וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

הקדמה:

איך וועל נאך אי"ה אריינגיין אין די היינטיגע מציאת הדברים, אבער כדי צו קענען פארשטיין וואס דא גייט פאר אין תשע"ג, דארפן מיר קודם פארשטיין וואס עס איז פארגעגאנגען אפאר הונדערט יאר פארדעם.

כ'וויל נישט אריינגיין אינעם חלק הלכה פון ציונות, וואס די סאטמאר'ע רבי בדורנו און אסאך פריעדיגע האבן דאס גע'אסר'ט בתכלית האיסור. איך וויל פשוט מסביר זיין דעם אמת איבער די אלע פאקטן וועלכע די עולם איז פשוט זייער נישט קלאר און צומאהל אפילו געפיטערט מיט שקרים. און נאך אמאל, אפילו לויט די פאקטן וועלכע איך גיי אראפברענגען דא ווערט נישט די סאטמארע רבי אפגעפרעגט לויט זיינע חסידים אדער גערעכט לויט זיינע מתנגדים. דעריבער וויל איך בעטן אז די עולם דא זאל זיך האלטן אין די ראמען און נישט פארקריכן פונעם נושא.

* * *

איידער איך גיי זיך באציען צו די פאליטישע חלק פון די אראבער, און איידער איך גיי אריינגיין צי עס איז בכלל געווען אזא פאלק ווי פאלעסטינער בעפאר תש"ח צי נישט, און איידער איך גיי אריין אין נאך אסאך נושאים, וויל איך פשוט מקדים זיין די רעליגיע חלק אינעם מחלוקה און מלחמה. ווי אזוי מוחמד און די קוראן האבן באטראכט ארץ ישראל, ירושלים, און הר הבית. ווען איז דער הר הבית הייליג געווארן פאר די אראבער און ביי וועלכע חלק פון אראבער, און אזוי ווייטער.

די חלק גייט נישט עוסק איבער די היסטאריע צווישן די מוסעלמענער און די אידן במשך די 1500 יאר, די חלק גייט נישט עוסק זיין איבער די פאליטישע חלק פון די פאלעסטינע טענה, נאר אינעם רעליגיע שטאנדפונקט, קוראן איבער טעראריזם, איבער די אנדערע נושאים (עס איז ארום 12 נושאים, וועלן דארפן נאכקומען עטליכע חלקים, ואתכם הסליחה. און אזוי אויך איז עס יעצט מער אין קורצן, אין די פיינעל ארטיקל וועט אי״ה אסאך מער דעטאלן צו קומען און לענגער באשריבן ווערן אי״ה.

ביאור:

איידער איך קען בכלל אריינגיין אין די נושא, דארף איך קודם מקדים זיין אביסל די היסטאריע פון מוחמד אונעם קוראן.
מוחמד איז געבוירן געווארן אין יאר 570 למספרם, זיין ערשטע נביאות (כלשונו) האט ער געזעהן (גע'דמיונ'ט) אין יאר 610 ווען ער האט געמאכט התבודדות אויפן בארג חירא'א נעבן מעקא. די מוסעלמענער גלייבן אז די קוראן איז אראפגעברענגט געווארן במשך 23 יאר אדורך אללה (דער אייבערשטער), אדורך זיין מלאך גשאבריעל (גבריאל) אינעם אראבישן שפראך. מוחמד האט געפייגערט אין יאר 632 למספרם.

די קוראן איז למעשה א צוזאמשטעל פונעם ברית החדשה און להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה. מוחמד האט גע'טענה'ט אז די תורות ביז איצט איז געזאגט געווארן פאר עטענישע גרופעס אבער נישט גלאבאל פאר יעדעם, משא"כ די קוראן איז דער סך הכל און דאס איז די מהדורה האחרונה וכוללת פונעם אייבערשטער'ס באפעל פאר יעדעם איינעם. און די מוסעלמענער גלייבן אז נח, אברהם, ישמעאל, דוד, משה, שלמה, להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה יושקע פאנדראק ותלמידו יוחנן פאלוס זענען אלע געווען מוסעלמענער און זיי זענען אלע געווען נביאים.

די פינעף יסודות פונעם קוראן זענען:

שהאדא- גלייבן אין אללה און נאר ער איז דער באשעפער.

צלאת- דאווענען 5 מאהל א טאג.

זכאת- צדקה פאר ארעמעלייט.

צאום- פאסטן ראמאדאן.

חאגש- עלייה לרגל איין מאהל אינעם לעבן קיין מעקא.

למעשה ווען מוחמד איז געקומען צום ערשטן מאהל צו זיינע שטאטסלייט צו צייגן דעם קוראן וועלכע ער האט נארוואס ערפינדען, האבן זיי אים אויסגעלאכט זאגענדיג אז עס איז "אסאטיר אלאוולין", דאס מיינט לעגענדעס פון די פאריגע. זיי האבן אים אויסגעלאכט ווייל למשל פרשת וישב מיט יוסף הצדיק שטייט ווארט ביי ווארט אינעם קוראן, אזוי אויך סיפור יציאת מצרים. חוץ פון עקידת יצחק ווערט אויפגעטוישט מיט ישמעאל. מוחמד האט געהאט א גוטע חבר א איד מיט'ן נאמען כא'עב. דער איד געקומען פון תימן און איז געווען זייער נאנט צו מוחמד און אים געהאלפן שרייבן דעם קוראן און ער איז געווען דער מקור פון אלע מדרשי חז"ל וועלכע איז געשטאנען אין קוראן.

מוחמד און אלע אראבער ביז היינט לעבן ביז היינט אינעם אבסעסיע אויפצווייזן אז זיי זענען נישט געקומען צוזאמען מיט אלע רעליגיעס און לעבן צוזאמען מיט זיי, נאר פשוט עוקר מן השורש זיין די אלע אנדערע רעליגעס (דין אלבאטל- די בטל געווארענע דין, צו דין אחלק- דעם אמת'ע דין-רעליגיע).

ביז דא וועגן מוחמד און זיין קוראן, יעצט לאמיר זיך נעמען צו ירושלים.

~~~~~~~~~~~~~

קודם כל, מ'דארף איינטיילן די דריי אין עטליכע חלקים. ארץ ישראל, ירושלים, הר הבית. לאמיר קודם זיך נעמען איבער ארץ ישראל.

ארץ ישראל איז אין די היסטאריע פון איסלאם קיינמאל נישט געווען הייליג, אפילו נישט אין די קרייצציגלער צייטן. ארץ ישראל ווערט אנגערופן אינעם קוראן סיריע. נאכמער, מוחמד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז ארץ ישראל זאל געהערן פאר אידן, נישט נאר דאס- ער האט גאר געהאלטן אז עס געהערט פאר די אידן מיט יושר. אינעם קוראן שטייט דריי מאהל אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן. אין סורה (פרק) ה' פסוק 20-21, ווי עס רעדט א שמועס פון משה רבינו מיט כלל ישראל שטייט אזוי:

משה האט געזאגט צו זיין פאלק, קינדער פון מיין פאלק, געדענקטס די חסד וואס דער אייבערשטער האט געטוהן מיט ענק, ווען ער האט אויפגעשטעלט פון ענק נביאים און ער האט ענק געמאכט פאר קעניגן. ער האט געגעבן טעכטער וואס ער האט נישט געגעבן פאר קיינעם פון די אנדערע פעלקער. קינדער פון מיין פאלק, גייטס אריין אינעם הייליג לאנד וואס דער אייבערשטער האט ענק באשריבן, און גייטס קיינמאל נישט אוועק פון דארט ווייל אויב יא קענען ענק ווערן פארלוירן.

אין סורה 7 פסוק 137 שטייט אזוי:

איך האב געמאכט ארבטיילן פאר די קינדער פון די וועלכע זענען געפייניגט געווארן (ער רעדט פון די אידן, א פסוק פארדעם שטייט וועגן שיעבוד מצריים) די מזרח און מערב זייט פונעם לאנד וואס איך האב געגעבן מיין ברכה אין דעם, און עס וועט מקיום ווערן מיינע רייד וואס איך האב געזאגט אויף די בני ישראל, דאס אלעס איז א שכר צוליב דעם וואס זיי זענען געשטאנען מיט א שטארקייט פאר מיר.

אין סורה 17 פסוק 103-104 שטייט אזוי:

(פרעה) האט געוואלט צוריקהאלטן פון זיי ארויסצוגיין פונעם לאנד, און איך האב אים איינגעזינקען מיט זיין פאלק אינאיינעם. נאכדעם האב איך געזאגט פאר די אידישע קינדער: גייטס צוריק צו ענקער לאנד און אזוי ווי עס מקיים ווערן די הבטחה פאר די שפעטערדיגע טעג (אחרית הימים) אז איך גיי ענק צוזאמנעמען פון וואו ענק זענען געווארן פארשפרייט.

זעהן מיר פון דעם קודם כל, אז מוחמד און די קוראן האבן געהאלטן אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן און נאר צו זיי. מוחמד איז קיינמאל נישט געווען אין ארץ ישראל, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען ארץ ישראל.

נאר ווי אזוי איז געווארן ארץ ישראל הייליג ביי די מוסעלמענער?

ביי די אראבער איז דא אן הלכה פון וואקף, דאס מיינט אז א פיס ווי אן אראבער האט איינגענומען ווערט הייליג און עס בלייבט אזוי לעולם, און זיי דארפן עס באפרייען פון פרעמדע הענט. די זעלבע מיט שפאניע און געוויסע חלקים פון אפריקע. גארנישט מיט די לאנד פערזענדליך נאר מיט וואקף געזעץ. דאס מיינט אז די גאנצע קדושה איבער ארץ ישראל ביי די מוסעלמענער איז די זעלבע הייליג אין זייער אויגן ווי שפאניע. און אין זייער אויגן איז די זעלבע מצווה אויסצולייזן שפאניע ווי ארץ ישראל. און אזוי ווי אין יאר 720 האט אן אראבישן מנהיג איינגענומען ארץ ישראל און עס פארהייליגט פאר די מוסעלענער (וואקף), איז עס געווארן הייליג. ~~ א לאנד וועלכע ווערט וואקף, קען קיינמאל נישט ווערן צוריק אויס וואקף, עס איז א 1 WAY TICKET, נישט דא קיין בעקסיס. פארדעם יעדע לאנד ווי די מוסעלמענער האבן נאר געוועלטיגט סיי ווען אין די היסטאריע ליגט א חיוב אויף יעדע אראבער דאס צוריק אייננעמען און צוריקגעבן פאר איסלאם. און אן אראבער וועלכע גיבט אויף אפילו אויף איין סענטימעטער פון א שטח וואס א מוסעלמענער איז דינו בסייף, מ'דארף אים הרג'נען.

דעריבער, גאנץ ארץ ישראל איז וואקף וואס די אראבער דארפן צוריק, נישט קיין חילוק שכם צו תל אביב, בני ברק צו ראמאלא. און דאס איז די פראבלעם וואס די אראבער האבן מיט די אידן וועלכע זענען אין ארץ ישראל און זיי געוועלטיגן דארט, נישט צוליב ארץ ישראל איז הייליג אדער וואס, נאר צוליב חוק וואקף.

דעריבער קוקן אן די אראבער ה' אייר ווי א געוואלדיגע טעות וועלכע דארף מתוקן ווערן, און אין זייערע אויגן איז דאס נישט ווייניגער ווי א נסיון פונעם אייבערשטער פאר זיי צו זיי וועלן אויפגעבן צו נישט. און דעריבער קענען די אראבער קיינמאל נישט מאכן שלום מיט די ישראלים, ווייל זיי טארן נישט אויפגעבן קיין איין סענטימעטער פון א וואקף לאנד, און זיי קענען קיינמאל נישט אינטערשרייבן אז א אידישע מדינה האט בכלל א זכות קיום אין סיי וועלכע וועג.

די איינציגע וועג ווי אזוי מצרים און ירדן האבן יא געמעגט שלום מאכן און אונטערשרייבן מיט מדינת ישראל איז געבויעט אויף שלום חודייביע וועלכע מוחמד האט אונטערגעשריבן אין 628 מיט די כופרים פון מעקא. מוחמד האט דעמאלס געזעהן אז ער קען נישט געווינען די כופרים פון מעקא, האט ער אונטערגעשריבן מיט זיי אן הסכם פון א פייער אפשטעל (הודנא) אויף 10 יאר (עכ"ז האט ער דאס געבראכן נאך צוויי יאר ווייל דעמאלס ער האט שוין געקענט געווינען). דאס מיינט, אז זיי מעגן אונטערשרייבן א צייטווייליגע אפמאך ביז זיי ווערן צוריק שטארק און זיי קענען הרג'נען דעם שונא. אז מ'קוקט טאקע אריין אין די הסכם זעהט מען טאקע ווי עס שטייט דארט אז מיר מאכן שלום מיט ישראל אזוי ווי מוחמד האט שלום געמאכט די כופרים ביי הסכם חודייביע.

סך הכל:
ארץ ישראל לויט'ן קוראן געהערט פאר די אידן און נאר פאר זיי.

צוליב וואקף טאר'ן די מוסעלמענער נישט ערלויבן פאר די אידן צו געוועלטיגן דארט (אפילו אלס ראש העיר).

צוליב וואקף טאר'ן זיי קיינמאל נישט שלום מאכן אויף שטענדיג מיט די אידן.

