כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
מנהגים וסגולות שונות
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
די פארטאגס סליחות ווערט ווייניגער און ווייניגער. איך מיין אז היינט איז עס בלויז ביי יוצאי בית מדרשם של רבותינו פון צאנז און בעלז
וקול התור נשמע בארצנו
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
איך ווייס נישט וואס איז חשוב'ר ביים באשעפער פארטאגס אדער ביינאכט, אבער אסאך מענטשן זאגן ביינאכט ווייל ס'איז ווייניגער פרעשור ווי דארפן אויפשטיין פארטאגס. אסאך פארענטפערן זיך אז ס'איז גארנישט ראונג והא ראי' פולע אנדערע ערליכע אידן פירן זיך אזוי. פאר די חברה זאג איך אז ס'איז אמת, מ'וועט נישט שמייסן פאר נישט זאגן פארטאגס, אבער טאמער וועסט בכלל נישט זאגן, וועט מען אויך נישט שמייסן. די זאגסט סליחות ווייל די ווילסט אנהאלטן מסורת אבות, דאן זאג עס וויאזוי זיי האבן זיך געפירט.
וקול התור נשמע בארצנו
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1602
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1602
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
דו כאפסט נישט ווייל דו קוקסט פון דיין קוק ווינקל, אבער אין די אלע פלעצער וואס מען האט געזאגט ביינאכט נאך חצות איז עס מסתמא געווען שווערער פאר רוב מענטשן ווי פארטאגס אויפשטיין, בפרט בימים ההם ווען מען פלעגט יעדן טאג אויפשטיין באלד ביים באגינען (און זונטאג איז נישט אנדערש געווען). ווידער אום אויף בלייבן ביז נאך האלבער נאכט, אן קיין לעקטער, איז געווען א פאר רוב עולם מסתמא א גאנצער אפקומעניש.קלאנג האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:58 amאיך ווייס נישט וואס איז חשוב'ר ביים באשעפער פארטאגס אדער ביינאכט, אבער אסאך מענטשן זאגן ביינאכט ווייל ס'איז ווייניגער פרעשור ווי דארפן אויפשטיין פארטאגס. אסאך פארענטפערן זיך אז ס'איז גארנישט ראונג והא ראי' פולע אנדערע ערליכע אידן פירן זיך אזוי. פאר די חברה זאג איך אז ס'איז אמת, מ'וועט נישט שמייסן פאר נישט זאגן פארטאגס, אבער טאמער וועסט בכלל נישט זאגן, וועט מען אויך נישט שמייסן. די זאגסט סליחות ווייל די ווילסט אנהאלטן מסורת אבות, דאן זאג עס וויאזוי זיי האבן זיך געפירט.
סאו טאקע אין די פלעצער וואס מען האט זיך געפירט יא צו זאגן פארטאגס, איז דאס געווען די געשמאקערע אפציע. די אנדערע עולם וואס האט געפראוועט גאנצעטע ענינים צו זאגן סליחות מיט די בגדי שבת, מיט מלוה מלכה און ווייסעך וואס, דאס איז געווען די שווערערע מהלך. היינט צוטאגס ווען די יוצרות האבן זיך געביטן, וואלט בעצם געפאסט אז די אייניקלעך פון די פארטאגס זאגער זאלן אנהייבן זאגן ביינאכט, לויט דעם חשבון...
עס איז דא מענטשן (וגם אני בתוכם), וואס פילן אז דער זיך ארויסרייסן פון בעט אין א מוצאי שבת פארטאגס איז א פאסיגער אנהויב, א ריכטיגער וועיק אפ קאל אז די ימי הרחמים והרצון זענען שוין דא, און מען דערלייגט דאס מיטן זאגן סליחות ביינאכט. אבער לפי הנ"ל איז דאס לאו דוקא ריכטיג, ווען דו כאפסט ווען יעצט א שמועס מיט דיין עלטער זיידן און דו זאגסט אים דאס וואלט ער דער געענטפערט אז אויף זיין ביז האלבער נאכט און דאן זאגן סליחות איז אים סאך שווערער, און לויט דעם חשבון סאך מער א 'פרעשור', ווי אויפשטיין אפאר מינוט (צי אפילו א שעה) פריער ווי זיין געווענליכן שטייגער אינדערפרי.
- יש תורה בעולם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 490
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 2:20 pm
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
סאדיגורה -ירושליםטעיפ רעקארדער האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:21 am
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36822
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
https://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2939אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:33 amאיך בין נישט זיכער ווען דער טויש האט זיך אנגעהויבן צו זאגן ביינאכט די ערשטע נאכט, עס ווערט דערמאנט אזוינס אין די פריערדיגע פוסקים/ שו"ע בעפאר 200 יאר צוריק?
