ואאאאני און איך יעקב, והמסתעף

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

ואאאאני און איך יעקב, והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאני און איך יעקב, כאאאאאאאאאאאאא
טשיק איך בין דיך מטריח מיט מיין קבורה...................... ווייס איך דאך אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, אבער איך האב עס געטון ע"פ הדיבור....... ווען נבוזראדן (הרשע) וועט פארטרייבן די אידן אין גלות אריין........... וועט די מאמע רחל אויפשטיין פון איר קבר און וויינען און בעטן פאר אירע קינדער....... קול ברמה נשמע, נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בניה........ וויין נישט רחל....... דיינע קינדער וועלן זיך צוריק קערן צו ארץ ישראל.

אט דער ניגון, איז א ניגון וועלכער ווערט געזונגען בכל (אקעי, אפשר נאר ברוב) תפוצות ישראל, און די קינדער קומען אהיים פון חדר גאר פרייליך אז זיי קענען שוין דעם ואני, טייל מאכן א גאנץ עסק דערפון, איין חדר ווייס איך וואס טיילט ואני קאפ קעיקס פאר אלע קינדער וואס קענען עס זינגען אליינס, ווען איך בין געווען א קינד האט מען געמאכט א גאנץ געשעפט, מען האט געברענגט א טעיפערקאדער, און מען האט אפגעכאפט ווי איך זינג ואני, אךךךך פרעגט נישט, ס'יז געווען הימל און ערד און ואני.

אבער אינטערעסאנט איז, אז דעמאלס האט עס נישט געטראגן קיין סאך מער געוויכט פאר מיר ווי דער עסק וואס מען האט געמאכט פון דעם. היינט אבער, ווען איך הער מיינע אייגענע קינדער דאס זינגען, האט דאס גאר אן אנדערן משמעות, און מיט יעדן יאר, און מיט יעדן קינד וואס איך הער עס פון דאסניי און פון פריש, ערוועקן זיך אין מיר די געפיהלן מער און מער.

איך הייב אן צו זען די הייליגע אבות הקדושים, נישט נאר אלס די מיסטישע וועזנס צו וועלכע מיר האבן נישט קיין שום שייכות, נאר פשוט אלס יומען ביאינגס. מענטשן, וועלכע האבן געהאט געפיהלן און האבן זיך געראנגלט מיט זייערע פראבלעמען, אזוי ווי מיר ראנגלען זיך מיט אונזערע. עס איז דא אזא סארט נייגונג צווישן פילע מענטשן, אנצוקוקן די תורה אלס די גרויסע בוך וועלכע מאכט אונז שווער דאס לעבן, אנדערע פארשטייען בעסער אז דאס מאכט אונז גאר גליקליך, אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון. נאר מיר האבן צו דעם גרויסן הייליגן מתנה זוכה געווען.

ווייניג אבער, זעען דורך די אלע זאכן צו טרעפן די געפיהל. צו טרעפן אין די תורה די ענטפערס פאר אלעס, אלעס אלעס אין אונזער לעבן. ווען מיר ראנגלען זיך מיט אונזערע געפיהלן, ווען מיר גייען אדורך אלע סארט שוועריגקייטן וואס דער לעבן ברענגט אויף אונז, פארגעסן מיר צומאל צו געבן א קוק אין די תורה און זען וואס מיר קענען פון דארט שעפן אויף דעם.

איך וויל נישט דא אריינגיין צו באריכות איבער דעם ענין. סיי ווייל הזמן יכלו והם לא יכלו, און סיי ווייל דאס באלאנגט אין ראם פון אן עקסערע ארטיקל, און סיי ווייל איך וויל נישט פארקריכן פון דעם נושא פון ואאאאאאני.

אלזא, יעקב גייט גיין פון דער וועלט, ער האט געהאט א שווער לעבן, אויף די עלטערע יארן חתונה געהאט, און ערשט האט מען אים אויסגענארט, און ווען נאכדעם האט ער שוין ענדליך באקומען דאס וואס ער האט אזוי געדארפט, האט ער נאך געדארפט ווארטן א שיינע פאר יאר צו זען א קינד, עעעעעענדליך האט ער זוכה געווען צו דעם אזוי געגארטן יוסף'ל.

