עלעקטרא-מאגנעטיק ספעקטרום

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, דאס פארשטיי איך שוין [ייש"כ פאר די הקדמה אז פון דא הייבט זיך אן א נייע משנה און יעדער קען מיטהאלטן...]. א דאנק.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן: אה, דאס פארשטיי איך שוין [ייש"כ פאר די הקדמה אז פון דא הייבט זיך אן א נייע משנה און יעדער קען מיטהאלטן...]. א דאנק.

הער שוין אויף מיט די שטיק! דו קענסט די אנדערע אויך פארשטיין פונקט אזוי, גלייב מיר וואס כ'זאג דיר.

און איך וויל זיך דא הארציג באדאנקען פאר די אלע גוטע פריינד וואס געבן אפעט א דאנק, יו אר אלל ווערי וועלקאם.

(כ'האף דער עולם האט הנאה, און מ'ליינט טאקע, נישט מ'דאנקט סתם פאר די ארבייט.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

א ריזן שכויעך פאר דיר לכתחילה!!

לאמיר דיר פרעגן א קלייניקייט, ווי איך האב פארשטאנען פין דיינע ווערטער געט די זין ארויס זעקס (זיבען?) קאלירן וואס קימען אראפ מיט וואלן אין ווען עס באגעגענט א בלעטעל זאפט די בלעטעל איין אלע קאלירן א חוץ געל אין בלוי, אין במילא ווען עס באגעגענט מיין אויג האקט צירוק די צוויי קאלירן וואס דאס איז גרין.

האב איך עס ראנג?

יעצט פארשטיי אין נישט קודם וואס איז ווען עס איז טינקל? וויאזוי גייט עס דעמאלטס? פארוואס איז עס דעמאלטס אויך גרין? אין נאכדעם בכלל  פארוואס זעה איך די שיין פין די זין ווייס? איז די ציזאמשטעל פין די אלע זעקס קאלירן ווייס? איך מיין אז נישט.

אין בכלל פארוואס קימט טאקע די שיין מיט וואלן? פארוואס גייט עס נישט גראד?

יעצט פאנג איך אן דיין ארטיקל נאכאמאל פין אנפאנג ווייל איך בין נאך צימישט אויף טויזענט, אבער איך האב ליב צי זיין אזוי צימישט איי לאוו יאר סטאוו גיי אן!!!

סאררי אויב איך פרעג נעריש.

יעצט טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט.... זיי מוחל אין ענטפער מיר א תירוץ.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א שאלה צו מ'ליינט? איך קען דיר אפילו צוצייכענען דיינע ספעלינג מיסטעיקס. אבער פעלט עס דען אויס? יעדעס ווארט איז דאך אזוי שיין און זאפטיג. עס שפירט זיך עפעס אזוי גוט צו פילעווען אין א פעלד וואס איך האב קיין ברעקל נאלידזש.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: (כ'האף דער עולם האט הנאה, און מ'ליינט טאקע, נישט מ'דאנקט סתם פאר די ארבייט.)

וואס? דו האסט ערענסט געמיינט אז דער עולם ליינט עס?

דזשאסט קידדינג... איך האב שוין דורכגעליינט אלע פיר חלקים, געוויסע שטיקלעך מער ווי איין מאל, ס'איז געוואלדיג!!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מייקראסאפט האט געשריבן: א ריזן שכויעך פאר דיר לכתחילה!!

לאמיר דיר פרעגן א קלייניקייט, ווי איך האב פארשטאנען פין דיינע ווערטער געט די זין ארויס זעקס (זיבען?) קאלירן וואס קימען אראפ מיט וואלן אין ווען עס באגעגענט א בלעטעל זאפט די בלעטעל איין אלע קאלירן א חוץ געל אין בלוי, אין במילא ווען עס באגעגענט מיין אויג האקט צירוק די צוויי קאלירן וואס דאס איז גרין.

האב איך עס ראנג?

יעצט פארשטיי אין נישט קודם וואס איז ווען עס איז טינקל? וויאזוי גייט עס דעמאלטס? פארוואס איז עס דעמאלטס אויך גרין? אין נאכדעם בכלל  פארוואס זעה איך די שיין פין די זין ווייס? איז די ציזאמשטעל פין די אלע זעקס קאלירן ווייס? איך מיין אז נישט.