~~~~~~~~~

ירושלים:

אין תנ"ך ווערט עטליכע הונדערט מאהל דערמאנט ירושלים. אידן האבן אלס געלעבט מיט ירושלים. לשנה הבאה בירושלים. אם אשכחך ירושלים און אזוי ווייטער. נישט דא קיין אידישע שמחה, צוזאמקום וואס מ'דערמאנט נישט מינימום איינמאהל ירושלים. שוין צוויי טויזענט יאר וואס די אידן בעטן זיך ולירושלים עירך ברחמים תשוב. וואס עס איז אינטערעסאנט אז אינעם קוראן ווערט נישט דערמאנט ירושלים אפילו נישט איינמאל!!!

גוט געליינט!! קיין איין מאהל ווערט נישט ירושלים דערמאנט אינעם קוראן. עס איז קיינמאל נישט געווען הייליג ביי זיי, עס האט זיי קיינמאל נישט אינטערעסירט נאר ווען עס איז זיי אויסגעקומען אזוי צוליב פאליטישע חשבונות.

עס איז אמאל געווען ווען פייסל חוסיני (דער אראבישן שר איבער ירושלים אינעם אראבישן פארלאמענט) האט געהאט א דעבאטע מיט משה פייגלין (א רעכטע פרומע עקסטערעמיסט און היינט א חבר כנסת).

פייגלין: דו ווייסט אז מיר האבן ביידע עפעס שטארק די זעלבע?

חוסייני: וואס???

פייגלין: מיר ביידע גלייבן שטארק אינעם באשעפער משא"כ די פרייע עולם דא. דו גלייבסט אינעם באשעפער, יא?

חוסייני: יא, מיר ביידע גלייבן שטארק אין אללה.

פייגלין: יעצט גיב א קוק מר. חוסייני (און ער נעמט ארויס א תנך פון זיין טאש), דאס איז די תנ"ך- מיין הייליגסטע ספר וואס איך האב נאר.

חוסייני: קוקט אים מיט אפאר הינער אויגן פארשטייט נישט וואס ער וויל פון זיין לעבן האבן.

פייגלין: דא אינעם תנ"ך שטייט ירושלים איבער 800 מאהל, אדרבה הייב אן צו ציילן. (אןם ער האט אראפגעלייגט דעם תנ"ך אויפן טיש, און חוסייני האט געמיינט אז ער איז שוין פערטיג. אבער דא נעמט ארויס פייגלין א קוראן). מר. חוסייני! איך האלט דא דיין הייליגסטע ספר, יא?

חוסייני: (צומישט אינגאנצן) יא!

פייגלין: קענסטו ביטע טרעפן איין מאהל דאס ווארט ירושלים ,ציון וכו' אין די גאנצע קוראן? פרעג איך דיר? פאר וועם געהערט ירושלים? פאר דער וואס גלייבן אין די ספר אדער אין ספר????

מוחמד האט אנפאנג גע'חלומ'ט אז די אידן וועלן זיך צושטעלן צו אים, דעריבער אין די ערשטע פרקים שרייבט ער שיין וועגן די אידן, און אנפאנג האט ער אפילו געהייסן דאווענען צו מזרח-ירושלים. אבער ווען ער האט געזעהן אז די אידן פון די דערפער ארום אינעם מדבר חייבער שטעלן זיך נישט צו צו אים, האט ער אויסגע'שחט'ן אלע מענער און באראבעוועט די פרויען. אזוי אויך האט ער צוגענומען די טאכטער פון איינע פון די ראשי הקהלה מיט'ן נאמען צפיה, און ער האט חתונה געהאט מיט איר. אזוי ווי ער האט געזעהן אז די אידן שטעלן זיך סיי ווי נישט צו אים האט ער געטוישט די וועג ווי זיי דאווענען, אנטשטאט קיין ירושלים האט ער דאס געטוישט קיין מעקא. אזוי אויך האט ער זיך גענומען צו די אידן זייער ווילד אינעם קוראן.

דאס ערשטע מאהל וואס ירושלים איז געווארן אן ארטיקל ביי די אראבער איז געווען אין יאר 680 ווען די מוסעלמענר זענען געווארן צוטיילט אין צוויי גרופעס- סוני און שיע. א שאד אריינצוגיין אין די גאנצע מלחמה זייערע וואו עס האט זיך פארגאסן בלוט ווי וואסער. נאר די וויכטיגע נקודה וועלכע איז אונז נוגע איז אזוי:

אין יענע תקופה האבן די שיע'ס געהאט קאנטראל איבער מעקא, און זיי האבן נישט ארויפגעלאזט די סוני'ס עולה רגל זיין אין ירושלים. די סוני'ס האבן זיך געפילט שרעקליך אויסגעשפיעלט און נישט געוויסט וואס צו טוהן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע געדאנק: אין פרק 17 פסוק 1 פארציילט די קוראן אז איין נאכט האט דער אייבערשטער גענומען זיין קנעכט (מוחמד) פונעם הייליגן קלויסטער צום ווייטערדיגע קלויסטער (אלמסגשאד אלאקצא) און אים געוויזן זיינע צייכענעס.

די מעשה גייט ארויף ווען מוחמד האט געהאט א גרופע שטיצער אינעם שטאט אלטא'אף וועלכע געפינט זיך צוויי טעג ווייטער פון מעקא, די וועג צו גיין פון מעקא צו אלטא'אף נעמט צוויי טעג, און ביינאכט פלעגן מוחמד שלאפן אין א שטאט אלגע'ראנה. די מוסעלמענער היסטאריקערס פארציילן אז די שטאט האט געהאט צוויי קלויסטערס, אלמאסגשאד אלאדנא- די נאנטע קלויסטער, און אלמאסדשאד אלאקצא- די ווייטערדיגע קלויסטער.

זענען געגאנגען די סוני'ס און אויפגעבויעט דעם אל אקצא (ירושלים הייסט אל קודס, נישט זיך פארמישן) קלויסטער אויפן הר הבית און געשריגן אלה אלקיך ישמעאל. טאקע דא אין ירושלים גייט ארויף דעם אלמאסגשאד אלאקצא, און זיי האבן ארויסגעגעבן אזא חיבור בימים ההם מיט הערליכע מעשיות און מאמרים פון מוחמד איבער ירושלים, און פערטיג. אזוי האבן זיי פארדינט צוויי זאכן, איינס: א גרינגער וועג ווי אזוי איבערצושרייבן היסטאריע. צווייט'ס, זיי זענען נישט אויסגעשפילט.

די סיבה פארוואס אלאקצא וואס מוחמד רעדט קען נישט זיין הר הבית איז צוליב צוויי סיבות: איינס, ארץ ישראל הייסט אינעם קוראן עדנה אל ארד- די נענטערע לאנד. ארץ ישראל האט געהייסן נאנט (אל ארד) און נישט ווייט (אל אקצא).

צווייטענס, ווי אזוי האט מוחמד גערעדט פונעם קלויסטער וועלכע איז נאך נישט געשטאנען בזמנו????

און טאקע נאר די סוני'ס האבן גענומען אויף זיך לחיי שעה אז ירושלים איז הייליג, און די שיע'ס האבן דאס זייער אוועקגעמאכט. דעריבער איז טאקע ביי די סוני'ס ירושלים די דריטע הייליגע פלאץ, אבער ביי די שיע'ס איז עס די פיפטע. (משא"כ ביי די אידן איז די הייליגע שטאט "נאר" ירושלים).

אין 750 ווען מ'האט שוין יא ארויפגעלאזט די שיע'ס אין מעקא, איז ירושלים צוריק געווארן פארנאכסעליגט. און פון דא און ווייטער איז עס נאר געגאנגען לויט די וועטער און גיסטע. אין 1016 איז אלאקצא געווען אזוי פארנעכלעסיגט אז די דאך איז איינגעפאלן! אין 1150 ווען צאלח א-דין האט געדארפט די אראבישע הילף צוריק איינצונעמען ארץ ישראל פון די קרייציגלער, איז ירושלים געווארן פלוצלינג צוריק הייליג. אבער אין 1229 האט אן אייניקל פון צאלח-א-דין איבערגעגעבן ירושלים פאר דעם קעניג פרידריך דער צווייטער פון דייטשלאנד (לויט געוויסע דעות איז די ניגון פון מעוז ציר- דחה אדמון בצל צלמון געזאגט געווארן אויף אים) כדאי אז דער פרידריך זאל אים העלפן זיך קריגן מיט זיין ברודער.

אזוי איז געווען פאר 700 יאר ווי ירושלים איז געווען זייער פארנאכלעסיגט, ארעמע מענטשן פון אלע זייטן, זייער ביליג געבויעט וכו' וכו'.

