חילוקים אין פרינציפן פון חסידישע, ליטווישע, ספרדישע הכשרים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בנוגע וואס רב בעלסקי ענטפערט אפ, איך פארשטיי נישט זיין טענה, לאמיר נעמען א משל דאס וואס די נירבאטור האט געזאגט, איין געשעפט האט חלב עכו"ם, די געשעפט קעגן איבער האט חלב ישראל, לויט ווי איך פארשטיי פון רב בעלסקי'ס ענטפער האט OU אפגעמאכט אז זיי לאזן דעם געשעפט ניצן חלב עכו"ם ווייל אויב נישט וועט יענער נישט ווילן האבן דעם OU הכשר, און ממילא וועט אויסקומען אז אידן וועלן האבן נישט כשר'ס. איז מיין שאלה האבן זיי טאקע געפרעגט דעם געשעפטס-מאן? אדער האבן זיי אפגעמאכט אז חלב עכו"ם איז מותר אן קיין שאלות, מכח אמאל גייט זיך אזוי טרעפן אז דער געשעפטס-מאן גייט נישט ווילן האבן חלב ישראל, און אויב זיי גייען זיך האלטן פעסט גייט א איד עסן נישט כשר?

וואס איך מיין צופרעגן, איז טאקע אזוי אז יעדע מאל ווען עס איז נוגע צו ניצן חלב עכו"ם הייסן זיי קודם ניצן חלב ישראל, און נאר אויב יענער וויל נישט לאזן זיי ניצן חלב עכו"ם?

נאך אזאך וואס איך האב נישט געכאפט וואס ער זאגט דארט, ער טענה'ט אז די הכשר איז למהדרין מן המהדרין, אנדערש ווי אין א"י וואס האט לעוועל'ס, איז דאס טאקע אזוי? א מינוט צוריק און א מינוט נאכדעם זאגט ער דאך אז דער יחיד זאל טאקע נאר ניצן חלב ישראל, נו וויזוי קען איך יחיד יעצט ניצן א OU מילכיגע פראדוקט? - זיי מוזן דאך עס צושטעלן ווייל א איד אין אלאסקע וואס האט נאר דאס, וואלט געגעסן טריפות אויב נישט, - אבער איך? ווי קען ער זאגן אז דאס איז למהדרין מן המהדרין? און אנדערש ווי אין א"י וואס דארט איז דא לעוועל'ס, נאר דאס איז טאקע למהדרין מן המהדרין? אין מיינע אויגן האט ער אנשטאט הייבן די לעוול וואס סתם עמך אידן עסן, האבן זיי גענידערט דעם לעוול פון דעם מהדרין מן המהדרין איד...
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

