מקורו של הניגון אוי חנוכה אוי חנוכה...לאטקעלע לאטקעלע האפ
פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איך בין נייגעריג ווי אלט די קינדער חנוכה ניגונים זענען און אזוי אויך וואס די ריכטיגסטע נוסח איז
הרב פרענקל איך מיין אז איר האט א גרויסע טעות דא אויף אייוועלט איז נישט דא קיינער וואס קען דאס וויסען
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף [email protected]
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12752
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
די ריכטיגע נוסח, אדער ווי אלט דאס איז, ווייס איך נישט, אבער אויף לחיים טיש איז דאס די נוסח viewtopic.php?p=297545#p297545
אגב, זארעכפעפער טענה'ט עס קומט נאך פון בארג סיני.. viewtopic.php?p=15652#p15652

פרנקל האט געשריבן:splenda האט געשריבן: הרב פרענקל איך מיין אז איר האט א גרויסע טעות דא אויף אייוועלט איז נישט דא קיינער וואס קען דאס וויסען
מר. ספלענדא דערוויילע קוקט אויס אקורשט ווי איר האט אינטערגעשאצט די חברי הפארום
איך האב געמיינט צו זאגען אז קיינער גייט נישט געדענקען פון ווי די ניגון שטאמט אבער זיך נאכפרעגען איז דאך נישט קיין שאלה אז מען קען
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף [email protected]
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע:בין גברא לגברא
איינער האט א שאלה צו די ניגונים זענען מסיני
עס דערמאנט מיר דער ענין פון לאקשען קיגל אין א געוויסע ספר וואס איך האב שוין דערמאנט
אז לאקשען קיגל איז מסוגל אויף פרנסה ווייל קשין מזונותיו וכו' און לאקשין מאכט לא קשין וכו' און ער שרייבט דארט אז לאקשין קיגעל איז מסיני און די תורה פון לא קשין איז אויך מסיני
נו אויב אזוי קען מען דרשנען א גזירה שוה אז די לאטקעס זענען מסיני און אוןך די ניגונים זענען מסיני

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36818
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- מכטי1
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5262
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
- לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען
msp האט געשריבן: איינער האט א שאלה צו די ניגונים זענען מסיני
עס דערמאנט מיר דער ענין פון לאקשען קיגל אין א געוויסע ספר וואס איך האב שוין דערמאנט
אז לאקשען קיגל איז מסוגל אויף פרנסה ווייל קשין מזונותיו וכו' און לאקשין מאכט לא קשין וכו' און ער שרייבט דארט אז לאקשין קיגעל איז מסיני און די תורה פון לא קשין איז אויך מסיני
נו אויב אזוי קען מען דרשנען א גזירה שוה אז די לאטקעס זענען מסיני און אוןך די ניגונים זענען מסיני
מנחם שלום גוט אזוי וואו אלעמאל!!!
אבער לאקשען מסיני זאגט מען נאך פין ר' מאיר'ל פרימישלאנער
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19691
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
די שינוים אין דעם ניגון אוי חנוכה
אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינער..
נישטא קיין אידישע אינגעלע אינגאלע אדער יונגעלע וואס קען נישט דעם פרייליכן חנוכה לידל, נאך פאר מ'קען דרייען א דריידל קען מען שיין שיין איבערזינגען דעם ניגון.
די נוסחאות אויף דעם ניגון זענען באלד אזויפיל וויפל מאל מ'האט שוין געזינגען דעם ניגון, צומאל זעהט מען אז די ווערטער זענען ערגצוואו פארפארן און האט ניטאמאמאל קיין ריכטיגן פשט.
