שואל ומשיב - לומדות אשכול

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

שואל ומשיב - לומדות אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

בעצת ידידנו היקר לכאורה שיחי' עפען איך דא דעם אשכול
ווי מען קען אריינשרייבען קושיות און הערות און תירוצים
זיך פלפול'ן און זאגען סברות
וועל איך אהנהייבען מיט א שאלה
איך האב צדדים לכאן ולכאן
אבער דער עיקר איז צו געבען פאר די חברים דא א געלעגענהייט צו טראכטען און רעדען אין לערנען....

פארוואס ווען ראובן טוט אהן תפילין אויף שמעון מאכט שמעון די ברכה הגם ער טוט גארנישט
און ביי בדיקת חמץ טוט דער שליח די ברכה הגם עס איז נישט זיין מצוה נאר דעם בעה"ב דער משלח'ס מצוה?

איך האף אז דער עולם וועט זיך ווארם אהנרופען ויתקדש שמו ית' על ידינו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מספ
פתיחת הארון איז שטארק מסוגל כידוע ...

ביי תפילין איז ער למעשה מקיים א מצוה
אבער ביי בדיקה איז שווער דער מגן אברהם מוטשעט זיך שוין אין אנהייב סימן תלב ועיין ביד אפרים שם
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עיין בקצות סי' קפ"ב סעי' א דארט איז דא א שטיקל מדובר אין דיזע נושא.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

תפילין איז ניטש קיין מצוה צולייגן נאר צו האבן אנגעטון
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אה!
שאינו יודע, דאס טאקע טענה'ט ר' ברוך בער אקעגען דעם קצות וואס טייבעלע האט געברענגט
ווייל דער קצות איז מסביר דער תוס' רי"ד אז הגם אז די פעולת ההנחה איז זיך מתייחס צום משלח
אסער דער מצב נישט ד"ה אז די תפילין וועלען למעשה הייסען מונח אויף דעם שליח'ס גוף
אויף דעם טענה'ט ר' ברוך בער אז עס פעהלט נישט אויס די פעולת ההנחה
ווייל די מצוה איז גיין אהנגעטוהן די תפילין

אבער יש להעיר קצת פון שיטת הפרמ"ג אז דער עיקר מצות תפילין איז אהן צוטוהן איין מאהל אין טאג
ומסתבר איז אז לפי זה איז די מצוה די פעולת ההנחה
ויהיה בזה נפק"מ להניח תפילין בעוד ליל ועודו לבוש בהם ביום אויב ער איז יוצא
בדומה לחקירת ר' ישראל סאלאנטער ביי לולב

מה דעתכם?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אויף תפלין שטייט אין די ברייתא אין מנחות לו. היה יוצא לדרך וכו' מניחן ולכשיגיע זמנן ממשמש בהן ומברך. נאר דארט שטייט אין רש"י אז די ממשמש בהן איז דהוי כאילו עתה מניחן. וכבר דשו בה רבים.

יתכן עוד לתלות החקירה במחלוקת ר"ת ורבינו אליהו אי בעי קשירה בכל יום.

וכן יש לחקור לשיטת רבינו אליהו אויב די קשירה איז די מעשה מצוה, אדער א דין אז בשעת הנחה דארף מען מאכן א קשירה.
ונפק"מ להנוהגים כך כפי שהנהיג בעל התניא אויב ווען מען לייגט תפלין א צווייטן מאל אין איין טאג צו מען דארף אויך איבערמאכן די קשר. ושמעתי מת"ח מפורסם אז מ'דארף יא.
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דער ב"ח אין הלכות תפילין שרייבט קלאר אזוי ארויס אז די מצוה איז אז עס זאל ליגן אויף אים און נישט די קשירה, און וועגן דעם זאגט מען נישט לקשור תפילין, נאר להניח תפילין.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ווילוויסן האט געשריבן: מספ
פתיחת הארון איז שטארק מסוגל כידוע ...

ביי תפילין איז ער למעשה מקיים א מצוה
אבער ביי בדיקה איז שווער דער מגן אברהם מוטשעט זיך שוין אין אנהייב סימן תלב ועיין ביד אפרים שם


דער נידון איז נישט אזוי פיהל צו דער משלח קען אדער זאל מאכען א ברכה
אונזער נידון איז אז היות דער שליח מאכט א ברכה
אזוי ווי ביי בדיקת חמץ אדער ביי הפרשת תרו"מ
הגם ער באקומט נישט די קיום המצוה
אויב אזוי אויב מאכט דער שליח די מעשה המצוה פון הנחת תפילין
פארוואס קען ער נישט מאכען די ברכה

