אין דף קה,ב זאגט די גמרא, "באותה שעה נצטרע אבדן וטבעו שני בניו ומאנו שתי כלותיו." מ'קען מסופק זיין צי ס'מיינט די שנירן פון די זעלבע צוויי קינדער, אדער אנדערע שנירן.(ראה שם במהרש"א בחידושי אגדות שלומד שהיו מאותם בנים, ועיין שם מדוע היה זה דבר רע לאבדן.)
אבער אין דף קח,א איז משמע אז ס'איז געווען אנדערע, וויבאלד נאכדעם וואס זיי האבן ממאן געווען זאגט די גמרא, "אמרי להו נשי חזו גברייכו דקאתו."(ולמהרש"א צ"ל שאמנם היו לו שתי כלות אחרות שמיאנו, ומ"מ אותן שהגמרא מזכירה בדף קה היו נשות שני בניו שטבעו, וצ"ע.)
גלייבטס מיר איך האב פסח צייט כמעט אויפגעגעבן צוליב דעם וואס איך בין געווען 15 בלאט הינטערשטעליג אבער ב"ה גיי מיר היינט זיין פון די מסיימים
מזל טוב!
15 בלאט יבמות איז הינטערשטעליג ביג טיים....
זיכער ווען מ'לערנט עס מיט א חברותא...
די לעצטע 15 בלאט איז ב"ה געווען אסאך גרינגער...
ר' יוד, דף קי"א האט איהר שוין אנגערירט? שרייבט מיך נאכ'ן לערנען... אבער באופן כללי ביסטו גערעכט רוב בלעטער זענען אסאך לייכטער
איך האב געהאט געהערט אז די צווייטע האלב מסכתא איז גרינגער למעשה מער צום סוף ביי די ק"י בלעטער האב איך זיך גוט געמוטשעט אבער ב"ה מהאמיר שוין אנגעפאנגען היינט כתובות