בלאט 1פון 4

וואס קענט איר אלס טוהן מיט GOOGLE ?

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 1:05 pm
דורך שמעק_טאביק
נישט יעדער ווייסט ווי נוצליך GOOGLE איז. מען מיינט עס איז בלויז א סוירטש ענדזשין, און דאס איז עס. איך האב שוין געשריבן איינמאל אין היידפארק דערוועגן, אבל מפני דברים שנתחדשו, וועל איך דא בקיצור צוברענגען נאכאמאל עטליכע מעלות.

איר קענט אים נוצן פאר א קאלקיולעיטאר. למשל 3+3 און ער וועט אייך ענטפערן 6=. דאס אליין איז נישט געוואלדיג. אבער מען קען פרובירן אלע סארט קאנווערזשנס. ווי למשל, איר ווילט וויסן וויפיל איז 80 דעגרי פארענהייט אין סעלציוס? וויפיל ליטער איז 20 גאלאן? וויפיל מייל איז אין א ליכט יאר? וויפיל פיס איז אין א מייל? וויפיל קילאמעטער איז 15 מייל? וויפיל יורא איז 20 דאלאר? קלאפט אריין די שאלה אין גוגל, און ער וועט אייך תיכף געבן דערויף דעם ריכטיגן ענטפער.

איר קענט אים נוצן פאר א טעלעפאן בוך. איר באקומט א קאל און איר ווילט וויסן ווער איז דער נאמבער? קלאפט אריין: 7183871234 (ד.ה. די 10-דיזשיט טעלעפאן נאמער) און אויב איז דער נומער געליסטעד אין טעלעפאן בוך, וועט איר דאס תיכף זעהן אויפן סקרין. (סעלפאן נומערן ארבעט נישט).

איר קענט אים נוצן צו זעהן עירפארט דילעיס, אדער פלייט ערייוועלס אינפארמאציע.

איר קענט אים נוצן פאר א דיקשאנערי. איר ווילט וויסן וואס מיינט א געוויסע אומבאקאנטע ענגלישע ווארט. שרייבט איר אריין דעם ווארט DEFINE (ד.ה. טייטש מיר אפ) און שרייבט דעם ווארט וואס איר ווילט וויסן.

ווילט איר וויסן דעם וועטער אין אייער געגענט? שרייבט אריין דעם ווארט "וועטער" אין ענגליש, מיט אייער זיפ קאוד. למשל: WEATHER 11211.

א גאר אינטערעסאנטע זאך בין איך לעצטנס געוואויר געווארן, אז רוב סערוויסעס קענט איר האבן אויך דורך אייער סעל פאון. איר דארפט גארנישט מער ווי שיקן א "טעקסט מעסעדזש" צו GOOGLE. ווי אזוי? פשוט דרוקט אריין די נומערן לויט די GOOGLE אותיות אויף דעם קי-פעד (466-453) און פרעגט אים אן וואס איר האט צו פרעגן. למשל:

Define Amen
Weather 11219
7183846789
Feet in Mile

וכדומה. ביז א 20-30 סעקונדען וועט איר צוריקבאקומען א טעקסט מעסעדזש מיט אייער תשובה.

די ליסטע איז זייער לאנג. איך וועל צוצייכענען א לינק וואס האט איבער 100 טיפס און טריקס.

http://www.laptopmag.com/Features/101-G ... ecrets.htm

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 1:09 pm
דורך מאשקע
א ריזיגן שכוח.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 1:42 pm
דורך 3x0
יישר כח הרב שמעק.

דאס איז וואס גרויזאמער האט געשריבן פאר א צייט צוריק אין דעם אשכול .

גרויזאמער האט געשריבן: רעיון יום ג' ויחי תשס"ז

גוגל הצדיק


בילד
גרונדליכע פראפעסארן סטראטעגיסן און אנאליסטן יאווען זיך צו ערקלערן, אפווענדן, פארשטיין די אקטיוויטעטן פון גוגל. מאנכע מנובלים פון די גוישע גאס קוקען דאס אן ווי א שטיק עבודה זרה און דער העלפער פונעם היינטיגן גענעראציע.

