Re: נייע (איבערגעמאכטע) לאגא'ס
איך טראכט אז פאר די גייסט ספענדן אפאר טויזנט דאלער גייסטו פרעגן אפאר מענטשען מיט עקספיריענס דו גייסט נישט קויפן נאר בעיסד אויף עדס.זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 25, 2024 1:18 pmס'איז דא א אלטע טענה'ריי צו מארקעטינג העלפט בכלל צו באקומען קאסטומער'ס. איז אזוי, איך וועל דיר געבן א ראיה פון מיין עקספיריענס אז ס'העלפט. כ'וועל געבן א משל: ס'איז דא א בארימטע זילבער קאמפעני "העריטעזש" וואס האלט אינאיין אדווערטייזן און זיך מארקעטן ווי זיי קענען נאר. איך פארשטיי נישט צו קיין זילבער אבער ווען איך וועל דארפן קויפן זילבערווארג וועל איך אויטאמטיש גיין צו העריטעזש ווייל איך ווייס נאר פון זיי. זיי באקומען מיך פאר א קאסטומער נאר ווייל זיי האלטן אינאיין אדווערטייזן. פינטל.בלאט פלעק האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 25, 2024 11:02 amניין, רוב קאמפעניס האבן א מארקעטינג קאמפעני וואס זיי נוצן פאר אלע זייער מארקעטינג און ביי די מיטינג זענען זיי מסביר פארוואס עס לוינט זיך צו ריברענדן וכדומה, ווייל דיי שכן האט עס נעכטן געטון ווייל זיין שכן האט ווייל……………………………….אברך כולל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 25, 2024 10:59 amדי האלסט אז די מארקעטינג קאמפאניס קאלן ארום זיך בעטן אז מען זאל זיך ריברענדען?בלאט פלעק האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 25, 2024 10:55 amשוין געשריבן אמאל, קיינער דארף עס נישט נאר די מארקעטינג קאמפעניס.
בלאט פלעק האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 10:04 amזעהט מיר אויס אז די מארקעטינג קאמפעניס גייט נישט אן די סוקסעס פון די קאמפעניס אבי זיי קענען מאכן געלט פאר א נייע ברענד, איך זעה נישט קיין שום סיבה אז אן אלטגעזעסענע קאמפעני זאל ריברענדן ווען עס גייט זיי גוט. (איך האף אז גפן גייט נישט מיינען אז זיי דארפן יעצט ריברענדן)
יעצט זיך צו אדווערטייזן מיט היי-ענד עלעגאנטע עדס מאכט נישט קיין סענס און ס'צייגט נישט גוט צו נוצן אן אלטן אפגעקוועטשטע לאגא פארדעם מאכט מען אסאך מאל אפ צו מאכן א ריברענד.
אוודאי איז מארקעטינג עפעס וואס ארבעט, אבער דעיס אז יעדע קאמפעני דארף ריברענדן די לעצטע פינעף יאר איז עפעס וואס איז נאר זייט די מארקעטינג קאמפעניס האבן זיך אנגעהןיבן ברענדן ווער עס האט די מערסטע עדס אויף יו״ט.
24 hr emergency line
845-426-9111
"איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט יעצט געזאגט, און איך מיין אז ער אליין האט אויך נישט פארשטאנען”
קרעדיט טראמפ