לאמיר נעמען די נוסח פון "לחיים קינדערגארטן"
אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינער
א לוסטיגער א פרייליכער נישטא נאך א זיינער
אלע נאכט אין דריידעלעך שפילן מיר
הייסע זיסע לאטעקס עסן מיר אן שיעור
דעריבער צינד קינדער די חנוכה ליכטעלעך אן
זאגט על הניסים
און דאנקען פאר די נסים
און לאמיר אלע טאנצן צוזמען
יהודה האט פאטריבן דעם רשע דעם רוצח
און האט אין בית המקדש געזינגען למנצח
די שטאט ירושלים האט ווידער אויפגעלעבט
און צו א נייער לעבן האט יעדער איד געשטרעבט
די ערשטע ווארט וואס שטומט עפעס נישט אזוי איז: הייסע זיסע לאטקעס, פון ווען איז די לאטקע באצייכנט אלטס א זיסע מאכל.
אבער דאס איז נאך בחסד, ווי נישט ווי א לאטקע היינט צוטאגס איז דאך מיט אייזקרים אינעווייניג (ווער געדענקט נאלך ווען מיר זענען געווען קליינע קינדער און מיר האבן זיך באלעקט מיט די דזשעלי פון די לאטקעס..), סא מ'קען נישט אפמאכן אז לאטקעס זענען זיס.
אבער אויב וועלן מיר גיין צום ריכטיגן אפטייטש פון לאטקעס איז דאס נישט דאנאטס נאר כרעמזליך, און כרעמזליך וואלט איך מער באצייכנט אלטס געזאלצן ווי אלטס א זיסע לאטקע.
זינגען מיר ווייטער: חנוכה איז א יום טוב א שיינער מיר שפילן דריידלעך און עסן לאטקעס, דעריבערצינד קינדער די חנוכה לעכטעלעך.
ווייס איך נישט פארוואס איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'דארף צינדן ליכט וייל חנוכה איז א שיינע יום טוב, ווייל מ'שפילט מיט דריידלעך, ווייל מ'עסט לאטקעס, אדער גאר ווייל מיר עסן לאטקעס אן א שיעור.
די ווארט דעריבער איז עפעס נישט אין פלאץ דא.
גייען מיר ווייטער צום גראם: חנוכה לכטעלעך אן, לאמיר טאנצן צוזאמען.
איך מיין אז די גראם איז נישט רחוק מזרח ממערב נאר אזו ווייט פון חנוכה ביז נאך תענית אסתר.
דער אמת אז איך האב אויפגעוואקסן מיט אביסל א אנדער נוסח אויף דעם ניגון, אפרים וועבערמאן זינגט דאס אויף זיין טעיפ:

אלע נאכט אין דריידלאך שפילן מיר
הייסע זאדגיע לאטעקס עסן מיר אן שיעור
דעריבער צינד קינדער די חנוכה ליכטאלאך אן
זאגט על הניסים
און דאנקען פאר די נסים
און לאמיר אלע טאנצן און ראד

דעריבער...
דא איז די לאטקעס נישט זיס נאר זודיג... ווייסט איינער וואס דאס מיינט?
דער גראם שטומט דא בעסער. ווען מזינגט דאס מיט די ליטוויעשע הבהרה חנוכה ליטאלאך אן, טאנצן אין ראד, הערט זיך דאס שוין א קרוב פון א גראם.
אבער דער דעריבער שטומט דא אויך נישט.
אבער דא זינגען זיי דעם דעריבער נאכאמאל נאך יהודה האט פאטריבן און דעם נס חנוכה, און דא שטומט שוין אז דעריבער צינדט קינדער די ליכט.
אבער פארוואס דארף מען שפעקאלירן, לאמיר צוריקגיין געבן א קוק פון וואו קומט די ניגון און ווער האט דאס מחבר געווען.
מיט א 100 יאהר צוריק איז געווען א גרופ וואס האט צוזאמגעשטעלט א ביכל מיט אלטע טרעדישנל אידישע ניגונים אויף אלע ימים טובים. אויף חנוכה האבן זיי נישט געהאט קיין געהריגע ניגון און איינער פון זיי האט פארפאסט די חנוכה ניגון און אריינגעלייגט אינעם ביכל
דער מחבר האט געהייסן מרדכי ריוועסמאן, געבוירן אין ווילנא און געווען א חיידער אינגל ביז די 12 יאהר, דעראך אאיז ער ... שוין לאמיר נישט מאריך זיין אין זיין היסטערי...
