אנדעקט אמעריקע! "קריסטעפער קאלומבוס"

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.

לויט טייל היסטאריקער זענען די "אינדיאנע" אנגעקומען קיין אמעריקע אין א קאלטע יאר שפאצירענדיג אויף די אייז
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

Shiala האט געשריבן:

יא יא, דאס האמער געזאגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

לכתחלה, איין ווארט קעמען זאגן: מאסיוו!

און פאר איך פארגעס, ישר כח.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הערליך און קלאר באשריבן, ווי אייביג!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12755
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הערליך שיין!! א ריזן דאנק. ביטע האלט אן ווייטער, ביזט מיר באמת מחיה מיט דיינע שרייב-ווערק.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לכתחילה,
דער כוזרו שרייבט אויף א פלאץ אז ״קדוש קדוש קדוש״ מיינט נישט אז די מלאכים זאגן כמספר דריי מאל קדוש, נאר ליבערשט אז זיי זאגן כסדר: קדוש קדוש קדוש אן אויפהער.

און וואס וויל איך דערמיט, איז אזוי, צוויי זאכן:

קודם פארשטיי מיר שוין דעם קאלומבוס׳נען...
צווייטענס, והוא העיקר, דו שרייבסט דאך אזוי מין אינהאלטסרייך, אינפארמאטיוו, קלאר און געשמאק אז איך וואלט זיך פאר דיר געדארפט באדאנקן טעגליך כאטש א דאזן מאל. קומט מען דאך אבער נישט אן דערצו מחמת כמה סיבות, מהם עצלות מיט אביסל פארנומענקייט ועוד.

דעריבער שריי איך אויס איצט איינמאל:
שכוח, שכוח און שכוח
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הערליך שיין אראפ געלייגט, עס איז אויס-צו-קישען. א יישר כח אייך הרב לכתחילה אריבער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אגב, דאס זיך שמד'ן, האט זיך נישט אנגעהויבן דעמאלס ווען מען האט געמאכט די גזירה, נאר פריער האט מען שוין גערודפ'ט די אידן, און דאן האבן זיך שוין אסאך אידן געשמד'ט, באמת צו נישט, און למעשה האט מען זיי דורך די יארן נאך אלס גערודפ'ט ואכמ"ל.

און שנת קנ"א (סימן א-ל קנא), ווען די צווי ברידער Pedro מיט ? האבען זיך געשלאגען פארען טראון, האבען די אידען געשטיצט איין ברידער און דערווייל האט דער צווייטער ברידער געווינען. און יענעם יאר האבען זיך בערך א 100,000 אידען רח"ל געשמד'ט כדי זיך צו ראטעווען. און דער אינקוויזיציע איז דענמאלץ געגרינדעט געווארען צו מאכען זיכער אז א געשמד'טער איד זאל זיך נישט צוריק אנהייבען פירען ווי א איד.

עס זענען געווען גאנצע שטעט פון געשמד'טע אידען, גאנצע שטעט פון אפענע אידען, און שטעט וואס איז געווען געמישט פון ביידע. און רנ"ב ביים גירוש, האט מען נאר געלאזט די אפענע אידען פארלאזען דאס לאנד.

http://www.jewishhistory.org.il/history ... dyear=1399
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ריכטיג צו באדאנקן קען איך ניטאמאל... ממילא שרייב איך פלעין און טרוקן יישר כח! כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע:בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

לכתחילה, איינס אין דער וועלט, שוין לאנג נישט געהאט אזא היסטאריש שטיקל, אונטערגעשטיצט מיט היסטארישע דאקומענטן.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''האני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

די ראיות אז קאלומבוס איז געווען א איד און געזיכט א מקום מקלט פאר די אידען איז שטארק. און דאס וועט אויך פארענטעפערען וויאזוי האט ער געמיינט אז דער וועלט איז א דריטעל איר גרויס ווען מען האט שוין לאנג געוויסט אז דער וועלט איז אן ערך 24,000 מייל ביים קו המשוה (איקוועטאר). אבער האט ער דענמאלץ נישט מורא געהאט צו שרייבען א ב"ה אויף זיינע בלעטער? און אזוי אויך צו טוהן די אלע "לכאורה" אפענע זאכען וואס וואלט אים געקענט פאראטען אלץ א באהאלטענע איד? פארוואס וואלט ער זיך איין געשטעלט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין איז כדי צו באמערקען אז דער אינקוויזיציע איז אויך נאך געקומען קיין אמעריקע (נארט און סאוט אמעריקע), און דער לעצטער מענטש (נישט א איד) וואס מען האט פארברענט אויפען שייטער הויפען איז געווען און מעקסיקא און 1821.

