבריהם הן הן זכרונם, מיט די סארט מושגים האט ר' הערשל געלעבט, אבער מיט אן אמת, און דאס טאקע איז אונזער טרייסט, ר' הערשל איז נישטא אבער די אמונה טהורה, דאס פעלזן פעסטע בטחון מיט וואס ער האט געלעבט, און וואס ער האט שטענדיג אריין געפרעדיגט אין אידישע הערצער, דאס בלייבט מיט אונז, אויף אייביג.
ס'וויל זיך שרייבן עטליכע שטריכן, פערזענליכע, וויאזוי מיר האבן עס געזעהן פון אונזער שטאנדפונקט, הלוואי זאלן די שילדערונגן כאטש טיילווייז ארויס ברענגן דאס ערליכקייט, קלוגשאפט, פעסקייט און איבערגעגעבנקייט פון דעם דאזיקן ריז, על כן, טראץ די שטורמישע געפיהלן - האלטנדיג א קנאפע פאר שעה זינט די בשורת איוב - וועל איך זיך אביסעלע פראבירן צו קאנצענטרירן, און אראפ געבן אן ארימע בילד, כמה דמטי לידן.
מיט ר' הערשל'ן האב איך זיך באקענט לערך א פיר יאר צוריק, זייענדיג פארמישט אין א געוויסע עסקנות, גלייבט מיר, איך האב דעמאלט נאך קיין אנונג נישט געהאט, וואס עס ליגט אלץ אונטער דעם דאזיגן באשיידנעם פערזענליכקייט.
עס איז מיר באלד קלאר געווארן, אז דא רעדט זיך פון א חכם מחוכם, א זעלטנהייט פון א קלארקייט, אן אומבאשרייבליכער מסודר אין מוח, באגלייט מיט א מתינות אויף מחודש'דיגן אופן. אבער פון וואנען זאל זיך קענען אפילו צודאכטן אז מען רעדט פון א ראש מערכת ישראל, א רוקן ביין פאר יעדע הייליגע זאך, זאל דאס זיין טהרת החינוך, זאל דאס זיין ארויסהעלפן צובראכענע נפשות - וואס ער האט יארן לאנג געטוהן בחינם - ווער רעדט נאך פון זיך ארויסשטעלן זאגן דעם אמת, אפילו ווען דער שקר איז פיל מער פאפולער.
אהוי!
איכה נפלו גבורים, קלונגן אין די אויערן די ווערטער פון איינעם פון די חשוב'ע מספידים, א גיבור חיל געווען, ווער עס האט נאר די זכיה געהאט צו קענען דעם דאזיקן פייער זייל, קען מעיד זיין, אז ער האט זיך קיינמאל, קיינמאל נישט אוועקגערירט פונעם אמת אפילו ווען מען האט אים באדראהט מיט'ן לעבן.
פון די אנדערע זייט האט ער געהאט אזא מין זעלטענע הכנעה פאר יעדן אמת'ער עובד השם, אזוי רעספעקטירט יעדן תמימות'דיגן עהרליכן איד, גערעדט צו יעדן מיט אזא פשטות, ווי ער וואלט געווען זיינס גלייכן אדער גאר נאך ווייניגער פאר אים.
ווי נעמט מען אזא איש חכם ונבו, געהאט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ אין פנים פון קריזיס, עס קומט אין זכרון ווען ר' הערשל איז פילמאל געווען א מתווך ציווישן קעגנזייטיגע צדדים, בין אדם לחבירו ובין איש לאישתו און דאס גלייכן, האבן אלע געוואוסט אז ר' הערשל'ן איז אוממעגליך צו פארדרייען א קאפ, קארופציע האט ער דערשמעקט פון א מייל ווייט, וואס אין רעזולטאט האט ער מצליח געווען צו מאכן סדר ביי פעלער וואו אלע האבן שוין געהאט אויפגעגעבן.
דאס לעצטע זאך וואס איר וואלט זיך פארגעשטעלט איז, אז ר' הערשל איז גאר א תמים.
אבער א תמים איז ער געווען.
