דער גרינדער פון אידשן פאלק. מיט א פרישן גרינד...
ס'איז שווער אנצוצייכענען די מקורות, 99% קומט פון מדרש רבה, ספר הישר, שבט מוסר, ילקוט מעם לועז.
וזאת למודעי, די אלע וואס קאמענטירן מיט א גוט ווארט האבן א חלק אז די זאך זאל ווייטער אנגיין,
שנת אלף תתקמ"ח לבריאת העולם.
אין א פארווארפענעם הייל נעבן דעם דערפל כותא אין די געגנט פון ארם נהרים זיצט אמתלאה בת כרנבו מיט איר דריי טאגיקן בעבי, אין הייל איז איינזאם און קאלט, פון די מאמעס אויגן רינט טרערן ווי א קוואל, א שטילער געוויין הערט זיך פון איר, "וואס וויל מען פון מיין אינגען שעפעלע, קוים דריי טאג וואס ער איז אויף די וועלט, און שוין האבן זיך צוזאמגענומען די שטערקסטע קעניגן מלחמה צו האלטן מיט אים, פארוואס וויל מען דיר הרג'נען שעפעלע מיינס? איך וועל זיי נישט לאזן! דעריבער האב איך דיר געברענגט דא צום הייל."
אין דער קליינער אברמ'ל ווי גלייך ער הערט זיין מאמעס בארוהינגונס ווערטער ליגט רוהיג און שטיל, זיין מאמע קען אבער נישט בארוהיגן אירע טרערן, און זי רעדט ווייטער צום קינד.
"דו ווייסט אברמ'ל, קוים וואס דו ביזט אראפגעקומען אויף די וועלט, און שוין רעש'ט זיך מיט דיר, 70.000 אומשולדיגע קינדערלעך האט דער גרויסער קעניג נמרוד אויסגע'הרג'עט ווייל זיינע שטערן זעערס האבן אים געזאגט אז ס'גייט געבוירן ווערן א קינד וואס וועט נישט גלייבן אז ער איז א גאט, האט ער געשיקט סאלדאטן אין אלע שטעט און דערפעלך אויסצו'הרג'ענען אלע קינדער, און איך האב א געפיהל אז די אלע קינדער זענען נעבעך געווען אומשולדיג, קיינער פון זיי איז נישט דער קינד פון וועם נמרוד האט מורא, איך מיין אז דו מיין טייער קינד וועסט זיין דער וואס וועט מודיע זיין פאר די וועלט ווער עס איז דער אמת'ער באשעפער, פון וואו ווייס איך? ווייל גלייך ווען מיר זענען אריינגעקומען אין דעם טונקעלן הייל איז ליכטיג געווארן, דיין ליכטיגער פנים'ל שיינט אזוי מיין אברמ'ל אז דער גאנצער הייל איז געווארן ליכטיג, אבער מיין ליכטיגער קינד, איך קען נישט בלייבן מיט דיר דא, אה, איך הער טריט, תרח דיין טאטע קומט אונז ברענגען עסן, לאמיר הערן פון אים וואס איז נייעס אין שטאט."
תרח קומט אריין אין הייל, זיין פנים איז גאר אנגעצויגן, מ'זעהט אז ער איז אריבער א שווערע פאר טאג, ער זעצט זיך אוועק, און ער פארשטייט פון זיין ווייב'ס שטילקייט אז זי ווארט צו הערן פון אים וואס איז אריבער מיטן קעניג, און פארוואס נמרוד האט אים געשיקט רופן גלייך דעם אנדערן אינדערפרי נאכדעם וואס אברם איז געבוירן געווארן.
אמתלאה איז נישט געווען צוגעוואוינט צו זעהן איר מאן אין אזא צובראכענעם מצב, תרח איז געווען א שטארקער מענטש, ער איז געווען דער משנה למלך און דער קריגס מיניסטער פונעם מעכטיגן קעניג נמרוד, אלע מלוכה ענינים האט נמרוד איבערגעשמועסט מיט תרח'ן און אלע מלחמות וואו נמרוד האט איינגענומען שטעט און לענדער האט תרח געפירט, דעריבער האט זי פארשטאנען אז עפעס גאר שלעכט האט געדארפט פארקומען ער זאל ווערן אזוי צובראכן.
תרח האט איר טאקע אנגעהויבן צו דערציילן וואס עס איז פארגעקומען.
אין די נאכט נאכדעם וואס אברם איז געבוירן האט תרח געמאכט א גרויסארטיגע סעודה, תרח איז געווען א גאר גרויסער עושר, און זייענדיג איינער פון די חשוב'סטע מענטשן אין די מלוכה זענען אלע גרעסטע שרים זיך געקומען באטייליגן אין די שמחה, וויין האט זיך געגאסן ווי וואסער, ביז אין די שפעטע נאכט שעות האט מען פארברענגט מיט עסן און טענץ, דער עולם האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך צוגיין, ווען די גרופע פון קעניג'ס שטערנזעערס האבן פארלאזט דעם זאל האבן זיי נאטורליך אויפן וועג אהיים אויפגעהויבן די אויגן צום הימל צו כאפן א בליק אויף די שטערנס, זיי האבן זיך זייער פארוואונדערט צו זעהן א גאר גרויסן שטערן מיט זייער א שטארקע שיין קומט צופליען פון מזרח, און עס פליעט ארום צו אלע פיר עקן איינשלינגענדיג א שטערן אויף יעדע זייט, די שטערן זעער האבן פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין פשוטע זאך, עפעס מיינט עס זיכער.
אינדערפרי ווען זיי זענען ווי זייער שטייגער זיך צוזאמגעקומען אין קאפע הויז האבן זיי איבערגעשמועסט די נעכטיגע נייעס, דער שמועס האט זיך געדרייט איבער די שיינע סעודה וואס דער רייכער תרח האט צוגעשטעלט לכבוד'ן געבורט פון זיין בכור, אן אלטער כישוף מאכער מיט אן אויסגעקראכענעם קאפ שטעלט זיך אויף, און מיט זיין הייזעריגע שטימע הייבט ער אן:
הערט זיך צו טייערע פריינט, איר זענט דאך אלע באקאנט מיט די חכמה פון שטערן זעעריי, נעכטן ארויסגייענדיג פון תרח'ס שטוב האב איך געזעהן א שרעקליכע זאך, "יא, מיר האבן עס אויך געזעהן" האבן אנדערע אן דרך ארץ איבערגעהאקט דעם אלטן, "לאזט אויסרעדן" האט זיך דער שטערן זעער מיטן אויסגעקראכענעם קאפ געבעטן, "איך וועל אייך זאגן וואס איך האלט ס'איז פשט אין די מאדנע מעשה מיט די שטערנס, ווי איר אלע ווייסט האט אונזער גרויסער קעניג און גאט נמרוד געזעהן מיט א צייט צוריק אז ס'גייט געבוירן ווערן א קינד וואס וועט איבעררעדן מענטשן צו לייקענען אינעם געטליכקייטן פונעם גרויסן אפגאט נמרוד, דערפאר טאקע האט ער געהייסן אויס'הרג'נען אזויפיל קינדער, איך האלט" האט דער אלטער געגעבן א געשריי, "אז דער קינד איז נישט קיין צווייטער ווי דער קליינער אברמ'ל! לויט מיין פארשטאנד זענען די שטערן דאס געקומען ווייזן, דער גרויסער ליכטיגער שטערן איז געווען דער אברם, און ער איז ארומגעפלויגן צו אלע פיר עקן און איינגעשלינגען שטערנס צו ווייזן אז פון אלע פיר עקן וועלט וועט ער איבעררעדן מענטשן צו גלייבן זיין אמונה, מיר טארן דאס נישט צולאזן! מיר דארפן שוין לויפן צום קעניג נמרוד און אים איבערגעבן די וויכטיגע אינפארמאציע!"