אין בכלל פארוואס קימט טאקע די שיין מיט וואלן? פארוואס גייט עס נישט גראד?

יעצט פאנג איך אן דיין ארטיקל נאכאמאל פין אנפאנג ווייל איך בין נאך צימישט אויף טויזענט, אבער איך האב ליב צי זיין אזוי צימישט איי לאוו יאר סטאוו גיי אן!!!

סאררי אויב איך פרעג נעריש.

יעצט טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט.... זיי מוחל אין ענטפער מיר א תירוץ.

פרעגסט בכלל נישט נאריש!
ווען עס איז טאקע אינגאנצען טינקעל איז עס נישט גרין! אבער עס איז קיינמאל נישט "אינגאנצען טינקל", אלס איז דא עפעס ליכטיקייט.

ענליך צו דעם איז די שאלה "If a tree falls in a forest and no one is around to hear it, does it make a sound" דאס הייסט אויב א בוים פאלט אין וואלד, און קיינער איז נישט דארט צו הערן די קראך, מאכט עס נאך אלס א קראך?

פשט איז אז "קול" איז נאר עפעס וואס געשעט ווען די "וויעברעשאן" - וואס עס געשעט ווען עס פאלט למשל א בוים - באגעגענט זיך מיט עפעס וואס קען עס מקבל זיין, דאן איז עס א "קול", די זעלבע איז דא מיט די קאליר.

(באמת האט די ענגלישע פראגע אויך טיפערע באדייטען, און עס איז נישט ממש א צושטעל, כ'האב עס נאר געברענגט פאר א משל)

די סיבה פארוואס עס גייט ווי א וואל איז, ווייל עס איז צוזאם געשטעלט פון "עלעקטערישע כוחות, און מאגנעטישע כוחות" און פאר דעם הייסט עס טאקע "עלעקטראמאגנעטיק" ווי שוין דערמאנט, זיי זענען צוויי כוחות וואס פארען אינאיינעם, איינער אין "ליגעדיג" און איינער "שטייעדיג", און זיי פארן אריין איינס אין די אנדערע ווי ביי די ירושלים'דגע מארטשען וואס מען זעהט אסאך מאל ביי די רבנישע חתונת, און די לעקטער וואס האט אין זיך מאגנעטישע כוחות, און די מאגנעט וואס איז באמת עלעקטעריק, "שטיפן" איינעם דעם אנדערען, אזוי אז עס קען נישט פארן גראד. כ'וועל לייגען א בילד.

פארוואס עס איז ווייס איז אזוי, דו האסט ריכטיג פארשטאנען ווי אזוי עס ווערן קאלירן, אז עס האקט זיך אן אין עפעס וואס לאזט נישט דורך איין אדער א געמיש פון עטליכע קאלירן, און דאס קומט צוריק.

יעצט אויב עס האקט נישט אן אין גארנישט, ווי אזוי ווילסטו אז די קאליר זאל זיך "איבערטיישטען" בעסער געזאגט, ווי אזוי זאל דיין מח באקומען די מעסעדזש? סא באקומט דיין מח די מעסעדזש פון סתם "ליכטיקייט", און דאס איז ווייס.
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (8.14 KiB) געזען 2567 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלעגער האט געשריבן: א שאלה צו מ'ליינט? איך קען דיר אפילו צוצייכענען דיינע ספעלינג מיסטעיקס. אבער פעלט עס דען אויס? יעדעס ווארט איז דאך אזוי שיין און זאפטיג. עס שפירט זיך עפעס אזוי גוט צו פילעווען אין א פעלד וואס איך האב קיין ברעקל נאלידזש.

די הערסט אויף טשעפענען!! ווייז מיר איין ספעליג מעסטעיק, באקומסטו פון מיר ..... כ'מאך א וויץ, כ'ווייס ס'דא ספעלינג מעסטעיקס, קודם בינעך נישט די בעסטע ספעלער, און בכלל ווען כ'טראכט טיף א ענין, איז גרינג צו פארזעהן אפי' וואס מען וואלט אין א געהעריגע פאל באמערקט.