די ערשטע מענטשען וואס האבען זיך באזעצט און New Mexico (דאס איז א שטאט און די יונייטעד סטעטס וואס גרעניצט זיך מיט מעקסיקא) זענען געווען אנוסים. און די סיבה פון זייער אנטלויפען פון מעקסיקא קיין ניו מעקסיקא איז טאקע געווען צו קענען זיין אידען. עס זענען נאך היינט דא היבש א צאל אידען וואס ווייסען צו דערציילען אז זיי זענען אידען אייניקלעך פון די אנוסים. טייל האבען זיך צוריק געקערט צו אידישקייט (די ביסעל ווי זיי פארשטייען עס), אאן טייל האבען געזאגט אז זיי בלייבען שוין רח"ל נוצרים.

מיט א 20 יאר צוריק האט א איד געמאכט א דאקומענטערי ווי ער אינטערוויוד די קינדער און אייניקלעך פון די אנוסים, עס איז זייער אינטרעסאנט. איך האב דענמאלץ באשטעלט א טעיפ דערפון (אבער מען דארף עס דאך טרעפען. עס הייסט The hidden Jews of New Mexico.

דא איז עס, איך האב דענמאלץ באשטעלט א טעיפ ביי Nan Rubin.
http://nanrubin.com/hiddenjewsnewmexico.html
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.

א איד האט מיר מעורר געווען אז די שיטה נעמט זיך פון די כופרים וואס זאגן אז די וועלט איז געווארן אנטוויקלט דורך עוועלאשען, איז ווי די כופרים האלטן איז מיט אכט טויזענט יארע צוריק געווען א פראסט וואס האט אויסגעהארגעט רוב מענטשן און די אינדיאנע זענען אנטלאפן פון די קאלטע סיביר דורך די וואסער וואס איז געווען פארפרוירן פונעם פראסט עד כאן דברי הבל. על כן באתי צו קלאר מאכן אז די שיטה איז הבלי הבלים און סיז א געבויט אויף כפירה'דיגע הנחות ודוק כי קצרתי
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

א ריזן דאנק אייך לכתחילה, גאר אינטערסאנט און ספעציעל גוט אראפגעלייגט.

עטליכע אנעקדאטן:

איבער די רינדיקייט פון די וועלט, איז אינטערסאנט אנציווייזן אז ס'איז נישט אלעמאל געווען אנגענומען איבער די וועלט אז די וועלט איז טאקע רינדליכיג, דאס איז אלעמאל געווען א גרויסע מחלוקה צווישן די פארשער. מיר טרעפן אין חז"ל אז די וועלט איז ככדור (ווי רש"י איז מסביר אז דאס איז טאבע מיט וואס קינדער שפילן), און דער געשיכטע וואס די גמרא ברענגט פון אלכסנדר מוקדון וועלכער האט געלאזט אויסהונגערן אן אדלער דריי טעג און אים דערנאך זיך ארויפגעזעצט אוים און אים געוויזן א געבראטן שטיקל פלייש אזש דער אדלער איז געפלויגן העכער אן העכער ביז דער וועלטס הערשער האט קלאר געזען א רינדעכיגער וועלט (וויאזוי ער האט געקענט אטעמען אין ספעיס איז שווער צו פארשטיין). אין קאלאמבוס' צייטן איז טאקע שוין מער ווייניגער געווען אנגענומען אז די וועלט איז רינדעכיג, אבער זייער ווייניג מענטשן האבן איינגעשטעלט, צוליב'ן מורא אז ערגעצוואו אינעם אטלאנטיק ענדיגט זיך די וועלט און מען פאלט אריין גלייך אין תהום.

עס איז אנגענומען אז קאלאמבוס האט טאקע געוואוסט אז ער האט געטראפן א "נייע לאנד", אבער ער האט קיינמאל נישט געוויסט אז ער האט געפינען א נייעם "קאנטינענט" (נאר ליבערשט נייע חלקים אין אזיע). 'אמעריקע' ווערט גערופן נאך איינעם מיטן נאמען אמריגאו וועלכער איז געווען דער ערשטער וועלכער האט יארן שפעטער ערפונדן אז דאס נייע לאנד איז גאר צוויי נייע ריזיגע קאנטינענטן וועלכע האט גארנישט איינגעלייגט מיט אזיע.