דער אלטער חרטום האט זיך אראפגעזעצט, און א דיסקוסיע האט זיך אנגעהויבן צווישן די איבריגע חרטומים, א חלק האבן געהאלטן מ'זאל זיך בכלל נישט וואוסענדיג מאכן פון די גאנצע מעשה, אנדערע האבן געהאלטן אז מ'זאל ווארטן אביסל און זעהן וואס ס'וועט פון דעם אברמ'ל אויסוואקסן און דאן וועט מען מחליט זיין וואס מ'טוט מיט אים, אינמיטן דעם טענה'ריי האט זיך אויפגעשטעלט איינע פון די חשוב'סטע כישוף מאכער פון בבל, ער האט געגעבן א קלאפ אויפן טיש, און אלע זענען גלייך שטיל געווארן, יעדער האט געוואלט הערן זיין מיינונג.
"איר ווייסט דאך אלע אז איך בין גאר קלוג, דער גרויסער קעניג און אפגאט נמרוד האלט זייער שטארק פון מיין חכמה, הערטס דעריבער אויס וואס איך האב צו זאגן, שטעלט אייך פאר אז אין צוואנציג יאר ארום ווען דער קליינער אברם'ל וועט שוין זיין א גרויסער אויפגעוואקסענער אברם, און ער וועט אנהויבן מיט זיינע שטיקעס אוועקצושלעפן מענטשן פון קעניג נמרוד'ס גלויבן, דער גרויסער קייסער וועט אוודאי זיין גאר שטארק אין כעס, און ער וועט זוכן וועמען צו באשולדיגן, טראכט אריין וואס ער וועט מיט אונז טון ווען ער וועט הערן אז מיר האבן שוין יעצט געוואוסט אז עפעס איז נישט בסדר מיט דעם אברם, וואס וועט נמרוד טון מיט אונז ווען ער וועט וויסן אז מיר האבן אים נישט באצייטנס מודיע געווען אז אברם איז דער קינד וועם ער זוכט צו הרג'נען, ס'דאך זיכער אז דער קייזער וועט אונז אלע אויס'הרג'נען, דעריבער האלט איך אז מיר אלע זאלן שוין אריבערגיין צום פאלאץ פון קעניג און אים מודיע זיין וואס מיר האבן נעכטן נאכט געזעהן."
אלע כישוף מאכער און שטערן זעער האבן מסכים געווען צו זיינע ווערטער, און גלייך פון קאפע הויז זענען זיי אריבערגעגאנגען צום פאלאץ פון נמרוד.
ווען די שומרים ביים פאלאץ האבן געזעהן די חשובע דעלעגאציע פון אלע קלוגסטע מענטשן פון בבל, האבן זיי גלייך געעפנט אלע טויערן, די גאנצע חברה חכמים זענען אריין צום ווארט זאל און געווארט נמרוד זאל זיי אויפנעמען.
נמרוד האט פונקט געהאלטן פארן ארויסגיין צום וואלד פאנגען חיות, דאס איז געווען זיין גרעסטער פארגעניגן, ארומצורייטן אין די וועלדער און כאפן אלע סארט חיות, ער איז געווען גאר א גוטער פאנגער, פון די בעסטע אין די וועלט, ער האט געהאט גאר ווייניג געדולד אויפצונעמען מענטשן יעצט, אבער דאך ווען ס'קומט אזא חשובע גרופע חכמים קען מען נישט אפזאגן, האט ער זיך אוועקגעזעצט אויפן קעניגליכן שטול און געגעבן א באפעל מ'זאל אריינברענגען די חכמים.
מיט גרויס שרעק און יראת הכבוד זענען די חכמים אריינגעקומען צו זייער אפגאט נמרוד, די גאנצע גרופע האט זיך אראפגעבויגן צו דער ערד און געבוקט צו נמרוד, דערנאך האט דער אלטער מיטן אויסגעקראכענעם קאפ אויסגעשריגן דריי מאל, יחי המלך! יחי המלך! יחי המלך! און אלע האבן געענטפערט נאך אים.
"מיינע טייערע שטערן זעער, צו וואס זענט איר געקומען?"
"גרויסער אפגאט נמרוד, מיר דיינע קנעכט זענען דיר געקומען דערציילן וואס איז פארגעקומען מיט אונז נעכטן נאכט, מיר זענען געווען ביי א סעודה וואס תרח דער משנה למלך האט געמאכט לכבוד'ן געבורט פון זיין עלטסן זון אברמ'ל ביי די 70 יאר"
"נו, מאכטס נישט קיין לאנגע מעשיות, איך האב וויכטיגערע זאכן צו טון ווי צו הערן פון ענקערע סעודות!" האט נמרוד אויסגעשריגן.
ציטערדיגערהייט האט דער שטערן זעער ממשיך געווען, "הער קעניג איך וועל עס מאכן בקיצור, נאך די סעודה האבן מיר געזעהן אזא מאדנע ערשיינונג אין די שטערנס, און לויט דעם זענען מיר זיכער אז אברם דער זון פון תרח איז דער קינד וואס דער קעניג האט געזעהן אז ער וועט לייקענען און דיין גלויבן"
נמרוד איז געווארן רויט פון כעס, "דער זון פון מיין אייגענעם משנה למלך! ברענגטס אים שנעל אריין דעם תרח'ן!"
ווען תרח האט געהערט אז נמרוד איז גאר אין כעס אויף אים איז ער שנעל געקומען צו לויפן.
"הער זיך צו תרח" האט נמרוד אנגעהויבן דעם שמועס, "איך האב באקומען אינפארמאציע אז דיין קינד וואס איז נעכטן געבוירן געווארן וועט אויסוואקסן א גרויסער צרות מאכער פאר אונזער גלויבן, דעריבער האב איך דיר פארצושלאגן א מורא'דיגער פלאן, ווי איידער צו ווארטן ביז ער וואקסט אויף און ליידן פון די גרויסע צרות וואס ער גייט אונז מאכן, פארקויף מיר שוין דעם קינד, איך וועל דיר גיבן א גאנצע וואגאן פול מיט גאלד און זילבער און דו ברענג מיר דיין זונ'דל, איך וועל אים הרג'נען, און אזוי וועלן מיר איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון אים."
תרח האט גלייך געענטפערט פאר נמרוד, זיכער אדוני המלך, איך וועל אויספירן דיין פארלאנג און ברענגען מיין ניי געבוירענעם זון.
