האבן די דייטשען ימ"ש געמאכט זייף פון אידן ר"ל?
ווי באוואסט איז דא אזא שמועה אז די דייטשען ימ"ש האבן געמאכט זייף פון די קדושים וואס מען האט פארברענט ר"ל. פון ווי און פון ווען די שמועה האט זיך אנגעהויבן איז נישט באקאנט. אזויפיל ווייסט מען אז עס איז דא דייטשע זייף פון יענע צייט מיט די אותיות RIF, און דאס האט לויט געוויסע געמאכט "ריין אידיש פעטענ'ס" רח"ל. אנדערע האבן געזאגט "רייכ'ס אידיש פעטענ'ס" ("רייך", די רעגירונג אינטער דעם רשע).
עס איז פארגעשטעלט געווארן אזא זייף ביי די נירענבערג פראצעס.
אזוי ווי עס איז נישטא קיין ברייטע פרוף, האבן די האלעקאסט פארלייקענער, גענוצט דאס אלס א שטעקען, און אויף דעם אנגעוויזען אז די מעשה איז א אויסגעטראכטער. פונקט ווי דאס איז נשיט אמת, זענען אנדערע פרטים, ווי די אויווענעס און די צאל מענטשען אויך נישט אמת.
אן איזרעלי איז היצט ארויס מיט א פילם, וואס זאגט אז די זייף מעשה איז א לעגענדע און עס איז נישט געשען. ער זאגט אז די מעשה קומט פון דעם וואס עס איז געווען א רומער שוין ביי די ערשטע מלחמה, אז די דייטשען האבן געניצט מענטשליכע באשטאנדטיילן פאר רייניגונג פרודוקטן. אזוי אויך - דאס ווייסט מען פון עדות - אז די דייטשע רשעים האבן געפייניגט די אומגליקליכע אידן אין לאגער, און כסדר געסטראשעט אז "מען וועט פון אייך מאכן זייף, אזוי מען האט געמאכט פון אייערע ברודער", און פון דעם האט מען פשוט פארשטאנען אז עס איז טאקע אזוי.
די פילם זאגט אז געוויסע פון די זייף וואס מען האט געטעסט, וויזט נישט קיין נמענטשליכע איבערבלייבעניש, אבער עס איז דא נאך אסאך פון די זייף וואס מען האט נישט געטעסט, צוו ווייל עס איז באגראבען אין קברי אחים, אדער עס ליגט אין מאוזיום. זיי זאגן אז RIF מיינט "Reichsstelle fur industrielle Fettversorgung" דאז איז געווען א קאמפעני וואס האט פארקויפט זייף פרודוקטן יענע צייט אין דייטשלאנד.
למעשה געוויסע פארשער אין פוילן וואס האבן געפארשט די זייף - פון די נירענבערג פראצעס, וואס ליגט ביי די וועלט געריכט אין העיג - אין 06', און דיי זאגן אז יא, עס איז נישט קיין ספק, די זייף האט אין זיך מענטשליכע באשטאנדטיילן.
לויט רוב פארשער, האט מען יא געמאכט זייף פון מענטשן אבער נישט אויף א גרויסער פארנעם, ווי מען האט געהאלטן גראד נאך די מלחמה.