א לעגענדע וואס כ'האב אמאל געהערט איז אויך אינטערסאנט צוצולייגן, אז איידער קאלאמבוס האט פארלאזט שפאניע, האט אים א רב (כ'דענק נישט זיין נאמען) איבערגעגעבן פאר קאלאמבוס א ספעציעלן לוח וואו דער רב האט אריינגעשריבן אינטערסאנטע חשבונות פון די מזלות וואס וועט מעגליך צוניץ קומען אויפן לאנגען וועג. געווען איז דאס ווען די אינדיאנער האבן נישט געוואלט אויפנעמען 'פרעמדע' געסט וועלכע זענען געקומען אקופירן זייער לאנד און נישט געוואלט געבן קיין עסן פאר קאלאמבוס און זיין סוויטע וועלכע זענען אויסגעשטאנען צו אויסגיין פאר הונגער, האט קאלאמבוס געפינען אין זיין לוח ווי דער רב האט אריינגעשריבן אז יענעם אויפדערנאכט וועט זיין א ליקוי לבנה. קאלאמבוס האט געלאזט רופן די הויפטן פון די אינדיאנער, און זיי געזאגט אז דער באשעפער פון דער וועלט איז זייער ברוגז אויף זיי פארן נישט געבן צו עסן פאר די געסט, און אויב ביז ביינאכט אכט אזייגער (א דוגמא) וועלן זיי אים נישט געבן קיין שפייז וועט דער באשעפער חרוב מאכן די וועלט. צום ערשט גייט ער פארניכטן דעם לבנה, און דערנאך די גאנצע וועלט. די נאכט פאלט צו, און נישט מער נישט ווייניגער מ'זעהט ווי די לבנה גייט צוביסלעך אונטער. מער האט נישט אויסגעפעלט, און קאלאבוס מיט זיינע באגלייטער האבן באקומען א סעודה כיד המלך, און פלאי פלאות די לבנה איז צוריק גאנצערהייט.

נאך האב איך אמאל געהערט, אז ביי יענע סעודה האבן די אינדיאנער געגעבן אינדיק (טוירקי) פלייש [די עוף ווערט גערופן אינדיק פאר דעם זעלבן סיבה פארוואס מ'פארופט די ארגינעלע אמעריקאנער אלס אינדיאנער, נעמליך, דאס איז א עוף וואס מ'האט די ערשטע מאל געפונען אין 'אינדיע' (לייען: אמעריקע) וואו מ'פלעגט דאס עסן אסאך] פאר דעם רייכן נאכטמאל. און דאס איז דער באדייט פון 'טענקסגיווינג' חגא אין וועלכע די ערלים פרעסן טוירקי און דאנקן דעם אויבערשטען, אבער זיי ווייסן מיטאמאל אז די ארגינעלע טראדיציע קומט פון דעם וואס מען פלעגט יעדע יאר אינעם טאג פון דעם געשיכטע מאכן א סעודה און עסן טוירקי בשעת'ן דאנקן דעם באשעפער פאר זיינע חסדים.

סתם אינטערסאנט צוצולייגן, אז ס'דא אינדיאנער שבטים האלטן נאך היינט אז די אמעריקאנער באדן באלאנגט פאר זיי און מ'האט דאס פון זיי אקופירט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מידער האט געשריבן: איבער די רינדיקייט פון די וועלט, איז אינטערסאנט אנציווייזן אז ס'איז נישט אלעמאל געווען אנגענומען איבער די וועלט אז די וועלט איז טאקע רינדליכיג, דאס איז אלעמאל געווען א גרויסע מחלוקה צווישן די פארשער. מיר טרעפן אין חז"ל אז די וועלט איז ככדור (ווי רש"י איז מסביר אז דאס איז טאבע מיט וואס קינדער שפילן) .

דער רמב"ם און הלכות קידוש החודש (פרק י"א) זאגט אז ארץ ישראל געפינט זיך "באמצע היישוב". דאס הייסט אז דער גאנצע יישוב איז דענמאלץ געווען פון אזיע ביז ענגלאנד, און ארץ ישראל איז ערגעץ און דער מיט. אוודאי האט דער רמב"ם געוויסט אז דער וועלט איז רינדעכיג און איז 24,000 מייל ברייט (ווייל אן דעם הייבט זיך נישט אן זיינע פארצווייגטע מאטעמטישע חשבונות און די לעצטע 7 פרקים), אבער דער יישוב מיט וועם מען האט געהאט קאנטאקט איז נאר באשטאנען פון אזיע ביז ענגלאנד.