תרח איז פארבליבן שמועסן מיט נמרוד'ן נאך א צוויי שעה, און ביים סוף פונעם שמעוס זאגט תרח פאר נמרוד, "איך האב א זאך וואס איך וויל אדורכשמועסן מיטן קעניג,"
''רעד מיין קינד רעד'' האט נמרוד אים ליבליך געזאגט.
"די מעשה איז אזוי" זאגט תרח, "דער אעיון בן מורד איז געקומען צו מיר היינט אינדערפרי און ער האט מיר אנגעטראגן א געשעפט, ביי מיר אין שטאל שטייט א פערד, און נישט סתם א פערד, ס'איז א פערד וואס איך האב באקומען א מתנה פון דיר אדוני המלך, דאס איז דער בעסטער פערד פון גאנץ בבל, און דער אעיון בן מורד האט א מורא'דיגע תאווה צו האבן דעם פערד, וויל ער מיר געבן א האלב מיליאן גאלדענע רענדלעך איך זאל אים פארקויפן דעם פערד, אבער איך האב אים געזאגט אז איך קען גארנישט טון אן רשות פון מיין אפגאט, דעריבער וויל איך פרעגן וואס דער קעניג זאגט אויף דעם געשעפט.''
"דו אלטער נאר!" האט זיך נמרוד געבייזערט, "אויב פירסטו מיין מלוכה מיט אזא טיפשות בין איך אויף גרויסע צרות! דו האסט א פערד וואס איז דער בעסטער אין גאנץ בבל און דו ווילסט אים פארקויפן? וואס וועסטו שוין האבן פון נאך אביסל געלט? דו ביזט דאך ממילא פון די גרעסטע עשירים דא! פאר אביסל נארישע געלט ווילסטו פארקויפן אזא גוטן פערד?!"
תרח האט געלאזט נמרוד'ן זיך אויסשרייען, און דערנאך האט ער אים געגעבן א פרעג, "אויב דער קעניג פארשטייט אז א פערד זאל איך נישט פארקויפן פאר געלט, פארוואס זאל איך פארקויפן מיין איינציג קינד פאר געלט? אויב איך וועל קיין קינדער נישט האבן פארוואס דארף איך די גאנצע געלט?"
נמרוד האט געגעבן א שפרינג אראפ פון זיין שטוהל, ער איז געווארן רויט פאר כעס, ער איז צוגעלאפן צו תרח, און ער האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים "שוין גיי איך דיר הרג'נען! דו האסט אזא חוצפה מיר אפצופרעגן?!"
תרח האט זיך גוט דערשראקן, ער האט גלייך געזאגט "אדוני המלך, אלעס וואס איך האב איז ממילא דעם קעניג'ס, מיין גאנץ פארמעגן, מיינע קינדער, און אפילו איך אליינס, מיט אלעם קען דער קעניג טון וואס ער וויל, איך בעט נאר דער קעניג זאל מיר געבן 3 טאג צו בארוהיגן מיין ווייב פאר איך ברענג אהער מיין קינד,"
נמרוד האט מסכים געווען, און תרח איז א צובראכענער אהיימגעגאנגען.
דעם דריטן טאג האט נמרוד געשיקט א שליח צו תרח "אויב ביז די זון גייט אונטער ברענגסטו מיר נישט אהער דיין ניי געבוירן קינד וועל איך אומברענגען דיר מיט דיין גאנצע משפחה, דיין גאנץ פארמעגן וועל איך פארברענען אזוי אז ס'וועט נישט בלייבן קיין שום זכר אז ס'האט אמאל עקזעסטירט א תרח אויף דער וועלט!"
פאר תרח איז בייגעפאלן א גוטער פלאן, זיין דינסט האט פונקט געהאט א קינד דעם זעלבן טאג וואס אברם איז געבוירן געווארן, האט תרח גענומען דעם קינד און געברענגט צו נמרוד, נמרוד האט טאקע איינגעהאלטן זיין ווארט, אויפן פלאץ האט דער מערדער דער'הרג'עט דעם פיצל אומשולדיג קינד, און ער האט זיך בארוהיגט פון זיין כעס, ער האט געמיינט אז ער האט אומגעברענגט אברם און יעצט וועט ער שוין רוהיג און זיכער קענען בלייבן דער אפגאט אויף די וועלט.
צובראכענערהייט איז תרח צוריקגעקומען אין הייל וואו זיין ווייב אמתלאה האט זיך באהאלטן מיטן קליינעם אברמ'ל די גאנצע צייט, ער האט איר דערציילט אלעס וואס איז פארגעקומען ביים קעניג.
"וואס טוט מען יעצט?" האט זי געפרעגט צובראכענערהייט.
"דו מוזט אהיימקומען" האט איר תרח געענטפערט, אז נישט וועט דער קעניג שפירן אז עפעס פארדעכטיגט קומט דא פאר."
"אבער וואס וועט זיין מיט אברמ'ל?" האט די צובראכענע מאמע געפרעגט.
"דו זעסט דאך אז ער איז נישט קיין געווענטליך קינד, וויאזוי דען איז אזוי ליכטיג דא אין גאנצן הייל? לאמיר האפן אז עפעס א נס וועט געשעהן."
אין א נס איז טאקע געשעהן, ווען דער קליינער אברם איז געבליבן אליינס האט ער אנגעהויבן שטארק צו וויינען, דער רבש"ע האט געהערט זיין געוויין און דער מלאך גבריאל איז אראפגעקומען אים בארוהיגן, פון זיין רעכטן פינגער האט זיך גענומען גיין מילך און פון דעם האט זיך אברם געשפייזט, אזוי איז אברם אויפגעוואקסן אליינס אין הייל.
איין טאג, ווען אברם איז געווען 3 יאר אלט, האט ער אנגעהויבן צו טראכטן, איך זעה דא פאר מיר אזא שיינע וועלט, פול מיט אזויפיל שיינע זאכן, ס'קען דאך נישט זיין אז די אלע זאכן זענען געווארן פון זיך אליינס, ס'מוז זיין אז איינער האט די אלע זאכן געמאכט און ער פירט אלעס ווייטער, "ס'מוז זיין זייער אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט אים, ער מוז זיין זייער גרויס און שטארק צו קענען געוועלטיגן איבער אלעם, ס'איז נישט מער ווי יושר איך זאל אים לויבן און דאווענען צו אים" האט אברם אנגעהויבן צו טראכטן ווער קען זיין דער באשעפער?
ווען זיין מאמע פלעגט אים קומען באזוכן אין הייל האט ער איר אלעמאל געפרעגט ווער עס איז דער באשעפער, "וואס הייסט ווער? האט זי זיך געוואונדערט, דער גרויסער נמרוד!, ס'קען נישט זיין האט אברם זיך גע'טענה'ט, ער איז דאך א מענטש וואס איז נעכטן געבוירן געווארן און מארגן שטארבט ער, ווי קען ער זיין דער וואס האט באשאפן הימל און ערד?