נו, ביי די זיבעצן יאר האט מען אים ארויסגעריסן פון זיין שויס, צוויי און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט און מיטגעמאכט ליידן און פיין, יעקב האט אין די זעלבע צייט געוויינט און געקלאגט, כי ארד אל בני אבל שאולה. אוי איז דאס געווען ביטער.

אצינד האלט מען שוין נאך דעם אלעם, יעקב האלט ביי די לעצטע טעג פון זיין לעבן, ער האט ב"ה זוכה געווען צו א שיבה טובה, ויחי יעקב זאגט דער תנא דבי אליהו אז די יארן זענען די בעסטע אין זיין לעבן, ער האט געלעבט אן צער ומכאובים און אויך אן דעם יצר הרע, אזוי אז עס איז געווען ויחי, געלעבט. און, ער רופט אריבער זיין טייערן באליבטן זין, זיין טייערן יוסף'ל. אמת, יוסף איז א קעניג, יוסף פירט א ווערטשאפט, ער פירט א מלוכה, ער איז ביזי מיט פרעה'ס פאליטיק. אבער דער פאטער יעקב, ער זעהט נישט דאס אלעס, ער ווייסט אז נאך אלעם איז יוסף א בשר ודם, און ער האט געפיהלן, און ער דארף זיך ספראווען מיט זיי, און יעקב וויל נישט אז יוסף זאל ארומטראגן מיט זיך זיינע ווייטאג לעולם ועד, בפרט נאך דעם וואס ער אליינס וועט שוין נישט זיין דא צו געבן יוסף זיין חיזוק, זיין ווארימקייט און ליבשאפט וואס נאר א טאטע קען געבן, בפרט נאך ווען ער האט זיין מוטעליכע ליבשאפט נישט געהאט פון אלס קליין קינד.

אלזא, ער שיקט א שליח צו יוספ'ן אז ער איז נישט געזונט און אז ער זאל קומען צו גיין. יוסף קומט. ויתחזק ישראל, דער קעניג קומט און יעקב שטרענגט זיך אן פאר זיין זונדל און ער זעצט זיך אויף. אבער איינמאל יוסף איז מיטן טאטן, פארגעסט מען פון דעם אלעם: טייערער יוסף, איך האב דיך אזוי ליב, און כאטש, צו מיין באדויערן, האב איך נישט געקענט פארברענגען מיינע יארן אזוי נאנט צו דיר ווי איך וואלט געוואלט, איז אבער מיין ליבשאפט צו דיר גארנישט קלענער געווארן. און טאקע דערפאר, און טאקע כדי דו זאלסט דאס זען, גיב איך דיר גאר עפעס ספעציעל, שני בניך הנולדים לך עד בואי אליך מצרימה לי הם. דו האסט צוויי קינדער, מנשה און אפרים, איך נעם זיי אריין אין דעם רייע פון מיינע קינדער, דו וועסט זיין צוויי שבטים, נישט איינס. פון דיינע קינדער וועלן זיין צוויי נשיאים, נישט איינס.

און יעצט, יעצט מיין טייער קינד, וויל איך מיך מיט דיר אביסל אדורך שמועסן:

ואאאאאאאאאאאאאאאאני און איך יעקב (אוי, עס קומט מיר צו וויינען) כאטש איך בין דיך מטריח מיט מיין קבורה, אבער מיט דיין מאמע רחל האב איך נישט אזוי געטון..........
ווייס איך דאך אז דו ביסט ברוגז אויף מיר..... וואס? ברוגז? יוסף הצדיק? ער האט געפירט אזעלכע חשבונות? ער האט דאך אינזינען געהאט פיל העכערס. אבער ניין. יוסף איז א בשר ודם, און ער האט געפיהלן, און יעקב, דער הייליגער יעקב, דער בחיר שבאבות, מיט זיינע גאלדענע מידות האט געוויסט דאס אפצושאצן, און האט אויך געוואוסט זיך צו רעכענען מיט דעם. יא, מען דארף יוסף'ן פארשטיין געבן, מען דארף אין בארואיגן. ער דארף וויסן דעם אמת.

