ארכילאגישע אויפדעקונג אדער בלאף (קבר פון אותו האיש)

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

אויפריכטיג האט געשריבן:
bilke האט געשריבן: ער איז בפשטות נישט נהרג געווארען בבי"ד, נאר ע"י המלכות (רומי), איך מיין אז כהיום איז אזוי אנגענומען ביי די קריסטעו אויך, (אין די פילם איז אויך אזוי(כאב עס נישט געזען ח"ו, נאר געהערט דערפון))
דעס וואס ווערט דערמאנט אין ש"ס (לפני הצענזור) אז ער איז נהרג געווארען בבי"ד איז א אנדערער, דער תלמוד פון ר' יושע בן פרחי, וואס די גמרא זאגט אויף אים אין שבת אין מביאין ראיה מן השוטים,
ימח שמם וזכרם

איך האב אלעמאל געמיינט אז דער תלמיד פון ר' יושע בן פרחי' איז דער אותו האיש????
ווער איז דער אנדערער פון וועמען דו רעדסט?

זע דא און דא .
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

יאשקע פאנדריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

וויבאלד עס קומט צו גיין דער ניטל, אויף וואס מיר פלעגן אזוי שטארק ווארטן אלס חדר קינדער, און איך מיין אז עס איז נאכנישט פאראן אזא אשכול דא אין קרעטשמע, וויל איך דא אויסשמועסן א וויכטיגע זאך, וואס מען דארף באמת פארדאנקען אונזער מלכות של חסד אז מען קען דעבאטירן די סארט ענינים ברבים, ווייל אין אמאליגע צייטן האט מען בלויז געקענט שמועסן דערפון אונטער פארמאכטע לאדנס, אן דעם וואס איינער זאל הערן און ארויסהאבן אמיתן של דברים.

אלזא צו אונזער נושא:

וויפיל מענטשן מיטן נאמען "ישו" אדער "ישוע" זענען געווען?

פאראן וואס ווילן ארויסדרינגען פון די גמרא אז עס זענען געווען צוויי אדער עטליכע. איך האב אמאל געהערט פון א ידען אין די זאכן, אז לויט זיין חשבון האט געמוזט זיין כאטש זיבן אזעלכע שטיק.

אלזא לאמיר אביסל צונעמען דא די זאך און הערן פונעם ציבור מער, וואס דער עולם האט צו זאגן אויף אים...

נאך א זאך:

וואו ליגט ער?

די משוגעים האבן א פלאץ אין אלט שטאט ירושלים וואס לויט זיי האט מען אים דארט געקרייצט און דארט באגראבן. למעשה קען דאס אבער נישט זיין, ווייל מען האט נישט באגראבן קיין חייבי מיתות אין ירושלים. למעשה איז מיט עטליכע יאר צוריק געקומען איינער און דערקלערט אז ער האט געפינען א מערה וואו דארט ליגט דער אותו איש צוזאמען מיט זיין פאמיליע, לויט דער אויפדעקונג קומט אויס אז ער האט גאר געהאט א זוהן מיטן נאמען יהודא, און דער די ען עי באשטעטיגט דאס...

ווייטער איז פאראן א מסורה וואס פיל גלויבן, אז דער אותו איש איז נישט געשטארבן אויפן קרייץ, נאר מען האט אים אראפגענומען א פאר'חלש'טער, נאכדעם וואס מען האט געמיינט אז ער איז שוין טויט. ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער זיך געשווערצט קיין גליל און פון דארט געפארן קיין קושמיר, וואו ער האט אויסגעלעבט זיינע יארן אין א טיפן עלטער. די אינדיאנער האבן דאס פארשריבן אין א בוך פון לאנגע יארן צוריק, נאך איידער דער קריסטליכע רעליגיע האט געשלאגן ווארצלען אין די וועלט; פאראן וואס ציען א פאראלעל פון אים צו די קאשמירער איינוואוינער וואס לויט טייל דיעות שטאמען זיי פון די עשרת השבטים, און דערפאר האט ער געקענט האבן א שפראך מיט די ארטיגע איינוואוינער. אנדערע אידענטעפערצירן אים מיט "עיסא" אן אינדיאנער גייסטליכע וואס איז געקומען צו פארן פון די מרחקים קיין אינדיע אין יענע טעג און געווען פארהייליגט ביי די אינדיאנער. אזוי צי אזוי איז פאראן א קלויסטער אין קושמיר, וואס אנגעבליך ליגט דארט דער אותו איש באגראבן.

