לצים!! זאגטס מיר שוין דעם וויץ!!!
די דעמפ און פארע קומט מיר אקעגן, אויסגעמישט מיט די גערוך פון פריש געוואשענע האנטוכער און כשר זייף, איך מאך מיר מיין וועג צו מיין פלאץ ווען אין די אויערן גרידשעט דער קול פון א רינעדיגע שויער פששששששש צוזאמען מיט פאפ פאפ פאפ פון חיים יענקלס שי טבילות, און פון די אנדערע עק הערצעך אזא מין שטילקייט וואס ווערט יעדע עטליכע מינוט געבראכן מיט א קול פון באסאווע שטימעס פון עטליכע פויערן וואס זיצען אין שוויץ, און נאר ווען איינער עפנט די טיר ווערט די גאנצע מקוה איבער גענומען צום קול פון זייער געלעכטער, און קולות פון פראקערייען, באגלייט פון א בעקגראונד וואקעל אהאהאהאהההההה, מיט א גאר שטארקען עקאו וואס נעמט אוועק די מנוחה. און ווי נאר די טיר איז הערמעטיש פארמאכט גייטעס אלעס צוריק על מכונה, צו די שויער גערינעכטס און מקוה פלאטשקעס.
בערך יעדע האלבע שעה גיסן זיך ארויס די חברה פויערן פון שוויץ, מאכענדיג פלאץ פאר די קומענדיגע שיפט לצים איבער צונעמן זייער ארט, זיי ריכטען זייערע טריט גראד אריין אין הייסן בור אריין, ווי זיי זעצן פאר מיט זייערע באסאווע געלעכטער פאר עטליכענע מינוטען, ביז איינע פון די עלטערע נערוועזע אידן שישקעט אויף זיי, ווערן זיי שטיל.
איך מאך מיר באקוועם אויף מיין פלאץ איך הענג אויף מיין מקוה בעג און דערנעבן מיין וועסטל און ציצית, איך זעץ מיך אוועק אויפן באנק איך טוה אויס שיך און זאקן און ווער גלייך פארזינקן און די עבודה קשה שבמקדש נעמליך מ'הייבט אן צו קראצן די פיס, וואס פארשטייט א גוי? ווי קראצט ער זיינע פיס???, א כלל ווען איך קראץ די פיס בינעך אין זיבעטן הימל, איז ווייס ניש און איך הערניש גאניש פונעם גאנצן ארום.
אזוי איז אויך געווען יענם פרייטאג נאכמיטאג, אבער דאסמאל איז געווען א אויסנאם, די קולות זענען ממש געווען עד לב השמים, אפי' כאגעוואלט האבעכעס ניש געקענט איגנארירן.
ווען ברוך משה פלעגט אריינוואקן און שוויץ האט יעדער געוויסט אז סיז דא סחורה, ס'גייט זיין גוט!! מ'גייט לאכן. אבער היינט איז געווען סאאאך מער, אנגעהויבן האצעכעס מיט א געווענליכע געלעכטער אויספלאץ וואס האצעך ארויסגעטראגן פון דארט, א פשוטע האהאהאהאהא. אבער ווען חיים ברוך איז ארויס געלאפן מיט א אימפעט ניש קענענדיג כאפן די אטעם פאר געלעכטער האטעס שוין געהויבן ברעמען, ער לויפט תיכף אריין אין הייסן בור, די חברה דארט זענען נארוואס שטיל געווארן, און ער פארציילט זיי ברוך משה'ס לעצטע וויץ און ווי א שטורעם האט איבערגענומען די מקוה, האהאהאהאהאהא חיחיחיחיחיחיחי ההאאאאאאאאפ באהאהאהאהאאאא דעיס איז א גוטס!!!!!! האהאההאהא!!!.