און יעקב גיבט זיך ארויס זיין הארץ, און שמועס זיך אדורך מיט יוסף, און אין איינוועגס פארציילט ער אים שוין אביסל סודות, מכבשונו של עולם. וואוסן זאלססטו, אז מעשי אבות סימן לבנים, און עס וועט קומען א צייט, און פונקט ווי דו ביסט פארטריבן געווארן, און דו האסט זיך אפגעשטעלט אויף דיין מאמעס קבר וויינען און זיך אויסבעטן, אזוי וועט קומען א צייט ווען אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן געפירט ווערן אויף דעם זעלבן וועג, און זיי וועלן דאן אדורכגיין דיין מאמעס קבר, און זיך אפשטעלן דארטן, און וויינען און בעטן ביים אויבערשטן.

און וואס מיינסטו, דיין מאמע וועט נישט שטילן בלייבן, זי וועט אויפשטיין פון איר קבר, און וועט איינרייסן ביים הייליגן באשעפער, און וועט פאדערן און מאנען און נישט נאכלאזן. מאנה להנחם, מען פרובירט איר צו טרייסטן, אבער ניין, זי לאזט זיך נישט. מאנה. איך לאז זיך נישט טרייסטן. הייליגער באשעפער, דו מוזט מיר ענטפערן עפעס קראנט, נישט סתם טרייסט ווערטער. און אזוי וועט זיך פארפירן ווייטער און ווייטער ביז........ ביז דער אויבערשטער וועט דערהערן, ער וועט זיך מוזן רעכענען מיט דעם. ער וועט איר מוזן ענטפערן.

כה אמר ה', מנעי קולך מבכי, ועינייך מדמעה כי יש שכר לפעולת נאום ה', ושבו מארץ אויב, ויש תקוה לאחריתך נאום ה', ושבו בנים לגבולם.

(שוין, איך קען נישט מער יעצט) די געפיהלן, די עמאושענס זענען אזוי עכט, אזוי רוי, אז איך ווייס נישט וואס צו זאגן אויף דעם. וועל איך עס טאקע דערפאר לאזן דא דערווייל, און האפנטליך ממשיך זיין מיט דעם והמסתעף, אביסל שפעטער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שוין איינמאל געזאגט טהור'ל. ווען דו צושפילסט דיין פעדער איז א מחי' פאר אונז אלע. דארפסט עס נאר טון מער אפט.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

טהור האסטעס גוט געמאכט מיט מיר אויפגעשטורעמט מיינע געפילן וואו ס'ברויכצוזיין, אוי מאמע רחל אל תמנע קולך מבכי, אוי וויין מאמע וויין, טהור'ל ווי וואנט מאר
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עיין הדף האחרון בווי איז דער מקור, שעסקו החברים קצת בהסוגיא
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יוי ביניך עמאשינעל! זאגסט דאך אזוי גוט...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

מיין פעטער זז״ג איז געווען פאר עטליכע יאר ביי קבר רחל,
האט ער מיר דערציילט, אז דאמאלס איז אויך דארט געווען א כיתה מיט יונגלעך, און זיי האבן אראפגעלייגט דעם ואאני,
אוי האט זיך דארט געגאסן טייכן טרערן.
שכל קומט מיט די יארן...
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

טהור טייערע, אז דו האסט מיך שוין גענומען און גוט אויפגעשאקלט וואלט איך זיך געוואלט דורך שמועסן מיט דיר.
איך האב לעצטענס געטראכט פון אפשרייבן אן ארטיקל אלעס בנוגע וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען

אט אט..
ווען מ'לערנט די גמרא אין סנהדרין אדער די גמרא אין בבא בתרא וואס רעדט פון אט די שיינע זאכן נעמט זיך קאכן און בענקן עפעס אן אויסטערלישן גלוסטעניש. די מח נעמט זיך שפינען ווי אליהו הנביא קומט צו גיין און איז אונז מבשר דעם בשורה טובה. און פלוצים באווייזט זיך א עני רוכב על החמור. מיט אים קןמען מיט אלע צדיקים וקדושים פון די פריערדיגע דורות. יעדענס פנים לייכט, מיר טרעפן זיך מיט אןנזערע זיידעס מיר באקענען זיך מיט אונזערע פירערס משה ואהרן שטייען ביים שפיץ. זיידע יצחק'ס פנים שטראלט אז ער איז דער וואס האט גענומען אויף זיך און אין זיין זכות איז מען אויסגעלייזט געווארן. מאמע רחל ווישט זיך די טרערן פון פרייד נאכן זיך אנהערן די אלע יארן מיט אזויפיל פיין און לייד.
די פעלקער וועלן הערן אז ביי די אידן דרייט זיך עפעס א שמועה וועגן א גואל, עס וועט זיי נישט שמעקן.
ס'וועלן זיך צוזאמנעמען טויזענטער און צענדליגע טויזענטער גוים מלחמה צו האלטן מיט משיח. די מלחמה וועט זיין א שווערע און א שרעקעדיגע אבער מיטן אויבערשטענס הילף וועט מען זיי בייקומען און דאן וועט ווערן א נייע וועלט וואס וועט זיין ומלאה הארץ דיעה.

אך.. וואו האב איך געקענט פארגעסן צו רעדן פונעם גרויסן סעודה'ניו וואס וועט דעמאלטס זיין,ווי שיין וועט דעמאלטס זיין ווען יעדע צדיק וועט זיך זיצן אין זיין הערליך באצירטן חופה, ווי זיס וועט זיין צוצוקוקן די שיינע שפיל וואס די שור הבור און די לויתן וועלן זיך רייסן. מלאך גבריאל וועט אויך א טייל נעמען.. און ווען ס'וועט אויסזעהן ווי אט אט גייט די פיש בייקומען וועט דער אייבערשטער אליין הארגענען דעם פיש און מ'וועט טיילן שריים פאר יעדן. דארט וועט זיין די שענסטע קלעזמער שפילערס אינטער די פירערשאפט פון דוד המלך. שלמה המלך וועט גיסן פערל ווערטער. א שמייכל וועט ווערן אויסגעצויגן אויף יעדעם ווען מ'וועט אפיר ברענגן דעם יצר הרע און יעדער וועט אים דערקענען אז ער איז דער וואס האט אונז געוואלט און דראנג ווארפן, טרערן וועט זיך גיסן ווען מ'וועט אים שעכטן בפני כל העם.. דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין א פייערדיגן טאנץ וואו כביכול קוב"ה וועט זיצן אינמיטן און ס'וועט זיין א רינג און יעדער וועט אנצייגן מיט די פינגער.. "ער איז דער אויף וועם מיר האבן אייביג געגלייבט".

פון דאן און ווייטער וועט מען לעבן א זיס לעכטיג לעבן אן קיין דאגות און אן קיין פלאג.
אבער ווען די וועלט וועט אנקומען צום אלף השביעי גייט די וועלט חרוב ווערן. אלע צדיקים וועלן באקומען פליגלען און זיי וועלן הויערן אויף די וועלט און דער בוכ"ע וועט איבערמאכן די גאנצע וועלט און פון דא אין ווייטער איז עין לא ראתה...

מיר האפן און קוקן ארויס, מיר גלייבן און גארן יעדן טאג און יעדע מינוט אז אט אט וועט דאס געשעהן. ס'וועט שוין צו לאנג נישט נעמען! מיר האלטן שוין פרייטאג נאכמיטאג ממש ביים פייפ..


נ.ב. אלעס וואס מיר האבן געשריבן איז ארויס פון מח אן קיין ספרים, פשוט מיר האבן זיך נישט גערישט אז די געפילן וועלן זיך אזוי צוקאכן און מיר האבן נישט געטראכט יעצט צו שרייבן דערוועגן, אבער מיר האבן זיך פשוט נישט געקענט קאנטראלירן. מיר נעמען פאראנטווארליך פאר יעדעס ווארט אלעס איז געבויט אויף מדרשי חז"ל אדער פון גמרא ראשונים אחרונים. אויב איינער וויל א מקור זאל אנפרעגן.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א גרויסן ייש"כ פאר אלע מגיבים, ספעציעל פאר ברענעריי פארן נוצן מיין אשכול זיך אויסצוגעבן זיינע געפיהלן אין פארם פון א שיינעם ארטיקל. תהיו כולכם מבורכים.