הרב שאינו יודע
וואס איז טאקע פשט אין דעם ב"ח
איז לייגען תפילין א הכשר מצוה נאר אזוי ווי בויען א סוכה
אויב אזוי לכאורה פאסט נישט צו מאכען א ברכה דערויף
מיר פסקנ'ען דאך נישט ווי דער ירושלמי
אלא מאי אז חז"ל האבען מתקן געווען אז מען מאכט אויף די מעשה המצוה
הגם אז די מעשה ענטהאלט נישט אינגאנצען דער עיקר חלק פון קיום המצוה
אבער וויבאלד די מעשה קלעבט זיך צו צום קיום המצוה
מאכט מען א ברכה דערויף
ראיה לדבר ברכת לקבוע מזוזה
דארט איז אוודאי די מצוה צו האבען א מזוזה ביי די טיר
[דרך אגב איז דא א מערקווירדיגע רעק"א לגבי מאכען א ברכה נאך צוריקקומען א חודש שפעטער
אקב"ו לדור בבית שיש בו מזוזה
וכמדומה שאין נוהגין כן]
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

איר מיינט מסתמא צו זאגן אז ווייל די מיט די מעשה הויבט מען אן די מצוה איז דאס פשוט די זמן הברכה אויפ'ן קיום מצוה אליין און נישט אז די ברכה איז אויפ'ן מעשה הנחה, כאטש די נוסח הברכה איז להניח. דאכט זיך אבער אז דער ב"ח וואס שאינו יודע ברענגט זאגט אז להנעיח איז טייטש לאזן נישט לייגן, ולק"מ.
והאמת אז אפילו ווען מען זאגט די ברכה נאכן לייגן, למשל ביי יוצא לדרך קודם זמנן אדער אז מ'האט געלייגט בין הפרקים, זאגט מען אויך להניח.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אמת
אבער עס פארלאנגט זיך משמוש
כמו שהבאת בעצמך לעיל
ממילא איז דא א פאזיטיווע פעולה אויף וואס צו מאכען א ברכה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

די משמוש איז לכאורה נישט מעכב, והא ראיה אז ביי ציצית שטייט אין פוסקים די זעלבע כאטש דארט איז די משמוש נישט קיין זאך. קען טאקע זיין עס האט מיט די נוסח הברכה ווייל דארט זאגט מען על מצות אבער סייווי שטייט דאך אין ב"ח אז דא רעדט מען אויך נישט פון די מעשה הנחה.

און צו דייין פריערדיגן תגובה.
דאכט זיך אז ביי תרומה וכדומה איז דער שליח מקיים די מצוה, ווייל עס איז נישט דא א מצוה אליינ'ס צו טוען אז עס זאל בכלל פאסן דא שליחות. און די שליחות איז נאר אויפן קריאת שם מדיני בעלות וקנינים, און נישט אויפן מצוה.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

msp האט געשריבן: אה!
שאינו יודע, דאס טאקע טענה'ט ר' ברוך בער אקעגען דעם קצות וואס טייבעלע האט געברענגט
ווייל דער קצות איז מסביר דער תוס' רי"ד אז הגם אז די פעולת ההנחה איז זיך מתייחס צום משלח
אסער דער מצב נישט ד"ה אז די תפילין וועלען למעשה הייסען מונח אויף דעם שליח'ס גוף
אויף דעם טענה'ט ר' ברוך בער אז עס פעהלט נישט אויס די פעולת ההנחה
ווייל די מצוה איז גיין אהנגעטוהן די תפילין

אבער יש להעיר קצת פון שיטת הפרמ"ג אז דער עיקר מצות תפילין איז אהן צוטוהן איין מאהל אין טאג
ומסתבר איז אז לפי זה איז די מצוה די פעולת ההנחה
ויהיה בזה נפק"מ להניח תפילין בעוד ליל ועודו לבוש בהם ביום אויב ער איז יוצא
בדומה לחקירת ר' ישראל סאלאנטער ביי לולב

מה דעתכם?

לא זכיתי להבין קושיתו, דאס איז דאך די רייד פונעם קצות, אז די מצוה איז עס זאל ליגען אויפן מענטש נישט דער עצם הנחה,
דאס איז דאך זיין גאנצער יסוד דא, מצוה שצריך להיות על גופו, וואס איז מיר א חילוק ווי אזוי, און אפי' א פרוי וואס איז פטור
ממצות תפילין, ולכן איז זי פסול צו שרייבן תפילין ווייל כל שישנו בקשירה וכו', אבער זי מעג מאכען די הנחה און קשירה על יד
בעלה, ווייל די מצוה איז עס זאל ליגען אויפן מענטשען.