אין 1948 איז ירושלים אביסל צוריק ארויפגעקומען אויפן מאפע ווען ירדן האט איינגענומען דעם הר הבית, און עבדאללה האט זיך באקרוינט אלס קעניג פון ירושלים, אבער ער איז גאנץ ווייניג געווען דארט. ער האט גארנישט מקיע געווען אין ירושלים און עס איז געבליבן זייער א ארעמע און פארנאכלעסיגטע שטאט ביז 1967. קיין איין אראבישע פירער איז נישט געקומען פון יאר 48 ביז 67 קיין ירושלים אדער הר הבית.

נאך 1967 האט קעניג פייסל פון סודיע אראביע גערעדט ווי שטארק ער בענקט זיך און ער וויל קומען קיין ירושלים, אינטערעסאנט אז ווען עס איז געווען אינטער אראבישע האנט איז עס אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען. אפילו אין 1964 ווען אש"ף (די פאליסיטינער פארבאנד) האט געשריבן זייער מגילת העצמאות האבן זיי נישט דערמאנט קיין ווארט ירושלים!

און טאקע פון 1967 איז ירושלים און הר הבית געווארן הייליג און די שטאט דרייט זיך איבער וועגן דעם. אבער וועגן 1967 וויל איך נישט אריינגיין יעצט, נאר ווען איך וועל שרייבן דעם נושא פון מלחמת ששת הימים און אירע נאכפאלגן.

~~~~~~~~~~

סך הכל:

ירושלים און הר הבית ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם קוראן.

ירושלים און דער הר הבית ווערט הייליג און אויס הייליג לויט ווי די פאליטיק שפילט כרגע.

תמצית הדף:

די מלחמה צווישן די אידן און אראבער איז נישט א מלחמה צוליב טעראטאריע, נאר טעראטאריע צוליב א מלחמה.

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט. עס האט נאר מיט איין זאך: ווי לאנג די אידן וועלן געוועלטיגן אפילו אויף איין אינטש פון ארץ ישראל, אפילו אלס ראש העיר וועלן מוסילמענער פראבירן צו הרג'נען די אידן דארט. די אזוי געריפענע איבערקערניש וואס די וועלט וויל אז ירושלים זאל ווערן פארעכנט ווי א הייליגע שטאט פאר ביידע רעליגיעס איז לעכערליך, און ירושלים האט גארנישט מיט די מוסעלמענער. די ציונים האבן מסכים געווען צו וואס די יו. ען. האט מחליט געווען אין תש"ח, משא"כ די אראבער האבן קיינמאל נישט געקענט מסכים זיין דערצי. יעדער וואס וויל נאר טוהן א שלום אין מיטל מזרח נער'ט זיך אליינס אויס, עס וועט נישט קענען געשען, און עס קען נישט געשען.

~~~~~*******~~~~~

דאס איז חלק א'- דער חלק ווי אזוי די קוראן און מוחמד באציעט זיך צו ארץ ישראל און ירושלים. און דעם קומענדיגן חלק וועט זיין ווייטער איבער די היסטאריע איידער מיר רירן אן ממש מדינת ישראל. שנית, איך האב נאך וואס צוצולייגן (א מעשה פון דעם חבר פון מחומד ווען ער איז אנגעקומען קיין ירושלים און די אראבער זענען געווען אויפגערעגט אויף אים אז ער וויל הייליג מאכן ירושלים און אריינברענגען אידישע זאכן, און זיי האבן אים שיעור גע'הרג'ט, און נאך), די הוספות וועל איך אי"ה מפרסם זיין ביי די פיינעל ארטיקל ווען איך וועל צוזאמשטעלן אלע ארטיקלן.

כל הזכויות שמורות לממי_ שאמרו באייוועלט, ונא לא לפרסמו אלא בשמי.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נאכאמאל, נאכאמאל, און נאכאמאל. אונזער רבי זי"ע האט געהאט זייער א קלארע שיטה הקדושה און היינט זעהט מען ווי גערעכט ער איז געווען. אבער זיין שיטה איז "נישט" געווען געבויעט אויף די גערעכטיקייט פונעם אראבער ח"ו, נאר צוליב דעם וואס די גאנצע מדינה איז א מרידה במלכות שמים און אן איסור נישט קיין חילוק ווער איז ראש ממשלה אדער חברי כנסת.

ביטע פארשטיין אז די ארטיקלן באצוען זיך נאר איבער די טענות פון די אראבער. ודי בזה
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

ממי_שאמרו האט געשריבן: יעדער וואס וויל נאר טוהן א שלום אין מיטל מזרח נער'ט זיך אליינס אויס, עס וועט נישט קענען געשען, און עס קען נישט געשען.

עס וועט יאגעשען! און ווען דאס וועט געשען וועט אי"ה זיין די גאולה שלימה זאלן מיר שוין אלע זוכה זיין בקרוב
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ממי.... א ארטיקעל זיך צי באלעקען די פינגערס!!!

אזאנס צי צעפראסקענען די ציונים! דאס טיפשות זייערע פון א שלום מיט די אראבער... אלע דיינע פאונטס זענען אייזען גוט!

ועל כולם, א שפראך וואס מען טרעפט זעלטען! אזוי קלאר ארויסגעברענגט יעדע פון דיינע נקודות! סאליד פיעס (נישט די אראבישע נאמען... נאר אזא אויסדריק אויף א פעסטע שטיקל)

טענקס עגען "ממו שאמרו"! קיעפ איט אט!!

---
שנעל געב ארויס ווי די האסט שטודירט....:wink:
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

שיין שטיקל היסטערי
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

לאדיךארויס האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן: יעדער וואס וויל נאר טוהן א שלום אין מיטל מזרח נער'ט זיך אליינס אויס, עס וועט נישט קענען געשען, און עס קען נישט געשען.

עס וועט יאגעשען! און ווען דאס וועט געשען וועט אי"ה זיין די גאולה שלימה זאלן מיר שוין אלע זוכה זיין בקרוב

ווען די גאולה שלימה וועט קומען אודאי בקרוב, וועט נישט ווערן ״שלום״ דעמאלס מיט די כאמאס אדער פאטאך. משיח גייט נישט זיצן מיט זיי ביים פארהאנדלונגס טיש. נישט מיט די אראבער און נישט מיט די ציונים.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ראשית כל ייש"כ אויף אייערע אינהאלטסרייכע ווארע. איך האב צו אייך עטליכע פראגעס:

1. מיט וואספארא מראה מקומות\תרגום האט איהר זיך באנוצט צו ציטירען דעם קוראן? איך גלייב נישט איהר ליינט אראביש, און אפילו ווען יא בין איך זיכער איהר האט נישט דורכגעטוהן דעם קוראן. אלזא איז מיין שאלה צי איהר האט פעסטגעשטעלט אז עס שטייט טאקע ווי איהר האט געשריבען און אז דאס איז דער ריכטיגע איבערזעצונג?

2. א מוסלעמעינער האט מיר אמאל געזאגט דאס טראץ ירושלים ווערט נישט דערמאנט אינעם קוראן ווערט עס אבער יא מערערע מאל דערמאנט אין זייערע חדיתס - וואס איז נישט קיין סאך ווייניגער פארשמייליגט ביי זיי ווי דער קוראן זעלבסט. ווייסט איהר דערפון? גייט איהר נאך שרייבען דערוועגן?
----
אצינד א הערה\הוספה:

דער רד"ק ברענגט אויף כמה מקומות (אין תהלים ועוד) דאס אדום אין ישמעאל וועלן זיך כסדר ארומרייסען איבער א"י, ביזען ביאת הגואל. ער שרייבט אויך (תהלים קכ"ט) אז זיי זענען 'אוהבי ציון' ווייל זיי האבען ליעב ציון און שלאגען זיך איבער איהר (נאר זיי זענען שנאי בני ציון - כלל ישראל). דער אמת איז אז די מלחמה איז עפ"י געווארען פארפאקט אין אן איצטלא פון רעליגיע אבער בעצם איז עס א מלחמה אויף שטח, ווייל א"י געפונט זיך אויף גאר א וויכטיגע און סטראטעגישען ארט אינעם מיטעל מזרח, זייענדיג סיי א דורכגאנג פון דרום צו צפון און סיי א פארט פונעם מיטעללענדישע ים. [די אנאליזע האב איך געהערט פון הרב סיני מאלוביצקי, ונראים דבריו.]

לגבי שלום איז שווער צו זאגען דאס עס קען נישט זיין אויס זייערע רעליגיע ווייל ירדן, וועלכע איז פארלייפיג א 'רעליגיעזע' לאנד, האט שוין יארען לאנג א שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל. לדעתי איז דער 'דרך הטבע'דיגע' אפהאלט פון שלום דער פאקט אז די פאלעסטינער זענען אן עם נבל, כמש"כ ואני אקניאם בלא עם. זיי זענען אן אומצו-וויליזירטע חברה פון צוויי פיסיגע חיות מיט וועם עס איז נישט מעגליך צו פארהאנדלען. [אויסער דעם איז דא א מימרא פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל אז עס וועט דארט קיינמאל קיין שלום נישט ווערן ווייל פון הימעל וועט מען נישט צולאזען. ונראים דבריו.]
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

[אויסער דעם איז דא א מימרא פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל אז עס וועט דארט קיינמאל קיין שלום נישט ווערן ווייל פון הימעל וועט מען נישט צולאזען. ונראים דבריו.]

א געהעריג מקור ביטע.

א דאנק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יישר כוח פאר אייערע הערות.

ניין, איך קען נישט אראביש (קוים אראמיש פון גמרא), איך האב דאס געליינט אין ענגליש כד קניא הוה.
חדית איז זייער תורה שבעל פה, און יא, דארט ווערט עס זייער הייליג אין געוואוסע פלעצער אבער דאס איז געקומען לצורך השעה ווי איך וועל נאך אי״ה אריינגיין אויב די הנהלה וועט געבן ערלויבעניש.

בנוגע דיין צווייטע חלק:

מצרים איז פיל פאכיג מער א וויכטיגע חלק אלס פארט וכדומה, ארץ ישראל איז באמת ווי א שפיי קעגן דעם. קפריסין איז נאך וויכטיגער.

שנית, די רבי האט דאס געזאגט בבחינת חכם עדיף מנביא. ער האט פארשטאנען נאך 67 וואס קיינער האט נישט פארשטאנען, לאו דוקא צוליב רוח הקודש, נאר אסאך מער צוליב זיין אויסערגעווענדליכע שכל הישר און ווייטע בליק. די זעלבע איז מיט שלום. וואס איך האב געשריבן אין 10 אותיות האט ער געזאגט אין איין סטעיטמענט.

און בנוגע ירדן. ער איז נאך ווייניגער פרום פון סיי וועלכע אראבישע פירער, ושנית ער האט פיינט די פאליסטינער אסאך מער פון די ציונים. עיין ערך שווארצע סעפטעמבער ווי ער האט אויסגעשחטן טויזענטער אראבערס אין אפאר טאג.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

farshlufen האט געשריבן:
[אויסער דעם איז דא א מימרא פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל אז עס וועט דארט קיינמאל קיין שלום נישט ווערן ווייל פון הימעל וועט מען נישט צולאזען. ונראים דבריו.]

