מקור פון נישט בראקן פסח
אבער למעשה פארט דער אשכול אין אן אנדערן ריכטונג.
איך מיין אז דורכצושמועסן דער מקור פון נישט בראקען אין פסח פארדינט זיך א באזונדערן אשכול.
דהיינו:
- ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
- ווערט האט עס ממציא געווען?
- איז עס א חסידישע מנהג - אדער סך הכל א גאליציאנער מנהג?
- איז עס א חומרא - אדער א ספק (ספיקא) דאורייתא?
עס איז באקאנט אז רבי מענדלי לינסקער (תלמיד פונעם זלאטשובער מגיד) האט נישט געבראקט, אבער זיין מוטער האט יא (ביי אסאך ערטער זענען פרויען נישט מקפיד דערויף), אינמאל האבן זיין ביידע געגעסען יועך פון איין שיסל, און די מוטער האט אריינגעלייגט מצה, האט זיך רבי מענדיל געגעבן א רוף אן, מאמע! האסט דיך מיר פארבראקט די יועך, האט זיין מוטער געענטפערט, וואס איז די פראבלעם, שאר די מצה צו מיין זייט, און די עס פון די אנדערע זייט!
רבי מענדעלע לינסקער'ס מוטער איז געווען א טאכטער פון רבי איציקל האמבורגער.
האט רבי מענדלי זיך געפירט נישט צו בראקען, אלס תלמיד פון דער זלאטשובער מגיד?