אין מח פאנטאזירט זיך ווי גוגל איז א געלערנטע ברייט ביינערדיגע פראפעסאר, א הערליך אנצוג, און געקעמטע שניפסל, אין זיין רייך געבויטן פאלאץ זיצט ער אויבנאן מיט אן אויסגעגאסענעם שמייכל אויפן געזיכט, העכער אים הענג א שילד וואס ליינט זיך "דא קענט איר באקומען וואס איר ווילט, ווען איר ווילט, וויאזוי איר ווילט", ניטאמאל דארף מען שטיין אין די רייע צוצוקומען צו אים, מען גייט צו צו אים און מען בעט אים און ער געבט. יא, אן קיין פראגעס, ער פרעגט נישט ווער מען איז. מען פרעגט אים וואס מען וויל און ער ענטפערט. און קיינמאל קיינמאל וועט ער נישט אנטוישן. אייביג וועט ער וויסן וויאזוי צו בארואיגן די וואס קלאמערן זיך ביי זיינע טישן.

ווילסט וויסן די וועטער פון היינט מארגן איבערמארגן? אן ענטפער! זוכסט א ווירטואלישע פלאץ צו אנטשיידן די חלום מיט די אכט פעטע קיען וואס האבן איינגעשלינגן זיבן פרעה'ס? טינק טינק טאם, קלאפט אריין אין קיבארד, אויפן סקרין שווימט אויף א דאטע באזע מיט אלע אינפארמאציע, מער וויפיל מען האט זיך נאר אמאל פארגעשטעלט, ער דערלאנט עס צום פאציענט מיט א נצחון שמייכל ווען דער לעצטער שטייט און וואונדערט זיך פון דעם וועלטס וואונדער. אט קומט אריין אן עלף יעריג אינגעלע, לויפט צו צו מיסטער גוגל, העלאו? איך וויל עפענען א מעיל באקס אז איך זאל קענען האנדלן און מען זאל מיר קענען שיקן פאסט פון אומעטום, די גאנצע עולם שטייט און ווארט צו וואס גייט יעצט מיסטער גוגל זאגן? וואס קען ער דען טון צו אזא מעכטיגע פראבלעם? מיסטער גוגל עפנט אויף די אונטערשטע לעדל פונעם דעסק, נעמט ארויס א קליינטשיקע רויטע באקסל, "גימעיל" "נאדיר", "2 גיגה בייטס"... נעקסט! שרייט ער מיט א שמייכל... יא, איך האב געוואלט פרעגן ווער איז די ביליגסטע פאר א די עם דאבעליו נעגל שניידער? מיסטער גוגל שטעלט זיך אויף, נעמט ארויס א געקנעטענעם פרוגל פון איינע פון די שעלפס, דערלאנגט עס אהין, מיט אלע אינפארמאציע וואס נאר שייך. אלעס אלעס, קענסט זיך אויסקלויבן לויט די רעיטס, לויט דעם סדר לויט יענעם סדר. געגאגען! ווער נאך איז דא היינט? קיינער זאל נישט אוועקגיין פון דא! איך וויל יעדעם העלפן! א בלאגעלע דארפסטו? דא!... וואס נאך? וואו גענוי די עפסאן שטראססע אין לעמבערג געפינט זיך? דא האסטו גוגל ערטה, איך צייג דיר די גענוי בילד... וויאזוי אנצוקומען? גוגל מעפס... מיט וועם ווילסטו שמועסן? יא זיכער! יא מיט יעדעם וועם דו ווילסט וועסטו קענען שמועסן אגאנצען טאג, גוגל טאלק, דא! דאן קומט צו דער לעבעדיגער טאנצעדיגער קוימען קערער, ער וועט צופיקסן מיסטער גוגל, ער קומט צו לויפן "ווארט מיסטער גיי נאכנישט אוועק!" שרייט ער פארסאפעט, "יא יא, בעט וואס דו ווילסט נאר" ענטפערט מיסטער גוגל... ענדליך קומט ער צו צום טישל, דער עולם קוקט מיט נייגער, מיט וואספארא אויפטרעף גייט ער יעצט קומען? ענדליך וועט שוין איינער זוכה זיין צו א א אומקלארע תשובה פון גוגל?.. אולי... "וואס איז נייעס?" קומט די אומגעראכטענע פראגע... דער עולם האלט זיך ביי די זייטן, וואס גייט יעצט זיין... נישט געזארגט, אונזער פריינד נעמט ארויס פונעם שיפלאד א גוגל ניוס, דא האסטו!...

וויאזוי מאכט ער געלט דער מיסטער? אומבאמערקטערהייט וועט ער פאר יעדן פאציענט אריינרוקען אינעם לינקן טאש א צעטעלע מיט קליינע נישטיגע אדווערטייזמענטס איבער דעם ענין וואס יענעם אינטערסירט. אזוי קען ער פארדינען מיליאנען דאלארן פון די וואס אדווערטייזן זיך ביי אים. און אזוי שטייגן זיינע סטאקס אין די הויכע ציפערן, צו אלעמענס באקוועמליכקייט.