בעלסקי זאגט זייער שיין, אז מ'דארף געבן א הכשר פאר יעדן איד וואו ער געפינט זיך נאר, און זייער ארבעט איז הכשרים נישט עדיוקעישן,
אבער דער נירבאטור זאגט דאך אז דער מציאות איז היינט אז דער יסוד פונם הכשר איז נישטא!!
איז וואס וויל בעלסקי א "זיגל" פון OU אדער א "הכשר" פון OU ?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לענ"ד איז א חסד ה' אז די OU איז פאר'עקשנ'ט צו געבן ווייטער א הכשר אויף חלב עכו"ם/סתם/קאמפאני, ווייל אנדערש וואלטן זיך אסאך מער מקיל געווען צו עסן זייער הכשר, און דו קענסט נישט וויסן וויפיל נאך היתירים און קולות זיי נוצן עמטליך ווייל זיי שפירן זיך אחראי צו ברענגן כשרות אויף יעדן פארשטופן ווינקל פון די פאראייניגטע שטאטן.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך וועל געבען א דוגמא אחד מני אלף אויף דעם וואס ידידי הרב קרעמער זאגט.
צוליב געוויסע סיבות בין איך אביסל באהאווענט אין השגחות. און איך האב א ידיד וואס האלט ווי אסאך אומוויסענדע יודען אז OU איז פונקט אזוי גוט, און נאך בעסער וכו'.
והנה איך האב כמה פעמים איבערגעצייגט דעם יוד אז עס איז לאו דווקא, ולדוגמא דער ענין פון פת פלטר, וואס דער OU איז אפיציעל מקיל, ומי שאינו נוהג לקולא, ואינו באמצע הדרך וכו', יש מקום גדול להלכה להחמיר, וכו', ועוד ועוד.
ומאז הרבה פעמים, פרעגט ער מיך צו מען קען זיך סומך זיין אויף דעם און אויף דעם וכדו'.
ויהי היום פארציילט ער מיר אז ער האט געגעסען א געשמאקע סטעיק ביי א חבר זיינע, און ער האט געפרעגט דעם חבר, וויאזוי איז עס געווען אזוי געשמאק, והשיב, ער האט גענוצט א געוויסע "טענדערייזער", שיש בו Worcestershire sauce, והנה דער עיקר אינגרידיענד פון דעם סאוס איז א ציר דגים, (די מיט די היימישע השגחות איז נאר נאכגעמאכט),
והנה מיין חבר האט שוין געוויסט אז ביי פיש האט די OU שטארקע קולות אויף סימני דגים, פרעגט ער מיר צו דאס איז מיין פראבלעם, זאג איך אים לאו דווקא, ווייל עס שטייט עס ווייניגער ווי צוויי פראצענט ANOCHIVES, זאג איך עם, אי משום לא איריא, ווייל במקום אז עס קען זיין אז איז פחות מששים, ובדג שמינו בדרך כלל כשר וניכר, אולי יש מקום להקל, ואין כאן המקום להאריך בהלכה,
פרעג איך מיין חבר, וואס טוט זיך אבער מיט פיש און פלייש וואס איז אסור משום סכנה מדינא דגמרא כשנתבשלו ביחד, ואף שיש מקילים בפחות מששים, הלא המנהג להחמיר, ועוד יותר הלא הוא דבר המעמיד, או חריף, או מילתא דעבידא לטעמא, ובלי להיכנס לעצם הדיון צו וועלכע גדר עס איז שייך, אבער דאס איז זיכער אז דער אקטיווע אינגרידיענד פון דעם סאוס איז דער ציר של דגים, ואיני מבין איך יכולים להקל בשופי.
זאגט מיר מיין חבר עס איז נישט מעגליך, (בפרט נאכדעם ווי איך האב אים געוויזען בפנים הפוסקים), איך זאל אנקאלען די OU, האב איך אריינגערופן, (ואגב איך מוז זאגן איך שוין כמה פעמים אריינגערופן פרעגן אויף פראדוקטן, און כמה פעמים בין איך אנגעקומען לרב המכשיר האחראי, ונותנים תשובות נכונות וכו', פארשטייט זיך אז מען דארף וויסן וואס מען פרעגט, און וועם מען פרעגט, און וויאזוי מען פרעגט), ושאלתי שאלות לבוא להרב האחראי, אבער דער אויפן טעלעפאן האט מיר געפרעגט וואס פונקטליך איך וויל וויסן, ועניתי,
והשיב לי, OU פאליסי איז זיך סומך צו זיין אויף די פוסקים אז עס ווערט בטל בששים, ואמת שיש מקום גדול להחמיר, אבער דאס איז די פאליסי, אז עס איז מער ווי ששים שרייבן זיי פיש אינגרידענט. ואמר לי עוד פעם, "פאר אייך איז עס נישט, עס איז דא אן ערנסטע מקום אין די פוסקים להחמיר" וכן כתוב בפירוש על הוועבסייט שלהם
עיין כאן
http://www.oukosher.org/index.php/commo ... le/1378590
ואיני רוצה לפלפל לדינא, רק אשאל, אויב עס איז דא א מקום פאר א אינגערמאן וואס וואשט די הענט צווישען פיש און פלייש צו עסען ביי א OU רעסטעראונט, וואס ער האט שוין מברר געווען וועלכער פלייש ער נוצט (וואס על הבירור גופא אפשר לדון), און אפשר נוצט מען דעם סאוס
ואסתגר בזה
אולם יש בידי דוגמאות בזה למכביר
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פאטאקי08 האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן: עס איז אלו ואלו דברי אלקים חיים
די ספרדים פירן זיך ווי דער בית יוסף און אינז ווי דער רמ"א, עס איז נישט שייך דער לשון פרומער ווי גיק שרייבט
ולמען האמת, א ספרדישע איד קען דאהי נישט עסען און רוב רעסטארענטען און רוב געקענטע מאכלים, ווייל מיר זענען זיך סומך אויף דעם רמ"א אז בהדלקת קיסם איז געניג, און דער מחבר האלט נישט אזוי