און אז דו האסט הנאה צו ליינען, זאלסטו וויסען אז אין קאלידזש געט מען קארסעס אין די זאכן, און מען צאלט טויזענטערס פאר די לעקציעס, און עס איז ווערט יעדע פעני, ביי אונז לערענט מען עס נישט, אבער עס איז הערליכע ענינים, פון חכמת הבריאה.

(נישט אז איינער זאל פארשטיין אז כ'בין אמאל ח"ו געגאנגען אין קאלידזש.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מיר באדאנקען זיך נאכאמאל, עס איז קלאר און דייטליך געשריבן געווארן, א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: ווען עס איז טאקע אינגאנצען טינקעל איז עס נישט גרין! אבער עס איז קיינמאל נישט "אינגאנצען טינקל", אלס איז דא עפעס ליכטיקייט.


אויב וואלט בכלל נישט געוועהן קיין ליכטיגקייט וואלט מען דאך נישט געקענט זעהן. אלא מאי אז מען זעהט יא איז א סימן אז עס איס פארהאנען ליכטיגקייט, און דער ליכטיגקייט ווערט טאקע טיילווייז איינגזאפט (absorbed) און טיילווייז אפגעשפיגעלט (reflected). ביי א גרינע חפץ איז דער גרינע חלק פונעם זעהבארע ספעקטרום דאס וואס ווערט אפגעשפיגעלט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב הנאה לכתחילה האט מער אויסגעשמועסט דער באדייט פונעם ווארט עלעקרא-מאגנעט (וואס איך האב אפגעשריבען גאר בקיצור). נאך איין נקודה: די צוויי 'פעלדער' (עלעקטריק און מאגנעט) זענען נישט בלויז צוזאמען במקרה נאר יעדער איינס פון זיי איז גורם דער צווייטע.

ווען מען שאפט אן עלעקטרישען פעלד ווערן זיינע גרעניצען מאגנעטיש, און ווידעראום די גרעניצען פונעם (ניי געשאפענעם) מאגנעטישען פעלד זענען עלעקטריש, א.א.וו.

איינס פון די גרעסטע ידיעות און איינזעהנישען ביסודי האור וואס די וויסענשאפט האט איינגעזעהן, איז געוועהן דעם אנערקענונג אז אלע וואלען פונעם ספעקטרום (סיי ראדיא שטראלען, סיי זעהבארע ליכט, סיי גאמא שטראלען וכו'), טוהן אלע באשטיין פון גענוי דער זעלבע זאך מיטען בלויזען אונטערשיד פונעם וואל-לענג און פריקווענץ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יעצט א שאלה לחידודא: וועלכע קאליר איז שניי?

(ס'ז נישט פאר דיר ר' לכתחילה)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דבר בעתו מה טוב, אהן אריינגיין אין לאנגע הסברים וואס קען אוועקפירען פונעם דרך המלך,

עס האט נישט קיין קאליר, און עס איז אויך נישט דורך זיכטיג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

איך פארשטיי נישט פינקטלעך די שאלה איך האב נאך נישט געליינט די לעצטע חלק פין לכתחילה.

אבער איך וואלט געזאגט אז די טבע פין שניי קען נישט איינזאפן די ווייסע קאליר, במילא ריפלעקט עס ווייס ווען מיר קיקן דערויף ניין?
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

דער לכתחילה מאכט מיר ניצן מיין פוילער מח, לכתחילה עס איז געוואלדיג גיי ווייטער אן
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מייקראסאפט האט געשריבן: איך פארשטיי נישט פינקטלעך די שאלה איך האב נאך נישט געליינט די לעצטע חלק פין לכתחילה.

אבער איך וואלט געזאגט אז די טבע פין שניי קען נישט איינזאפן די ווייסע קאליר, במילא ריפלעקט עס ווייס ווען מיר קיקן דערויף ניין?


עס איז נישט דא אזא זאך ווי 'דער' ווייסע קאליר. זעהבארע ליכט ענטהאלט אלע קאלירען פונעם ספעקטרום (פיהל מער ווי זעקס), און אלעס צוזאמען זעהט אויס ווייס. ווען עפעס טוט איינזאפען א חלק פון די ליכט און אפשפיגלען אן אנדערע חלק זעהט מען די קאלירען פונעם אפגעשפיגעלטען חלק.