ואם כוונתך למה שכתוב בברכת שמואל במס' קידושין סימן כ', הרי שם אינו מזכיר כלל את דברי הקצות, ואם יש להקשות על
הקצות, בודאי א"ל דמשמע כסותר את עצמו ממ"ש בסי' שפ"ב, עיי' מזה בשו"ת בית אפרים חו"מ סי' ס"ז, ובשו"ת כתב סופר
יו"ד קכ"א, וגם יש להקשות לפי שיט' הקצות לגבי מצה, ונטילת לולב, דאינו ממילא כיון שנטל הלולב יצא, ובמצה צריך לעשות
הפעולה של לאכול המצה, וכמו שהקשו כל זה במפורשים, ועי' באור שמח הל' שלוחין ושותפין סי' א'.

למעשה קומט אויס ווי די נו"כ זענען מסביר לפי דברי הקצות אז עס איז דא צוויי חלקים אינעם מצות תפילין, א) ד'עצם ההנחה,
און דאס קען מען יוצא זיין דורך א שליח לכו"ע, ב) אז דעם מענטש בגופו איז מחויב טראגען תפילין.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ויהיה בזה נפק"מ להניח תפילין בעוד ליל ועודו לבוש בהם ביום אויב ער איז יוצא בדומה לחקירת ר' ישראל סאלאנטער ביי לולב.

ועיין מזה בשו"ת מהר"ם שיק חאו"ח סי' ט"ו.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח טייבעלע פארן צוכיינען די מהר"ם שיק.

רב טקסט, איר מישט זיך אויס מיטן אלי' רבה, ער שרייבט וואס איר זאגט אויפן לשון להניח, די ב"ח זאגט דאס, אז מען איז נישט יוצא מיט די קשירה, עס מוז ליגן א שטיק צייט אויף אים, במילא האט מען נישט מתקן געווען די ברכה מיטן לשון לקשור.

אין ארצות החיים געדענק איך אז ער האט אויך א שיינע שמועס איבער די ענין.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=18

ער האלט יא אז די קשירה איז א מצוה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

תוספות אין מנחות איז מחדש אז מחשבת שלא לשמה מיט מחשבת לשמה פסל'ט אויך ביי מצוות ווי די תורה פאדערט לשמה
ר' יוסי האלט ביי מצות מילה אז עס פאדערט זיך מחשבה לשמה
פרעגט ר' אלחנן אז אם כן ווי אזוי זאגט די גמרא אין שבת אז אויב עס איז דא קיין אנדערע
קען דער טאטע מל'ן זיין זוהן וואס האט א בהרת בערלתו הגם אז ער האט א מחשבה לטהר בנו
פארוואס זאגט נישט די גמרא אז דאס איז דלא כר' יוסי
ווייל לפי ר' יוסי וואס האלט אז ביי מילה דארף זיין לשמה איז לפי תוספות א מחשבה שלא לשמה פוסל.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דאס הייסט נישט א מחשבת שלא לשמה, פונקט ווי איינער וואס האט הנאה אז ער ברענגט א שלמים ווייל יעצט וועט ער קענען עסן א פיין שטיקל פלייש הייסט נישט שלא לשמה.

רמ"ש, אויב איז אייך נישט שווער שרייבט ביטע מ"מ, וואו איז דער תוס', ר' יוסי און דער קו"ש, יש"כ.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לתועלת הרבים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37966&st= %u05D8%u05E2%u05D9%u05DE%u05D4%20%u05E4%u05E1%u05D5%u05DC%u05D4
פעידזש 501
מנחות דף מ"ב ע"ב תוס' ד"ה מה טעם טעימה פסולה

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37970&st= %u05DE%u05D9%u05DC%u05D4%20%u05DC%u05E9%u05DE%u05D4
פעידזש 58
זעהט אויס מיין זכרון האט מיר געפאפט
עס איז ר' יהודה וואס האלט אז מילה דארף זיין לשמה
אולי איז דא אנ'אנדערע ארט ווי ר' יוסי זאגט אזוי [בזכרוני שיש חת"ס בנידון זה]
עבודה זרה דף כ"ז ע"א בריש העמוד

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37953&st= %u05d1%u05d4%u05e8%u05ea
פעידזש 276
שבת דף קל"ג ע"א
לקוץ בהרתו הוא מתכוין

די קשיא פון ר' אלחנן האב איך נישט געזעהן אין קוב"ש נאר אין איינע פון די ספרים "בהקבץ"
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נו ווי איז דער עולם?
מסוד חכמים ונבונים
ומלמד דעת מבינים
אפתחה פי בשיר ורננים
להודות ולהלל פני שוכן מעונים
קוב"ה חדי בפלפולי דאורייתא