א געהעריג מקור ביטע.

א דאנק.

געהערט פון מיין חברותא (א סאטמארע יוד וואס האט שוין עטליכע געהייראטע אייניקלעך).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח ממי פאר די שיין שטיקל היסטאריע, גאר שטארק הנאה געהאט.

איך זעה נישט יעצט חלק ב' אבער איך האב עס געהאט ארויסגעפרינט און געליינט ביידע חלקים אינאיינעם, יישר כח פאר ביידע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יישר כח זייער קלאר א געשמאקען מגיד שיעור אין קוראן
ווען קומט חלק ב׳ ג׳ אין אזוי ווייטער

יישר
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

געווען דא א חלק ב' אויך?
איך זעה נאר חלק א'

ווען גייט קומען ווייטער?......
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:54 pm

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט.
די ציטירטע פאראגראף איז אין סתירה צו פילע תורות פון האדמור מסאטמאר זי"ע
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אני-הק' האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:35 pm
געווען דא א חלק ב' אויך?
איך זעה נאר חלק א'

ווען גייט קומען ווייטער?......
ליידער איז @ממי_שאמרו שוין נישטא אונז מהנה צו זיין, אבער די חלק ב' האט ער יא געלאזט
וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"ב

דא איז פארהאן א מפתח אויף זיינע מאמרים viewtopic.php?p=4465291#p4465291
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

שכח פארן ארויפברענגן. פיינער ארבעט געמאכט דא!
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

איך האב געליינט די ארטיקל אין איין אטעם, און עס האט מיר גענומען ביז אריין אינעם אשכול צו כאפן אז דאס איז נישט פון יעצט! (איך האב מיך געוואונדערט אז @אנעים זמירות פרעגט אזעלכע תמימות'דיגע שאלות, ער איז דאך דער עקספערט?)

יעצט האב איך זוכה געווען צו פארשטיין וואס די חאמאס טשארטער שרייבט אין Article Eleven:
The Islamic Resistance Movement believes that the land of Palestine is an Islamic Waqf consecrated for future Moslem generations until Judgement Day. It, or any part of it, should not be squandered: it, or any part of it, should not be given up. Neither a single Arab country nor all Arab countries, neither any king or president, nor all the kings and presidents, neither any organization nor all of them, be they Palestinian or Arab, possess the right to do that. Palestine is an Islamic Waqf land consecrated for Moslem generations until Judgement Day. This being so, who could claim to have the right to represent Moslem generations till Judgement Day?

This is the law governing the land of Palestine in the Islamic Sharia (law) and the same goes for any land the Moslems have conquered by force, because during the times of (Islamic) conquests, the Moslems consecrated these lands to Moslem generations till the Day of Judgement.

It happened like this: When the leaders of the Islamic armies conquered Syria and Iraq, they sent to the Caliph of the Moslems, Umar bin-el-Khatab, asking for his advice concerning the conquered land - whether they should divide it among the soldiers, or leave it for its owners, or what? After consultations and discussions between the Caliph of the Moslems, Omar bin-el-Khatab and companions of the Prophet, Allah bless him and grant him salvation, it was decided that the land should be left with its owners who could benefit by its fruit. As for the real ownership of the land and the land itself, it should be consecrated for Moslem generations till Judgement Day. Those who are on the land, are there only to benefit from its fruit. This Waqf remains as long as earth and heaven remain. Any procedure in contradiction to Islamic Sharia, where Palestine is concerned, is null and void.

"Verily, this is a certain truth. Wherefore praise the name of thy Lord, the great Allah." (The Inevitable - verse 95).
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:54 pm
הקדמה:

איך וועל נאך אי"ה אריינגיין אין די היינטיגע מציאת הדברים, אבער כדי צו קענען פארשטיין וואס דא גייט פאר אין תשע"ג, דארפן מיר קודם פארשטיין וואס עס איז פארגעגאנגען אפאר הונדערט יאר פארדעם.

כ'וויל נישט אריינגיין אינעם חלק הלכה פון ציונות, וואס די סאטמאר'ע רבי בדורנו און אסאך פריעדיגע האבן דאס גע'אסר'ט בתכלית האיסור. איך וויל פשוט מסביר זיין דעם אמת איבער די אלע פאקטן וועלכע די עולם איז פשוט זייער נישט קלאר און צומאהל אפילו געפיטערט מיט שקרים. און נאך אמאל, אפילו לויט די פאקטן וועלכע איך גיי אראפברענגען דא ווערט נישט די סאטמארע רבי אפגעפרעגט לויט זיינע חסידים אדער גערעכט לויט זיינע מתנגדים. דעריבער וויל איך בעטן אז די עולם דא זאל זיך האלטן אין די ראמען און נישט פארקריכן פונעם נושא.

* * *

איידער איך גיי זיך באציען צו די פאליטישע חלק פון די אראבער, און איידער איך גיי אריינגיין צי עס איז בכלל געווען אזא פאלק ווי פאלעסטינער בעפאר תש"ח צי נישט, און איידער איך גיי אריין אין נאך אסאך נושאים, וויל איך פשוט מקדים זיין די רעליגיע חלק אינעם מחלוקה און מלחמה. ווי אזוי מוחמד און די קוראן האבן באטראכט ארץ ישראל, ירושלים, און הר הבית. ווען איז דער הר הבית הייליג געווארן פאר די אראבער און ביי וועלכע חלק פון אראבער, און אזוי ווייטער.

די חלק גייט נישט עוסק איבער די היסטאריע צווישן די מוסעלמענער און די אידן במשך די 1500 יאר, די חלק גייט נישט עוסק זיין איבער די פאליטישע חלק פון די פאלעסטינע טענה, נאר אינעם רעליגיע שטאנדפונקט, קוראן איבער טעראריזם, איבער די אנדערע נושאים (עס איז ארום 12 נושאים, וועלן דארפן נאכקומען עטליכע חלקים, ואתכם הסליחה. און אזוי אויך איז עס יעצט מער אין קורצן, אין די פיינעל ארטיקל וועט אי״ה אסאך מער דעטאלן צו קומען און לענגער באשריבן ווערן אי״ה.

ביאור:

איידער איך קען בכלל אריינגיין אין די נושא, דארף איך קודם מקדים זיין אביסל די היסטאריע פון מוחמד אונעם קוראן.
מוחמד איז געבוירן געווארן אין יאר 570 למספרם, זיין ערשטע נביאות (כלשונו) האט ער געזעהן (גע'דמיונ'ט) אין יאר 610 ווען ער האט געמאכט התבודדות אויפן בארג חירא'א נעבן מעקא. די מוסעלמענער גלייבן אז די קוראן איז אראפגעברענגט געווארן במשך 23 יאר אדורך אללה (דער אייבערשטער), אדורך זיין מלאך גשאבריעל (גבריאל) אינעם אראבישן שפראך. מוחמד האט געפייגערט אין יאר 632 למספרם.

די קוראן איז למעשה א צוזאמשטעל פונעם ברית החדשה און להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה. מוחמד האט גע'טענה'ט אז די תורות ביז איצט איז געזאגט געווארן פאר עטענישע גרופעס אבער נישט גלאבאל פאר יעדעם, משא"כ די קוראן איז דער סך הכל און דאס איז די מהדורה האחרונה וכוללת פונעם אייבערשטער'ס באפעל פאר יעדעם איינעם. און די מוסעלמענער גלייבן אז נח, אברהם, ישמעאל, דוד, משה, שלמה, להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה יושקע פאנדראק ותלמידו יוחנן פאלוס זענען אלע געווען מוסעלמענער און זיי זענען אלע געווען נביאים.

די פינעף יסודות פונעם קוראן זענען:

שהאדא- גלייבן אין אללה און נאר ער איז דער באשעפער.

צלאת- דאווענען 5 מאהל א טאג.

זכאת- צדקה פאר ארעמעלייט.

צאום- פאסטן ראמאדאן.

חאגש- עלייה לרגל איין מאהל אינעם לעבן קיין מעקא.

למעשה ווען מוחמד איז געקומען צום ערשטן מאהל צו זיינע שטאטסלייט צו צייגן דעם קוראן וועלכע ער האט נארוואס ערפינדען, האבן זיי אים אויסגעלאכט זאגענדיג אז עס איז "אסאטיר אלאוולין", דאס מיינט לעגענדעס פון די פאריגע. זיי האבן אים אויסגעלאכט ווייל למשל פרשת וישב מיט יוסף הצדיק שטייט ווארט ביי ווארט אינעם קוראן, אזוי אויך סיפור יציאת מצרים. חוץ פון עקידת יצחק ווערט אויפגעטוישט מיט ישמעאל. מוחמד האט געהאט א גוטע חבר א איד מיט'ן נאמען כא'עב. דער איד געקומען פון תימן און איז געווען זייער נאנט צו מוחמד און אים געהאלפן שרייבן דעם קוראן און ער איז געווען דער מקור פון אלע מדרשי חז"ל וועלכע איז געשטאנען אין קוראן.

מוחמד און אלע אראבער ביז היינט לעבן ביז היינט אינעם אבסעסיע אויפצווייזן אז זיי זענען נישט געקומען צוזאמען מיט אלע רעליגיעס און לעבן צוזאמען מיט זיי, נאר פשוט עוקר מן השורש זיין די אלע אנדערע רעליגעס (דין אלבאטל- די בטל געווארענע דין, צו דין אחלק- דעם אמת'ע דין-רעליגיע).