דא איז זיין בילד
(פארוועם ס'שמעקט נישט און קען נישט גלייבן אז אט אה דער איז דער וואס שטייט אינטער דעם "הייליגן" ניגון, קען צומאכן די אויגן)
און דאס איז די ווערטער פונעם ניגון ווי אזוי ס'איז געדריקט אינעם ביכל:
אי חנוכּה, אי חנוכּה אַ יום־טוב אַ שעהנער,
אַ לוסטיגער, אַ פרעהליכער, ניטאָ נאָך אַזױנער!
אַלע נאַכט אין דרײדלאך שפּיעלען מיר,
זודיג הייסע לאַטקעס עסן אָהן אַ שיעור!
געשװינדער,
צינדט קינדער
די דינינקע ליכטאלאך אָן!
זאָגט „על הנסים”,
לױבט גאָט פֿאַר די נסים,
און קומט גיכער טאַנצן אין קאָן!
יהודה האָט פֿערטריבן דעם שׂונא, דעם רוצח,
און האָט אין בית־המקדש געזונגען „למנצח”!
די שטאָדט ירושלים האָט װידער אױפגעלעבט,
און צו אַ נייעם לעבן האָט יעדערער געשטרעבט.
דעריבער
דעם גיבור
יהודה המכּבי לױבט הױך!
זאָל יעדערער באַזונדער
באַזינגען דעם װוּנדער
און ליב האָבן דאָס פֿאָלק זאָלט איהר אױך!
מיר האבן דא א פאר אלטע אידישע ווערטער וואס האבן זיך געטוישט היינט:
זודיג = קאכעדיג
געשווינדער, גיכער = שנעל
קאן = רינג
דא קענען מיר זעהן ווי שיין די אויסטעל פונעם ניגון איז און די פשט פון די ווערטער.
חנוכה איז א שיינע יום טוב מיר שפילן דריידעלך און עסן קאכעדיזגע הייסע כרעמזלעך
שנעל קומט קינדער אנצינדן די קליינע ליכטעלעך, זאגט על הניסים און לאמיר טאנצן א רינג.
יהודה האט פאטריבן וכו' בקיצור נס חנוכה דעריבער לויבט דעם גיבור.
אזוי אויך דער גראם אן און קאן איז שוין איינמאל א גראם, און נישט נאר א נעיבער פונעם גראם.
ווי מ'קען זעהן אז בעצם די ווערטער שטומען מיטן בילד פונעם בעל מחבר, און ס'איז געשריבן אויף זייער נישט אונזער השקפה'דיגע וועג. כאטש ער דערמאנט לויבט גאט, איז אבער די צווייטע חלק נאר גערעדט פון די נצחון המכבים און די שטארקייט פון דעם גיבור יהודה וואס דאס איז א אך וואס במשך אלע דורות האבן די כופרים זיך שטאלץ גהאלטן מיט דעם זיגרייך פון יהודה המכבי, און יהודה המכבי איז אייביג געווען א סימבל פון מלחמה און נצחון בעיניהם, אפילו אזוי ווייט פון דאס אנקוקן אלטס כוחי ועוצם ידי, עד ימינו אנו בי די פרייע ווער ס'קען זיך אביסל אויס מיט זייער שפראך.
זעהט אויס אז די היימישע אידן האבן זיך נישט געפילט באקוועם מיט דעם גאנצן רוח פונעם ניגון און דערפאר נאכן זינגען יהודה האט פאטריבן האט מען געזינגען דעריבער צינדט קינדער די חנוכה ליכטעלעך אן זינגט אלע ניסים און דאנקט (גאט פאר די נסים) וואס דאס געבט א נייער בליק אויפן גאנצן ליד.