פון צדיקים זאגט מען נאך א ווערטל, 'וויפיל חכמה דארף מען באזיצן צו זיין א תמים', דוכט זיך אז עס איז נישט פארהאן א בעסערע הגדרה אויף ר' הערשל, וויפיל מאל איז אונטערגעקומען ביי פארשידענע געלעגנהייטן וואו עס האט ר' הערשל געשמעקט צו פירן די זאך אויף איין מהלך, ער איז אפילו געווען משוכנע אז קיין אנדער וועג איז נישט פאראן, אויב האט אבער דער 'דעת תורה' געזאגט אנדערש האט ער זיך ניטאמאל גע'טענה'ט, נאר מיט א תמימות זיך געבויגן דעם קאס עס האט ביי אים נישט עקזעסטירט דער באגריף 'איך ווייס בעסער'.
אזוי אויך ווען ער האט דורך געפירט קאמפליצירטע עסקנות'ער, אזעלעכע זאכן פון וואס יעדער איז אוועקגעשטאנען צוליב זייער קאמפליצירטקייט, האט ער זיך נישט קיינמאל פארלאזט אויף זיינע חשבונות און חכמת, נאר מיט א תמימות מתפלל געווען צום רבוש"ע, אין ווען ער איז געווען דער גוטער שליח צו ברענגן די ישועה, האט ער דעם קרעדיט נישט גענומען פאר זיך.
די פילצאליגע אידן וועמען ר' הערשל האט זיך אזוי איבערגעגעבן האבן קיינמאל נישט משיג געווען און וועלן קיינמאל נישט משיג, וויאזוי אזא פארנומענער מענטש, האט נאך פלאץ געהאט אין זיין הארץ אויך פאר 'זייערע ווייטאגן'.
פאר די הונדערטער בחורים פון חבורת קרן אור, וועט אויף אייביג בלייבן א מיסטעריע, וויאזוי טראגנדיג אזויפיל פון כלל ישראל'ס דאגות, האט ר' הערשל נאך די צייט און געדולד זיך אפצוגעבן מיט יעדן איינעם פון זיי, און מיט דעם געדולדין שמייכל ווי כאילו ער האט קיין דאגה אויף דער וועלט אויסער זיי.
................
עס איז א גרויסער חלל איבערגעבליבן.
ער איז געווען דער איינער וועלכער איז געבענטשט געווארן מיט'ן כוח איבערצוצייגן אידישע קינדער אז אפילו אינעם היינטיגן שווערן או נידריגן דור, קען מען לעבן א פארצייטישן עכט אידישן לעבן.
נישט נאר ער האט געזאגט, נאר דאס איז געווען זיין מהות, כסדר האט ער זיך ארויסגעשטעלט ווי דער אדוואקאט פון דעם פארצייטישן אמונה'דיגן חינוך, וויפיל אידן זענען נשפע געווארן און געטוישט זייער לעבנס שטייגער אדאנק הערן זיינס א דרשה.
אין די מינוטן איז זייער שווער זיך מצמצם זיין אראפצוגעבן די רייכע לעהרע וואס מיר האבן זוכה געווען מקבל צו זיין פון אים במשך די לעצטע עטליכע יאר וואס מיר האבן זוכה געווען נהנה צו זיין מחכמתו, ועוד חזון למועד.
ועכשיו חסרנו כל אלה, דער ווייטאג רייסט ביים הארץ, עס איז נאך זייער פרי אפצושאצן די קאנסעקווענצן פון זיין פריצייטיגע פטירה, וויפיל לבבות נשברות פון איבער די וועלט האבן ארויסגעקוקט אויף זיין הילף, וויפיל עסקנות זענען געבליבן אומפארענדיקט, השם ירחם על עמו.
אלס אן אנדענק און א זכות פאר דעם גרויסן פערזענדליכקייט, וועלן מיר משתדל זיין צו חזר'ן די יסודות'דיגע נקודות וואס ר' הערשל האט כסדר גע'חזר'ט און געלעבט דערמיט, און אז מיר וועלן זיך כאטש עטוואס מתבונן זיין און קומען צו א שטיקל חשבון הנפש וואו מיר האלטן אויף דער וועלט, וועט דאס אוודאי זיין א נייחא לנשמתו בגנזי מרומים.
בגן עדן תהא מנוחתו, ה' הוא נחלתו, וינוח בשלום על משכבו, ונאמר אמן.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.