ר' אלחנן אליין באיזהו מקומן של שבחים איז מסביר א יסוד
און פון דארט קען מען אפשר טרעפען א שליסעל צו פארענטפערען זיין קשיא

ביי ענינים ווי עס פאדערט זיך לשמה איז שייך דער פראבלעם פון מחשבות סותרות
דהיינו פון שלא לשמה ולשמה
אבער ביי ענינים וואס פארלאנגען כוונה למשל למ"ד מצוות צריכות כוונה
וועט אזא זאך נישט שאפען קיין פראבלעם

דהיינו ביי ציצית וואס ער פראבירט אויס תכלת און וויל שוין אין איינוועגס
אויב עס איז געראהטען זאל עס זיין לשם מצות תכלת בציצית
וועט עס נישט טויגען
משא"כ למשל אויב איינער בלאזט שופר לשיר טויג עס נישט למ"ד מצ"כ
אבער אויב ער האט ביידע אין זין סיי לשיר און סיי לצאת ידי חובת מצות תקיעת שופר
וועט עס יא גוט זיין
המשך יבא אבער אשמח להעיר לב החברים צו טראכטען און זיך משמח זיין מיט פיקודי ה' ישרים
און דא צו שרייבען זייערע מחשבות ואפילו אם יהיו מחשבות סותרות למה שכתבתי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שופר דארף דאך אויך האבן כונה, וואס איז די נפקא מינה צווישן שופר און ציצית
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דער חילוק איז צווישען לשמה וואס איז א דין אין די חפצא דמצוה
משא"כ כוונה איז א דין אין דעם מענטש וואס טוט די מצוה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גראדע זעט מען (איך ווייס נישט אויב עס איז א צושטעל) אז מען קען אינזין האבן ביי קריאת שמע ממ"נ, אויב גייטמען באלד ליינען וויל מען נישט יוצא זיין מיט די קרי"ש, משא"כ אויב גייט מען נישט באלד ליינען וויל מען יא יוצא זיין מיט די קריאת שמע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א שיינער צושטעל
אבער נישט אינגאנצען גלייך
ווייל דארט טוהן די צוויי פארשידענע כוונות נישט קא-עקזיסטירען
וויבאלד ער מאכט דאך א תנאי
משא"כ ביי התוקע לשיר ולצאת יד"ח זענען דא ביידע כוונות צוזאמען אין דער זעלבע צייט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

דאכט זיך אז הגרב"ב ברענגט אראפ אין ברכת שמואל אויף גטין מרבו מרן הגר"ח אז ביי מצוות איז די כוונה אויך א גדר פון מאכן דערפון א מעשה מצוה און אנדעם איז עס כמתעסק.
לדבי די מחשבה לשמה פון מילה קען נאך אלץ זיין אז דאס איז נאר א דין כונה ומחשבה.

ולעיקר דברי התו' במנחות איז ידוע פון דעם בריסקער רב ויש לזה כמה ראיות אז די שלא לשמה איז א מחשבה הפוסלת, נישט ווייל עס פעלט אינעם לשמה. וזה ודאי לא נאמר אלא בקדשים ובתכלת.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איר מיינט אוודאי דער ווארט פון ר' חיים לגבי א מעשה מצוה בשלימות אז למ"ד וואס האלט מצ"כ
איז נאר מיט די כוונה למצוה
אבער דאס בין איך נישט זיכער אז אהן כוונה וועט עס הייסען א מתעסק
נאר אז עס האט נישט די פארלאנגטע צורה פון די מעשה מצוה
און למנ"ד מאצ"כ וועט די מעשה אטאמאטיש האבען די גאנצע צורה פון די מעשה מצוה
ונפק"מ לגבי היפוך כוונה
אז למ"ד מאצ"כ נעמט עס נאר אוועק דער קיום המצוה אבער איז נישט מגרע אין די צורה פון די מעשה המצוה
וממילא למ"ד מאצ"כ וועט היפוך כוונה נישט העלפען לענין בל תוסיף
ומיושב בזה קושיית הטורי אבן לגבי צוויי פאר תפילין בשבת בסוגיא דהמוצא תפילין

טאקע גערעכט אז דער בריסקער רב האלט אז שלא לשמה איז א אקטיווער פוסל
אבער אויב זאגט מען דאס ביי תכלת לדעת התוס' פארוואס זאל מען דאס נישט קענען זאגען ביי תפילין
ביי מזוזה אדער ביי וועלכע מצוה זאל נישט זיין אויב עס פארלאנגט זיך לשמה?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”