און אצינד וויל יאך ממשיך זיין. אויב איר וועט באמערקן, האב איך אין דעם קעפל אריינגעלייגט א ווארט "והמסתעף", דאס האט געהאט א כוונה, ווייל איך האב געוואלט ממשיך זיין, נישט זיך אפשטעלן דארט. און דאס וועט אויך מסביר זיין פארוואס איך האב דעם אשכול מייסד געווען אין היכל הנגינה, (כאטש די מנהלים דא האבן עס אריבערגעפירט דא אהער).

איז אזוי, דער ואני ווערט דאך געזינגען אויף אזא ניגון. וואלט איך צום ערשט געוואלט וויסן אויב איינער האט סיי וועלכען מושג פון וואנט דער ניגון שטאמט. איך זעה אן אינטערעסאנטן זאך. נעמט למשל די פיר מקומות, סאטמאר, סקווירא, באבוב און וויזניץ. אלע פיר קומען פון גאר אנדערע מקומות, סאטמאר- אונגארן, באבוב - גאליציע, סקווירא - רוסלאנד, וויזניץ - בוקאווינע\רומעניע, און אין אלע פיר מקומות זינגט מען דעם זעלבן סארט ניגון אויף ואני, וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן פון ווי דאס קומט.

דערנאך וויל איך דא רעדן פון נאך א פרט. דער ואני האט אינספירירט עטליכע זינגערס\קאמפאזירערס, צו מאכן ניגונים אויף די ווערטער וועלכע מען דערמאנט מיט אזויפיל בענקשאפט אין די פסוקים, נעמליך די וווערטער וועגן רחל אמנו. די ווערטער קומען בעצם פון פסוק, עס זענען דא דריי פסוקים אין ירמי' (דאכצעך קאפיטל ל"א) ווי עס שטייט דארט אזוי: כה אמר ה' קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בניה מאנה להנחם על בניה כי אננו. כה אמר ה' מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה כי יש שכר לפעולתך נאום ה' ושבו מארץ אויב. ויש תקוה לאחריתך נאום ה' ושבו בנים לגבולם.

אויף אט די ווערטער, אדער טייל פון זיי, זענען דא מערערע ניגונים, טייל בעסערע טייל שוואכערע, אבער הצד השווה שבהם, אז זיי טרייען אלע ארויסצוברענגען די געפיהלן וועלכע געפונען זיך אין די פסוקים, דורך נגינה.

וואלט איך געוואלט מען זאל דא ארום רעדן וויפיל אזעלכע ניגונים עס זענען דא, און ווער האט זיי געמאכט וגו' וכו'. און אויב מעגליך ברענגען לינקס צו זיי.

וועל איך אלזא אנהייבן. איך האב ביי מיר אין באזיץ דעם קאסעטל פון בעלזא, תהא השעה הזאת, און דער צווייטער ניגון דארט איז אויף די אויבענדערמאנטע ווערטער. ער זינגט דארט אויס די גאנצע דריי פסוקים. איך ווייס נישט ווער דער קאמפאזירער איז (איך האב נישט דעם דעקל, ברבות השנים איז עס מיר נעלם געווארן) אבער דער זינגער איז ר' ירמי' דמן, וועלכער מאכט עס שוין אינטערעסאנט, ווייל די פסוקים שטייען אין ספר ירמי', און דא זינגט עס טאקע ירמי' אליינס (הגם נישט ירמי' הנביא...).

