router, וועלכע איז די בעסטע?
דא אין שטאט האב איך עס נישט געברויכט, ווייל אין ארבעט איז עס קאנעקטעד צום סיסטעם, און אינדערהיים האט מיין שכן געגעבן גוטע קאנעקשאן, אבער אזוי ווי איך האב געשפירט אז מיין שכן איז נישט אזוי צום הארצן אז איך זאל עס נוצן, ווייל ער האט געקלערט אז איך טרינק פונעם זעלבן שיסל וועט פאר אים נישט בלייבן גענוג, האב איך אנגערופן עקסטשעידזש און געוואויר געווארן אז פאר נישטיגע צען טאלער קען איך האבן גאנץ א דיסנט דאונלאוד ספיד. געטראכט און געטאן, איך האב עס באשטעלט מיטן וויסן אז אויב איז עס נישט גענוג שנעל, וועל איך נעמען די העכערע פלען פון גאנצע פופצן דאלער פער מאנאט, און איך בין א מענטש פאר מיר. אן אייגענער באלעבאס.
נאך געוויסע קליינע פראבלעמען וואס איך וועל אפשר א צווייט מאל אויסשמועסן האב איך אלעס געהאט אויפגעסעט אבער דער טעכניקער וואס איז צו מיר אראפגעקומען האט מיר עפעס אריינגעמורמלט אז ביי זייער קאמפאני ווייסט מען אז די 'בעלקין' ראוטער איז נישט פון די גוטע סחורה, איך האב אים אבער אויסגעלאכט, האבנדיג גוטע עקספיריענס אום זומער.
למעשה, זע איך אז נאכן נוצן א קנאפע צוויי וואכן, האט זיך שוין געמאכט מער ווי איין מאל אז איך זאל דרוקן דעם פיצי רויטן קנעפל אויפן ראוטער כדי צו קענען צוריק קאנעקט ווערן צום ראוטער.
האבנדיג די פראבלעמען האב איך זיך דערמאנט אין וואס דער טעכניקער האט געזאגט, און ווי אויך האב איך אנגעהויבן צו קלערן אז ס'מוז זיין א סיבה אז איין סארט ראוטער קאסט דרייסיג דאלער און א צווייטע קאסט איבער די הונדערט דאלער.
קען איינער אויסקלארן דעם ענין??
געדענק אז מערערע מאשינדלעך זענען צו דעם צוגעבינדן. א לעפטאפ, ענדרויד פאון, אייפאון, און קינדל פייער, און ווער ווייס וועלכע נאך שכנים זענען זיך מחי'... (ס'איז נישט אפן צום פובליק!)