ביז דא וועגן מוחמד און זיין קוראן, יעצט לאמיר זיך נעמען צו ירושלים.

~~~~~~~~~~~~~

קודם כל, מ'דארף איינטיילן די דריי אין עטליכע חלקים. ארץ ישראל, ירושלים, הר הבית. לאמיר קודם זיך נעמען איבער ארץ ישראל.

ארץ ישראל איז אין די היסטאריע פון איסלאם קיינמאל נישט געווען הייליג, אפילו נישט אין די קרייצציגלער צייטן. ארץ ישראל ווערט אנגערופן אינעם קוראן סיריע. נאכמער, מוחמד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז ארץ ישראל זאל געהערן פאר אידן, נישט נאר דאס- ער האט גאר געהאלטן אז עס געהערט פאר די אידן מיט יושר. אינעם קוראן שטייט דריי מאהל אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן. אין סורה (פרק) ה' פסוק 20-21, ווי עס רעדט א שמועס פון משה רבינו מיט כלל ישראל שטייט אזוי:

משה האט געזאגט צו זיין פאלק, קינדער פון מיין פאלק, געדענקטס די חסד וואס דער אייבערשטער האט געטוהן מיט ענק, ווען ער האט אויפגעשטעלט פון ענק נביאים און ער האט ענק געמאכט פאר קעניגן. ער האט געגעבן טעכטער וואס ער האט נישט געגעבן פאר קיינעם פון די אנדערע פעלקער. קינדער פון מיין פאלק, גייטס אריין אינעם הייליג לאנד וואס דער אייבערשטער האט ענק באשריבן, און גייטס קיינמאל נישט אוועק פון דארט ווייל אויב יא קענען ענק ווערן פארלוירן.

אין סורה 7 פסוק 137 שטייט אזוי:

איך האב געמאכט ארבטיילן פאר די קינדער פון די וועלכע זענען געפייניגט געווארן (ער רעדט פון די אידן, א פסוק פארדעם שטייט וועגן שיעבוד מצריים) די מזרח און מערב זייט פונעם לאנד וואס איך האב געגעבן מיין ברכה אין דעם, און עס וועט מקיום ווערן מיינע רייד וואס איך האב געזאגט אויף די בני ישראל, דאס אלעס איז א שכר צוליב דעם וואס זיי זענען געשטאנען מיט א שטארקייט פאר מיר.

אין סורה 17 פסוק 103-104 שטייט אזוי:

(פרעה) האט געוואלט צוריקהאלטן פון זיי ארויסצוגיין פונעם לאנד, און איך האב אים איינגעזינקען מיט זיין פאלק אינאיינעם. נאכדעם האב איך געזאגט פאר די אידישע קינדער: גייטס צוריק צו ענקער לאנד און אזוי ווי עס מקיים ווערן די הבטחה פאר די שפעטערדיגע טעג (אחרית הימים) אז איך גיי ענק צוזאמנעמען פון וואו ענק זענען געווארן פארשפרייט.

זעהן מיר פון דעם קודם כל, אז מוחמד און די קוראן האבן געהאלטן אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן און נאר צו זיי. מוחמד איז קיינמאל נישט געווען אין ארץ ישראל, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען ארץ ישראל.

נאר ווי אזוי איז געווארן ארץ ישראל הייליג ביי די מוסעלמענער?

ביי די אראבער איז דא אן הלכה פון וואקף, דאס מיינט אז א פיס ווי אן אראבער האט איינגענומען ווערט הייליג און עס בלייבט אזוי לעולם, און זיי דארפן עס באפרייען פון פרעמדע הענט. די זעלבע מיט שפאניע און געוויסע חלקים פון אפריקע. גארנישט מיט די לאנד פערזענדליך נאר מיט וואקף געזעץ. דאס מיינט אז די גאנצע קדושה איבער ארץ ישראל ביי די מוסעלמענער איז די זעלבע הייליג אין זייער אויגן ווי שפאניע. און אין זייער אויגן איז די זעלבע מצווה אויסצולייזן שפאניע ווי ארץ ישראל. און אזוי ווי אין יאר 720 האט אן אראבישן מנהיג איינגענומען ארץ ישראל און עס פארהייליגט פאר די מוסעלענער (וואקף), איז עס געווארן הייליג. ~~ א לאנד וועלכע ווערט וואקף, קען קיינמאל נישט ווערן צוריק אויס וואקף, עס איז א 1 WAY TICKET, נישט דא קיין בעקסיס. פארדעם יעדע לאנד ווי די מוסעלמענער האבן נאר געוועלטיגט סיי ווען אין די היסטאריע ליגט א חיוב אויף יעדע אראבער דאס צוריק אייננעמען און צוריקגעבן פאר איסלאם. און אן אראבער וועלכע גיבט אויף אפילו אויף איין סענטימעטער פון א שטח וואס א מוסעלמענער איז דינו בסייף, מ'דארף אים הרג'נען.

דעריבער, גאנץ ארץ ישראל איז וואקף וואס די אראבער דארפן צוריק, נישט קיין חילוק שכם צו תל אביב, בני ברק צו ראמאלא. און דאס איז די פראבלעם וואס די אראבער האבן מיט די אידן וועלכע זענען אין ארץ ישראל און זיי געוועלטיגן דארט, נישט צוליב ארץ ישראל איז הייליג אדער וואס, נאר צוליב חוק וואקף.

דעריבער קוקן אן די אראבער ה' אייר ווי א געוואלדיגע טעות וועלכע דארף מתוקן ווערן, און אין זייערע אויגן איז דאס נישט ווייניגער ווי א נסיון פונעם אייבערשטער פאר זיי צו זיי וועלן אויפגעבן צו נישט. און דעריבער קענען די אראבער קיינמאל נישט מאכן שלום מיט די ישראלים, ווייל זיי טארן נישט אויפגעבן קיין איין סענטימעטער פון א וואקף לאנד, און זיי קענען קיינמאל נישט אינטערשרייבן אז א אידישע מדינה האט בכלל א זכות קיום אין סיי וועלכע וועג.

די איינציגע וועג ווי אזוי מצרים און ירדן האבן יא געמעגט שלום מאכן און אונטערשרייבן מיט מדינת ישראל איז געבויעט אויף שלום חודייביע וועלכע מוחמד האט אונטערגעשריבן אין 628 מיט די כופרים פון מעקא. מוחמד האט דעמאלס געזעהן אז ער קען נישט געווינען די כופרים פון מעקא, האט ער אונטערגעשריבן מיט זיי אן הסכם פון א פייער אפשטעל (הודנא) אויף 10 יאר (עכ"ז האט ער דאס געבראכן נאך צוויי יאר ווייל דעמאלס ער האט שוין געקענט געווינען). דאס מיינט, אז זיי מעגן אונטערשרייבן א צייטווייליגע אפמאך ביז זיי ווערן צוריק שטארק און זיי קענען הרג'נען דעם שונא. אז מ'קוקט טאקע אריין אין די הסכם זעהט מען טאקע ווי עס שטייט דארט אז מיר מאכן שלום מיט ישראל אזוי ווי מוחמד האט שלום געמאכט די כופרים ביי הסכם חודייביע.

סך הכל:
ארץ ישראל לויט'ן קוראן געהערט פאר די אידן און נאר פאר זיי.

צוליב וואקף טאר'ן די מוסעלמענער נישט ערלויבן פאר די אידן צו געוועלטיגן דארט (אפילו אלס ראש העיר).

צוליב וואקף טאר'ן זיי קיינמאל נישט שלום מאכן אויף שטענדיג מיט די אידן.

~~~~~~~~~

ירושלים:

אין תנ"ך ווערט עטליכע הונדערט מאהל דערמאנט ירושלים. אידן האבן אלס געלעבט מיט ירושלים. לשנה הבאה בירושלים. אם אשכחך ירושלים און אזוי ווייטער. נישט דא קיין אידישע שמחה, צוזאמקום וואס מ'דערמאנט נישט מינימום איינמאהל ירושלים. שוין צוויי טויזענט יאר וואס די אידן בעטן זיך ולירושלים עירך ברחמים תשוב. וואס עס איז אינטערעסאנט אז אינעם קוראן ווערט נישט דערמאנט ירושלים אפילו נישט איינמאל!!!

גוט געליינט!! קיין איין מאהל ווערט נישט ירושלים דערמאנט אינעם קוראן. עס איז קיינמאל נישט געווען הייליג ביי זיי, עס האט זיי קיינמאל נישט אינטערעסירט נאר ווען עס איז זיי אויסגעקומען אזוי צוליב פאליטישע חשבונות.

עס איז אמאל געווען ווען פייסל חוסיני (דער אראבישן שר איבער ירושלים אינעם אראבישן פארלאמענט) האט געהאט א דעבאטע מיט משה פייגלין (א רעכטע פרומע עקסטערעמיסט און היינט א חבר כנסת).

פייגלין: דו ווייסט אז מיר האבן ביידע עפעס שטארק די זעלבע?

חוסייני: וואס???

פייגלין: מיר ביידע גלייבן שטארק אינעם באשעפער משא"כ די פרייע עולם דא. דו גלייבסט אינעם באשעפער, יא?

חוסייני: יא, מיר ביידע גלייבן שטארק אין אללה.

פייגלין: יעצט גיב א קוק מר. חוסייני (און ער נעמט ארויס א תנך פון זיין טאש), דאס איז די תנ"ך- מיין הייליגסטע ספר וואס איך האב נאר.

חוסייני: קוקט אים מיט אפאר הינער אויגן פארשטייט נישט וואס ער וויל פון זיין לעבן האבן.

פייגלין: דא אינעם תנ"ך שטייט ירושלים איבער 800 מאהל, אדרבה הייב אן צו ציילן. (אןם ער האט אראפגעלייגט דעם תנ"ך אויפן טיש, און חוסייני האט געמיינט אז ער איז שוין פערטיג. אבער דא נעמט ארויס פייגלין א קוראן). מר. חוסייני! איך האלט דא דיין הייליגסטע ספר, יא?

חוסייני: (צומישט אינגאנצן) יא!

פייגלין: קענסטו ביטע טרעפן איין מאהל דאס ווארט ירושלים ,ציון וכו' אין די גאנצע קוראן? פרעג איך דיר? פאר וועם געהערט ירושלים? פאר דער וואס גלייבן אין די ספר אדער אין ספר????

מוחמד האט אנפאנג גע'חלומ'ט אז די אידן וועלן זיך צושטעלן צו אים, דעריבער אין די ערשטע פרקים שרייבט ער שיין וועגן די אידן, און אנפאנג האט ער אפילו געהייסן דאווענען צו מזרח-ירושלים. אבער ווען ער האט געזעהן אז די אידן פון די דערפער ארום אינעם מדבר חייבער שטעלן זיך נישט צו צו אים, האט ער אויסגע'שחט'ן אלע מענער און באראבעוועט די פרויען. אזוי אויך האט ער צוגענומען די טאכטער פון איינע פון די ראשי הקהלה מיט'ן נאמען צפיה, און ער האט חתונה געהאט מיט איר. אזוי ווי ער האט געזעהן אז די אידן שטעלן זיך סיי ווי נישט צו אים האט ער געטוישט די וועג ווי זיי דאווענען, אנטשטאט קיין ירושלים האט ער דאס געטוישט קיין מעקא. אזוי אויך האט ער זיך גענומען צו די אידן זייער ווילד אינעם קוראן.

דאס ערשטע מאהל וואס ירושלים איז געווארן אן ארטיקל ביי די אראבער איז געווען אין יאר 680 ווען די מוסעלמענר זענען געווארן צוטיילט אין צוויי גרופעס- סוני און שיע. א שאד אריינצוגיין אין די גאנצע מלחמה זייערע וואו עס האט זיך פארגאסן בלוט ווי וואסער. נאר די וויכטיגע נקודה וועלכע איז אונז נוגע איז אזוי:

אין יענע תקופה האבן די שיע'ס געהאט קאנטראל איבער מעקא, און זיי האבן נישט ארויפגעלאזט די סוני'ס עולה רגל זיין אין ירושלים. די סוני'ס האבן זיך געפילט שרעקליך אויסגעשפיעלט און נישט געוויסט וואס צו טוהן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע געדאנק: אין פרק 17 פסוק 1 פארציילט די קוראן אז איין נאכט האט דער אייבערשטער גענומען זיין קנעכט (מוחמד) פונעם הייליגן קלויסטער צום ווייטערדיגע קלויסטער (אלמסגשאד אלאקצא) און אים געוויזן זיינע צייכענעס.