יעקב חיים וואס איז נארוואס אריין אין שויער לויפט תיכף צו צום הייסן בור און שרייט אריין, חיים ברוך וואס גייט פאר??? חיים ברוך קעניש ענטפערן ער דרייצעך פאר געלעכטער, א צווייטער האטעם וואלונטירט, און זאגטעם איבער ס'וויץ, יעקב חיים ווערט מיט געשלעפט מיטן שטראם, ער שיסט אויך פאר געלעכטער, ער לויפט אריין אין שויער און דערציילט איבער דעם ברייטפארכטיגען וויץ, דא נעמטעס אבער שוין ארום אויך די ערנסטע אידן וואס זייפן זיך לכ' שבת, מ'זעט אברהם יצחקן אריין לויפן און זייטיגען שטובל רויט, און שליקעצט זיך אונטער אזא מין היהיהיהי, דוד נחום דער שישקער פאסט ניש צו לאכן ער טרייצעך איינצוהאלטן און ער לויפט אריין צום ווארעמען בור, אנקעגן די נייגעריגע אויגן פון אפאר אידן וואס ווילען אויך מיטהאלטן, און ווען זיי פרעגן אים וואס איז די וויץ קענער זיך מיר ניש איינהאלטן און ער שיסט אויס און א געלעכטער כוואליע באגלייט מיט אומבאנומענע קולות חיחיחיחיחיחיחיחיחי, און צווישען די איין כליפ און צווייטען זאגטער איבער ס'וויץ, און אזוי מאכטעס זיין וועג פון ווארעמען בור, צו די זיץ פלעצער, עד שנעשה כל הגולה כמדורת אש, ס'גאנצע מקוה פארגייצעך און איין גרויס שטיק געלעכטער.
און דא האב איך מיך שוין אויפגעכאפט אז עפעס גייט פאר, איך קוק מיך אום און איך זעה ניש מער איניש ווייניגער מיין שכן חנוך העניך דער כאניאק וואס גייט ביזן בור מיט די קאפל, רעבישע העמד און ציצית, שטייט מיטן האנטוך און קאטשקעצעך פאר געלעכטער, אויסגעדרייט צו די וואנט האפענדיג אז קיינער זעהט ניש, און יעדע פאר מינוט מורמעלט ער זיך אונטער, אזאנע לצים, געפעעערליך!! נוו!!, דאס האבעך שויניש געקענט אדורך לאזן, איך מוז שוין וויסן וואס דא גייט פאר, איך נעם אן קוראזש און איך פרעג חנוך העניכ'ן זאג נאר וואס איז דאס געלעכטער דא??, ער קוקט ארויס צווישן איין געלעכטער און צווייטן, מיט א ברוגז'דיגן בליק, און זאגט מיר, איך קענעס ניש איבער זאגן, פרוביר איך דעם נעקסטן, ער קענאויך ניש צו זיך קומען.
איך הער נאר קולות פון אלע זייטן האהאהאהאהאהנאהנאהאהאה כעכעכעכעכעכעעכעכעכעכע חיעחיעיעחיעחיחיחעחיחיחיחי פאפאפאפאפאפאפפאפאפאפא ככאכאכאאכאאכאכאאכאכאאכאכאכא
דאסיז די איינציגסטע ענטפער וואסיך באקום היינט, ביז כאשוין אליין פארשטאנען אז דאס מוז זיכער זיין ברוך משה'ס ארבעט, איך שלעפ מיך אזוי אנע שיך און זאקן, צום שוויץ, דארט טרעף איך שוין ברוך משה ביים טיר, ערישוין צו זיך געקומען, און איך בעטעם אזוי בתחנונים, זאג מיר זיי מוחל איבער ס'וויץ, ער קוקט מיר אן און רוימט מיר אריין און אויער, האסט ניש געהערט??? מאבימלך נתעברה שרה!!!
האהאהאאהאהאהאאהאהאהאהאהאהאהא
כיכיכיכייכיכיכייכיכיכיכי כעכעכעעכעעכעכעעכעכעכעעכע ההההההאאאפאשווייייייי היהיהיהיהייהיהיהייהיהיהיהייהיה
איינער קעמער צוריק טראגן צו מיין פלאץ????? האהאהאאאהאהאאהאהאאהאה