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (21.79 KiB) געזען 568 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
ווען די רב זז"ג איז געווען בקו הבריאות איז אלס געווען פריער.shalsheles האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 3:00 amגעזען ברענגן אז הרה״ק רבי אהרן מבעלזא זי״ע פלעגט דייקא מקפיד זיין זיך אראפלייגן פארטאגס און געהייסן דער גבאי זאל אים וועקן צו סליחות ווי דער לשון המחבר איז ״נוהגים לקום באשמורת״זרח פון לעמבערג האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 12:07 amאיך בין א בעלזער, ביי אונז זאגט מען פארטאגס, אבער זעענדיג לעצטנס די מנהגים אין די בעלזע סליחות שטייט דארט אז די עיקר קפידא איז געווען אז מען זאל זאגן נאך חצות הלילה, עס ליינט זיך אז די פוינט איז נישט געווען אז עס דארף זיין א השכמה דווקא, נאר די חצות איז די קפידא, אויב איינער קען דאס קלאר מאכן.
אגב, געזען אין די בחצרות אשכול די סדר הזמנים אין בעלזא די יאר, א׳ סליחות 6 אין ערב ראש השנה 7. איז נישט דער סדר העולם צו זאגן ערב ראש השנה פריער (כמבואר במטה אפרים)?
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4713
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע:Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
ב"ה, עס איז נאך דא חסידישע הויפן ווי עס איז געפאקט ממש עד אפס מקום, א' סליחות "פארטאגס" אריינגערעכנט חסידים וואס קומען צו פארן א שעה אדער 2.
- יעקב פראנקעל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 304
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2024 12:47 am
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
כפלעג זאגן אפאר יאר ביינאכט.
והאמת אגיד, כהאב אסאך מאל געטראכט, זאל ווען געשען יעצט א האלאקוסט השם ישמרנו..! וואלט מען אןיף מיר געקענט זאגן די מעשיות ווטס מען פארציילט אויף מיין זיידע? וואלט איך אויסגעהאלטן די זאכן ווי זיי זענען אריבער צו איבער לעבן? בקושי וואס איך קען מער ארויסשלעפן פון בעט פאר סליחות 6:00 …! איך מוז זאגן בייינאכט. ווייל מיליון תירוצים!
וואלט איך אויפגעשטעלט אזא דור נאך א האלאקאסט ווי מיין זיידע מיט א עקשנות דקדושה?? כגלייב זיכער אז מיין זיידע האט אייך געהאט חברים אויבער חכמים און געוואלט וויסן יעדע זאך צו עס איז ממש א הלכה למשה מסיני אדער נאר א מנהג.. האועעוער כגלייב שווער אז איך האב חברים פון זייערע איינקלעך….. פון זיי ווייס איך נישט וואס עס איז געבליבן, צו עס איז בכלל געבליבן !
מיט עקשנות דקדושה האלט זיך אידישקייט!!
דעיס איז אידישקייט ?? לשון הרע מיט לערנען איז אידישקייט.!! כווייס אבער סאמהאו גייט די מעטאמאטישע חשבונות אזוי אז דאס איז די יסודות ווטס מען גיבט איבער מדור דור אזוי האלט זיך כלל ישראל וואס לערנט לכבוד דעים תורה.

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8915
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
100% אז ער האט דאס געטוהן מתחילה פשוט ווייל דעמאלט האט ער געהאט מנין, און ס'איז שוין אזוי געבליבן
דער וואס וויל מחדש זיין דא א חילוק צווישן אויבערלאנד און אונטערלאנד איז דאכט זיך נישט גערעכט, ביידע האט מען געזאגט פארטאגס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36822
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
ס'איז אייך שווער געוואויר צו ווערן ווען דער ערוגת הבושם האט געזאגט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8915
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 9:24 amדו כאפסט נישט ווייל דו קוקסט פון דיין קוק ווינקל, אבער אין די אלע פלעצער וואס מען האט געזאגט ביינאכט נאך חצות איז עס מסתמא געווען שווערער פאר רוב מענטשן ווי פארטאגס אויפשטיין, בפרט בימים ההם ווען מען פלעגט יעדן טאג אויפשטיין באלד ביים באגינען (און זונטאג איז נישט אנדערש געווען). ווידער אום אויף בלייבן ביז נאך האלבער נאכט, אן קיין לעקטער, איז געווען א פאר רוב עולם מסתמא א גאנצער אפקומעניש.קלאנג האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:58 amאיך ווייס נישט וואס איז חשוב'ר ביים באשעפער פארטאגס אדער ביינאכט, אבער אסאך מענטשן זאגן ביינאכט ווייל ס'איז ווייניגער פרעשור ווי דארפן אויפשטיין פארטאגס. אסאך פארענטפערן זיך אז ס'איז גארנישט ראונג והא ראי' פולע אנדערע ערליכע אידן פירן זיך אזוי. פאר די חברה זאג איך אז ס'איז אמת, מ'וועט נישט שמייסן פאר נישט זאגן פארטאגס, אבער טאמער וועסט בכלל נישט זאגן, וועט מען אויך נישט שמייסן. די זאגסט סליחות ווייל די ווילסט אנהאלטן מסורת אבות, דאן זאג עס וויאזוי זיי האבן זיך געפירט.