לכאורה האט דאס אויך געברענגט אז מיט די צייט האט מען דעם ערשטן מאל אויך געזינגען דעריבער אנשטאדש געשווינדער, אבער דא פאלירט דאס די משמעות.
פארוואס גאט איז ארויס געפאלן ווייס איך נישט, אבער סאיז יתכן אז טאקע ווייל במקורו האט ער אפגעטיילט די ניסים צו גאט און די נצחון צו יהודה האט מען אינגאנצן ארויס גענומען גאט און אזוי איז שוין די גאנצע ניגון פשוט אז מ'דאנקט דעם באשעפער פאר די נסים און נצחון המכבים.
איך האב געטראפן אביסל א אנדער שפטערע נוסח וואס זעהט טאקע אויס אז דאס איז געווען די סיבה פונעם טויש:
אוי חנוכּה, אוי חנוכּה, אַ יום-טוב אַ שיינער,
אַ לוסטיקער, אַ פֿריילעכער, ניטאָ נאָך אַזוינער,
אַלע טאָג אין דריידל שפּילן מיר,
הייסע גוטע לאַטקעס עסן מיר,
געשווינדער, צינדט, קינדער,
די חנוכּה-ליכטעלעך אָן !
לאָמיר אַלע אין איינעם
צום יום-טוב דעם שיינעם
זינגען און טאַנצן אין קאָן.
יהודה האָט באַזיגט דעם שונא רוצח
און אין בית המקדש געזונגען למנצח
די שטאָט ירושלים האָט דאַן אויפֿגעלעבט
און דאָ אַ נײַעם לעבן האָט יעדער געשטרעבט
געשווינדער ...
חנוכּה, אוי חנוכּה, ביסט ליב אונדז און טײַער
עס ברענען דײַנע ליכטעלעך מיט אייביקן פֿײַער
פֿריילעכע זכרונות וועקן זיי אויף
עס הערט זיך מתיתיהוס הייליקער רוף.
ווי מקען זעהן אז דא האט מען איבערגדריידט דעם ניגון צו מער היימיש און הייליג, און האט אינגאצן געטוישט די לעצטע שטיקל.
אבער דא זעהט אויס אז מהאט בכלל נישט געזינגען דעם דעריבער, נאר נאר די געשווינדער.
די אנדערע ווערטער ואס האב זיך געטוישט איז לכאורה געקומען מיט די צייט, פשוט וויל די שפראך האט זיך געטוישט,
זודיג איז געווארן גוטע און פרישע ביז איינער איז אויפגעקומען אז דאנאטס וואס מיר רופן לאטקאס איז דאך זיסע.
אויז אויך מיט דעם קאן, וואס היינט איז עס ראד.
נאר דא איז געעוארן א פראבלעם מיט גראם וויבאלד מיר האבן א צוויטע הברה אויפן קמץ און אן מיט ראד האט נישט געשטומט.
האבן די אחרונים קינדערגארטן און איך האב ליב אויפגעקומען יעדער מיט זיינע איידיע, און עפעס פארפארן יעדער לויט די ווערטער וואס ער האט נישט פארשטאנען
איינעם האט נישט געכאפט וואס מיינט חנוכה ליכטעלעך אן, און פון צינדטס איז געווארן קומטס וכו דא קען מען זעהן אליין די אלע שינוים וואס איז געווארן.
לחיים:

איך האב ליב:
קומטס קינדער געשווינדער
די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2513
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע:באהלי צדיקים
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19691
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
איך האב אויך קיינמאל געוואוסט, כאטש וואס די דעריבער האט מיר אייביג געקיצלט, אבער דאס איז דאך נישט קיין שרעקליכע קשיא בפרט אויף א ניגון,
נאר יעצט ווען מיין אינגעלע איז אונטער געוואקסן און האט מיר אריינגעברענגט נייע נוסחאות אנדערש ווי מיין מסורה האט מיר דאס שוין אינגאנצן צומישט.
