איך זעה מיר האבן נישט קיין דעטאלן איבער דעם ביקסאדער צדיק זצ"ל ומשפחתו אולי וועט 'הרב מביקסאד' שליט"א מבאי שערי עירינו ומגדולי חברי בית מדרשינו מאיר זיין עינינו מיט פרטים לתולדות המשפחה, אבער פטור בלא כלום טענה'ט דאך דער רבי איז אי אפשר, העמיר שטעלן צוויי מציבות מהמשפחה מאשר נמצא באוצר הביה"ח דעיר סאטמאר באדיבות ממשיך שושלת קאלאמייא ידידינו הרב אברהם שלמה הי"ו.
מציבת הבתולה לאה בת הרה"ק ר' אליעזר פיש מביקסאד, בעיר סאטמאר, נפטרה בשנת תרפ"ב:
מציבת הב' מרדכי יהודה הי"ד בהרה"ק ר' אליעזר פיש מביקסאד, בעיר סאטמאר, נעקד"ה בשנות הזעם והובל לקבורה בשנת תש"ד:
איך האב געהערט בשם ר' נפתלי לעווי ז"ל אז בשעת דער זון פון ביקסאדער רב מרדכי יהודה איז קראנק געווען איז די טאכטער פון רביה"ק מסאטמאר הבתולה אסתר אויך שטארק קראנק געווען, לזכותם האבן זיך די צוויי גדולי ישראל משדך געווען, אבער ליידער זענען ביידע נפטר געווארן אינגערהייט. די רבי'ס טאכטער איז נסתלק געווארן י"א אלול תרפ"א און ביקסאדע רב זון איז נסתלק געווארן תרפ"ב. די גאנצע ענין איז א פלא, בפרט אז עס איז בכלל נישט באקאנט אזא זאך, אויב איינער דא האט שוין אמאל געהערט פון דעם אדער נאך א מקור ביטע ברענגן.
אמרו איצטגניני פרעה כו' אמר להן גנוני מלכות אני רואה בו (רש"י: גווני מלכות בחכמה גבורה ויופי) אמרו לו א"כ יהא יודע בשבעים לשון בא גבריאל ולימדו שבעים לשון לא הוה קגמר הוסיף לו אות אחת משמו של הקב"ה ולמד שנאמר עדות ביהוסף שמו כו' (סוטה לו:)
אמרו איצטגניני פרעה כו' אמר להן גנוני מלכות אני רואה בו (רש"י: גווני מלכות בחכמה גבורה ויופי) אמרו לו א"כ יהא יודע בשבעים לשון בא גבריאל ולימדו שבעים לשון לא הוה קגמר הוסיף לו אות אחת משמו של הקב"ה ולמד שנאמר עדות ביהוסף שמו כו' (סוטה לו:)
נחוניאהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:07 pm
ווער זענען די קינדער פון רבי נחום צבי מביקסאד?
אין ויקפידיע שטייט צוויי זון: רבי ישראל אליעזר, חתן רבי מרדכי מוויזניץ מונסי, מכהן באדמו"רות ביקסאד. בן נוסף הוא הרב יעקב שמעיה חתן רבי בן ציון יאקאבאוויטש מבני ברק שכיהן בעבר כמנהל מוסדות סאטמאר שם ומחבר ספרים.