"איך ווייס ווער" האט ער איין טאג מחליט געווען, "קוק אן דעם זון, ער איז אזוי גרויס און שטארק, די גאנצע וועלט איז ליכטיג מיט זיין כח, ער קען מאכן הייס דעם גאנצן ערד קוגל, ס'מוז זיין אז ער איז דער באשעפער," האט דער 3 יעריגער אברמ'ל זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס כוונה צום זון.
דער טאג האט זיך געריקט פאראויס, אברם נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין נייעם גאט, דער זון, פלוצלונג ווערט אים שלעכט, אוי, דער זון ווערט שוואכער און שוואכער, ס'ווערט טונקעלער און טונקעלער, דער גאט גייט אונטער, און ווער נעמט אים איבער? די לבנה! ס'מוז זיין אז די לבנה האט באשאפן די וועלט האט אברם באשלאסן, אויב ער איז אזוי שטארק אז ער קען אוועקשטיפן די זון, מוז זיין אז ער איז דער גאט, האט אברם זיך געשטעלט פרום דאווענען צו די לבנה.
די נאכט גייט אריבער, און פלוצלונג זעהט אברם ווי די לבנה ווערט נעלם, און דער נעכטיגער זון איז צוריק דא... ס'מוז זיין אז קיינער פון זיי האט נישט באשאפן די וועלט, זיכער איז דא איינער העכער זיי וואס האט באשאפן די וועלט און ער פירט די זון מיט די לבנה און אלע באשעפענישן אויף די וועלט! און נאר אים דארף מען דינען! אברם האט אנגעהויבן דאווענען צום אויבערשטן, און דער גרויסער באשעפער האט טאקע זיך אנטפלעקט פאר אברם, "איך בין דער באשעפער און מיר דארף מען דינען!"
איין טאג ווען אברם איז געווען 10 יאר אלט האט ער פלוצלונג באקומען חשובע באזוכער אין זיין הייל, זיין טאטע תרח און זיין מאמע אמתלאה זענען אים געקומען באזוכן, "ס'שוין געקומען די צייט דו זאלסט ארויסקומען פון דא" האט תרח געזאגט, "דער קעניג נמרוד האט שוין פארגעסן פון דיר, און דו דארפסט זיך שוין נישט באהאלטן."
אברם איז אהיימגעגאנגען מיט זיינע עלטערן, אבער ער איז נישט געבליבן צו לאנג ביי זיי אין שטוב, נאכדעם וואס ער האט שוין געהאט אנערקענט אינעם גרויסן הייליגן באשעפער האט ער נישט געקענט צוקוקן ווי זיין טאטע תרח דינט עבודה זרה, ביי די באזוכן פון זיין מאמע האט אברם אלעמאל געהערט רעדן פונעם זיידן נח און שם, האט אברם באשלאסן צו פארן פון בבל קיין ארץ כנען און פארברענגען אביסל ביים זיידן'ס הויז, ער האט געהאפט דארט צו ווערן קלארער מיט זיין אמונה אין באשעפער.
און אזוי איז טאקע געווען, ווען אברם איז אנגעקומען צו נח האט אים נח געלערנט צו דינען דעם גרויסן הייליגן באשעפער פון הימל, צענדליגער יארן האט אברם געלערנט ביי נח און שם, און דארט האט ער מקבל געווען די הייליגע אמונה, נח האט אים דערציילט וואס איז פארגעקומען ביים מבול, וואו דער אויבערשטער האט אים געהייסן בויען די תיבה 120 יאר פריער ווייל אויב די מענטשן וועלן נישט תשובה טון וועט קומען א מבול אויף די וועלט, און דאס איז טאקע געשען, אלע מענטשן פון די וועלט זענען נעבעך אומגעקומען, מיט גרויס ווייטאג האט דער אלטער נח באוויינט דעם נייעם דור וואס האט שוין אלעס פארגעסן און לייקענען ווידער אינעם גרויסן באשעפער.
ווען אברם איז אלט געווען 48 יאר האט ער נאכמער באקומען א קלארקייט אין די הייליגע אמונה, ער האט קלאר געזעהן ביי יעדן טריט און שריט ווי דער הייליגער באשפער פירט די גאנצע וועלט, פונקט איז דאן געשעהן א מורא'דיגע פאסירונג, 600 טויזנט מענטשן האבן זיך צוזאמגענומען צו בויען א טורעם ביזן הימל, ס'איז געווען אזעלכע צווישן זיי וואס האבן געוואלט דורכ'ן טורעם מלחמה האלטן מיטן גרויסן באשעפער, אנדערע האבן געוואלט אריינשטעלן אין הימל זייערע געטשקעס, ביז דער אויבערשטער האט געמאכט א נס אז אלע מענטשן האבן זיך גענומען רעדן אנדערע שפראכן און אזוי איז געווארן א צעמישעניש און דער גאנצער פלאן איז בטל געווארן. (א לענגערע באשרייבונג איבער דעם גאנצן דור הפלגה וועט אי"ה נאכקומען)
אברם האט באשלאסן אז מ'קען עס נישט אזוי צולאזן, פאר אברם האט מורא'דיג וויי געטון, וויאזוי קענען מענטשן זיך איינרעדן אויף פשוטע האלץ און שטיינער, צו אפילו גאלד און זילבער, אדער גאר אויף א מענטש פון פלייש און ביין אז זיי זענען אפגעטער, מ'מוז ארומפארן אויף די וועלט און אויפקלערן דעם טעות! מ'מוז אויסשרייען אין די וועלט אז ס'איז דא נאר איין איינציגער באשעפער! און מיט דעם באשלוס איז אברם ביי די 50 יאר אהיימגעפארן פונעם זיידן נח צו זיין טאטן תרח'ס שטוב.
נאך 39 יאר נישט זיין אינדערהיים איז אברם אהיימגעקומען צו זיינע עלטערנס שטוב, ער איז געווען זייער אנטוישט מיט וואס ער האט געטראפן, נאכדעם וואס ער איז געווען צוגעוואוינט די לעצטע צענדליגער יאר צו וואוינען ביי אזעלכע צדיקים האט ער פלוצלונג זיך געטראפן אינעם צענטער פון די עובדי עבודה זרה, תרח האט יענע צייט געהאט א גרויסע פאבריק פון געטשקעס, יעדן איינציגן טאג האט מען פאבריצירט צענדליגער געטשקעס קליינע און גרויסע און פארקויפט פאר פעטע פרייזן.
תרח האט נאך אלץ געדינט צום אפגאט נמרוד, ער איז נאך געווען דער קריגס מיניסטער, און זיין גאנצע שטוב איז געווען פול מיט צלמים, אברם האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן און ער האט צוגעזאגט צו זיך אליינס אז ס'וועט לאנג נישט אזוי אנהאלטן, בקרוב וועלן אלע געטשקעלעך נעלם ווערן פון דא...