סאו טאקע אין די פלעצער וואס מען האט זיך געפירט יא צו זאגן פארטאגס, איז דאס געווען די געשמאקערע אפציע. די אנדערע עולם וואס האט געפראוועט גאנצעטע ענינים צו זאגן סליחות מיט די בגדי שבת, מיט מלוה מלכה און ווייסעך וואס, דאס איז געווען די שווערערע מהלך. היינט צוטאגס ווען די יוצרות האבן זיך געביטן, וואלט בעצם געפאסט אז די אייניקלעך פון די פארטאגס זאגער זאלן אנהייבן זאגן ביינאכט, לויט דעם חשבון...
עס איז דא מענטשן (וגם אני בתוכם), וואס פילן אז דער זיך ארויסרייסן פון בעט אין א מוצאי שבת פארטאגס איז א פאסיגער אנהויב, א ריכטיגער וועיק אפ קאל אז די ימי הרחמים והרצון זענען שוין דא, און מען דערלייגט דאס מיטן זאגן סליחות ביינאכט. אבער לפי הנ"ל איז דאס לאו דוקא ריכטיג, ווען דו כאפסט ווען יעצט א שמועס מיט דיין עלטער זיידן און דו זאגסט אים דאס וואלט ער דער געענטפערט אז אויף זיין ביז האלבער נאכט און דאן זאגן סליחות איז אים סאך שווערער, און לויט דעם חשבון סאך מער א 'פרעשור', ווי אויפשטיין אפאר מינוט (צי אפילו א שעה) פריער ווי זיין געווענליכן שטייגער אינדערפרי.
בארשט מיט לאקשן!
דער צאנזער רב זי"ע האט געזאגט פארטאגס ווייל עס איז באקוועמער?
די בעלזא רבי'ס זי"ע האבן געזאגט פארטאגס ווייל עס איז באקוועמער?
ס'איז תלוי במנהג המקומות, און בדרך כלל האט קיינער נישט וואס משנה צו זיין, יא באקוועם נישט באקוועם.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1602
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
איך האב דאס נישט געזאגט פארשטייט זיך
איך זאג נאר אז גראדע איז יענץ געווען דער באקוועמערער מנהג בימים ההם, ממילא אויב וויל מען נישט משנה זיין ווייל מען שפירט אזא קיצל אז ער איז משנה פון דעם אנגענומענעם 'אומבאקוועמליכקייט' וואס א' סליחות ברויך ברענגען, איז דער חשבון נישט ריכטיג.
ביסט אוודאי גערעכט אז בעצם אז עס איז נישט קיין צורך איז נישט כדאי צו טוישן

איי געס די שאלה איז ווען מען פלעגט זאגן אין די שבע קהילותfarshlufen האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 11:09 amס'איז אייך שווער געוואויר צו ווערן ווען דער ערוגת הבושם האט געזאגט?
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1602
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
איך רעד פונעם היינטיגן מנהג, ספעציפיש די ערשטע נאכטfarshlufen האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 10:30 amhttps://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2939אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:33 amאיך בין נישט זיכער ווען דער טויש האט זיך אנגעהויבן צו זאגן ביינאכט די ערשטע נאכט, עס ווערט דערמאנט אזוינס אין די פריערדיגע פוסקים/ שו"ע בעפאר 200 יאר צוריק?
- זרח פון לעמבערג
- שר חמש מאות
- תגובות: 799
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:23 pm
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
קודאס פאר אלע אידן וואס האבן פארדרייט דעם אשכול פון א פשוטע ווילן צי וויסן די מנהגים צו א דעת הקהל\היינטיגע דור אשכול. כה לחי!