די אינפא האב איך גענומען פון א צויי דריי סורטשעס אויף גוגל.
נאר יעצט ווען מיין אינגעלע איז אונטער געוואקסן און האט מיר אריינגעברענגט נייע נוסחאות אנדערש ווי מיין מסורה האט מיר דאס שוין אינגאנצן צומישט.
די אינפא האב איך גענומען פון א צויי דריי סורטשעס אויף גוגל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- הודו להשם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4766
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
- לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
יישר כחכם! זייער שיין.
כך נהגו רבותי
איינס האט געשריבן: קומטס קינדער געשווינדער
די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן
זאגט על הניסים
און דאנקען פאר די נסים
און לאמיר אלע טאנצן צוזמען
כך נהגו רבותי
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
איך מיין אז די נוסח פון 'קומטס קינדער' איז די בעסערע, וויל לאמיר ארויף שטעלן נאך א בליק וואס הרב איינס האט נישט גערעדט דערפון.
דעריבער, צינד קינדער די חנוכה ליכטעלעך אן...
אנטשולדיגט, וואספארא 'אן'? אפשר 'צינדט אן'? אבער סי אזא וויטע וועג, אזוי ווי פון די טאג פון די 3 ברכות ביז זאת חנוכה...
דעריבער, צינדט קינדער די חנוכה ליכטעלעך אן
אבער די צוויטע נוסחא קלינגט אזוי שיין, קומטס קינדער, געשווינדער, די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן, אין איין ווארט געזאגט.
וכאן אני מודיע בשער בת רבים: איך הישראלי המלמד תשב"ר לימדתי את תלמידי בדרך האמריקאית דאנשי ארצות הברית, און די ארצישראלדיגע צאבארישע קינדער זינגען אזוי ווי די קינדער פון לי עוועניו און פון 45 סטריט...
והכל יבוא על מקומו בשלום... שלום שלום צווישן אידען...

ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19691
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
ישראלי האט געשריבן: איך מיין אז די נוסח פון 'קומטס קינדער' איז די בעסערע, וויל לאמיר ארויף שטעלן נאך א בליק וואס הרב איינס האט נישט גערעדט דערפון.
דעריבער, צינד קינדער די חנוכה ליכטעלעך אן...
אנטשולדיגט, וואספארא 'אן'? אפשר 'צינדט אן'? אבער סי אזא וויטע וועג, אזוי ווי פון די טאג פון די 3 ברכות ביז זאת חנוכה...
דעריבער, צינדט קינדער די חנוכה ליכטעלעך אן
אבער די צוויטע נוסחא קלינגט אזוי שיין, קומטס קינדער, געשווינדער, די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן, אין איין ווארט געזאגט.
וכאן אני מודיע בשער בת רבים: איך הישראלי המלמד תשב"ר לימדתי את תלמידי בדרך האמריקאית דאנשי ארצות הברית, און די ארצישראלדיגע צאבארישע קינדער זינגען אזוי ווי די קינדער פון לי עוועניו און פון 45 סטריט...
והכל יבוא על מקומו בשלום... שלום שלום צווישן אידען...
ווען מרעדט איז איין זאך אבער דא איז א ניגון וואס דארף ארויס ברענגען א גראם
און די צווייטע וועג האט נישט קיין שום גראם
דאס אז סאיז ווייט מ'טוט עס אסאך ווען ס'קומט צו גראמען, און אדרבה ס'האט א געוויסע שיינקייט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יש מזל האט געשריבן: א דאנק אייך רעב איינס!
און פארן ישראלי פאר אייך קומט א
פיר עס וויטער צו א אמריקאנע בחור וואס איך האב געלערנט מיט אים פארן ווערן א מלמד, און איין טאג, אינמיטן א שווערע סוגיא... האט ער מיר דאס ערקלערט.
יישר כח נחום! (כ'מיין אזוי האט ער געהייסט)...
אבער ער קוקט נישט אין פארום, איך גלייב נישט....