די קומענדיגע טעג האט אברם אויסגענוצט ארומצוגיין אין די גאסן פון ארם נהרים און האלטן דרשות, ביי יעדן מארק און ביי יעדן צענטער וואו מענטשן זענען זיך צוזאמגעקומען האט אברם שטיל געמאכט אלעמען און ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה, "טייערע מענטשן" האט ער געשריגן, "צו האט איר נישט געהערט פון אייערע עלטערן און זיידעס ווער עס האט באשאפן די וועלט! וויאזוי לאזט איר זיך פארפירן און איר דינט נארישע קלעצער, שטיקער שטיין און האלץ, וויאזוי קענט איר זיין אזעלכע נארנים, טראכט נאר אריין מיט אביסל שכל, וועט איר גלייך איינזעהן דעם אמת ווער עס האט באשאפן הימל און ערד"
אזוי איז אברם ארומגעגאנגען אין די גאסן אויסשרייען די הייליגע אמונה, פארשטייט זיך אז תרח האט געהאט גרויסע בזיונות דערפון, און נמרוד האט מיט כעס געווארט אויף די פאסיגע געלעגנהייט זיך נוקם צו זיין אין אברם, און דער געלעגנהייט האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
איין טאג ווען אברם איז אהיימגעקומען האט ער געטראפן זיין טאטן תרח זיצן אינדרויסן אין חצר ארומגענומען מיט זיינע קנעכט, "איך וויל דיר וויכטיג עפעס פרעגן" האט אברם געזאגט, "פרעג מיין קינד פרעג" האט אים תרח מיט געמאכטע ליבליכקייט געענטפערט, "זאג מיר טאטע" פרעגט אברם, "איך קוק זיך אזוי ארום אויף די וועלט, ס'ליגט אזויפיל חכמה אין יעדע זאך, די הימל, די זון, די לבנה, אלע שטערנס, די גאנצע ערד, אלע בהמות, חיות, מענטשן, איך קוק זיך אליינס אן, מיין גאנצער געשטעל, אלע מיינע אברים, מיין קאפ און מיין שכל, איינער האט דאך געמוזט באשאפן די אלע זאכן, זאג מיר טאטע, ווער האט דאס אלעס געמאכט?"
"נאך גוט אז דו פרעגסט" זאגט תרח, "קום מיט מיר און איך וועל דיר פונקטליך ווייזן ווער עס האט אלעס באשאפן,"
תרח האט אריינגעפירט אברמ'ן אינעם גרויסארטיגען "געטשקע זאל" אין זיין פאלאץ, ס'איז געווען א פרעכטיגער גרויסער צימער, אן אויג פארכאפענדער בילד האט זיך אנדעקט, אינדערמיט זענען געשטאנען 12 גרויסע געטשקעס, איינע פון זיי איז געווען גרעסער פון אלע, און ארום אין אלע זייטן איז געווען פול מיט הונדערטער קליינע געטשקעלעך פון גאלד, זילבער, קופער, מארמארשטיין, האלץ, און אלע סארטן, "דו זעסט מיין קינד, דאס זענען די אפגעטער וואס האבן באשאפן די וועלט" תרח האט זיך פרום געבוקט, און ער איז ארויס פון צימער.
אברם איז געבליבן דארט טראכטן אן עצה, וויאזוי קען מען אויפקלערן מיין טאטן אז ער לעבט אין אזא ביטערן טעות? וויאזוי קען איך אים אויפווייזן אז די אלע געטשקעס זענען גארנישט מיט גארנישט? ענדליך האט ער באשלאסן וואס צו טון, ער איז אריין צו זיין מאמע און ער האט איר געבעטן, "מאמע טייערע, איך בין יעצט געווען מיטן טאטן אינעם ''געטשקע זאל'', און איך בין געווארן אזוי איבערגענומען פון די אלע געטשקעס, איך וויל זיי ברענגען עפעס גוטס צו עסן, גרייט מיר צו עפעס א וואונדערבארן מיטאג פאר די געטשקעס און איך וועל זיי עס גיבן צו עסן"
אמתלאה, אברמ'ס מאמע האט אזוי געטון, זי האט גענומען א אינגען ציג, און צוגעגערייט א געשמאקע סעודה פאר די געטשקעס, אברם האט גענומען די סעודה און עס אוועקגעלייגט אינמיטן דעם געטשקע זאל, און ער איז ארויס.
דעם אנדערן טאג ווען אברם איז אהיימגעקומען איז ער אריין אינעם געטשקע זאל זעהן וואס איז געווארן מיט די עסן וואס ער האט אוועקגעשטעלט, פארשטייט זיך אז אלעס איז געלעגן דארט אומבארירט, די געטשקעס האבן נישט צוגערירט דערצו, איז אברם נאכאמאל געגאנגען צו זיין מאמע און זיך געבעטן, "מאמע טייערע, קוקט אויס אז די נעכטיגע סעודה איז נישט געווען גענוג גוט פאר די געטשקעס, איך זעה אז זיי האבן בכלל נישט צוגערירט דערצו, אפשר נעמסטו היינט 3 פרישע אינגע ציגן, און דו גרייטסט צו נאך א גרעסערע סעודה אזוי אז אלע געטשקעס זאלן זיך באלעקן די פינגער דערמיט?"
די מאמע האט עס גערן געטון, און די גאנצע שטאב מיט דינסטן זענען געווארן פארנומען צוצוגרייטן די מעכטיגע סעודה.
ווען אברם איז ארויס פון זיין מאמעס קאך האט ער געהערט א קרעכץ, אברם האט געהאט זייער א ווייעך הארץ און ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי א מענשט קרעכצט, איז ער גלייך נאכגעגאנגען דעם קול צו זעהן מיט וואס ער קען העלפן, ער איז געווען ערשטוינט צו טרעפן זיין טאטן תרח ליגן אין בעט מיט יסורים, תרח האט זיך דערפרייט צו זעהן זיין זון, "אה, נאך גוט אז דו ביזט געקומען, באלד דארף זיך שוין עפענען דער געטשקע געשעפט און איך בין נישט ביי די כוחות היינט צו שטיין אין געשעפט, איך טראסט נישט קיינעם פון די קנעכט צו פירן דעם געשעפט, זיי קענען נאך גנב'נען די אפגעטער אדער די געלט, איך בעט דיר, נעם דיין ברודער הרן ער זאל דיר העלפן און גיי ביטע אין געשעפט אנשטאט מיר."
אברם האט נישט געקענט אפזאגן דעם געבעט פון זיין טאטן, און אזוי איז געווארן דער קאמישער פאקט, אברם דער גרעסטער לייקענער אין געטשקעס איז געשטאנען און פארקויפט געטשקעס.
אברם איז געשטאנען אין געשעפט און הויעך אויסגערופן, "אלע סארטן געטשעקעס צו פארקויפן, בלינדע, שטימע, קלעצער, שטיינער, טויבע, נעכטיגע און היינטיגע, אלעס איז דא געמאכט אויפן פלאץ..."
