ארון הקודש - בילדער
אין די ימים נוראים טראגט דער ארון הקודש א גרויס געוויכט ווען דאס ווערט אן אינטעגראלער טייל פון עבודת היום, עפענען כסדר ביי געהויבענע תפילות, צומאכן און צוריק עפענען וחוזר חלילה. און פארשטייט זיך יעדע מאל באזונדער שעפשען די ליפן א שטילע געבעט "אבינו מלכנו פתח שערי שמים לתפילתנו".
א ארון קודש איז א כמו מיניטשור פון קדש הקדשים און די ארון ברית השם פון בית המקדש, וויבאלד עס האלט די הייליגסטע סקריפטור וואס דער האר פון די וועלט האט געלערנט מיט משה וואס זאל עס איבערגעבן די אידישע פאלק. דערפאר איז דאס אזוי צוזאמגעשטעלט אז די קאמפאנענטס טוען דערמאנען און ערוועקן דעם אמת'דיגן קודש הקדשים. עס אנטהאלט א ארון, דלתות, פרוכת, כתרים, ציורים, פסוקים וואס רעדן פון דעם גרויסקייט פון די תורה און איר לערע, אדער פון די גרויסקייט פון די פאלק וואס לערענט איר ווי למשל 'מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ' וכדומה.
צוליב דעם האבן אידן פון ווען אימער זיך געפירט צו פערהייליקן דאס ארון הקודש און זיך אפגעבן מיט איר געבוי, נישט זשאלעווען קיין געלד און צייט אהערצושטעלן עכטע קונץ שטיק וואס זאל זיין ראוי צו טראגן דעם הייליקן תורה אין זיך. און פארקערט אויך, אז עס זאל זיין א כבוד און שטאלץ פאר די תורה אז אפילו אירע האלטערס ווערן געמאכט מיט גרויס עהרע און פראכט.
איטליכער מאן איז מחוייב אפגעבן כבוד פאר די ארון הקודש, פארנט פון א ארון הקודש זאל מען נישט שטיין מיטן רוקן צו, און מען זאל עס האלטן ריין און ציכטיג און זיכער נישט ווארפן קיינע שמוץ אדער טישוס. עס איז אויך באוואוסט די געשיכטע מיט די פאטער פון רש"י וואס האט אויסגעקערט ארום דעם ארון הקודש מיט זיין בארד און אלס שכר האט ער זוכה געווען די א זון די רבי פון כלל ישראל.
אט איז אייניגע בילדער פון פארשידענע קהילות קדושות בישראל איבער די וועלט פון זעלטן שיינע ארונות קודש, איך אפעליר צו בריינגען נאר גוטע בילדער פון אויסנאם שיינע בילדער צו צייגן די קונץ ווערק.
ביטע אויך צוצייכענען דעם בית המדרש אדער בית הכנסת וואו דער ארון קודש איז אינסטולירט.
- אטעטשמענטס