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
די נועם אליעזר פון סקולען פלעגט זאגן א' סליחות פארטאגס , כמנהגו בקודש פלעגט ער מאכן הבדלה שפעט און נאך אינמיטן מלוה מלכה פלעגט אסאך מאל לעכטיג ווערן ,
א' סליחות פארן גיין אין ביהמ"ד צו אמירת הסליחות פלעגט ער זיך אראפלייגן די קאפ פאר א פאר מינוט כדי צו קענען אויפשטיין צו סליחות
א' סליחות פארן גיין אין ביהמ"ד צו אמירת הסליחות פלעגט ער זיך אראפלייגן די קאפ פאר א פאר מינוט כדי צו קענען אויפשטיין צו סליחות
א ריקן א ברייטע
א העמיד א טייטע
🎶...דיי דיי דייעט דיי דיי דייעט אויף דייעט שוין איך פלי...🎶
א העמיד א טייטע
🎶...דיי דיי דייעט דיי דיי דייעט אויף דייעט שוין איך פלי...🎶
- זיסער אידל
- שר חמש מאות
- תגובות: 706
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
ביינאכט איז זיכער בעסער ווי צופרי ביי חצות .קלאנג האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:58 amאיך ווייס נישט וואס איז חשוב'ר ביים באשעפער פארטאגס אדער ביינאכט, אבער אסאך מענטשן זאגן ביינאכט ווייל ס'איז ווייניגער פרעשור ווי דארפן אויפשטיין פארטאגס. אסאך פארענטפערן זיך אז ס'איז גארנישט ראונג והא ראי' פולע אנדערע ערליכע אידן פירן זיך אזוי. פאר די חברה זאג איך אז ס'איז אמת, מ'וועט נישט שמייסן פאר נישט זאגן פארטאגס, אבער טאמער וועסט בכלל נישט זאגן, וועט מען אויך נישט שמייסן. די זאגסט סליחות ווייל די ווילסט אנהאלטן מסורת אבות, דאן זאג עס וויאזוי זיי האבן זיך געפירט.
נאר מיט תפלה קומט מען אן צו אלעס !
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
דאס זאגן ביינאכט אמאל איז געווען פיל שווערער אויפצובלייבן דאס זאגן חצות האט גארנישט געהאט אמאל מיט באקוועמליכקייט
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
ניין.אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:33 amדוכט זיך אז אין אויבערלאנד האט מען געזאגט ביינאכט, נאר אין גאליציע און די שכינות'דיגע פאר'חסיד'ישטע אונטערלאנד אונטער איר איינפלוס, האט מען געזאגט פארטאגס
אין מנהגי פרעשבורג שטייט אז מ'האט געזאגט פארטאגס
וקול התור נשמע בארצנו
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
און פארוואס האט מען געטוישט?אכילה האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 1:07 amדי נועם אליעזר פון סקולען פלעגט זאגן א' סליחות פארטאגס , כמנהגו בקודש פלעגט ער מאכן הבדלה שפעט און נאך אינמיטן מלוה מלכה פלעגט אסאך מאל לעכטיג ווערן ,
א' סליחות פארן גיין אין ביהמ"ד צו אמירת הסליחות פלעגט ער זיך אראפלייגן די קאפ פאר א פאר מינוט כדי צו קענען אויפשטיין צו סליחות
וקול התור נשמע בארצנו
Re: א' סליחות - ביינאכט\פארטאגס
קוקט אויס ביסט נישט געווען אין ירושלים א' סליחות. דארפסט ענדערש פרעגן אויב ס'דא פארטאגס.
וקול התור נשמע בארצנו
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
איך בין נישט סקולענער סא איך ווייס נישט , עכ"פ כך שמעתי מאחד פארי האדמורי'ם שליט"א מעיר וומס"ב ,חוץ אויב איך פארצייל נישט גוט דעי מעשהקלאנג האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 6:41 amאון פארוואס האט מען געטוישט?אכילה האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 1:07 amדי נועם אליעזר פון סקולען פלעגט זאגן א' סליחות פארטאגס , כמנהגו בקודש פלעגט ער מאכן הבדלה שפעט און נאך אינמיטן מלוה מלכה פלעגט אסאך מאל לעכטיג ווערן ,
א' סליחות פארן גיין אין ביהמ"ד צו אמירת הסליחות פלעגט ער זיך אראפלייגן די קאפ פאר א פאר מינוט כדי צו קענען אויפשטיין צו סליחות
א ריקן א ברייטע
א העמיד א טייטע
🎶...דיי דיי דייעט דיי דיי דייעט אויף דייעט שוין איך פלי...🎶
א העמיד א טייטע
🎶...דיי דיי דייעט דיי דיי דייעט אויף דייעט שוין איך פלי...🎶
Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)
די גמ’ זאגט אין יומא כב’ ’’דשאני מיגנא ממיקם’’ ווי רש’’י איז מסביר, אז ס’איז גרינגער פאר א מענטש זיך צו האלטן אויף ’א גאנצע נאכט’ ווי איידער אויפשטיין פארטאגס.
ס’איז א פשוטע מציאות, איך וויס אפילו נישט וואס ס’איז דא זיך מתווכח צו זיין איבער דעם.
ס’איז א פשוטע מציאות, איך וויס אפילו נישט וואס ס’איז דא זיך מתווכח צו זיין איבער דעם.