א גוי מיט אן אייגעבויגענעם רוקן קומט אריין אין געשעפט, "מיט וואס קען מען אייך העלפן?" פרעגט אברם, "איך זוך צו קויפן א גוטן אפגאט" זאגט דער גוי, "ווי אלט זענט איר?" פרעגט אברם, "גאנצע 60 יאר" זאגט דער גוי, "נו פרעג איך אייך" זאגט אברם, "איר זענט שוין אויף די וועלט זעכציג יאר, און איר גלייבט אז דער געטשקעלע וואס מ'האט געמאכט דא אין פאבריק פאריגע וואך האט אייך באשאפן? איר קוקט מיר אויס צו זיין סך קלוגער פון דעם..." דער גוי האט זיך פארשעמט און ער האט פארלאזט דעם געשעפט.
ס'גייט נישט אדורך קיין 10 מינוט און א צווייטער גוי קומט אריין, "וואס איז אייער פארלאנג" פרעגט אברם, "איך וויל קויפן א שיינעם גרויסן געטשקע" זאגט דער גוי, אברם קוקט אים גוט אן און ער פרעגט "זאגט מיר, זענט איר נישט דא געווען פאריגע וואך און געקויפט דעם רויטליכן אפגאט?" "יא יא, דאס בין איך געווען" זאגט דער גוי, "איך זעה איר האט טאקע א גוטן זכרון, זעהט איר, איך בין א גוטער קליענט, שוין בין איך דא צוריק" אברם פארשטייט נישט, ער פרעגט אים "אויב איר האט שוין פאריגע וואך געקויפט א געטשקע, צו וואס דארפט איר נאך איינעם, אפשר ארבעט אייער געטשקע צו שווער און ער דארף הילף?..." דער גוי ווערט נישט פארלוירן, "איך וועל אייך זאגן דעם אמת, נעכטן האבן זיך גנבים אריינגעכאפט ביי מיר, און זיי האבן מיר בא'גנב'עט מיין געטשקע, האב איך מורא געהאט צו בלייבן אן קיין אפגאט, בין איך גלייך געקומען קויפן א נייעם"
אברם קוקט דעם גוי אין פנים אריין און ער זאגט אים "הערט זיך איין צו אייערע אייגענע ווערטער, דער אפגאט אייערער האט זיך אליינס נישט געקענט היטן פון די גנבים, און איר פארלאזט זיך אז אייך קען ער יא היטן?..."
"אויב אזוי, וועם זאל איך יא דינען?" האט דער גוי געפרעגט, האט אים אברם געגעבן א גאנצע שיעור און הלכות אמונה, און דער גוי איז געווארן א מאמין בה', פאר ער איז ארויס האט אים אברם געזאגט, "וויסן זאלסטו אז ס'איז אמת וואס איך האב דיר געזאגט, דו וועסט זעהן אז בקרוב וועט מען כאפן די גנבים און דו וועסט צוריק באקומען אלעס וואס זיי האבן גע'גנב'עט פון דיר."
ווען דער גוי איז אנגעקומען אהיים האבן אים אפגעווארט די פאליציי, זיי האבן אים גענומען אין פאליציי סטאנציע, ער האט שוין געציטערט ווער ווייסט וואס מ'וויל פון אים, די פאליציי האט אים בארוהיגט, "מיר האבן געטראפן א באנדע גנבים, צווישן זייערע גניבות זענען געפונען געווארן פון דיינע חפצים, ווילן מיר דו זאלסט אנווייזן פונקטליך וואס איז דיינס," ווי נאר דער גוי האט דאס דערהערט איז ער אויפגעשפרינגען, "איז דאך דער אברם יא גערעכט!" און ער האט אנגעהויבן ארומצולויפן אין די גאסן שרייען, "רבותי הערטס אויף צו דינען די אפגעטער, ס'איז דא א גרויסער גאט אין הימל וואס נאר אים דארף מען דינען, אויב ווילט איר וויסן מער גייט צו אברם בן תרח".
ס'איז גלייך געווארן א רעש אין שטאט, מענטשן האבן געקאכט און געזידט, אזא זאך! א מענטש זאל זיך וואגן אפען צו לייקענען און די אפגעטער! ווי נאר ס'איז אנגעקומען צו נמרוד'ס אויערן וואס עס גייט פאר, האט ער געשיקט סאלדאטן און מ'האט דעם אומשולדיגן גוי נעבעך אומגעברענגט.
נמרוד האט געזוכט א סיבה פארוואס אומצוברענגען אויך אברם, אבער דערווייל האט ער גארנישט געטראפן, און היות אברם איז שוין דעמאלס געווען צו באקאנט אין די גאנצע שטאט האט ער אים נישט געקענט אומברענגען סתם אזוי אן קיין סיבה.
אברם איז ווייטער געזעצן אין געשעפט און געווארט אויף קונים, אינדערצווישן איז פארטיג געווארן די סעודה וואס זיין מאמע האט צוגעגעגרייט פאר די אפגעטער, די קנעכט זענען געקומען רופן אברם אז מ'גייט שוין אריינברענגען די סעודה אינעם ''געטשקע זאל'', אברם האט פארמאכט דעם געשעפט און איז געגאנגען מיט די קנעכט צו תרח'ס געטשקע זאל מיטהאלטן ווי די געטשקעס עסן די סעודה.
ווי נאר די קנעכט זענען ארויסגעגאנגען נאכן אראפלייגן די סעודה, האט אברם גענומען אפאר גרויסע העק און ער האט אנגעהויבן צו האקן שטיקער אויף די געטשקעס, א געטליכער גייסט איז אריין אין אים, און מיט א מורא'דיגע שטארקייט האט ער צובראכן אלע געטשקעס פון גרויס ביז קליין, חוץ דעם גרעסטן געטשקע, אברם האט זיך נישט בארוהיגט ביז פון אלע געטשקעס איז נישט געבליבן מער ווי א בארג שטיינער און צובראכענע שטיקער, ווען ער האט געענדיגט מיט די ארבעט, האט ער גענומען דעם האק, עס אריינגעלייגט אין די האנט פונעם איינציגען געבליבענעם גרויסע געטשקע, און ער איז ארויס.
תרח ליגט זיך אזוי קרענקליך אין זיין בעט, ער האט פונקט געכאפט א געשמאקן נאכמיטאג דרימל, און פלוצלונג הערת ער שרעקליכע קולות, מ'האקט מ'זעצט, שטיקער פאלן, קודם האט ער געמיינט אז ער חלומ'ט, אבער ווען ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געלאזט אברם אליינס מיט די געטשקעס, און ער האט געהערט ווי די קולות קומען טאקע פון דארט, איז אים נישט גוט געווארן, ער איז שנעל געקומען צו לויפן... ווען ער איז אנקעקומען האט ער שוין געטראפן אברם אויפן וועג ארויס.
"וואס גייט פאר" האט תרח געפרעגט א דערשראקענער, "פרעג בעסער נישט" האט אברם געענטפערט, "די מאמע האט צוגעגרייט א גוטע סעודה פאר די אפגעטער, און עפעס א אלטע יאכנע איז אויך געקומען ברענגען עפעס א סולת קוגל פאר זיי, איך האב שיין געדעקט די טישן און אנגעגרייט גענוג צו עסן פאר זיי אלע, די קליינע געטשקעס זענען קוקט אויס געווען גוט הונגעריג, און זיי האבן זיך גענומען גלייך עסן, דער הויעכער גרויסער אפגאט איז קוקט אויס זייער א גערעגטער, ס'האט אים נישט געפאסט אז מ'האט נישט געווארט אויף אים, האט ער געכאפט א האק און האט זיי אלע צושמעטערט אויף פיצלעך... און אז דו גלייבסט מיר נישט טאטע, כאפ א בליק, נאר דער גרויסער געטשקע האט איבערגעלעבט און ער האלט נאך די האק אין די הענט, קום לאמיר צוגיין אים פרעגן וועסטו פון אים אליינס הערן די מעשה..."