שניי, צוליב דעם זעקס עקיגען געבוי, טוט גאר שטארק אפשפיגלען און פארשפרייטען(scatter) ליכטיגקייט, און כמעט גארנישט ווערט איינגעזאפט, דערפאר זעהט עס אויס ווייס, ווייל (כמעט) דער גאנצע 'ווייסע' ליכט ווערט אפגשעפיגעלט.

נאך צוויי זאכען וועלכע זעהן אויס ווייס אבער באמת זענען זיי בלויז גוטע אפשפיגלער און פארשפרייטער פון ליכטיגקייט זענען (1) וואלקענעס און (2) דער פעל פון פאלאר בערן.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

"לאמיר רעדען פון א "מילימעטער". א "מילימעטער" איז א טויזענסטעל פון א מיטער. א "סענטימעטער" איז א הונדערסטעל פון א מיטער, א "דעסימעטער" איז א צענטעל מעטער, (דעסימעטער ווערט למעשה זייער ווייניג גענוצט) דאן א מעטער (פון א מעטער האמער שוין גערעדט, יעצט קומט גרעסער ווי א מעטער) "דעסעמעטער" צען מעטער, "העקטעמעטער", הונדערט מעטער (העקטעמעטער און דעסעמעטער ווערן למעשה זייער ווייניג גענוצט) און "קילאמעטער" איז טויזענט מעטער."


איך מיין אז "דעסעמעטער" צען מעטעראיז א טעות און מ'זאגט דעקאמעטער. לויט אונזערע זיידעס אין לאגער האט מען געגיבן למשל 2 "דעקא" ברויט וואס מיינט 20 גראם

am I correct?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן: למען הפונקליכטקייט, די ריכטיגע צייט איז 8:22 מינוט פון די זון ביזן ערד, ווען די שטראל ווארימט דיך אן איז עס געווען אויפן זון פאר 8.22 מינוט צוריק.
הא לך החשבון, א LY איז 186,000 פער סעקונדע - 11.16 מיליון פער מינוט - דיוויידעד ביי 93 מיליון = 8.34 [8:22 פארמעטעד צו מינוטן].


איך האלט נאך דא איך גיי שטייט, קודם וואס איז LY? בכלל אביסעל מער איבער די חשבון אפשר?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

LY מיינט light year.

ליכטיגקייט (בעסער געזאגט עלעקטרא-מאגנעטישע וואלען) פארמאגט א שנעלקייט פון בערך 300,000 מעטער פער סעקונדע (186,000 מייל). אויב מען רעכענט דעם נומער געדאפעלט ביי 60 סעקונדעס אין א מינוט, 60 מינוט אין א שעה, 24 שעה אין א טאג און 365 טעג אין א יאר, קומט מען אהן צום מרחק וואס ליכטיגקייט פארט אין א יאר.

היות די מרחקים אין ספעיס זענען אזוי ריזיג אז עס איז גארנישט שייך צו רעדן וועגן מייל, האבען וויסענשאטליכער ערפונדען א נייע unit of measurement (וויאזוי זאגט מען עס אין יודיש?) וואס רופט זיך א 'ליכט-יאר', דהיינו א מרחק אזוי ווייט ווי ליכט פארט אין א גאנצע יאר.

צו געבן א שטיקעל מושג, דער נענסטע שטערן (חוץ פון דער זון) איז קנאפע פיהר ליכט יאר אוועק פון דער וועלט. אויב עס לעשט זיך אויס יעצט וועט מען נאך קענען זעהן דער ליכטיגקייט דערפון פאר פיהר יאר.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מילכיגער האט געשריבן:
"לאמיר רעדען פון א "מילימעטער". א "מילימעטער" איז א טויזענסטעל פון א מיטער. א "סענטימעטער" איז א הונדערסטעל פון א מיטער, א "דעסימעטער" איז א צענטעל מעטער, (דעסימעטער ווערט למעשה זייער ווייניג גענוצט) דאן א מעטער (פון א מעטער האמער שוין גערעדט, יעצט קומט גרעסער ווי א מעטער) "דעסעמעטער" צען מעטער, "העקטעמעטער", הונדערט מעטער (העקטעמעטער און דעסעמעטער ווערן למעשה זייער ווייניג גענוצט) און "קילאמעטער" איז טויזענט מעטער."