די איבעריגע וואס וואוינען אויף אינזלען אדער גאר אויף קאנטינענטען איז אויב זיי עקזיסטירען זענען זיי אינם מן היישוב, און אזוי זענען זיי טאקע געווען מענטשען פרעסערס, מקריב געווען די אייגענע קינדער למולך (און יענעם'ס, אוודאי), און געגלייבט און עצים ואבנים.
מידער האט געשריבן: 'אמעריקע' ווערט גערופן נאך איינעם מיטן נאמען אמריגאו וועלכער איז געווען דער ערשטער וועלכער האט יארן שפעטער ערפונדן אז דאס נייע לאנד איז גאר צוויי נייע ריזיגע קאנטינענטן וועלכע האט גארנישט איינגעלייגט מיט אזיע.

זיין גאנצע נאמען איז Amerigo Vespucci. דאכט זיך מיר אז און סדר הדורות ווערט געברעגט אז ער איז געווען א ים רויבער, נאכדעם געווארען אן עקספלארער. און וויקיפעדיע זעה איך אז מען האט אים ריין געוואשען פון דעם חטא. ביי אידען האט מען געזאגט אז אמעריקע איז נוטריקון "עם ריקה", א פראסט, פוסט, און ליידיג לאנד.
מידער האט געשריבן: קאלאמבוס האט געלאזט רופן די הויפטן פון די אינדיאנער, און זיי געזאגט אז דער באשעפער פון דער וועלט איז זייער ברוגז אויף זיי פארן נישט געבן צו עסן פאר די געסט, און אויב ביז ביינאכט אכט אזייגער (א דוגמא) וועלן זיי אים נישט געבן קיין שפייז וועט דער באשעפער חרוב מאכן די וועלט. צום ערשט גייט ער פארניכטן דעם לבנה, און דערנאך די גאנצע וועלט. די נאכט פאלט צו, און נישט מער נישט ווייניגער מ'זעהט ווי די לבנה גייט צוביסלעך אונטער. מער האט נישט אויסגעפעלט, און קאלאמבוס מיט זיינע באגלייטער האבן באקומען א סעודה כיד המלך, און פלאי פלאות די לבנה איז צוריק גאנצערהייט.

א פאר געציילטע יאר שפעטער (נאך קאלומבוס) האט דער שפאנישע קאנקוויסטאדאר קארטעז איין גענומען מעקסיקא פון די אזטעקס (Aztecs) און געהארגעט איר קעניג מאנטעזומע (Montezuma), די אזטקעס האבען געמיינט אז די שפאנישע זענען געטער ווייל זיי האבען געהאט ווייסע הויט (אנטקעגען די טינקעל הויט פון די אינדיאנער זענען די שפאנישע געווען ווייס).
מידער האט געשריבן: סתם אינטערסאנט צוצולייגן, אז ס'דא אינדיאנער שבטים האלטן נאך היינט אז די אמעריקאנער באדן באלאנגט פאר זיי און מ'האט דאס פון זיי אקופירט.

די לינקע שטיצען זיי און א גערעכטע טענה האבען זיי; מען קען נישט אנטדעקען א זאך וואס איז שוין געווען אנטדעגט. אבער נאר ביז דא זענען זיי גערעכט. למעשה האט דער ציוויליזירטע וועלט אנטדעגט (עפעס וואס זיי האבען נישט געוויסט דערפון פריער) און זיי מנצח געווען און אינטערדריקט. אויב אמעריקע דארף צוריק גיין קיין אייראפע, דארפען די אייראפע'ער צוריק גיין פון וואנעט זיי זענען געקומען, און די וואס וואוינען דארט, פון ווי זיי זענען געקומען, וכו'. אזוי ארבעט די וועלט, the winner rules, און באקומט אויך די רעכט צו אפשרייבען היסטאריע. און נאך מער, די באזיגטע גלייבען עס גאר. מען קען נישט איבער מאכען די וועלט.