עס איז ווי איינגעטיילט אין דריי טיילן, יעדעס פסוק עקסטער, און ער ברענגט זייער גוט ארויס די געפיהלן. אין דעם ערשטן טייל ניגון, ווי ער זינגט דעם ערשטן חלק, ווי רחל וויינט מיט א ביטערע געוויין און קלאג, זינגט ער טאקע אזוי מיט א טרויעריגער בענקעדיגער ניגון, דערנאך גייט ער אריבער צום צווייטן טייל, ווי דער אויבערשטער זאגט איר אז זי זאל נישט וויינען, דאס איז שוין אביסל מער מיט חיזוק און האפענונג. אבער דערנאך גייט ער אריבער צום לעצטן טייל פון ויש תקוה לאחריתך, און דא זינגט ער שוין מיט א שנעלן לעבעדיגן ניגון, וועלכער איז טאקע מלא תקוה ונחמה.

אויב איינער האט א וועג וויאזוי ארויפצושטעלן דעם ניגון דא, אדער עפעס מוסיף זיין, תבא עליו ברכה.

און איך לאדן איין דעם עולם דא אראפצוברענגען און אויסשמועסן נאך ניגונים אויף די ווערטער. איך געדענק זיכער אז עס זענען דא נאך, איך געדענק נאר נישט פונקטליך וואס ווי ווער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיין זיידע ע"ה איז געווען א מלמד אין בעלזא א קיימא לן פון א קרוב צי פערציג יאר, ער האט געהאט עפעס אן אנדערן ענליכן נוסח אויף ברכת יעקב, שירת הים, און נאך עפעס א הערליכן נוסח אויף שיר השירים, כפי ידיעתי האט ער עס מקבל געווען פון הגה"ח המחנך הנודע ר' חיים יהודה יעקובזון ז"ל בעמח"ס חומש למשמעות,
עס ליגט נאך אין זכרון פון זיינע פילע תלמדים
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

טהור, דער ניגון אויפ'ן 'תהא' טעיפ איז באמת גאר שיין און געפיליש.
דער אינגעלע דארט הייבט אן אזוי הארציג: קול, קול ברמה וכו'. דערנאך קומט די פרייליכע בשורה: כה אמר ה' מנעי קולך מבכי וכו'.
אויב דענק איך גוט, איז פון יאסעלע ראזענבלאט אויך דא א ניגון דערויף.


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שעהן שעהן טהור'ל שטארק עמאציאניליסטיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

נו, שוועמל, איר ווייסט נישט פון עפעס א ניגון אויף די ווערטער?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הערשט יעצט געליינט
הערליך! טהור
זייער געפיליש.



ברענעריי האט געשריבן: איך האב לעצטענס געטראכט פון אפשרייבן אן ארטיקל אלעס בנוגע וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען

זייער שיין.

שוועמל האט אמאל שיין באשריבן משיח'ס אנקום, דא .

זאל ער נאר אנקומען במהרה בימינו
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

יואל ווייס האט געשריבן: טהור, דער ניגון אויפ'ן 'תהא' טעיפ איז באמת גאר שיין און געפיליש.
דער אינגעלע דארט הייבט אן אזוי הארציג: קול, קול ברמה וכו'. דערנאך קומט די פרייליכע בשורה: כה אמר ה' מנעי קולך מבכי וכו'.

טעות לעולם חוזר - איך האב פארמישט די יוצרות, דער ניגון איז אויף נודה לךפון מתיקות #2.
דער ניגון אויף תהאהייבט זיך אן: ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן די אידן אין גלות אריין, און איז אויך גאר שיין.


יואל ווייס האט געשריבן: אויב דענק איך גוט, איז פון יאסעלע ראזענבלאט אויך דא א ניגון דערויף.

דא דערמאנט מען עס.