אלזא איז אויך דא פאראן דער ארט צו דעבאטירן די אלע שמועות און וואו ער ליגט טאקע...

און בכלל...
לעצט פארראכטן דורך זיס אום דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 3:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

הרב סיני מלוביצקי האט א טעיפ וואו ער איז שיין מבאר דעם גאנצען נושא. איך האב דאס געהערט שוין לאנג צוריק, ממילא קאן איך נישט איבערשרייבן פון זכרון.

גולש, אין יענער אשכול ווערט בעיקר אויסגעשמועסט דער זמן פון ניטל/ניתל


This signature was intentionally left blank
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

גולש האט געשריבן: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=6424


גרויסן יישר כח פאר דעם לינק, אבער עס איז נישט דומה צו דעם אשכול. דארט רעדט מען איבער עניני ניטל והתקופה, זמנים ומנהגים. איך רעד יעצט פון דער מענטש אליין, זיין לעבן אין שאפן, זיין פגירה און קבורה, וויפיל פון אים זענען געווען בכלל.

איך בעט אז מען זאל דאס נישט צוזאמענשמעלצן, ווייל עס איז נישט די זעלבע זאך און עס וועט פארדרייען דעם תוכן.

יישר כח.

....
אפס, יואל'י האקט... ברוך שכוונתי לדבריו.
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

איידער מען לאזט זיך אריין אין די נושא פון מסביר זיין און אויספארשן אלע עבודה זרה'ס און משוגעת'ן פון די כופרי הדורות, דארף מען צום ערשט מברר זיין צו דאס גייט נישט אריין אין גדר פונעם לאו פון אל תפנו אל האלילים.
(איך האב אמאל געהערט פון א געוויסן ת"ח וואס האט אויפגעברענגט אזא געדאנק, אבער ער האט עס בשעתו נישט געהאט מברר געווען).
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

עס איז פאראן נאך אן אשכול וואו מען רעדט איבער די נייע אויפדעקונג אז מען האט געטראפן זיין מקום קבורה. איך קען דאס נישט אפירזוכן יעצט.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ייש"כ רב קראלי.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אויפריכטיג האט געשריבן: איך בין שוין אויך געווען אין דעם מערת הנטופם אעבר עס איז שטארק קענטליך אז עס איז האנט געמאכטע קאנספיראציעס


איך וויל נישט פארדרייען די נושא האשכול, אבער מהיכי תיתי אז עס איז האנט געמאכט ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5025
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

:grin:
אויפריכטיג האט געשריבן: עס איז פאראן נאך אן אשכול וואו מען רעדט איבער די נייע אויפדעקונג אז מען האט געטראפן זיין מקום קבורה. איך קען דאס נישט אפירזוכן יעצט.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, די קריסטן האלטן אז זיי ווייסן וואו זיין קבר איז שוין איבער טויזנט יאר. די קרייצצוגן האבן זיך אנגעהויבן ווייל א גלח איז צוריקגעקומען פון א''י און געזאגט אז די מוסלעמענער טשעפען די וועלכע גייען צו זיין קבר. זיי האלטן אז עס געפינט זיך אינדרויסן פון אלט שטאט ירושלים. איי, וויאזוי שטימט עס מיט גלויבונג אז ער איז אדויף לעבעדיג אין הימל? אויף דעם זאגט דאך קארל
קארל האט געשריבן: זייער תורה ווערט נישט אפגעפרעגט ווייל עס איז קיינמאל נישט געבויט געווארן אויף לאגיק. ווען די אמונה איז בלינד, אן קיין שכל, קען דער מציאות האקן אין פנים אריין אבער אן ערפאלג.