זהו טעות גדול בידך
סשטייט ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א
סשטייט אויך אז אין יענע צייטן ווען די בית יוסף איז געווען אין ארץ ישראל האט מען אין ארץ ישראל זיך געפירט לויטן בית יוסף

עס איז דא אזא זאך ווי מנהג המקום און דאס וועגט איבער מער ווי די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט

הרב יוסף ממליץ על זה רמ"א בים, וכתבת שעוד תחזור לזה, נא לחזור לזה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב קרעמער
למשל מצות פון א יו איז דא א פראבלעם?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מס"פ, אמעריקאנער מאשין מצות? שוואכע מאיסעס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך רעדט נישט דוקא אויף פסח
אזוי מצות צו עסען מיט די איי-מיט-צוויבעל א גאנץ יאהר
וואס קען שוין די פראבלעם?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

msp האט געשריבן: הרב קרעמער
למשל מצות פון א יו איז דא א פראבלעם?

איר פרעגט דעם אומריכטיגן פערזאן, איך בין א גרויסער ע"ה אין דיזע ענינים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב קרעמער שליט"א
ענותנותך נאה לך
עכ"פ הרב פארשלאפען שליט"א האט אהנגעהויבען צו ענטפערען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

והוא פלאי
ביטע טוה א לערן אפ די הקדמה פון בית יוסף
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

חילוק פון ליטוויש חסידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

איך מיין אז דער נושא איז פארפארן.
לפע"ד איז דא א גרויסער קאנפליקט צווישען צוויי וויכטיגע פרינציפען פון כשרות. און מ'קען דורך אנערקענען דיע נקודות האבען א שליסעל אין די הענט צו פארשטיין גאר א סאך מחלוקות וואס קומט פאר ביי עניני כשרות

עס זענען פארהאנן צוויי סארט אזוי גערופענע מחמירים:

1) יעדעס מאהל עס מאכן זיך נייע ספקות אדער עס קומען ארויס נייע גרינגע דרכים אז מ'זאל נישט דארפען מער אונצוקומען צו אלטע אנגענומענע התירים ווייל מקען היינט גרינג און ביליג פארבעסערן לחומרא, האלט אט דער דרך המחשבה אז מ'דארף כסדר זיכען הידורים אין מחמיר זיין לעשות למהדרין ביותר אין זייער טענה איז: פאר וואס נישט? אויב מ'קען דאס דורך פירן

2) די צווייטע דרך המחשבה האלט אז אונזער גרעסטער חומרא איז זיך צו האלטען בדרך אבותינו ורבותינו הן להקל הן להחמיר, אין ווען עס קומט צו שחוטה למשל איז דער גרעסטער חומרה אז דער שוחט זאל זיין א ירא שמים מרבים אין לאו דוקא אז ער זאל מחמיר זיין אויף סירכות, דאס זעלבע איז ביי מקוואות, עירוב, ישן, שיעורים וכדומה, העיקר שלא לשנות כלום ולא להוציא לעז ולהשיג גבול ראשונים אפילו להחמיר

פאר מיר קומט אויס אז בפרט היינט אין ארץ ישראל איז דא א גרויסע נטי' צו דעם דרך פון נומ' 1 א יעדע נייע חומרא טאנצט מען ארויף דער אויף אין דא אין אמריקע איז ע"פ רוב אנגענומען ווי נומ' 2, אויך איז דא דער חילוק צווישען ליטווישע אין חסידים, ביי ליטווישע איז א יעדער נייער חשש א מחלוקות הראשונים אין מ'קראצט ארויס ספרים פאק אויף פעק און לבסוף נעמט מען און ע"פ רוב דעם נייעם חומרא

ביי חסידים ע"פ רוב איז דער ערך פון מסורה, יחסית א סאך העכער, אויב עס איז למשל געווען דער מנהג צו עסען חדש -נגד השו"ע ורוב אחרונים- קען מען בשום אופן נישט משפיע זיין אויף חסידים מחמיר צו זיין אויף ישן כאטש עס קאסט נישט קייין געלט אדער טירחה, פארוואס? ווייל דאס איז אונזער מנהג! ואין אחר המנהג כלום, פאר דעם היימישער חסיד איז דער יר"ש פונעם שוחט, זיין ווייב'ס לבוש והשערות א סאך מער א וויכטיגער פראגע, צו ער איז מחמיר אויף סירכות, וזה פשוט