די מעשה גייט ארויף ווען מוחמד האט געהאט א גרופע שטיצער אינעם שטאט אלטא'אף וועלכע געפינט זיך צוויי טעג ווייטער פון מעקא, די וועג צו גיין פון מעקא צו אלטא'אף נעמט צוויי טעג, און ביינאכט פלעגן מוחמד שלאפן אין א שטאט אלגע'ראנה. די מוסעלמענער היסטאריקערס פארציילן אז די שטאט האט געהאט צוויי קלויסטערס, אלמאסגשאד אלאדנא- די נאנטע קלויסטער, און אלמאסדשאד אלאקצא- די ווייטערדיגע קלויסטער.

זענען געגאנגען די סוני'ס און אויפגעבויעט דעם אל אקצא (ירושלים הייסט אל קודס, נישט זיך פארמישן) קלויסטער אויפן הר הבית און געשריגן אלה אלקיך ישמעאל. טאקע דא אין ירושלים גייט ארויף דעם אלמאסגשאד אלאקצא, און זיי האבן ארויסגעגעבן אזא חיבור בימים ההם מיט הערליכע מעשיות און מאמרים פון מוחמד איבער ירושלים, און פערטיג. אזוי האבן זיי פארדינט צוויי זאכן, איינס: א גרינגער וועג ווי אזוי איבערצושרייבן היסטאריע. צווייט'ס, זיי זענען נישט אויסגעשפילט.

די סיבה פארוואס אלאקצא וואס מוחמד רעדט קען נישט זיין הר הבית איז צוליב צוויי סיבות: איינס, ארץ ישראל הייסט אינעם קוראן עדנה אל ארד- די נענטערע לאנד. ארץ ישראל האט געהייסן נאנט (אל ארד) און נישט ווייט (אל אקצא).

צווייטענס, ווי אזוי האט מוחמד גערעדט פונעם קלויסטער וועלכע איז נאך נישט געשטאנען בזמנו????

און טאקע נאר די סוני'ס האבן גענומען אויף זיך לחיי שעה אז ירושלים איז הייליג, און די שיע'ס האבן דאס זייער אוועקגעמאכט. דעריבער איז טאקע ביי די סוני'ס ירושלים די דריטע הייליגע פלאץ, אבער ביי די שיע'ס איז עס די פיפטע. (משא"כ ביי די אידן איז די הייליגע שטאט "נאר" ירושלים).

אין 750 ווען מ'האט שוין יא ארויפגעלאזט די שיע'ס אין מעקא, איז ירושלים צוריק געווארן פארנאכסעליגט. און פון דא און ווייטער איז עס נאר געגאנגען לויט די וועטער און גיסטע. אין 1016 איז אלאקצא געווען אזוי פארנעכלעסיגט אז די דאך איז איינגעפאלן! אין 1150 ווען צאלח א-דין האט געדארפט די אראבישע הילף צוריק איינצונעמען ארץ ישראל פון די קרייציגלער, איז ירושלים געווארן פלוצלינג צוריק הייליג. אבער אין 1229 האט אן אייניקל פון צאלח-א-דין איבערגעגעבן ירושלים פאר דעם קעניג פרידריך דער צווייטער פון דייטשלאנד (לויט געוויסע דעות איז די ניגון פון מעוז ציר- דחה אדמון בצל צלמון געזאגט געווארן אויף אים) כדאי אז דער פרידריך זאל אים העלפן זיך קריגן מיט זיין ברודער.

אזוי איז געווען פאר 700 יאר ווי ירושלים איז געווען זייער פארנאכלעסיגט, ארעמע מענטשן פון אלע זייטן, זייער ביליג געבויעט וכו' וכו'.

אין 1948 איז ירושלים אביסל צוריק ארויפגעקומען אויפן מאפע ווען ירדן האט איינגענומען דעם הר הבית, און עבדאללה האט זיך באקרוינט אלס קעניג פון ירושלים, אבער ער איז גאנץ ווייניג געווען דארט. ער האט גארנישט מקיע געווען אין ירושלים און עס איז געבליבן זייער א ארעמע און פארנאכלעסיגטע שטאט ביז 1967. קיין איין אראבישע פירער איז נישט געקומען פון יאר 48 ביז 67 קיין ירושלים אדער הר הבית.

נאך 1967 האט קעניג פייסל פון סודיע אראביע גערעדט ווי שטארק ער בענקט זיך און ער וויל קומען קיין ירושלים, אינטערעסאנט אז ווען עס איז געווען אינטער אראבישע האנט איז עס אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען. אפילו אין 1964 ווען אש"ף (די פאליסיטינער פארבאנד) האט געשריבן זייער מגילת העצמאות האבן זיי נישט דערמאנט קיין ווארט ירושלים!

און טאקע פון 1967 איז ירושלים און הר הבית געווארן הייליג און די שטאט דרייט זיך איבער וועגן דעם. אבער וועגן 1967 וויל איך נישט אריינגיין יעצט, נאר ווען איך וועל שרייבן דעם נושא פון מלחמת ששת הימים און אירע נאכפאלגן.

~~~~~~~~~~

סך הכל:

ירושלים און הר הבית ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם קוראן.

ירושלים און דער הר הבית ווערט הייליג און אויס הייליג לויט ווי די פאליטיק שפילט כרגע.

תמצית הדף:

די מלחמה צווישן די אידן און אראבער איז נישט א מלחמה צוליב טעראטאריע, נאר טעראטאריע צוליב א מלחמה.

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט. עס האט נאר מיט איין זאך: ווי לאנג די אידן וועלן געוועלטיגן אפילו אויף איין אינטש פון ארץ ישראל, אפילו אלס ראש העיר וועלן מוסילמענער פראבירן צו הרג'נען די אידן דארט. די אזוי געריפענע איבערקערניש וואס די וועלט וויל אז ירושלים זאל ווערן פארעכנט ווי א הייליגע שטאט פאר ביידע רעליגיעס איז לעכערליך, און ירושלים האט גארנישט מיט די מוסעלמענער. די ציונים האבן מסכים געווען צו וואס די יו. ען. האט מחליט געווען אין תש"ח, משא"כ די אראבער האבן קיינמאל נישט געקענט מסכים זיין דערצי. יעדער וואס וויל נאר טוהן א שלום אין מיטל מזרח נער'ט זיך אליינס אויס, עס וועט נישט קענען געשען, און עס קען נישט געשען.

~~~~~*******~~~~~

דאס איז חלק א'- דער חלק ווי אזוי די קוראן און מוחמד באציעט זיך צו ארץ ישראל און ירושלים. און דעם קומענדיגן חלק וועט זיין ווייטער איבער די היסטאריע איידער מיר רירן אן ממש מדינת ישראל. שנית, איך האב נאך וואס צוצולייגן (א מעשה פון דעם חבר פון מחומד ווען ער איז אנגעקומען קיין ירושלים און די אראבער זענען געווען אויפגערעגט אויף אים אז ער וויל הייליג מאכן ירושלים און אריינברענגען אידישע זאכן, און זיי האבן אים שיעור גע'הרג'ט, און נאך), די הוספות וועל איך אי"ה מפרסם זיין ביי די פיינעל ארטיקל ווען איך וועל צוזאמשטעלן אלע ארטיקלן.

כל הזכויות שמורות לממי_ שאמרו באייוועלט, ונא לא לפרסמו אלא בשמי.
איך האב געפינען אויף וויקיפדיה אט די פאלגענדע סטעיטמענט. אבער היות איך בין א איד און טאר נישט לערנען דעם קוראן (אלץ דין ספרים חיצוניים). קען איך דאך נישט וויסן צו דאס שטייט באמת אין קוראן אדער נישט, אויב יא איז עס א באמבע פאר די אראבער'ס. ווער קען מיר העלפן געוואויר ווערן אויב דאס שטייט באמת אין קוראן און ווי אין די קוראן עס שטייט?

the Qur'an specifies that the Land of Israel is the homeland of the Jewish people, that God Himself gave that Land to them as heritage and ordered them to live therein. It also announces that – before the end of time – the Jewish people will come from many different countries to retake possession of that heritage of theirs. Whoever denies this actually denies the Qur'an itself. If he is not a scholar, and in good faith believes what other people say about this issue, he is an ignorant Muslim. If, on the contrary, he is informed about what the Qur'an and openly opposes it, he ceases to be a Muslim
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

אנעים זמירות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:40 pm
farshlufen האט געשריבן:
[אויסער דעם איז דא א מימרא פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל אז עס וועט דארט קיינמאל קיין שלום נישט ווערן ווייל פון הימעל וועט מען נישט צולאזען. ונראים דבריו.]
א געהעריג מקור ביטע.

א דאנק.
געהערט פון מיין חברותא (א סאטמארע יוד וואס האט שוין עטליכע געהייראטע אייניקלעך).
די רבי האט דאך געזאגט אז זיי וועלן שלום מאכן מיט די אראבער און צוזאמען גיין און מלחמה קעגן מלך המשיח (דאס איז געדרוקט)
אז דו טוסט א טובה פאר א צווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:52 pm
אני-הק' האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:35 pm
געווען דא א חלק ב' אויך?
איך זעה נאר חלק א'

ווען גייט קומען ווייטער?......
ליידער איז @ממי_שאמרו שוין נישטא אונז מהנה צו זיין, אבער די חלק ב' האט ער יא געלאזט
וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"ב

דא איז פארהאן א מפתח אויף זיינע מאמרים viewtopic.php?p=4465291#p4465291
איך קען אים שוין נישט פרעגן א פראגע? ער איז נישטא אויפן אייוועלטל אדער אונזער וועלטל?
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

טוהן צו די זאך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:22 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:52 pm
אני-הק' האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:35 pm
געווען דא א חלק ב' אויך?
איך זעה נאר חלק א'

ווען גייט קומען ווייטער?......
ליידער איז @ממי_שאמרו שוין נישטא אונז מהנה צו זיין, אבער די חלק ב' האט ער יא געלאזט
וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"ב

דא איז פארהאן א מפתח אויף זיינע מאמרים viewtopic.php?p=4465291#p4465291
איך קען אים שוין נישט פרעגן א פראגע? ער איז נישטא אויפן אייוועלטל אדער אונזער וועלטל?
אייוועלטל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:54 pm
הקדמה:

איך וועל נאך אי"ה אריינגיין אין די היינטיגע מציאת הדברים, אבער כדי צו קענען פארשטיין וואס דא גייט פאר אין תשע"ג, דארפן מיר קודם פארשטיין וואס עס איז פארגעגאנגען אפאר הונדערט יאר פארדעם.

