ווען א זאך ווערט 'קאלט' מיינט דאס אז די מאלעקיולס רוקען זיך ווייניגער און שטייטער (עס פארמאגט ווייניגער ענערגיע). טאמער קען מען גענצליך אפשטעלן די תנועה פון די מאלעקיולס קומט מען אהן צום אבסאלוט זיראו, דהיינו א מצב ווי עס עקזיסטירט בכלל נישט קיין היץ-ענערגיע (בד"א מען האט דאס נאך קיינמאל באוויזען, און מאנכע דענקען אז עס אוממעגליך צו באווייזען).
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
איך זעה נישט וואס איך האב געשריבען אנדערשט ווי מיר, סך הכל זיך געשטעלט אויף איין נקודה און געשריבן מיט מער דיטעיל, וואס איך האב בכוונה נישט געטאן ווייל איך האלט אז עס מאכט נאר צומישט, סוף כל סוף איז דאך דא נישט די פלאץ ווי מען איז מסביר ווי אזוי דער אטאם ארבייט, באב איך עס געשריבן אויף א פשוטע אופן.
לע"ד ווען מען רעדט פון די זאכן צום ערשטען מאל מוז מען ווי ווייניגער אריין גיין אין דיטעילס, וואס זענען נישט נוגע פאר די עצם הסיפור, כ'מיין, סוף כל סוף בינעך נישט אין קיין פארמעסט, און כ'דארף נישט צוזאם ווארפן גאנץ פיזיקס, צו ווייזען אז כ'קען, ווען מען וועט אנקומען דארט וועט מען שוין אויסשמיסען אלס, ווייל אז נישט כאפסטו די פיש פאר די נעץ.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:

איך האב געטראכט עס איז נישט געוועהן גענוג קלאר ארויסגעברענגט אז די תנועה (motion) פון די מאלעקיולס דאס איז היץ אליין. אלענפאלס איך בין צופרידען עס איז נישט קיין פארמעסט ווייל אנדערש וואלט איך געוועהן ווייט אונטערשטעליג. איך בין נישט מער ווי כיהודה ועוד לך.

דיין פראבלעם איז אז דו טראכסט מיט גדל'שע שכל, דו פארשטייטס די זאכן, און די רישט זיך, אז יעדער האלט דארט ווי דו!
מ'דארף אלס וויסען וואס איז די תכלית, אז איינער מאכט א ישיבה פאר כבוד, וועט ער נישט צו לאנג מצליח זיין, ווייל די מטרה פון א ישיבה איז צו מרבה זיין תורה, און אז די ציל איז עפעס אנדערשט, וועט מען פריער אדער שפעטער מאכן מעדזשער טעותים.
ביי "פארמעסט" האבעך געמיינט, אז מיין ציל איז נישט צו ווייזען בקיאות. למעשה פארוואס איך שרייב דאס איז פשוט, ווייל איך קען די זאכן, און כ'וויל עס ארויסגעבן, בבחינת יותר ממה שהעגל וכו' ווי שוין געשריבן פריער, און פארשטייט זיך אז אויב מען פארשטייט נישט, איז די גאנצער ציל נישט פארווירקטליך.
וועגן דעם פראביר איך "קליינע סטעפס".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אבער אפי' א הייסע זאך געט נישט ארויס נאר איין מאס "ענערגיע", נאר עס געט ארויס א ברייטע מאס. למשל, אז מען נעמט א אייזען און מען מאכט עס הייס, ווע עס ארויסגעבען איין מאס היץ דארט ווי די פייער ברענט, און א שוואכערע היץ אביסעל ווייטער ווי די פייער, סא די גאנצע אייזען איז הייס, אבער די פלאץ ווי די פייער ברענט איז נאך הייסער.
די זעלבע די זון, עס געט ארויס ענערגיע – ווי שוין געשמוסט - אין א ברייטע מאס, פון 10 נענאמיטערס ביז איין מילימיטער וועיוולענגט'ס, אלע די כוחות געט עס ארויס.
יעצט לאמיר א רגע גיין צו א שווארצע אייזען וואס מען היצט אן אזוי שטארק, און עס פארנגט אן "גלויען" שיינען, איז קודם ווערט עס אביסעל רויט, און אז עס ווערט נאך הייסער ווערט עס ליכטיכער רויט, דערנאך אראנדזש, דערנאך לעכטיגער און לעכטיגער, ביז עס ווערט כמעט ווייס.
פארוואס איז עס אזוי?