רוב אידען אפילו מאדערנע וואס זיכן "כאסידיש שחיטה" טראכטען נישט פונעם דרך הפסק פונעם שוחט, זיי ווילען נאר אז דער שוחט (כמו המוהל והבעל תפילה והרבי) האט "ערליכקייט און פרומקייט" אויף געשריבען אויף זיין פנים, וזה הכל ולא יותר

מיט דעם הסבר קען מען אפשר פארשטיין אסאך קאמפיינס אין מחלוקות וואס קומען פאר

א סאך ליטווישע זענען אינגאנצען confused היתכן אז גרויסע רבנים (בפרט אין אר"י) זענען ארויס קעגען ווערים אין פיש אין די חסידשע הכשרים אין אמעריקע געבען ווייטער דעם הכשר, דער תירוץ איז פשוט: אונזערע זיידעס און רבי'ס האבען נישט גע'עסן טרפות! אויב פארן רבי -לייגט דא אריין א נאמען- זצ"ל איז דאס גוט געווען איז עס פיין פאר מיר וכשר וישר!

דער דרך פון בודק זיין און מנקר זיין פלייש אין אונגארין גאליציע ע"פ הח"ס והדברי חיים וכו' וכו' איז בפירוש נישט לחומרא, דער בעל התניא (וראיתי גם שר' רבי מיילך החמיר ג"כ) האט שטארק מחמיר געווען לגבי סירכות (וכן נהגו יחידי סגולה אחד בעיר ושנים במשפחה) אבל כל בית ישראל במקומות ההם האבען א מסורה, עס איז נישט שייך מחמיר צו זיין ולהוציא לעז

און די וואס האבען אלע יארען אין אמעריקע געזיכט -מקודם צעלים שחיטה - נאכער סאטמאר שחיטה איז דאס געווען איבער "ווער" די "שוחטים" זענען, נישט "וואס" זיי פסק'ענען,

פאר א ליטוואק, אויב מ'טראגט אים אהן פלייש מיט אלע חומרות וכל ההידורים משחיטת שוחט עם בלוריות ואשתו עם שערות מגולים למחצה לשליש....פון איין זייט, אדער פלייש עם התירים של הדברי חיים והחת"ס, וועט ער אוודאי גיין לכל החומרות און דער חסיד וועט זיך שטארק האלטן מיטן מסורת אבות אין מדקדק זיין עסען פון א פרומער יר"ש וואס וויינט ביי אהבה רבה (או באנא בכח)!

עס איז פארהאן א בילבול המוחות אין מ'טרעפט כל מיני מענשען וואס האלטן זיך למחצא לשליש ולרביע צו דעם דרך אדער יענעם, אבער ביי רבנים איז דער ענין גאנץ קלאר

מ'האט מיך געפרעגט אויף די נייער פלייש פון השגחת סקווער זיי האבען צוויי סארט איינס איז בלי סירכות אין איך האב גע'עצה'ט פארן שואל אז ער זאל נישט זיין פרומער פון זיינע זיידעס אין קויפען לפי המסורה!

עס זענען פארהאן 2 תשובות אין דברי חיים ווי ער דרוקט זיך אויס מיט כעס אויף חומרות אעפ"י שמקורם מראשונים! אבער אויב דער מנהג איז נישט אזוי אדער לא מוזכר בשו"ע או בנושאי כלים "טאר" מען נישט מחמיר זיין! ער שרייבט עס לגבי עירוב און לגבי מקוה ואין הספר הק' עכשיו תח"י וע"י המפתח קען מען דאס גרונג טרעפען
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ר' יונה, איר האט ארויסגעברענגט גאר א שטארקן פונקט, און א שטארקע אמת, אבער פון צווייטן צד דארף מען קענען שוקל זיין ביי יעדע חומרא אויב אונזערע זיידעס און רבי'ס האבן מיקל געווען לכתחילה און בשיטה (כגון חדש ועוד), אדער בלויז ווייל אנדערש איז נישט מעגליך געווען.