מוסר השכל: קודם קומט סערוויס, נאכדעם קומט ביזנעס.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 5:05 pm
דורך לחיים ולברכה
שמעק, במחילת כבודך - האסט א טעות, ווען מ'קלאפט אריין 7183871234 קומט גארנישט ארויף. (אפשר וועט ארויפקומען די דאזיגע תגובה....)
מ'דארף לייגן 'דעשעס' אדער 'ספעיסעס' אינצווישן. למשל 718-387-1234, אדער 1234 387 718.

אגב, וועמענס נאמבער האסטו אנגעצייכענט......

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 5:07 pm
דורך שמעק_טאביק
לחיים וברכה, במחילת כבודך ביסטו נישט גערעכט. מען קען אויסדרוקליך יא אזוי שרייבן אן קיינע דעשעס. איך נוץ דאס שוין איבער א יאר צענדליגער מאל. פרוביר אריינצושרייבן איימיצנס טעלעפאן נאמבער וועסטו זעהן. די נומער וואס איך האב געשריבן איז בלויז א דוגמא...

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2007 6:14 pm
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח שמעק טביק,
גראדע מיט וועטער האט מיר עס נישט געהעריג געארבייט, מסתמא איז עס געווען א ספעלינג מיסטעיק,
אגב האביך דארט געטראפן א וועב-זייטל, וואס איז ארגינעל פארן וועטער, און עס האט אין זיך העליכע בילדער פון מורא'דיגע שיינע פאנאראמע'ס, פארשטייט זיך אז אלעס גייט לויטן וועטער,
עניוועי, יישר כוחכם.

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2007 11:57 pm
דורך cano
איך קאן נישט מאכען קיין פרינט סקרין, וועסטי מיר מיזען גלייבען אויפען ווארט, לחיים ביזט נישט גערעכט, מען דארף נישט לייגען גארנישט נישט קיין רינגעלעך און אויך נישט קיין ספעיסאס, אדרבא טריי עס אליין.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2007 10:25 am
דורך לחיים ולברכה
שמעק טאביק, קאנאו, עטס זענטס גערעכט. איך נוץ עס שוין אויך זייער לאנג, און כ'האב עס אויספרובירט אויף מיין נומער און ס'האט נישט געכאפט אהן ספעיסעס. יעצט האב איך אויספרובירט א צווייטענס נומער און ס'האט געכאפט.
אבער... א צווייטנ'ס נאמען און א צווייטע אדרעס, ד"ה אז ס'איז זייער נישט אפדעיטעד. יענער האט שוין די נאמבער באלד 3 יאר און ס'קומט נאך ארויף די נאמען און אדרעס פון דער וואס האט דאס געהאט פריער. די זעלבע מיט מיין נאמבער האב איך שוין 4 יאר, און ס'קומט גארנישט ארויף.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2007 12:24 pm
דורך שמעק_טאביק
איך בין מודה אז עס איז נישט אפדעיטעד. איך וואלט געהאלטן אז זיי זאלן צולייגן אן אפציע צו "אפדעיטן" די נומערן, און זיי זאלן דאס וועריפייען. מסתמא קאסט דאס צופיל פאר זיי צו טון פאר אומזיסט. אבער דאך איז עס בעסער ווי גארנישט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2007 12:30 pm
דורך לחיים ולברכה
ס'איז אבער אינטערסאנט אז ס'זאל זיין אזוי אלט, 4 יאר וואס איך האב מיין נאמבער, ס'איז אלץ געווען געליסטעד איבעראל, אבער זיי האבן דאס נישט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2007 1:37 pm
דורך סאכדעס
נע, די ליסט איז געפעליך אלט. מיין נומער איז שוין אלט 7 יאר און זיי האבן עס נישט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2007 1:38 pm
דורך סאכדעס
גראדע זעה איך איצט אז זיי האבן עס יא, אבער עס איז יארן נישט געווען דארט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2007 2:48 pm
דורך יאנאש
אונטערסאנט, ווייל מיין נומער איז אינגאנצן אלט פיר יאר, און זיי האבן עס שוין פאר עטליסט א יאר.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:27 pm
דורך קרעזי
יאנאש,

ביסט זיכער אז זיי האבן עס? איך מיין אז דו זאלסט צושטעלן דא א לינק, כדי דער עולם זאל זיך קענען אליין איבערצייגן...