אז מען רעדט פון "יושר" פאר די אינדיאנער, דארף מען פרעגען און וואס איז מיט די קורדיסטען? עס איז דא א פאלק וואס הייסען the Kurds, דאס איז גאר אן אלט פאלק וואס ווערט נאך דערמאנט און חז"ל, עס האט שוין עקזיסטירט מער פון 2500 יאר צוריק, און פונדעסטוועגען פאלט קיינעם נישט איין צו געבען זיי זעלבסט שטענדיקייט, נישט די טערקען ווילען זיי געבען זעלבסט שטענדיקייט, נישט די איראנער, און נישט די איראקער און נישט די רוסען, און אפילו אויך נישט אמעריקע. וואס איז די קרייטעריע פון זיין בארעכטיגט צו זעלבסט שטענדיקייט? די קורדען נישט, די טשטעשניער נישט, די קאנפעדערעט סטעיטס אוו אמעריקע נישט; נאר די אינדיאנער?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער בעלזא אויסגאבע 'אור צפון' האלט ביים דריטען פארזעצונג איבער התישבות היהדות באמעריקא, האבען זיי א לענגערע באשריבונג איבער קאלאמבוס.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ישלהוסיף האט געשריבן: דער בעלזא אויסגאבע 'אור צפון' האלט ביים דריטען פארזעצונג איבער התישבות היהדות באמעריקא, האבען זיי א לענגערע באשריבונג איבער קאלאמבוס.

שרייבן זיי איבער דעם צו ער איז געווען א איד?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: דער בעלזא אויסגאבע 'אור צפון' האלט ביים דריטען פארזעצונג איבער התישבות היהדות באמעריקא, האבען זיי א לענגערע באשריבונג איבער קאלאמבוס.

שרייבן זיי איבער דעם צו ער איז געווען א איד?

דער שרייבער דארט הרב יונה פרידמאן דערמאנט עס (אור הצפון אייר תשעב - קובץ מא, דף מה), כ' האב עס נישט ליב מעתיק צו זיין היות דער אויסגאבע איז גוט אריין געמישט דער העברעישע שפראך, אעפי"כ וזה לשונו:
"במשך השנים היו חוקרים שטענו לפי ראיות רבות, כי הוא היה יהודי, בן למשפחת אנוסים מקסטילה שבספרד, ואף שפתו ספרדית קטלונית, שפתם של יהודי קסטיליה וכו' וכו"
"ושמסעו הראשון מתוך הרבה החל ביום י' באב, למחרת הכרזה על גירוש יהודי ספרד"
ויעו"ש באורך.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

געליינט יעדעס ווארט און באמת הנאה געהאט, א אוצר פון היסטאריע
לכתחילה, א סופער דזשאב!
א ריזן יישר כח פאר לכתחילה, ספוסמן און אלע אנדערע וואס האבן צוגעגבן צום אשכול
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Shiala האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.

א איד האט מיר מעורר געווען אז די שיטה נעמט זיך פון די כופרים וואס זאגן אז די וועלט איז געווארן אנטוויקלט דורך עוועלאשען, איז ווי די כופרים האלטן איז מיט אכט טויזענט יארע צוריק געווען א פראסט וואס האט אויסגעהארגעט רוב מענטשן און די אינדיאנע זענען אנטלאפן פון די קאלטע סיביר דורך די וואסער וואס איז געווען פארפרוירן פונעם פראסט עד כאן דברי הבל. על כן באתי צו קלאר מאכן אז די שיטה איז הבלי הבלים און סיז א געבויט אויף כפירה'דיגע הנחות ודוק כי קצרתי

ס'קען זיין אז זיי זאגן דאס אויך אבער למעשה מאכט עס היפש סענס. איז שייך נאך א וועג ווי אזוי זיי זאלן האבן אנגעקומען אהין חוץ פון דור הפלגה?
SPUSMN האט געשריבן: די ראיות אז קאלומבוס איז געווען א איד און געזיכט א מקום מקלט פאר די אידען איז שטארק. און דאס וועט אויך פארענטעפערען וויאזוי האט ער געמיינט אז דער וועלט איז א דריטעל איר גרויס ווען מען האט שוין לאנג געוויסט אז דער וועלט איז אן ערך 24,000 מייל ביים קו המשוה (איקוועטאר).