א קולא וואס איז איינגעפירט געווארן בלית ברירה איז שווער צו זאגן אז מען טאר נישט משנה זיין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ר' יונה, עס איז אמת דער געדאנק וואס איר שרייבט, אבער ס'ממש ווי יגעתי שרייבט אז מען דארף שוקל זיין יעדע קולא צו דאס איז געווען בשיטה, צו בלית ברירה.
איך וויל נאר צולייגן א ווארט בנוגע די משלים וואס איר ברענגט בנוגע דעם משל צו קוקן ווער די "שוחטים" זענען זעט אין שמלה חדשה (וואס אין די הלכות איז ער דער פוסק אחרון....) דא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 18&hilite= פון סעיף ו' און ווייטער.
און בנוגע די משל וועגן די צוויי סארטן פלייש, וואס איינס איז בלי סירכות.
אז איר קוקט אריין אין שו"ע יו"ד סימן ל"ט סעיף י"ג, זעט איר אז די גאנצע היתר מקיל צו זיין איז נאר אלץ הפסד מרובה, אדער ווי די ב"ח שרייבט אז די עולם איז מקיל אפילו שלא במקום הפסד מרובה והנח לישראל מוטב שיהיו שוגגין.
קוקט אריין אין דרכי תשובה אות תס"א http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 95&hilite= וועט איר זען ער שרייבט קלאר בשם די שמלה חדשה ועוד, אז ס'איז תלוי במנהג המקום, דהיינו אם ידוע שמנהג המקום להקל אפילו שלא במקום הפסד אין לשנות, אבל במקום שאין המנהג ידוע אין להקל כ"א בבהימות ישראל ובהפסד מרובה דוקא. צו איז דא איינער היינט וואס קען זאגן אז פון ווי ער שטאמט איז די מנהג געווען אזוי אפילו שלא במקום הפסד מרובה? כמדומה אז נישט, ממילא פאר איר זאגט איינעם ער זאל נישט זיין פרומער פון זיינע זיידעס זאגט אים קודם ער זאל מברר זיין צו ער וועט נישט מער מקיל זיין פון זיינע זיידעס....
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קרעמער האט געשריבן: האסט מיר געהאלטן פארנומען א לאנגע צייט מיט דעם קליפ, עס איז גאנץ אינטערסאנט

למעשה איז נישט דא עכט קיין חלוקי דעות דארט, זה אמר חדא וזה אמר חדא, ופליגי...
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ווינקל האט געשריבן: זה אמר חדא וזה אמר חדא, ופליגי...

ס'איז א גוט ווארט, כ'האף אז ס'איז נישט א פליטת הקולמוס.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לויט ווי איך הער יעצט פון א חשובן ניק איז מאנטריאל קאנאדא איבערגעדרייט פשוטו כמשמעו
די באוואוסטע MK וועד הכשרות (א שטייגער ווי OU אין יונייטעד סטעיטס) האט אויפגענומען ר' בנימין גרובער אין די וועד
ביטע מער אינפאו ווער סהאט..
אפשר א עקסטערע אשכול..
אטעטשמענטס
די אידישע אויסגאבע.jpg
די נייע וועד הכשרות.jpg
דער קונטרס.jpg
דער קונטרס.jpg (9.68 KiB) געזען 2423 מאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נאך
אטעטשמענטס
IMG-20120114-00079.jpg
IMG-20120114-00079.jpg (9.97 KiB) געזען 2423 מאל
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פאטאקי08 האט געשריבן: לויט ווי איך הער יעצט פון א חשובן ניק איז מאנטריאל קאנאדא איבערגעדרייט פשוטו כמשמעו
די באוואוסטע MK וועד הכשרות (א שטייגער ווי OU אין יונייטעד סטעיטס) האט אויפגענומען ר' בנימין גרובער אין די וועד
ביטע מער אינפאו ווער סהאט..
אפשר א עקסטערע אשכול..

באקומען אין אימעיל היינט די בראשור , און די ליסט פון פראדוקטן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואס זאגט דער סאטמארער רב און דיין אין מאנטריאל דערצו?
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

פאטאקי08 האט געשריבן: די באוואוסטע MK וועד הכשרות (א שטייגער ווי OU אין יונייטעד סטעיטס)

איז הרב ווייס אויך א נייע נאמען דארט? אויב נישט איז עס דאך א היימישע הכשר?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”