איך מיין אז "דעסעמעטער" צען מעטעראיז א טעות און מ'זאגט דעקאמעטער. לויט אונזערע זיידעס אין לאגער האט מען געגיבן למשל 2 "דעקא" ברויט וואס מיינט 20 גראם

am I correct?


יא. נאך מער, דער היינטיגע אמעריקאנע אויסלייג איז בד"כ dekameter.

(קרעדיט: גוגל)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:
"לאמיר רעדען פון א "מילימעטער". א "מילימעטער" איז א טויזענסטעל פון א מיטער. א "סענטימעטער" איז א הונדערסטעל פון א מיטער, א "דעסימעטער" איז א צענטעל מעטער, (דעסימעטער ווערט למעשה זייער ווייניג גענוצט) דאן א מעטער (פון א מעטער האמער שוין גערעדט, יעצט קומט גרעסער ווי א מעטער) "דעסעמעטער" צען מעטער, "העקטעמעטער", הונדערט מעטער (העקטעמעטער און דעסעמעטער ווערן למעשה זייער ווייניג גענוצט) און "קילאמעטער" איז טויזענט מעטער."


איך מיין אז "דעסעמעטער" צען מעטעראיז א טעות און מ'זאגט דעקאמעטער. לויט אונזערע זיידעס אין לאגער האט מען געגיבן למשל 2 "דעקא" ברויט וואס מיינט 20 גראם

am I correct?

ווי אנעים האט שוין געשריבן האסט רעכט, און ישר כח, גיימער שוין פיקסען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

לכתחילה איך שעץ מורא'דיג דיין ארבעט, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך האב נישט קיין נערווען זיך אריינצולייגען אזוי טיף און די נושא, אפשר איין טאג
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גוגל האט געשריבן: לכתחילה איך שעץ מורא'דיג דיין ארבעט, אבער וואס זאל איך טוהן אז איך האב נישט קיין נערווען זיך אריינצולייגען אזוי טיף און די נושא, אפשר איין טאג

איך קען אייך נאר זאגן אזוי פיל, "‎טעמו וראו כי טוב"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גוגל אדרבה. נעם ארויס דיין קאפ פון די טעגליכע טוויטערס, רבי'ס, געפארן, א"י, פראטעסט, ארעסטירט, קאורט, שולדיג, דזשאדזשעס, אנגעקלאגט, פוי, שייגעץ/טע, וכו וכו. פלאג אויס דיין מח פון די אלע זאכן און נעם דיך ליינען און באטראכטן די וועלט מיט נייע ברילן.. ס'איז אזא פארגעניגן..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מייקראסאפט האט געשריבן: א ריזן שכויעך פאר דיר לכתחילה!!
אין נאכדעם בכלל  פארוואס זעה איך די שיין פין די זין ווייס? איז די ציזאמשטעל פין די אלע זעקס קאלירן ווייס? איך מיין אז נישט.

פרעגסט בכלל נישט נאריש!

פארוואס עס איז ווייס איז אזוי, דו האסט ריכטיג פארשטאנען ווי אזוי עס ווערן קאלירן, אז עס האקט זיך אן אין עפעס וואס לאזט נישט דורך איין אדער א געמיש פון עטליכע קאלירן, און דאס קומט צוריק.

יעצט אויב עס האקט נישט אן אין גארנישט, ווי אזוי ווילסטו אז די קאליר זאל זיך "איבערטיישטען" בעסער געזאגט, ווי אזוי זאל דיין מח באקומען די מעסעדזש? סא באקומט דיין מח די מעסעדזש פון סתם "ליכטיקייט", און דאס איז ווייס.

כ'האב געטראכט א וועג עס אביסעל בעסער ארויסצוברענגען.

אנעים האט געשריבן:
זעהבארע ליכט ענטהאלט אלע קאלירען פונעם ספעקטרום (פיהל מער ווי זעקס), און אלעס צוזאמען זעהט אויס ווייס

אבער דאס איז נישט ריכטיג, ליכטיקייט איז בכלל נישט קיין קאליר עס איז דורכזיכטיג, ליכטיקייט איז א בריאה פונקט ווי א שטיין, און עס האט א כח פון מאכן "ליכטיג" דאס האט נישט מיט די קאלירן.