אגב, שמעתי אז ווען מ'האט געטראפן די יסודות פון דער דריטער חומה פון ירושלים אין די כ' יארן, איז אויסגעקומען אז דער אזויגערופענער קבר איז אין שטאט, וואס דאס מיינט אז עס איז א טעות, וואס דאס מיינט אז איינס פון די יסודי היסודות פון קריסטנטום איז אפגעפרעגט, און די אלע מלחמות פון די קרייצצוגלער און די מיליאנען וואס זענען געהר'גט געווארן (צווישן זיי הונדערטער גאנצע אידישע קהלות הי''ד) זענען געווען באזירט אויף א פשוט'ער טעות, ווייל אפי' אויב די מוסלעמענער האבן געטשעפעט די וואס זענען אהינגעגאנגען, האט דאך עס מיט'ן אותו האיש גארנישט.... האט דער דעמאלטסדיגר פויפסט געסטראשעט מד''י אז אויב גראבט מען אויס נאך איין שאוול זאצד, דערקלערט ער - און די גאנצע קריסטליכער וועלט - קריג אויף מד''י. און זיי האבן טאקע צוריק צוגעדעקט די איבערבלייבענישן אןן זיך באגענוגט מיט א נאמען געבן דאס פלאץ רחוב החומה השלישית (עס געפינט זיך הארט ביי מאה שערים).
איך האב עס נישט מברר געווען, אבער זוכנדיג אויפן געוועב קען איך כמעט נישט טרעפן קיין פרטים איבער יענע גראבונגען - וואס זענען זיכער פארגעקומען, אין שפיץ פון מיכאל אבי-יונה.

אגב דאגב האב איך אמאל געהערט פון ר' בנציון פעלדמאן שליט''א אז דער מקור פון דעם אויסדרוק נישט געשטויגן און נישט געפלויגן קומט פון דעם וואס זיי זאגן אז נאך דריי טעג איז ער אויסגעשטיגן פון זיין קבר און ארויפגעפלויגן אין הימל. דער אמת איז אבער אז ער איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

מעסטערמיינד האט געשריבן: איידער מ'באשטיינערט מיך דא, ליינט אפ דאס גאנצע,

(כבוד המנהלים אויב האלט איר אז דאס איז נישט דער פלאץ דערפאר, מעקט עס אויס)

בערך פאר דרייסיג יאר צוריק האבן ארכילאגען גטראפען א מערה וואס האט געהאט פיר כוכין, (אמאליגע קברים) אויף איינ'ס איז געשטאנען אז דא ליגט דער אותו האיש ימ"ש, אויף די אנדערע זיין מאמע מרים די מרשעת, און אויף א דריט'ס זיין זון יהודה, און א פערדע,

איצטערט קומט ארויס א שטיקל געזעהכץ אזא וואס אויף די טמא'נע כלי, די טעלעוויזיע, וואו זיי גייען עס ווייזען און באבארבעטען, זיי פלאנירן צו מאכען די ען עי טעסט צו זעהן צו די דריי זענען טאקען איין משפחה, פונקטליך צו וויסן אויב דאס איז טאקען דער רשע קענען זיי אבער נישט,

איך גיי נישט אריין גיין צו טיעף, אבער אויב באווייזען זיי אז דאס איז ער, צו פאלט א גרויס חלק פון זייער גלויבן, ווייל ביי זיי איז אנגענומען אז נאכן הנגען איז ער צוריק אויפגעשטאנען , וכו' וכו', בלא בלא בלא, שטותים מיט לאקשען,


נו... מ'ווייסט שוין ריזאלטס?
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אויפריכטיג האט געשריבן:
bilke האט געשריבן: ער איז בפשטות נישט נהרג געווארען בבי"ד, נאר ע"י המלכות (רומי), איך מיין אז כהיום איז אזוי אנגענומען ביי די קריסטעו אויך, (אין די פילם איז אויך אזוי(כאב עס נישט געזען ח"ו, נאר געהערט דערפון))
דעס וואס ווערט דערמאנט אין ש"ס (לפני הצענזור) אז ער איז נהרג געווארען בבי"ד איז א אנדערער, דער תלמוד פון ר' יושע בן פרחי, וואס די גמרא זאגט אויף אים אין שבת אין מביאין ראיה מן השוטים,
ימח שמם וזכרם

איך האב אלעמאל געמיינט אז דער תלמיד פון ר' יושע בן פרחי' איז דער אותו האיש????
ווער איז דער אנדערער פון וועמען דו רעדסט?

דאכט זיך אז ס'זענען דא וואס טענה'נען, אז די טענה אז ס'זענען געווען צוויי יש"ו, איז נישט אמת, און נאר געזאגט געווארן צי בארואיגן די קריסטן ימ"ש.
אלנספאל די צורה פון שתי וערב קומט ווייל אזוי פלעגט מען הרג'נען הרוגי מלכות דורך זיי צעשניידען ש"ו, און ס'נישט מסתבר אז אזוי האט די בי"ד גע'הרג'עט, קען זיין אז אלס הוראת שעה האט מען דא מחמיר געווען מער ווי מען דארף.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אין סדר הדורות און דאכט זיך אויך דער יעב"ץ במסכת שבת נעמען קלאר אן אז עס איז געווען מינימום צוויי טראבל מעיקערס מיטן זעלבן נאמע
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ר' שמואל שלמה טעלער האט ארויס געגעבן א הערליכע באשרייבונג איבער די גאנצע נושא
אויב איינער דארף עס קען ער טרייען מיך צי שיקען פריוואט זיין אימעיל אדרעס
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

ראה באריכות בספר משיחי השקר ומתנגדיהם בנספח א' 'תקופת חייו של יש"ו לפי חז"ל'

לחם לשובע האט געשריבן: אלנספאל די צורה פון שתי וערב קומט ווייל אזוי פלעגט מען הרג'נען הרוגי מלכות דורך זיי צעשניידען ש"ו, און ס'נישט מסתבר אז אזוי האט די בי"ד גע'הרג'עט, קען זיין אז אלס הוראת שעה האט מען דא מחמיר געווען מער ווי מען דארף.

נישט געהערט אזא שמועה, בפשטות ווייל אזוי פלעגט מען אויפהענגען ראה סנהדרין דף מו.
אטעטשמענטס
אותו.JPG
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

משהזוךמיר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2017 1:02 am


אגב, שמעתי אז ווען מ'האט געטראפן די יסודות פון דער דריטער חומה פון ירושלים אין די כ' יארן, איז אויסגעקומען אז דער אזויגערופענער קבר איז אין שטאט, וואס דאס מיינט אז עס איז א טעות, וואס דאס מיינט אז איינס פון די יסודי היסודות פון קריסטנטום איז אפגעפרעגט, און די אלע מלחמות פון די קרייצצוגלער און די מיליאנען וואס זענען געהר'גט געווארן (צווישן זיי הונדערטער גאנצע אידישע קהלות הי''ד) זענען געווען באזירט אויף א פשוט'ער טעות, ווייל אפי' אויב די מוסלעמענער האבן געטשעפעט די וואס זענען אהינגעגאנגען, האט דאך עס מיט'ן אותו האיש גארנישט.... האט דער דעמאלטסדיגר פויפסט געסטראשעט מד''י אז אויב גראבט מען אויס נאך איין שאוול זאצד, דערקלערט ער - און די גאנצע קריסטליכער וועלט - קריג אויף מד''י. און זיי האבן טאקע צוריק צוגעדעקט די איבערבלייבענישן אןן זיך באגענוגט מיט א נאמען געבן דאס פלאץ רחוב החומה השלישית (עס געפינט זיך הארט ביי מאה שערים).
איך האב עס נישט מברר געווען, אבער זוכנדיג אויפן געוועב קען איך כמעט נישט טרעפן קיין פרטים איבער יענע גראבונגען - וואס זענען זיכער פארגעקומען, אין שפיץ פון מיכאל אבי-יונה.
אטעטשמענטס
066_1.jpg
066_1.jpg (240.97 KiB) געזען 1059 מאל
066_2.jpg
066_2.jpg (260.41 KiB) געזען 1059 מאל
066_3.jpg
066_3.jpg (235.16 KiB) געזען 1059 מאל
כהן מיוחס!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אברהם שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:10 pm
וואס זעהט מען דא??
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6211
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 7:37 pm
אברהם שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:10 pm
וואס זעהט מען דא??
געשריבן געווארן דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:10 pm
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

אברהם שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:10 pm
איינער קען עס ביטע איבערלייגן?
אדער שיקן אויף אי-מעיל?
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”