כ'וויל נישט אריינגיין אינעם חלק הלכה פון ציונות, וואס די סאטמאר'ע רבי בדורנו און אסאך פריעדיגע האבן דאס גע'אסר'ט בתכלית האיסור. איך וויל פשוט מסביר זיין דעם אמת איבער די אלע פאקטן וועלכע די עולם איז פשוט זייער נישט קלאר און צומאהל אפילו געפיטערט מיט שקרים. און נאך אמאל, אפילו לויט די פאקטן וועלכע איך גיי אראפברענגען דא ווערט נישט די סאטמארע רבי אפגעפרעגט לויט זיינע חסידים אדער גערעכט לויט זיינע מתנגדים. דעריבער וויל איך בעטן אז די עולם דא זאל זיך האלטן אין די ראמען און נישט פארקריכן פונעם נושא.

* * *

איידער איך גיי זיך באציען צו די פאליטישע חלק פון די אראבער, און איידער איך גיי אריינגיין צי עס איז בכלל געווען אזא פאלק ווי פאלעסטינער בעפאר תש"ח צי נישט, און איידער איך גיי אריין אין נאך אסאך נושאים, וויל איך פשוט מקדים זיין די רעליגיע חלק אינעם מחלוקה און מלחמה. ווי אזוי מוחמד און די קוראן האבן באטראכט ארץ ישראל, ירושלים, און הר הבית. ווען איז דער הר הבית הייליג געווארן פאר די אראבער און ביי וועלכע חלק פון אראבער, און אזוי ווייטער.

די חלק גייט נישט עוסק איבער די היסטאריע צווישן די מוסעלמענער און די אידן במשך די 1500 יאר, די חלק גייט נישט עוסק זיין איבער די פאליטישע חלק פון די פאלעסטינע טענה, נאר אינעם רעליגיע שטאנדפונקט, קוראן איבער טעראריזם, איבער די אנדערע נושאים (עס איז ארום 12 נושאים, וועלן דארפן נאכקומען עטליכע חלקים, ואתכם הסליחה. און אזוי אויך איז עס יעצט מער אין קורצן, אין די פיינעל ארטיקל וועט אי״ה אסאך מער דעטאלן צו קומען און לענגער באשריבן ווערן אי״ה.

ביאור:

איידער איך קען בכלל אריינגיין אין די נושא, דארף איך קודם מקדים זיין אביסל די היסטאריע פון מוחמד אונעם קוראן.
מוחמד איז געבוירן געווארן אין יאר 570 למספרם, זיין ערשטע נביאות (כלשונו) האט ער געזעהן (גע'דמיונ'ט) אין יאר 610 ווען ער האט געמאכט התבודדות אויפן בארג חירא'א נעבן מעקא. די מוסעלמענער גלייבן אז די קוראן איז אראפגעברענגט געווארן במשך 23 יאר אדורך אללה (דער אייבערשטער), אדורך זיין מלאך גשאבריעל (גבריאל) אינעם אראבישן שפראך. מוחמד האט געפייגערט אין יאר 632 למספרם.

די קוראן איז למעשה א צוזאמשטעל פונעם ברית החדשה און להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה. מוחמד האט גע'טענה'ט אז די תורות ביז איצט איז געזאגט געווארן פאר עטענישע גרופעס אבער נישט גלאבאל פאר יעדעם, משא"כ די קוראן איז דער סך הכל און דאס איז די מהדורה האחרונה וכוללת פונעם אייבערשטער'ס באפעל פאר יעדעם איינעם. און די מוסעלמענער גלייבן אז נח, אברהם, ישמעאל, דוד, משה, שלמה, להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה יושקע פאנדראק ותלמידו יוחנן פאלוס זענען אלע געווען מוסעלמענער און זיי זענען אלע געווען נביאים.

די פינעף יסודות פונעם קוראן זענען:

שהאדא- גלייבן אין אללה און נאר ער איז דער באשעפער.

צלאת- דאווענען 5 מאהל א טאג.

זכאת- צדקה פאר ארעמעלייט.

צאום- פאסטן ראמאדאן.

חאגש- עלייה לרגל איין מאהל אינעם לעבן קיין מעקא.

למעשה ווען מוחמד איז געקומען צום ערשטן מאהל צו זיינע שטאטסלייט צו צייגן דעם קוראן וועלכע ער האט נארוואס ערפינדען, האבן זיי אים אויסגעלאכט זאגענדיג אז עס איז "אסאטיר אלאוולין", דאס מיינט לעגענדעס פון די פאריגע. זיי האבן אים אויסגעלאכט ווייל למשל פרשת וישב מיט יוסף הצדיק שטייט ווארט ביי ווארט אינעם קוראן, אזוי אויך סיפור יציאת מצרים. חוץ פון עקידת יצחק ווערט אויפגעטוישט מיט ישמעאל. מוחמד האט געהאט א גוטע חבר א איד מיט'ן נאמען כא'עב. דער איד געקומען פון תימן און איז געווען זייער נאנט צו מוחמד און אים געהאלפן שרייבן דעם קוראן און ער איז געווען דער מקור פון אלע מדרשי חז"ל וועלכע איז געשטאנען אין קוראן.

מוחמד און אלע אראבער ביז היינט לעבן ביז היינט אינעם אבסעסיע אויפצווייזן אז זיי זענען נישט געקומען צוזאמען מיט אלע רעליגיעס און לעבן צוזאמען מיט זיי, נאר פשוט עוקר מן השורש זיין די אלע אנדערע רעליגעס (דין אלבאטל- די בטל געווארענע דין, צו דין אחלק- דעם אמת'ע דין-רעליגיע).

ביז דא וועגן מוחמד און זיין קוראן, יעצט לאמיר זיך נעמען צו ירושלים.

~~~~~~~~~~~~~

קודם כל, מ'דארף איינטיילן די דריי אין עטליכע חלקים. ארץ ישראל, ירושלים, הר הבית. לאמיר קודם זיך נעמען איבער ארץ ישראל.

ארץ ישראל איז אין די היסטאריע פון איסלאם קיינמאל נישט געווען הייליג, אפילו נישט אין די קרייצציגלער צייטן. ארץ ישראל ווערט אנגערופן אינעם קוראן סיריע. נאכמער, מוחמד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז ארץ ישראל זאל געהערן פאר אידן, נישט נאר דאס- ער האט גאר געהאלטן אז עס געהערט פאר די אידן מיט יושר. אינעם קוראן שטייט דריי מאהל אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן. אין סורה (פרק) ה' פסוק 20-21, ווי עס רעדט א שמועס פון משה רבינו מיט כלל ישראל שטייט אזוי:

משה האט געזאגט צו זיין פאלק, קינדער פון מיין פאלק, געדענקטס די חסד וואס דער אייבערשטער האט געטוהן מיט ענק, ווען ער האט אויפגעשטעלט פון ענק נביאים און ער האט ענק געמאכט פאר קעניגן. ער האט געגעבן טעכטער וואס ער האט נישט געגעבן פאר קיינעם פון די אנדערע פעלקער. קינדער פון מיין פאלק, גייטס אריין אינעם הייליג לאנד וואס דער אייבערשטער האט ענק באשריבן, און גייטס קיינמאל נישט אוועק פון דארט ווייל אויב יא קענען ענק ווערן פארלוירן.

אין סורה 7 פסוק 137 שטייט אזוי:

איך האב געמאכט ארבטיילן פאר די קינדער פון די וועלכע זענען געפייניגט געווארן (ער רעדט פון די אידן, א פסוק פארדעם שטייט וועגן שיעבוד מצריים) די מזרח און מערב זייט פונעם לאנד וואס איך האב געגעבן מיין ברכה אין דעם, און עס וועט מקיום ווערן מיינע רייד וואס איך האב געזאגט אויף די בני ישראל, דאס אלעס איז א שכר צוליב דעם וואס זיי זענען געשטאנען מיט א שטארקייט פאר מיר.

אין סורה 17 פסוק 103-104 שטייט אזוי:

(פרעה) האט געוואלט צוריקהאלטן פון זיי ארויסצוגיין פונעם לאנד, און איך האב אים איינגעזינקען מיט זיין פאלק אינאיינעם. נאכדעם האב איך געזאגט פאר די אידישע קינדער: גייטס צוריק צו ענקער לאנד און אזוי ווי עס מקיים ווערן די הבטחה פאר די שפעטערדיגע טעג (אחרית הימים) אז איך גיי ענק צוזאמנעמען פון וואו ענק זענען געווארן פארשפרייט.

זעהן מיר פון דעם קודם כל, אז מוחמד און די קוראן האבן געהאלטן אז ארץ ישראל געהערט צו די אידן און נאר צו זיי. מוחמד איז קיינמאל נישט געווען אין ארץ ישראל, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען ארץ ישראל.

נאר ווי אזוי איז געווארן ארץ ישראל הייליג ביי די מוסעלמענער?

ביי די אראבער איז דא אן הלכה פון וואקף, דאס מיינט אז א פיס ווי אן אראבער האט איינגענומען ווערט הייליג און עס בלייבט אזוי לעולם, און זיי דארפן עס באפרייען פון פרעמדע הענט. די זעלבע מיט שפאניע און געוויסע חלקים פון אפריקע. גארנישט מיט די לאנד פערזענדליך נאר מיט וואקף געזעץ. דאס מיינט אז די גאנצע קדושה איבער ארץ ישראל ביי די מוסעלמענער איז די זעלבע הייליג אין זייער אויגן ווי שפאניע. און אין זייער אויגן איז די זעלבע מצווה אויסצולייזן שפאניע ווי ארץ ישראל. און אזוי ווי אין יאר 720 האט אן אראבישן מנהיג איינגענומען ארץ ישראל און עס פארהייליגט פאר די מוסעלענער (וואקף), איז עס געווארן הייליג. ~~ א לאנד וועלכע ווערט וואקף, קען קיינמאל נישט ווערן צוריק אויס וואקף, עס איז א 1 WAY TICKET, נישט דא קיין בעקסיס. פארדעם יעדע לאנד ווי די מוסעלמענער האבן נאר געוועלטיגט סיי ווען אין די היסטאריע ליגט א חיוב אויף יעדע אראבער דאס צוריק אייננעמען און צוריקגעבן פאר איסלאם. און אן אראבער וועלכע גיבט אויף אפילו אויף איין סענטימעטער פון א שטח וואס א מוסעלמענער איז דינו בסייף, מ'דארף אים הרג'נען.

דעריבער, גאנץ ארץ ישראל איז וואקף וואס די אראבער דארפן צוריק, נישט קיין חילוק שכם צו תל אביב, בני ברק צו ראמאלא. און דאס איז די פראבלעם וואס די אראבער האבן מיט די אידן וועלכע זענען אין ארץ ישראל און זיי געוועלטיגן דארט, נישט צוליב ארץ ישראל איז הייליג אדער וואס, נאר צוליב חוק וואקף.

דעריבער קוקן אן די אראבער ה' אייר ווי א געוואלדיגע טעות וועלכע דארף מתוקן ווערן, און אין זייערע אויגן איז דאס נישט ווייניגער ווי א נסיון פונעם אייבערשטער פאר זיי צו זיי וועלן אויפגעבן צו נישט. און דעריבער קענען די אראבער קיינמאל נישט מאכן שלום מיט די ישראלים, ווייל זיי טארן נישט אויפגעבן קיין איין סענטימעטער פון א וואקף לאנד, און זיי קענען קיינמאל נישט אינטערשרייבן אז א אידישע מדינה האט בכלל א זכות קיום אין סיי וועלכע וועג.

די איינציגע וועג ווי אזוי מצרים און ירדן האבן יא געמעגט שלום מאכן און אונטערשרייבן מיט מדינת ישראל איז געבויעט אויף שלום חודייביע וועלכע מוחמד האט אונטערגעשריבן אין 628 מיט די כופרים פון מעקא. מוחמד האט דעמאלס געזעהן אז ער קען נישט געווינען די כופרים פון מעקא, האט ער אונטערגעשריבן מיט זיי אן הסכם פון א פייער אפשטעל (הודנא) אויף 10 יאר (עכ"ז האט ער דאס געבראכן נאך צוויי יאר ווייל דעמאלס ער האט שוין געקענט געווינען). דאס מיינט, אז זיי מעגן אונטערשרייבן א צייטווייליגע אפמאך ביז זיי ווערן צוריק שטארק און זיי קענען הרג'נען דעם שונא. אז מ'קוקט טאקע אריין אין די הסכם זעהט מען טאקע ווי עס שטייט דארט אז מיר מאכן שלום מיט ישראל אזוי ווי מוחמד האט שלום געמאכט די כופרים ביי הסכם חודייביע.

סך הכל:
ארץ ישראל לויט'ן קוראן געהערט פאר די אידן און נאר פאר זיי.

צוליב וואקף טאר'ן די מוסעלמענער נישט ערלויבן פאר די אידן צו געוועלטיגן דארט (אפילו אלס ראש העיר).

צוליב וואקף טאר'ן זיי קיינמאל נישט שלום מאכן אויף שטענדיג מיט די אידן.