וואס מיינסטו צו זאגן דא? אז ווייל ער האט געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג איז דא פלעצער וואו ס'איז קלענער? ביטע זיי מסביר
מידער האט געשריבן: נאך האב איך אמאל געהערט, אז ביי יענע סעודה האבן די אינדיאנער געגעבן אינדיק (טוירקי) פלייש [די עוף ווערט גערופן אינדיק פאר דעם זעלבן סיבה פארוואס מ'פארופט די ארגינעלע אמעריקאנער אלס אינדיאנער, נעמליך, דאס איז א עוף וואס מ'האט די ערשטע מאל געפונען אין 'אינדיע' (לייען: אמעריקע) וואו מ'פלעגט דאס עסן אסאך] פאר דעם רייכן נאכטמאל.

אויב אזוי פארוואס הייסט דאס אין ענגליש טורקי?
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
מידער האט געשריבן: נאך האב איך אמאל געהערט, אז ביי יענע סעודה האבן די אינדיאנער געגעבן אינדיק (טוירקי) פלייש [די עוף ווערט גערופן אינדיק פאר דעם זעלבן סיבה פארוואס מ'פארופט די ארגינעלע אמעריקאנער אלס אינדיאנער, נעמליך, דאס איז א עוף וואס מ'האט די ערשטע מאל געפונען אין 'אינדיע' (לייען: אמעריקע) וואו מ'פלעגט דאס עסן אסאך] פאר דעם רייכן נאכטמאל.

אויב אזוי פארוואס הייסט דאס אין ענגליש טורקי?

וויקיפידיע זאגט אז דאס קומט פון א צומישעניש מיט א טערקישער עוף.
http://en.wikipedia.org/wiki/Turkey_(bird )
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שאהן, געמיינט צו זאגען אז אויב קאלומבוס איז געווען א איד און זיין כוונה איז געווען צו זיכען א מקום מקלט פאר די שפאנישע אידען, קומט אויס אז ער האט בכלל נישט געמאכט א טעות און די גרויס פון די וועלט און געמיינט אז ער איז טאקע אן געקומען קיין אינדיע. והכל על מקומו יבא בשלום. אויב אבער ער איז נישט געוווען א איד האט ער געמאכט גאר גראבע טעותים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ייש"כ ספאסמאן און מידער
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
Shiala האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.

א איד האט מיר מעורר געווען אז די שיטה נעמט זיך פון די כופרים וואס זאגן אז די וועלט איז געווארן אנטוויקלט דורך עוועלאשען, איז ווי די כופרים האלטן איז מיט אכט טויזענט יארע צוריק געווען א פראסט וואס האט אויסגעהארגעט רוב מענטשן און די אינדיאנע זענען אנטלאפן פון די קאלטע סיביר דורך די וואסער וואס איז געווען פארפרוירן פונעם פראסט עד כאן דברי הבל. על כן באתי צו קלאר מאכן אז די שיטה איז הבלי הבלים און סיז א געבויט אויף כפירה'דיגע הנחות ודוק כי קצרתי

ס'קען זיין אז זיי זאגן דאס אויך אבער למעשה מאכט עס היפש סענס. איז שייך נאך א וועג ווי אזוי זיי זאלן האבן אנגעקומען אהין חוץ פון דור הפלגה?

זאגסטעך אליינס די תירוץ
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין פון דעם איז דא און דעם א שיינעם דע מה שתשיב וואס איז מיר אמאל איין געפאלען.

ווען קאלאמבוס איז אנגעקומען קיין אמעריקע האט ער געטראפען דא א סאך שבטים וואס האבען קיין שייכות נישט געהאט מיט דער אנדערע חלק וועלט ביז דער דור הפלגה, און פונדעסטוועגען דאך האבען אלע פון זיי געהאט א זיבעןטאגיקע וואך. יעצט לויט די אפיקורסישע "סברות", וואס פאר א שייכות וואלטען די אינדיאנער געהאט צו האבען דייקא א 7 טאגיקען וואך? פארוואס נישט א 10 טאגיקע וואך אדער א 5 טאגיקע וואך? פארוואס עפעס פינקטזיבען? אלא מאי מוז מען בהכרח זאגען אז דער זיבען טאגיקע וואך פון דער חלק וועלט, און דער זיבען טאגיקע וואך פון יענער חלק וועלט האבען איין מקור מששת ימי בראשית, אז דער באשעפער וואס האט באשאפען הימל און ערד וכל צבאם, איז וינח ביום השביעי, על כן ברך ה' את יום השבת ויקדשהו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”