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2007 12:58 am
דורך איך_הער
קרעזי האט געשריבן: יאנאש,

ביסט זיכער אז זיי האבן עס? איך מיין אז דו זאלסט צושטעלן דא א לינק, כדי דער עולם זאל זיך קענען אליין איבערצייגן...


קרעזי, נאט בעד.

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2007 4:40 am
דורך metsboy
זיי האבען אויכט אזא זאך ווי labs דאס מיינט למשל די ווילסט זעהן וויפל מענטשן אויפן וועלט זיכען דאס ווארט ''היימישע קרעטשמע'' וועלן זייך דיך אלס אויסזאגען! נישט נאר דאס, קענסט אויכט וויסען יעדע חודש עקסטער וועלכע שטאט זיך דיך די מערסטע,

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 4:03 pm
דורך מאשקע
איך האב יעצט פרובירט א זאך, און ס'האט געארבעט.
מ'לייגט אריין די VIN נומער פון די קאר, און ס'קומט ארויף די רעזולטאטן פון carfax, וואו מ'קען באקומען די רעקארדס פון אלעם וואס האט פאסירט מיט די קאר.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 4:07 pm
דורך א אידעלע
איך מעג פרעגן א טעמישע קשיא, וואס מיינט א VIN נומער, און וואס מיינט carfax?

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 4:30 pm
דורך מאשקע
האסט א קאר?
VIN מיינט Vehicle Identification Number. יעדע אויטא האט אזא נומער אריינגעקריצט, און די נומער שטייט אויך אויפ'ן קאר רעגיסטראציע און אויפ'ן אינשורענס אידענטיפיקאציע קארטל.
ביים קויפן א קאר, איז ראטזאם צו קוקן די רעקארדס אויף carfax, צו זעהן די היסטאריע פונעם קאר, ד.ה. וויפיל בעלי בתים ס'האט שוין געהאט, אויב ס'איז שוין געווען פארמישט אין ערנסטע עקסידענטן, אויב מ'האט לעצטנס געטוישט עפעס א מעידזשאר פארט אינעם קאר, אא"וו.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 5:25 pm
דורך שמעק_טאביק
א אידעלע, מאשקע האט גוט געענטפערט. קארפעקס האט אלע אינפארמאציע פון יעדע אויטא, פון פאליציי (עקסידענטן וכדומה) און פון די אינשורענס, רעגיסטרעישאן אינפארמאציע, א.א.וו. אינטערעסאנט אז געווענליך קארפעקס בעהט דערפאר 10 אדער 12 דאלער. ווי אזוי גוגל האט עס אומזיסט ווייסעך נישט.

אגב, טעמיש איז נישט קיין ווארט. מען שרייבט תמ'יש (מלשון "תם", אויב דו פארשטייסט נישט).

אויך קען מען ביי GOOGLE אריינלייגן סיי וועלכע טרעקינג נומבער, פון יו.פי.עס. אדער פעדעקס אדער DHL, און אלע אינפארמאציע וועט ארויפקומען אויפן סקרין. די חברה גייען מחיל אל חיל (להבדיל... אויב מען מעג דאס זאגן אויף זיי)..

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 5:28 pm
דורך יאנאש
איך מיין אז גוגל האט עס טאקע נישט פאר אומזיסט, זיי גיבן דיר נאר א לינק צו קארפעקס'ס וועב זייטל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 5:29 pm
דורך מאשקע
ווער זאגט אז גוגעל האט עס אומזיסט? ער געט דיר נאר א לינק צו "קארפעקס", וואו דו קענסט זעהן וואספארא מאדעל און יאר די קאר איז, און וויפיל רעקארדס ס'איז דא אויפ'ן פייל. צו זעהן "פון וואס" די רעקארדס באשטייען, דארף מען באצאלן ווי א טאטעלע.

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 5:34 pm
דורך יאנאש
נו קען מען דאך גיין גלייך צו קארפעקס?

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 5:37 pm
דורך סאכדעס
גערעכט, אבער דער חידוש איז אז ער טוט באלד אנטדעקן אז דאס איז א VIN

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2007 5:45 pm
דורך מאשקע
יאנאש האט געשריבן: נו קען מען דאך גיין גלייך צו קארפעקס?

און ווען דו ווילסט טרעקן א פעקעדזש, קענסטו נישט גיין גלייך צו UPS אדער FEDEX?
נאר וואס דען? גוגעל שטעלט דיר אלעס צו כשלחן הערוך.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: