אזוי ווי איך וואוין (לע"ע) אין איינע פון די ארצות הקרות קלער איך זיך צו איינרישן אן אייוועלע פאר'ן סוכה. וואלט איך געוואלט וויסן פון די וואס זענען באקאנט, וואספארע כלי דארף איך. על פי השמועה וועל איך דארפן אראפברענגן אן אלעקטרישן צו מאכן א ספעציעלע פלאג - איז דאס ריכטיג? בקיצור, עני אינפאו איז וועלקאמד. מיט דאנק. (מיין סוכה איז בערך 10 ביי 5)
איך שטעל מיר פאר אז דו ווייסט עס ,אבער סתם צו דערמאנען :מיייןעקספיריענס האט געוויזען אז דער עיקר איז אז די סוכה זאל זיין ווי מער געסילט און גערעפט פון אלע זייטען , פארשטייט זיך חוץ די סכך.. הערשט דערנאך קוקט מען וואספארא מין הייצונג ס'פעלט אויס. עני וועי ענדזשוי יאר סוכה !
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:
איך שטעל מיר פאר אז דו ווייסט עס ,אבער סתם צו דערמאנען :מיייןעקספיריענס האט געוויזען אז דער עיקר איז אז די סוכה זאל זיין ווי מער געסילט און גערעפט פון אלע זייטען , פארשטייט זיך חוץ די סכך.. הערשט דערנאך קוקט מען וואספארא מין הייצונג ס'פעלט אויס. עני וועי ענדזשוי יאר סוכה !
זירזין מקדימין למצוות, און וועלכע קנויט איז ענדערש פאר חנוכה? און וועלכע וויין פאר פורים? לגבי די היטער איז דא גרויסע טשענטסעס אז מנחם בן שאלתיא-ל וועט שוין דא זיין, ואפשר שהקב"ה יוציא חמה מנרתיקה עוד בשבוע זו וישראלים ישבו בסוכות והגיום יבעטו בה,
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
לגבי די היטער איז דא גרויסע טשענטסעס אז מנחם בן שאלתיא-ל וועט שוין דא זיין, ואפשר שהקב"ה יוציא חמה מנרתיקה עוד בשבוע זו וישראלים ישבו בסוכות והגיום יבעטו בה,
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:
איז דארף מיר זיך אנגרייטען ערקאנדישענס .. אידער וועי דארף מען זיין גרייט , און יא ווי באקאנט בשם צדיקים איז די הכנה פון דער מצוה נאך גרעסער ווי די מצוה אליין !
לויט דעם פארשטיימער שוין פארוואס די יודן וועלן קענען בלייבן אין די סוכה בשעת די גוים וועלן אנטלויפן, וועל מיר אראפ רוקן די עירקאנדישאן ביז 45, זאל קאן עדיסאן קראכן,
בכלל האב איך אמאל געוואלט זיי פארשטיין, אין די ווינטער פארגינען זיי 68, בשעת וואס אין די זוממער פארלאנגען זיי לכל הפחות נישט ווייניגער ווי 78 וכל המרבה הרי זה משובח...
ס' ווענדט זיך נישט אין קאליר, ס' ווענדט זיך אין די געידש, און רוב מאל איז די גרעי דיקער ווי די רויטע, די רויטע איז נאר אויך פאר אויט דאארס רוב עלעקטארישאנס פארלאנגען 12, (פון וואס איך האב מיטגעהאלטן לעצטנס) למעשה איז עס זייער שווער געווען צו טרעפן, רוב גרעי איז 14 מיינעך, און די רויטע איז 16, הגם מ' קען מסתם האבן פון אלע קאלירן אין אלע געידזשעס, איז דאס די יוזשועל.
איך האב עקספיריענס מיטדעם. באכעט אריין, מאכט פיין ווארעם, אליין געצויגן די עלעקטריק,-נישט אזוי שווער פאר ווער ס'ווייסט די אלף בית-, באט איך האב נישט קיין עקספיריענס אין סיביר, און ניטאמאל אין מאנטריאל..