נאר עס ערהאלט אין זיך די כח פון 6-7 קאלירן (טאקע דווקא אזויפיל, בעסער געזאגט 3, און אלע אנדערע זענען נאר צוזאם געשטעלט פון די קאלירן, ווי געשריבן פריער), וואס די כח קען ווערן ארויסגעברענגט.

עס איז פונקט ווי ווען דו וועסט רייבן א פייערשטיין און עס וועט ארויסקומען פונקען, איז פשט אז די פונקען ליגען באהאלטען אינעם שטיין? ניין, נאר די שטיין איז א שטיין, וואס מען קען ניצן למשל אויף צו בויען א הויז, פונקט ווי א אלגעמיינע שטיין, און אויך האט עס א אייגענשאפט א טבע, אז ווען מען רייבט איר שטארק און שנעל, געט עס ארויס א פונק, אבער ווי לאנג דו רייבסט עס נישט, איז עס בכלל נישט "זעהבאר".

די זעלבע מיט די קאלירן, עס איז באהאלטען אין ליכטיקייט, די טבע פון קאלירן, אז ווען עס באגעגענט זיך מיט עפעס א אביועקט, קענען געוויסע פון די באהאלטענע כוחות נישט גיין ווייטער, סא טאנצט עס צוריק. אבער סתם אזוי אז עס פארט אומגעשטערט, איז עס "דורכזיכטיג". (מן הסתם האט אנעים אויך דאס געמיינט צו זאגן).
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעצט לאמיר אויסשמוסען נאך איין חלק פאר מ'גייט ווייטער.

פונקט ווי מען האט גערעדט ביי "מעטער", אז עס איז דא איינגעטיילט קלענער, און גרעסער, אזוי איז אויך דא אין "הערץ".

וואס איז הערץ? הערץ איז די ווארט וואס מען נוצט אין סייענס, אוןן עס מיינט "איין ציקל אין א סקונדע". לאמיר זאגן אז א רעדל דרייט זיך 100 מאל אין 100 סעקונדען, הייסט עס אז עס האט א "פריקקווענסי" פון "איין הערץ", אז עס דרייט זיך 200 מא אין 100 סקונדען, זאגט מען עס האט א "פריקווענסי" פון "צוויי הערץ".

עס הייסט הערץ נאך היינריך רודאלף הערץ, וואס האט אויפגעוויזען, אז דאס וואס דזעימס מעקסוועל, האט געטענה'ט אז ליכטיקייט פארט אין א אייניגע שנעלקייט, מיט די צוויי אייגענשאפטען פון "עלעקטער ,און מאגנעט" - ווי אויסגעשמועסט פריער – איז טאקע אזוי, און האט עס אויף געוויזען מיט "ראדיא וועיווס", (וואס מיר וועלען נאך אויסשמוסען אביסל שפעטער).

איז הערץ די שורש, און דאן איז דא גרעסער און קלענער, מען נוצט די זעלבע ווערטער ווי פריער געשריבן פריער " קילא, מעגע, גיגע, טערע".
קודם אויף ארויף, אלס איז פער סקונדע:

"דעסעהערץ" צען הערץ, "העקטעהערץ" הונדערט הערץ, "קילאהערץ" טויזענט הערץ, "מעגעהערץ" א מיליאן הערץ, "גיגעהערץ" א ביליאן הערץ, "טערעהערץ" א טריליאן הערץ, "פעטעהערץ" א קוואדריליאן הערץ, "עקסעהערץ" קוואנטיליאן הערץ, "זעטעהערץ" סעקסטיליאן הערץ, און "יאטאהערץ" סעפטיליאן הערץ.

יעצט אויף אראפ:

"דעסיהערץ" א צענטעל הערץ, "סענטיהערץ", הונדערסטעל פון א הערץ, א "מיליהערץ" א טויזענסטעל פון א הערץ, "מייקראהערץ" איז א מיליאנסטעל הערץ, א "נענאהערץ" איז א ביליאנסטעל הערץ, "פיקאהערץ" א טריליאנסטעל הערץ, "פעמטאהערץ " א קוואדריליאנסטעל הערץ, "אטטאהערץ ", א קוואנטיליאנסטעל הערץ, "זעפטאהערץ " א סעקסטיליאנסטעל הערץ, און "יאקטאהערץ" א סעפטיליאנסטעל הערץ.

