שואל ומשיב - לומדות אשכול
ווי מען קען אריינשרייבען קושיות און הערות און תירוצים
זיך פלפול'ן און זאגען סברות
וועל איך אהנהייבען מיט א שאלה
איך האב צדדים לכאן ולכאן
אבער דער עיקר איז צו געבען פאר די חברים דא א געלעגענהייט צו טראכטען און רעדען אין לערנען....
פארוואס ווען ראובן טוט אהן תפילין אויף שמעון מאכט שמעון די ברכה הגם ער טוט גארנישט
און ביי בדיקת חמץ טוט דער שליח די ברכה הגם עס איז נישט זיין מצוה נאר דעם בעה"ב דער משלח'ס מצוה?
איך האף אז דער עולם וועט זיך ווארם אהנרופען ויתקדש שמו ית' על ידינו