דאס האט צוטאן מיט דען וואס מיר האבן געשמועסט, יעדע "בלעקבאדי" וואס האט א געוויסע טעמפעטואר, געט ארויס ענערגיע וואלען מיט א געוויסע "סייז" וועיוולענגטס, און לויט די הייסקייט, טוישט זיך די "פון" און די "ביז" פון די וועיוולענגט. לאמיר אנכאפן א פשוטע משל, לאמיר זאגט אז ווען אזאך איז 50 דעגרי'ס, וועט עס האבן א וועוולענגט פון 10 ביז 20, און ווען עס איז 60 דעגראד, וועט עס האבן א וועיוולענגט פון 15 ביז 25 אא"וו.
סא די זון וואס האט א גראד פון 5,778 קעלווין האט א וועיוולענגט פון 10 נענאמיטערס ביז איין מילימיטער וועיוולענגט'ס. און די כח געט עס ארויס.
און וויבאלד די "וויזיבעל" וועיוולענגט, איז פון 380 – 750 נענאמיטער'ס, פאלט עס אריין אין די וועיוולענגט פון די זון, - 10 נענאמיטערס ביז איין מילימיטער - סא "די חלק ענערגיע", וואס איז 380 – 750 נענאמיטער'ס, די חלק ענערגיע קען מען זעהן!!!
אבער עטס וועטס פון דעם פארשטיין אז בעצם איז דא נאך ענערגיע פון די זון, נאר עס פאלט העכער אדער נידריגער פון די וויזיבעל, און דאס קען מען נישט זעהן.
יעצט א אייזען, וואס מען מאכט הייסער און הייסער, וועט די "שטח" די סייז פון די מאס וועיוולענגטס זיך טוישען און עס וועט גיין העכער און העכער, סא קודם איז עס נאר אביסעל ווארעם, געט עס נאך נישט ארויס קיין וועיוולענגט גענוג גרויס אז מען זאל עס זעהן, און ווי הייסער ער ווערט, ווערט זיין שטח פון וועיוולענגסט, העכער און העכער, סא מען פאנגט אן זעהן רויט קודם ווייל דאס איז דאך ווי געשריבן אויבן די קלענסטע וועיוולענגט אינען וויזעבעל, און פון דארט גייט עס ארויף מער און מער, ביז עס קומט אן צו די לענגערע געל, און פון דארט ביז כמעט ווייס ביי גאר גאר הייס, און וועגען דעם טוישט זיך די קאליר, ווייל עס געט שוין ארויס א וואל מיט א וועיוולענגט פון די גאנצע "וויזיבעל" וואס די גאנצע וויזעבעל אינאיינעם זעהט זיך ווייס, אבער פארשטייט זיך אז גרין אליין קען עס נישט ווערען, ווייל אז עס איז שוין גענוג הייס אז עס געט שוין ארויס די "לענגסטע וויזעבעל" פון גרין שיינט עס דאך אלע קלענערע וויזיבל לענגטס – ווי רויט און געל – זעכער, און ממילא איז עס ווייס.
סא, די זין, שיינט "ווייס", און די הייסע אייזען שיינט ווייס, און דאס זעהט מען. איז וואס טוט זיך מיט די אנדערע כוחות, די מיט א "קלענערע" וועיוולענגט, אזוי אז מען קען עס מיט די אויגן נישט זעהן?
יעצט לייג איך א בילד, ווי איר קענט זהען די פארשידענע מאסן "וועיוולענגטס" "בלעקבאדיס" געבען ארויס ביי געוויסע גראד הייסקייט. און איר וועט באמערקען אז ווי הייסער איז די מאס ענערגיע שטערקער, דאס זעהט אין אין די לינקע זייט טשארט, און אויך ברייטער אין וועיוולענגטס, דאס זהעט מען אין די ברייט פון די טשארט.
און די זין וואס איז בערך 6000 קעלווין, איז זייער ענדליך צו די העכסטע אין די טשארט.
אטעטשמענטס
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה ביסט פארטיג? אדער סאיז אין פלאן צו גיין ווייטער?
כ'וויל נאך גיין ווייטער. כ'דארף נאר אביסעל צייט.
אז מ'רעד שוין, סארא כבוד! האסט אויפגעהאנגען די מפתח אינטער דיין נאמען! דארף מען אויך האבן אביסעל צייט, צו מאכן א שטיקל ליסטע פאר נייגעריג, צו זעהן צו מען קען מאכן א "מפתח" אפטיילונג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
גם אני הקטן אענה חלקי, להצטרף לדברי החברים הנלי"ם, לבוא בבקשת 'חסד של אמת' מול ידידינו וידיד כל בית ישראל "לכתחילה אריבער", שתמשיך לכתוב בנושא מעניין זה במוקדם האפשרי. הק' קנאפער בהה"צ