יעצט קומט מען צו, פארוואס כ'האב געברענגט די אלע "מעסטונגען".

מיר האבן, געשמועסט אז די "עלעקטראמעגנעטיק ספעקטראם" איז צוזאם געשטעלט פון אכט ערליי כוחות, און איינס איז "וויזיבעל" – זעהבאר -. איז וואס מאכט טאקע א חילוק פון די 8 סארט כוחות, און פארוואס האבן זיי – יעדע איינע – א אנדערע סארט השפעה אויף די בריאה ווי זיי פארן ארום?

די תירוץ איז אז יעדע פון די אכט חלקים האבן א אייגענארטיגע מעסטונג פון "פריקווענסי", און וועיוולענגט". און נישט נאר "איין" איינציקסטע מעסטונג, נאר א "משך" פון מעסטונגען.

למשל לאמיר זאגן א געוויסע בלום קען לעבן אין א געוויסע גראד, עס מוז זיין העכער 32, און אינטער 90, ווייל אינטער 32 וועט עס ווערן געפרוירען, און העכער 90 וועט עס ווערן פארברענט. און דאן וועט מען האבן א בלום פון מדבר, וואס אונטער 50 איז צו קאלט, און העכער 150 איז צו הייס אא"וו. קען מען זאגן אז די ערשטע בלום האט א "רעינדזש" – א משך – פון 32 ביז 90, און די צווייטע בלום, האט א "משך" פון 50 ביז 150.

די זעלבע האט יעדע פון די 8 ערליי כוחות, א משך פון "פריקווענסי, און וועיוולענגט. לאמיר קודם רעדן פון "וויזיבעל". די וויזיבעל חלק פונעם די "עלעקטראמעגנעטיק ספעקטראם", גייט אין א וועיוולענגט פון בערך 380 -400 ביז 740-800 נענאמעטער. דאס איז די ווייטקייט פון איין ארויף ביז ווען עס קומט נאכאמאל צוריק צום זעלבען פלאץ – למשל ארויף - נאכדעם ווי עס איז געגאנגען אראפ.

עס איז זייער שווער צו מעסטען פונקטליך, סא זאגט מען למשל 740-800. און אז איר ווילט וויסען וואס איז די חילוק פון 740 ביז 800 נענאמעטער, דארפט איר קודם האבן א בילד פון א נענאמעטער.

איין טראפ וואסער האט אין זיך בערך 2 סעקסטיליען אטאמען פון אקסיגען (אטאם איז א אנדערע חכמה אין פיזיקס, און אי"ה אפשר וועט מען פון דעם שרייבן, אז כ'וועל האבן געדולד) עכ"פ איין טראפ וואסער האט אין זיך בערך 2 סעקסטיליען אטאמען פון אקסיגען, און ווי גרויס איז א אטאם פון אקסיגען? די אטאם פון אקסיגען האט א ראדיוס פון 60 "פיקאמעטער" וואס איז א טריליאנסטעל מעטער. סא אז מען רעדט פון נענאמעטער וואס איז "גרעסער" פון א פיקאמעטער, א א ביליאנסטעל מעטער. סא פארשטיי מיר שוין ווי פיצעל ענינים מ'רעדט דא, סא פון 740 ביז 800 איז נישט "אזא" גרויסע חילוק!!

האמער שוין וועיוולענגט "רעינדזש" פון די "וויזיבעל" חלק ספעקטרום. יעצט גיימער צום פריקווענסי. די "וויזיבעל" חלק ספעקטרום האט א רעינדזש פון 400 – 790 "טערעהערץ", וואס איז א טריליאן הערץ. דאס מיינט אז עס גייט ארויף און אראפ, צווישען 400 – 790 טריליאן מאל א סקונדע!!!!

דא האט איר א טשארט פון די מעסטונגען פאר יעדע קאליר עקסטער, (nm מיינט נענאמעטער, און THz מיינט טערעהערץ):
אטעטשמענטס
sdvdsvdbgea.png
sdvdsvdbgea.png (20.57 KiB) געזען 2630 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”