תרח איז אויפגעשפרינגען מיט כעס "דו ליגנער דו, דו כופר דו, ווי קען איך אים פרעגן ער קען דאך נישט רעדן?! וויאזוי קען ער זיי צוהאקן ער קען זיך דאך נישט רירן?! וויאזוי האט ער זיך אויפגערעגט אז זיי עסן קודם ער קען דאך נישט זעהן?!"
"טאטע זיסער, הער אליינס וואס דו זאגסט, אויב ער הערט נישט וואס מ'רעדט פארוואס דאווענסטו צו אים? אויב ער זעהט נישט פארוואס ביקסטו דיך צו אים? אויב ער קען זיך נישט רירן קען ער דאך גארנישט טון, נו פארוואס גלייבסטו אז ער קען דיר עפעס העלפן? פארוואס דינסטו נישט צום איין איינציגן גרויסן באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט?!
תרח האט ניטאמאל געענדיגט אויסהערן אברם, ער איז גלייך געלאפן צו נמרוד דערציילן וואס דא איז פארגעקומען, ווען נמרוד האט געהערט וואס דא איז פארגעקומען איז ער געווארן שטארק בייז אויף תרח, "דו ביזט דיר אליינס שולדיג" האט ער געשריגן "נאך פאר פופציג יאר צוריק האב איך דיר געבעטן זאלסט מיר ברענגען דיין אברם איך זאל אים הרג'נען, וואו ביזטו דעמאלס געווען?! פארוואס האסטו מיר דעמאלס געברענגט א צווייטן קינד? יעצט עסטו אויף דיינע אייגענע פירות!"
תרח האט זיך פארענטפערט, "ס'איז נישט מיין שולד, מיין ווייב אמתלאה האט שטארק רחמנות געהאט אויף איר קינד האט זי מיר געגעבן א צווייטן קינד צו ברענגען פארן קעניג, און איך האב גארנישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה."
נמרוד האט גלייך ארויסגעשיקט א גאנצע מיליטער צו ברענגען אברם צו אים, די סאלדאטן האבן אריינגעברענגט אברם אינעם פאלאץ פון נמרוד, און זיי האבן זיך אלע געביקט צו אים, אברם איז אבער געבליבן שטיין גלייך, "איך וועל זיך נישט בוקן צו קיין מענטש" האט אברם געזאגט, "אבער איך בין א אפגאט, און שוין זאלסטו זיך ביקן צו מיר" האט נמרוד באפוילן, "אויב דו ביזט דער גאט וואס האט באשאפן די וועלט, לאמיר זעהן זאלסט איבערדרייען די זון זאל אויפשיינען פון מערב, באווייז מיר וואס דו קענסט...." נמרוד האט זיך גוט פארשעמט, אבער דאך האט אים נישט געפאסט אויפצוגעבן.
"הער זיך צו אברם, איך בין מסכים דיר צו מוחל זיין פארן זיך נישט בוקן צו מיר, אבער איין זאך דארפסטו טון, איך דין דעם ''פייער'' אפגאט, בוק זיך צום פייער און דו קענסט גיין," האט אים אברם געפרעגט, "וויאזוי קען איך זיך בוקן צום פייער ווען דער וואסער איז סאך שטערקער פון אים, אביסל וואסער קען פארלעשן דעם גרעסטן פייער..."
"נו גוט, איך וועל זיין צופרידן אז דו וועסט זיך בוקן צום וואסער"
"אבער וויאזוי זאל זיך זיך בוקן צום וואסער, ווען דו וואלקענעס זענען סאך שטערקער פון וואסער, ס'קומט א וואלקאן הייבט עס אויף דעם גאנצן וואסער..."
"שוין, זאל זיין אזוי, גיב זיך א בוק צו דו וואלקענעס"
"ס'האט דאך אבער נישט קיין פשט זיך צו בוקן צו די וואלקענעס ווען די ווינט איז סאך שטערקער פון זיי, א קליין ווינטעל מאכט אלע וואלקענעס פליען..."
"ארלעדיגט! אבער ביי דעם בלייבט עס! בוק זיך שוין פאר דעם ווינט און איך לאז דיר פריי"
"אבער איך קען זיך נישט בוקן צום ווינט, דער מענטש איז דאך סאך שטערקער פון אים, אפילו ווען ס'בלאזט א שטארקער ווינט בלייבט דער מענטש שטיין..."
נמרוד'ס געדולד האט געפלאצט... "דו געמיינער כופר דו, ס'גייט מיר נישט אן דיינע אלע מעשיות, איך דין דעם פייער, וועל איך דיר אריינווארפן אין פייער, און לאמיר זעהן אז דער גאט וועם דו דינסט זאל דיר ראטעווען פון מיין פייער אפגאט!"
און ער ארויסגעגעבן דעם באפעל, "שוין זאל מען דעם אברם אריינשליידערן אין תפיסה! נאר טריקענע ברויט זאל מען אים דארט געבן, ניטאמאל קיין וואסער צו טרינקען זאל ער האבן, לאמיר זעהן וויאזוי ער קען זיך אן עצה געבן אן מיר דעם גרויסן אפגאט נמרוד!"
אברם איז געגאנגען אין תפיסה מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ, ער האט זיך גארנישט געשראקן, ער האט געוואוסט אז דער רבש"ע איז מיט אים און ס'וועט אים גארנישט פאסירן, און אזוי איז טאקע געווען, דער מלאך גבריאל האט אים אפגעווארט אין תפיסה, דארט האט ער שוין געהאט צוגעגרייט א קוואל פון ריינע וואסער, אזוי אז אפילו נמרוד האט נאר געשיקט טרוקענע ברויט האט אברם געהאט פיינע קוואל וואסער צו טרינקען.
א גאנצע יאר איז אברם געזעצן אין תפיסה, ביז נמרוד האט באשלאסן אז ס'איז שוין צייט אים צו באשטראפן, נמרוד האט צוזאמגערופן אלע זיינע שרים יועצים און חכמים צו א גרויסן זיצונג אויסצופלאנען וויאזוי דער מעמד פון פארברענען אברם זאל פארקומען, "ס'דארף זיין אויף א וועג אז אלע זאלן זעהן און פארשטיין אז ס'לוינט זיך נישט צו לייקענען אין דעם גרויסן אפגאט נמרוד!" האט נמרוד געזאגט מיט שטאלץ.
איינער פון די יועצים איז אויפגעקומען מיט א גוטן פלאן, און נמרוד האט גלייך ארויסגעגעבן א באפעל מען זאל עס שוין אויספירן.
