moishy56האט געשריבן:↑פרייטאג יולי 19, 2024 7:03 am
אויף קרעטשמע פארציילט אייינער אז מ'האט געמאכט א שבת שבע ברכות אין א האטעל. מ'האט געלייגט 2 שבת לעכט אויף א בענקל ביי די וואנט. אינם זאל איז געוועהן 178 בענקלעך. אינמיטן מעריב ליל שב''ק האט איינער פון די גויים געזוכט נאך 2 בענקלעך, האט ער אוועקגענומען די לעכט, און גענוצט די בענקל צו ערפילען די חלל. פרעגט זיך א שאלה: זענען יעצט אלע 180 בענקלעך מוקצה?דבר שיש לו מתירין, אפי' באלף לא בטל.
.
אויב א אינדיווידיאלע מענטש האט געלייגט די לעכט קען ער נישט אסר'ן די בענקלעך, די שאלה איז נאר ווען די מארגן-בעל שמחה וכדו' וואס האט אפגעדינגען די פלאץ האט געלייגט די ליכט דאן אדם אוסר את שלו
אב לאנדאןהאט געשריבן:↑פרייטאג יולי 19, 2024 7:59 am
moishy56האט געשריבן:↑פרייטאג יולי 19, 2024 7:03 am
אויף קרעטשמע פארציילט אייינער אז מ'האט געמאכט א שבת שבע ברכות אין א האטעל. מ'האט געלייגט 2 שבת לעכט אויף א בענקל ביי די וואנט. אינם זאל איז געוועהן 178 בענקלעך. אינמיטן מעריב ליל שב''ק האט איינער פון די גויים געזוכט נאך 2 בענקלעך, האט ער אוועקגענומען די לעכט, און גענוצט די בענקל צו ערפילען די חלל. פרעגט זיך א שאלה: זענען יעצט אלע 180 בענקלעך מוקצה?דבר שיש לו מתירין, אפי' באלף לא בטל.
סימן קב דין דבר שיש לו מתירין. ובו ד' סעיפים: כל דבר שיש לו מתירין כגון ביצה שנולדה ביום טוב שראויה למחר אם נתערב' באחרות בין שלימה בין טרופה אינה בטלה אפילו באלף ואפי' ספק אם נולדה בי"ט ונתערבה באחרו' אסורו' ואם נתערבה בשאינה מינה בטלה בס'. שטייט דא קלאר מבואר אז אפילו ספק מוקצה איז אסור כשיש לו מתירין
חוץ מזה וואס ביי א תערובת ווי ס'איז ודאי אריינגעמישט אן איסור קומט נישט אריין ספק דרבנן לקולא.
קאכעדיגעהאט געשריבן:↑דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:49 am
פאר די יודן וואס עסן פיש מיט די הענט, אבער ווילן נישט פאטשקענען, פיר איך מיר אפצוטיילן די פיש פון די ביינער קודם מיט א גאפל, אוכל מתוך פסולת, און נאכדעם עס איך מיט די הענט די ריינע פיש הייסט דאס נישט בורר אוכל מתוך פסולת "בכלי" וואס איז א דאורייתא?
ברירה בכלי איז נאר ווען דער כלי איז דער מבחין צווישן די אוכל און די פסולת, ווען מ'נוצט די כלי במקום די הענט הייסט עס נישט בכלי.
אוראייניקלהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:27 am

כ'האב אמאל געהערט פון א בארימטע דיין אז מ'מעג געהעריג בורר זיין די ביינער פונקט ווי אינדערוואכן.
דער ביאור הלכה ברענגט שוין א שמועס דערוועגן (סי' שיט ס"ד ד"ה מתוך אוכל) אז דער מאמר מרדכי איז מחמיר, און אז די וועלט איז מקיל, און ער ברענגט דארט א לימוד זכות דערויף.
אוראייניקלהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:27 am
קאכעדיגעהאט געשריבן:↑דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:49 am
פאר די יודן וואס עסן פיש מיט די הענט, אבער ווילן נישט פאטשקענען, פיר איך מיר אפצוטיילן די פיש פון די ביינער קודם מיט א גאפל, אוכל מתוך פסולת, און נאכדעם עס איך מיט די הענט די ריינע פיש הייסט דאס נישט בורר אוכל מתוך פסולת "בכלי" וואס איז א דאורייתא?
ברירה בכלי איז נאר ווען דער כלי איז דער מבחין צווישן די אוכל און די פסולת, ווען מ'נוצט די כלי במקום די הענט הייסט עס נישט בכלי.
כח און מחהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:20 am
moishy56האט געשריבן:↑פרייטאג יולי 19, 2024 7:03 am
אויף קרעטשמע פארציילט אייינער אז מ'האט געמאכט א שבת שבע ברכות אין א האטעל. מ'האט געלייגט 2 שבת לעכט אויף א בענקל ביי די וואנט. אינם זאל איז געוועהן 178 בענקלעך. אינמיטן מעריב ליל שב''ק האט איינער פון די גויים געזוכט נאך 2 בענקלעך, האט ער אוועקגענומען די לעכט, און גענוצט די בענקל צו ערפילען די חלל. פרעגט זיך א שאלה: זענען יעצט אלע 180 בענקלעך מוקצה?דבר שיש לו מתירין, אפי' באלף לא בטל.
.
אויב א אינדיווידיאלע מענטש האט געלייגט די לעכט קען ער נישט אסר'ן די בענקלעך, די שאלה איז נאר ווען די מארגן-בעל שמחה וכדו' וואס האט אפגעדינגען די פלאץ האט געלייגט די ליכט דאן אדם אוסר את שלו
יש מקילין, היות חוסר שינה הייסט נישט קיין חולי (אבער נאר אויב עס קומט נישט מחמת חולי הגוף אדער הנפש ווי נערוון וכדו', וואס דעמאלטס דארף עס שוין זיין א חולי כל הגוף ווי למשל אז דורכ'ן נישט שחאפן וועט ער זיין נופל למשכב וכדו', מ'זאל מעגן נעמען די טאבלעטן).
ויש מחמירין אויף אלע זאכן וואס קומען כדי צו מאכן א שינוי אינעם גוף.
למעשה שטייט אין די היינטיגע פוסקים אז לחוש להמחמירים, אויב מ'קען זאל מען עס צורייבן און אריינמישן אין א מאכל אדער משקה מערב שבת, ס'זאל נישט זיין ניכר.
1. אויב די פלייש איז טייערער ווי די ברויט, און געווענליך נוצט מען נישט די ברויט לצורך סעודת שבת, ווערט דאס לעדל א בסיס צום פלייש, און מ'מעג נישט מטלטל זיין דעם גאנצן לעדל.
2. און אפילו על הצד וואס דער לעדל ווערט נישט קיין בסיס, ווי למשל ווען די ברויט איז די זעלבע ווערד ווי די פלייש אדער מער, אדער ווען ס'איז חלות וואס מ'נוצט פאר שבת וואס ס'איז אנגענומען אז דאס האט א חשיבות וואס וועגט איבער אנדערע זאכן, מעג מען נאכאלץ נישט מנער זיין קיין מוקצה ווען ס'איז לצורך דבר המוקצה (מג"א סי' ש"ט סק"ה), מילא מעג מען נישט אריינגיסן דאס פלייש אויך נישט.
אן עצה איז יא דא באופן זה, ע"פ המבואר בפוסקים אז לצורך מקומו מעג איך מחליט זיין יעצט אז כ'וויל נוצן דעם מקום פאר א שימוש היתר כדי צו קענען מטלטל זיין דעם מוקצה, אפילו בעצם וויל ער עס מטלטל זיין כדי די מוקצה זאל נישט ניזוק ווערן, איז אויב קען ער טרעפן עפעס א שימוש וואס צו נוצן יענעם לעדל, מעג ער יא מנער זיין דעם לעדל (וכאמור נאר באופן ס'איז נישט געווארן קיין בסיס).