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איך הייב טאקע שוין אן דאס צו חזר'ן, אז ווען עס קומט א' ויחי, זאל איך שוין קענען אויפהייבען מיין הענט, ווייזען פאר די רעבע מיינע צוויי פינגער,
דער רבי פרעגט יא וואס איז
און איך ענפער כ'קען עס שוין, כ'קען עס איבער זאגען,
אין מאנטאג ווערט דער רעבע געפלעפט ווען כ'קען שוין דער שמעון ולוי אחים...
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5148
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

טהור'ל מורא'דיג,
איך זיץ און איך ליין דיין ארטיקל, ווען אינמיטן פיל איך א טראפ אויף מיין האנט, נאך פאר איך כאפ מיך וואס ס'גייט פאר, שפיר איך נאך איינס, איך הייב אויף מיינע אויגן צו זעהן אפשר ליקט פון די דאך, און איך זעה אז נישט,
פלוצלינג כאפ איך זיך אז דאס קומט פון מיינע אויגן,
יא טהור'ל האסט דאס אזוי גוט אראפ געלייגט, אז כ'האב מיטגעוויינט מיט יוסף'ן,
ייש"כ האלט אן ווייטער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

והוא פלאי האט געשריבן: עיין הדף האחרון בווי איז דער מקור, שעסקו החברים קצת בהסוגיא

לכאורה דאס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ס'איז דא א קליפ פון "פראדזשעקט אהיים" ווי א אלטער איד פון וויזניץ (כ'מיין ער איז אפי' א פרייער ליידער) זינגט אזוי זיס ואני מיטן היימישען אידיש מיטן מארמאראשער אקצענט, עס איז אויף יו טוב סא איך קען נישט לינקען אהער, (אז איינער וויל עס לייגן אויף מה נשמע וכדו' זאל ער מעלדען אין אישי וועל איך אים געבן די לינק)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א גרויסן יישר כח טהור'ל הנאה געהאט
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לויט דעם "ואני" וועט אויס קומען אז יוסף הצדיק האט ביזן טאג פין יעקב אבינו'ס פטירה האט נישט געוויסט פארוואס יעקב אבינו האט באגראבען רחל אינמיטן וועג, יוסף הצדיק האט אנגענומען פשוט אז יעקב אבינו האט אזוי פארשטאנען פרעגט ער נישט קיין שאלות. יעצט אבער אז יעקב אבינו בעט פין יוסף אז איהם זאל מען פירען קיין ארץ ישראל צו ווערען באערדיקט אין מערת המכפלה, ערשט יעצט האט יעקב אבינו געפילט וויכטיג מגלה צו זיין סיבת הדברים.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: ס'איז דא א קליפ פון "פראדזשעקט אהיים" ווי א אלטער איד פון וויזניץ (כ'מיין ער איז אפי' א פרייער ליידער) זינגט אזוי זיס ואני מיטן היימישען אידיש מיטן מארמאראשער אקצענט, עס איז אויף יו טוב סא איך קען נישט לינקען אהער, (אז איינער וויל עס לייגן אויף מה נשמע וכדו' זאל ער מעלדען אין אישי וועל איך אים געבן די לינק)


נא ס'איז ממש א שאד, עס איז מורא'דיג זיס, ס'איז נישט כדי צו פארפאסען, יעצט ויחי, איינער זאל זיך מעלדען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

יש, לויט געוויסע מפרשים האט ער יא געוויסט.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: ס'איז דא א קליפ פון "פראדזשעקט אהיים" ווי א אלטער איד פון וויזניץ (כ'מיין ער איז אפי' א פרייער ליידער) זינגט אזוי זיס ואני מיטן היימישען אידיש מיטן מארמאראשער אקצענט, עס איז אויף יו טוב סא איך קען נישט לינקען אהער, (אז איינער וויל עס לייגן אויף מה נשמע וכדו' זאל ער מעלדען אין אישי וועל איך אים געבן די לינק)


נא ס'איז ממש א שאד, עס איז מורא'דיג זיס, ס'איז נישט כדי צו פארפאסען, יעצט ויחי, איינער זאל זיך מעלדען!


א פאר האבן זיך געמאלדן, כ'האב געשיקט, וועל מער ווארטן ביז איינער וועט ארויף לייגן, און דערנאך קאמענטירן, אויפן ניגון, אויף די גרייזן, און אויף דעם פערזאן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דא האסטו עס אויף יו-סענד-איט https://www.yousendit.com/download/T2dl ... a1hvS3NUQw זייער זיס.
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע:האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

הא הא זיס ווי ציקער

יעצט וואס האסטו ציצלייגען אויף דעם ?
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”