אינעם דערפל ''אור כשדים'' האט נמרוד געהאט א גרויסן קאלעך אויוון, א באפעל איז ארויסגעגאנגען פון קעניג אז 40 טאג זאל יעדער מענטש ברענגען דאס מערסטע ברען מאטריעל וואס מ'קען צוזאמשלעפן, טויזענטער מענטשן פון אלע זייטן האבן זיך געשלעפט מיט העלצער קיין אור כשדים, נאך די פערציג טאג האט מען אנגעצינדן די אלע העלצער, דריי טאג האט מען עס געלאזט ברענען, ביז דער היץ איז געווארן אומדערטרעגליך, אלע מענטשן פון אור כשדים זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער ווייל דער גאנצער שטאט איז געווארן שרעקליך הייס אז מען האט נישט געקענט אטעמען.
טויזענטער מענטשן פון אלע שטעט ארום זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן דעם מעמד ווי מ'גייט פארברענען דעם אברם וואס לייקנט אינעם אפגאט נמרוד, צוליב די היץ איז יעדער געשטאנען גענוג ווייט, אלע דעכער און הויכע בנינים זענען געווען פול מיט מענטשן, אויך נמרוד איז געקומען צו פארן קיין אור כשדים מיטצוהאלטן דעם מעמד, ווען ער איז געווען צופרידן פון די היץ און פון די גרויסע צאל מענטשן וואס גייען מיטהאלטן ווי זיין שונא ווערט פארברענט האט ער געגעבן דעם באפעל צו גיין ברענגען אברם פון תפיסה.
ווען מען איז געקומען נעמען אברם האט דער שומר פון די תפיסה געלאכט, "איר זענטס געקומען נעמען א טויטן מענטש? ווייסט איר דען נישט אז שוין א יאר צייט וואס איך האב אים אראפגעלאזט אין גריב אריין נאר ברויט אן קיין וואסער, האלט איר דען אז א מענטש קען לעבן א יאר אן קיין וואסער?"
"די שלוחים האבן זיך אבער נישט געלאזט, "ס'איז א באפעל פון קייזער, גיי אראפ אין גרוב און ברענג ארויף דעם אברם" בלית ברירה איז דער שומר אראפגעגאנגען אין גרוב מיט א זיכערקייט אז ער גייט נאר טרעפן א הויפן ביינער, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן צו טרעפן אברם געזונט אין שטארק.
"אברם, דו לעבסט?! וויאזוי קען עס זיין? איך בין דאך עדות אז דו האסט נישט געהאט קיין וואסער די גאנצע יאר, וויאזוי קען א מענטש לעבן אן וואסער?"
"דער גרויסער באשעפער וואס שפייזט אלע באשעפענישן אויף די וועלט האט מיר באזארגט מיט שפייז אויך דא אין דעם גרוב."
דער שומר האט זיך אריינגעלאזט אין א שמועס מיט אברם, און צוביסלעך האט ער פארשטאנען אז אלעס וואס ער האט געגלייבט ביז היינט אין נמרוד און אין די אפגעטער איז הוילע שטותים, דער אמת איז וואס אברם זאגט אז אין הימל איז דא א גרויסער באשעפער וואס פירט די וועלט, ער איז געווען אזוי פארטיפט אינעם שמועס מיט אברם אז ער האט נישט געהערט די קולות פון אויבן, ווען די שלוחים האבן שוין אנגעהויבן צו שרייען גאר הויעך האט ער ענדליך דערהערט די קולות.
"וואו ביזטו דארט? פארוואס ברענגסטו נישט ארויף דעם אברם? דער גרויסער קעניג נמרוד ווארט אויף אונז!"
"עטס קענסט אייך גיין מיט נמרוד'ן צוזאמען!" האט דער שומר ארויפגעשריגן פונעם גרוב, "איך בין יעצט באקאנט געווארן מיט גרויסן גאט אין הימל וועם אברם דינט, און איך זעה אז ער איז דער אמת'ער באשעפער! דער נמרוד איז נישט מער ווי א פשוטער ליגנער..."
די שלוחים זענען געווארן אויפגעשוידערט צו הערן אזעלכע ווערטער, זיי זענען גלייך צוריק געלאפן צו נמרוד איבערגעבן וואס דא קומט פאר, האט געהייסן אויפן פלאץ אומברענגען דעם שומר מיט א שווערד, אבער אינטערעסאנט, מיט וויפיל שווערדן מ'האט געהאקט אויף זיין האלז האבן זיך אלע צובראכן...
נמרוד האט געשיקט אנדערע שלוחים ברענגען אברם, און אים אריינווארפן אין קאלעך אויוון, אבער ווי נאר די שלוחים זענען געקומען נאנט צום קאלעך אויוון זענען זיי אלע פארברענט געווארן און געשטארבן, אזוי האט נמרוד געשיקט שלוחים איינס נאך איינס, אבער אלע זענען געשטארבן, קיינער האט נישט געקענט צוגיין גענוג נאנט צום פייער אריינצואווארפן אברם.
נמרוד איז געווארן פארלוירן, וואס טוט מען דא, טויזענטער מענטשן שטייען און ווארטן צו זעהן ווי ער, דער גרויסער נמרוד, ווארפט אריין זיין גרעסטן שונא אין פייער, און דא קען ער זיך נישט קיין עצה געבן.
דער שטן וואס איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין גוטער פריינט מיט אברם איז צוהילף געקומען פאר נמרוד... ער האט זיך פארשטעלט ווי איינע פון די יועצים און ער איז געקומען מיט א פלאן, מען זאל ברענגען העלצער נעגל און שטריק, מען האט צוזאמגעשטעלט א וועגעלע וואס מ'קען מיט די שטריק קאנטראלירן פונדערווייטנס, און מיט א לאנגן שטעקן וואס איז געווען צוגעבינדן צום וואגן האט מען געקענט געבן א שטופ אריין אינעם פייער, מען האט עס אויספראבירט דריי מאל מיט שטיינער, מען האט אריינגעלייגט די שטיינער אינעם וועגעלע, מיט די שטעקענעס האט מען עס געשטיפט און מיט די שטריק האט מען עס קאנטראלירט ביז ס'איז אנגעקומען צום פייער, און דאן האט מען געגעבן א שאקל דעם שטעקן אין די שטיינער זענען אריינגעפלויגן אינעם פייער.
נאכדעם וואס די דריי פראבעס זענען געלונגען האט מען גענומען אברם, מען האט אים געבינדן הענט און פיס, און ענדליך האט מען אים אריינגעלייגט אין וועגעלע, אלע טויזענטער פאר אויגן זענען געווען אנגעשפיצט צום וועגעלע, יעדער איז געווען זיכער אז נאך פאר אברם וועט אנקומען צום פייער וועט ער שוין אנקומען פונעם גרויסן היץ, אבער דא האט פאסירט א וואונדערליכע זאך.
די מהפכה וואס אברם האט אנגעדרייט אין די וועלט.
ווי לאנג האט זיך אברם געדרייט אינעם כבשן האש?
פארוואס האט ער נישט געוואלט ארויסגיין?
המשך יבא אי"ה