פאטאקי08 האט געשריבן:
צי נעמען א סקרין שאט פון ענדרויד פיר אריבער דעם פולן פינגער אויפן סקרין פון לינקס צי רעכטס איך ווייס נישט צו עס ארבעט אויף אלע מאדעלן
איך ווייס פון אפאר מאדעלן וואס מען טוט עס דורך'ן דריקן דעם וועליום דאון און דעם פאוער באטען בינאזאם. אגב: פון וועלכע מאדעל רעדסטו?

ריכטיג, דריקן די פאוער מיטן האום קנעפל צוזאמען איז א בעסערע אפציע, מיט די געלעקסי עס דריי קען מען אויך סווייפן די הענט אקראוס די סקרין, אבער עס איז שווער צו כאפן וויאזוי עס צו נוצן.
טהור: דו ביסט נאך דא? איך האב נאך אביסעלע געזוכט פאר דיר אויפן געוועב, און איך האב געטראפן עפעס וואס קוקט אויס צו זיין גאנץ אינטערעסאנט, דורך וויירייזאן ווייערלעס וועבסייט! וויל איך קודם וויסן אויב האסטו בכלל וויירייזאן? אויב יא העל איך ווייטער דא צוברענגען אלע דיטעילס!
איך האב נישט דורך געקוקט דעם גאנצן אשכול האסטו שוין פרובירט בלוטוט?
איך האב שוין געשריבן אז איך האב אנגעצונדן בלו טוט ביי ביידע כלים, די נייע מיט די אלטע, און זיי האבן זיך געטראפן און זיך דערקענט, אבער ווייטער האב איך נישט מצליח געווען צו טוהן גארנישט. איך ווייס פשוט נישט וויזוי עס צו טאן.
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends
קנאפער ידען האט געשריבן:
טהור: דו ביסט נאך דא? איך האב נאך אביסעלע געזוכט פאר דיר אויפן געוועב, און איך האב געטראפן עפעס וואס קוקט אויס צו זיין גאנץ אינטערעסאנט, דורך וויירייזאן ווייערלעס וועבסייט! וויל איך קודם וויסן אויב האסטו בכלל וויירייזאן? אויב יא העל איך ווייטער דא צוברענגען אלע דיטעילס!
מוריי ורבותי אהוביי וידידיי היקרים מזהב ומפז רב מנופת צוף ומדבש תמרים. דער גאנצער עולם זקנים עם נערים כבשים וגם פרים בני שנה תמימים, צאנים ובקרים, זקנים עם שופטי ארץ אחשדרפנים ופחות ועושי כל מלאכות, און וועמען נאך איך האב אויסגעלאזט, אלע אלע זאלן זיך צאמקומען, יעלו ויבואו וישמעו ויגידו ויברכו וישבחו ויפארו, און מען זאל צוהערן דעם גרויסארטיגן אנאנסמענט וואס איך האב יעצט בדעה צו מאכן.
דא ביינונז אין קרעטשמע האצעך באזעצט א אידל און זיך א נאמען געגעבן "קנאפער ידען" און דער נאמען איז א פאלנער שקר והנני בזה לקיים מצוות מחאה: דער איד איז גארנישט אזוי קנאפ און איז גארנישט אזוי א פשוטער ידען. גיווואאאלד. איך בין מוחה.
דער איד איז א גרויסער ריזיגער געוואלדיגער הפלא'דיגער צדיק און בעל חסד. שוין א קנאפער וואך וואס איך דריי אים דא דעם קאפ ער זאל מיר אויסלערנען וויזוי צו ניצן דעם נארישן סמארט פאון וואס איך האב זיך איינגעהאנדלט, און כאטש וואס ער קען מיך נישט און ער האט מיר קיינמאל נישט צוגעזאגט צו העלפן, האט ער מקיים געווען אמור מעט ועשה הרבה, אן קיין הבטחות האט ער מיך רואגערהייט צוגעוויזן פונקטליך וואס צו טאן, אזוי טריט ביי טריט, מיר אנגעצייגט וואס צו טאן און יעצט האלט איך שוין ערגעץ אויף א וועג.
איך האב אריינגעלייגט דעם נייעם קיבאורד, און איך בין זיך מחיה מיט דעם ווייל עס איז אסאך א בעסערע קי בארד ווי די אלטע, און צו דעם האב איך אידיש אויך, און יעצט שרייב איך טאקע די דאזיגע שורות מיט אט דעם נייעם קיבארד. הה"ד נוצר תאנה יגיד דבר אז מען האט אזעלכע גוטע אידן ווי דא אין קרעטשמע קען מען נוצן דעם נייעם געלעקסי.
דעריבער וויל איך יעצט דא אין א גוטע שעה לפני קהל ועדה אויסדרוקן מיינע הערצליכסטע יישר כוחות פאר מיין טייערן קאלעגע ה"ה כמר ר גרויסער צדיק ובעל חסד (המכנה את עצמו בעניוותו הרוממה "קנאפער ידען".
זאל דער אויבערשטער עם באצאלן בכפלי כפליים מיט אלע ברכות האמורות בתורה און זאל אלעמאל האבן געדולד צו אים אפגעזען פון וויפיל ער וועט מוטשען זאל ער אייביג ערפולן זיינע וואונטשן.
ווי עס וואונטשט, דיין פריינד, טהור עיניים
נ.ב. ידען איך האף דו ביסט נאך נישט מיעד ווייל איך האב נאך נישט אריבערגעלייגט דע קאנטאקטס, און איך האב נאך אסאך קשיות...
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends
אוי באשעפער האב רחמנות, פאטאקי רוף זיך אן, וואס פונקטליך דארף איך טאן, איך בין גרייט צו טאן וואס דו וועסט מיר הייסן (אקעי, נישט ממש אלעס...) נאר אבי עס זאל ארבעטן. פליז העלף מיר.
יאשערקויעך
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends
דער עולם האט מיר צוגעזאגט אז סיי וואס איך טו נאר אויפן סענטראו וועל איך קענען פונקט אזוי גוט - און מן הסתם בעסער - אויפן געלעקסי.
אויפן סענטראו האב איך א פראגראם וועלכע הייסט ספלעש מאני, דאס איז א פראגראם צו האלטן מיינע באנק חשבונות. עס איז זייער א גוטער פראגראם און איך נוץ עס שוין אפאר יאר כולם שווין לטובה, און דער פראגראם איז מיר זייער וויכטיג. איך זעה אז זיי האבן א עפפ פאר ענדרויד, אבער אויף די ריוויוס קומט עס ארויס זייער שוואך. עד כדי כך אז איך האב געזעהן דארט איינעם שרייבן אז ער טראכט צוריק צו גיין צו זיין פאלם נאר וועגן דעם ספלעש מאני.
וויל איך אלזא פרעגן, איך זוך נישט צו נוצן דווקא ספלעש, איך בין נישט קיין ספלעש'ער חסיד, אבער איך דארף עפעס וואס איז גוט, (און ס'שטערט מיך נישט אויב איך וועל באצאלן אפאר טאללער דערפאר) אבער גוט מוז עס זיין. בעט איך דעריבער ביים עולם דא מען זאל זיך ווארים אנרופן (נישט לאזן אונזער ידען אליינס אויפן וואסער מיט זיינע קנאפע ידיעות).
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends
I just spoke to someone that works in cell4less in Boro Park and he told me that he transfers contacts from centros to androids with his machine all the time.