~~~~~~~~~

ירושלים:

אין תנ"ך ווערט עטליכע הונדערט מאהל דערמאנט ירושלים. אידן האבן אלס געלעבט מיט ירושלים. לשנה הבאה בירושלים. אם אשכחך ירושלים און אזוי ווייטער. נישט דא קיין אידישע שמחה, צוזאמקום וואס מ'דערמאנט נישט מינימום איינמאהל ירושלים. שוין צוויי טויזענט יאר וואס די אידן בעטן זיך ולירושלים עירך ברחמים תשוב. וואס עס איז אינטערעסאנט אז אינעם קוראן ווערט נישט דערמאנט ירושלים אפילו נישט איינמאל!!!

גוט געליינט!! קיין איין מאהל ווערט נישט ירושלים דערמאנט אינעם קוראן. עס איז קיינמאל נישט געווען הייליג ביי זיי, עס האט זיי קיינמאל נישט אינטערעסירט נאר ווען עס איז זיי אויסגעקומען אזוי צוליב פאליטישע חשבונות.

עס איז אמאל געווען ווען פייסל חוסיני (דער אראבישן שר איבער ירושלים אינעם אראבישן פארלאמענט) האט געהאט א דעבאטע מיט משה פייגלין (א רעכטע פרומע עקסטערעמיסט און היינט א חבר כנסת).

פייגלין: דו ווייסט אז מיר האבן ביידע עפעס שטארק די זעלבע?

חוסייני: וואס???

פייגלין: מיר ביידע גלייבן שטארק אינעם באשעפער משא"כ די פרייע עולם דא. דו גלייבסט אינעם באשעפער, יא?

חוסייני: יא, מיר ביידע גלייבן שטארק אין אללה.

פייגלין: יעצט גיב א קוק מר. חוסייני (און ער נעמט ארויס א תנך פון זיין טאש), דאס איז די תנ"ך- מיין הייליגסטע ספר וואס איך האב נאר.

חוסייני: קוקט אים מיט אפאר הינער אויגן פארשטייט נישט וואס ער וויל פון זיין לעבן האבן.

פייגלין: דא אינעם תנ"ך שטייט ירושלים איבער 800 מאהל, אדרבה הייב אן צו ציילן. (אןם ער האט אראפגעלייגט דעם תנ"ך אויפן טיש, און חוסייני האט געמיינט אז ער איז שוין פערטיג. אבער דא נעמט ארויס פייגלין א קוראן). מר. חוסייני! איך האלט דא דיין הייליגסטע ספר, יא?

חוסייני: (צומישט אינגאנצן) יא!

פייגלין: קענסטו ביטע טרעפן איין מאהל דאס ווארט ירושלים ,ציון וכו' אין די גאנצע קוראן? פרעג איך דיר? פאר וועם געהערט ירושלים? פאר דער וואס גלייבן אין די ספר אדער אין ספר????

מוחמד האט אנפאנג גע'חלומ'ט אז די אידן וועלן זיך צושטעלן צו אים, דעריבער אין די ערשטע פרקים שרייבט ער שיין וועגן די אידן, און אנפאנג האט ער אפילו געהייסן דאווענען צו מזרח-ירושלים. אבער ווען ער האט געזעהן אז די אידן פון די דערפער ארום אינעם מדבר חייבער שטעלן זיך נישט צו צו אים, האט ער אויסגע'שחט'ן אלע מענער און באראבעוועט די פרויען. אזוי אויך האט ער צוגענומען די טאכטער פון איינע פון די ראשי הקהלה מיט'ן נאמען צפיה, און ער האט חתונה געהאט מיט איר. אזוי ווי ער האט געזעהן אז די אידן שטעלן זיך סיי ווי נישט צו אים האט ער געטוישט די וועג ווי זיי דאווענען, אנטשטאט קיין ירושלים האט ער דאס געטוישט קיין מעקא. אזוי אויך האט ער זיך גענומען צו די אידן זייער ווילד אינעם קוראן.

דאס ערשטע מאהל וואס ירושלים איז געווארן אן ארטיקל ביי די אראבער איז געווען אין יאר 680 ווען די מוסעלמענר זענען געווארן צוטיילט אין צוויי גרופעס- סוני און שיע. א שאד אריינצוגיין אין די גאנצע מלחמה זייערע וואו עס האט זיך פארגאסן בלוט ווי וואסער. נאר די וויכטיגע נקודה וועלכע איז אונז נוגע איז אזוי:

אין יענע תקופה האבן די שיע'ס געהאט קאנטראל איבער מעקא, און זיי האבן נישט ארויפגעלאזט די סוני'ס עולה רגל זיין אין ירושלים. די סוני'ס האבן זיך געפילט שרעקליך אויסגעשפיעלט און נישט געוויסט וואס צו טוהן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע געדאנק: אין פרק 17 פסוק 1 פארציילט די קוראן אז איין נאכט האט דער אייבערשטער גענומען זיין קנעכט (מוחמד) פונעם הייליגן קלויסטער צום ווייטערדיגע קלויסטער (אלמסגשאד אלאקצא) און אים געוויזן זיינע צייכענעס.

די מעשה גייט ארויף ווען מוחמד האט געהאט א גרופע שטיצער אינעם שטאט אלטא'אף וועלכע געפינט זיך צוויי טעג ווייטער פון מעקא, די וועג צו גיין פון מעקא צו אלטא'אף נעמט צוויי טעג, און ביינאכט פלעגן מוחמד שלאפן אין א שטאט אלגע'ראנה. די מוסעלמענער היסטאריקערס פארציילן אז די שטאט האט געהאט צוויי קלויסטערס, אלמאסגשאד אלאדנא- די נאנטע קלויסטער, און אלמאסדשאד אלאקצא- די ווייטערדיגע קלויסטער.

זענען געגאנגען די סוני'ס און אויפגעבויעט דעם אל אקצא (ירושלים הייסט אל קודס, נישט זיך פארמישן) קלויסטער אויפן הר הבית און געשריגן אלה אלקיך ישמעאל. טאקע דא אין ירושלים גייט ארויף דעם אלמאסגשאד אלאקצא, און זיי האבן ארויסגעגעבן אזא חיבור בימים ההם מיט הערליכע מעשיות און מאמרים פון מוחמד איבער ירושלים, און פערטיג. אזוי האבן זיי פארדינט צוויי זאכן, איינס: א גרינגער וועג ווי אזוי איבערצושרייבן היסטאריע. צווייט'ס, זיי זענען נישט אויסגעשפילט.

די סיבה פארוואס אלאקצא וואס מוחמד רעדט קען נישט זיין הר הבית איז צוליב צוויי סיבות: איינס, ארץ ישראל הייסט אינעם קוראן עדנה אל ארד- די נענטערע לאנד. ארץ ישראל האט געהייסן נאנט (אל ארד) און נישט ווייט (אל אקצא).

צווייטענס, ווי אזוי האט מוחמד גערעדט פונעם קלויסטער וועלכע איז נאך נישט געשטאנען בזמנו????

און טאקע נאר די סוני'ס האבן גענומען אויף זיך לחיי שעה אז ירושלים איז הייליג, און די שיע'ס האבן דאס זייער אוועקגעמאכט. דעריבער איז טאקע ביי די סוני'ס ירושלים די דריטע הייליגע פלאץ, אבער ביי די שיע'ס איז עס די פיפטע. (משא"כ ביי די אידן איז די הייליגע שטאט "נאר" ירושלים).

אין 750 ווען מ'האט שוין יא ארויפגעלאזט די שיע'ס אין מעקא, איז ירושלים צוריק געווארן פארנאכסעליגט. און פון דא און ווייטער איז עס נאר געגאנגען לויט די וועטער און גיסטע. אין 1016 איז אלאקצא געווען אזוי פארנעכלעסיגט אז די דאך איז איינגעפאלן! אין 1150 ווען צאלח א-דין האט געדארפט די אראבישע הילף צוריק איינצונעמען ארץ ישראל פון די קרייציגלער, איז ירושלים געווארן פלוצלינג צוריק הייליג. אבער אין 1229 האט אן אייניקל פון צאלח-א-דין איבערגעגעבן ירושלים פאר דעם קעניג פרידריך דער צווייטער פון דייטשלאנד (לויט געוויסע דעות איז די ניגון פון מעוז ציר- דחה אדמון בצל צלמון געזאגט געווארן אויף אים) כדאי אז דער פרידריך זאל אים העלפן זיך קריגן מיט זיין ברודער.

אזוי איז געווען פאר 700 יאר ווי ירושלים איז געווען זייער פארנאכלעסיגט, ארעמע מענטשן פון אלע זייטן, זייער ביליג געבויעט וכו' וכו'.

אין 1948 איז ירושלים אביסל צוריק ארויפגעקומען אויפן מאפע ווען ירדן האט איינגענומען דעם הר הבית, און עבדאללה האט זיך באקרוינט אלס קעניג פון ירושלים, אבער ער איז גאנץ ווייניג געווען דארט. ער האט גארנישט מקיע געווען אין ירושלים און עס איז געבליבן זייער א ארעמע און פארנאכלעסיגטע שטאט ביז 1967. קיין איין אראבישע פירער איז נישט געקומען פון יאר 48 ביז 67 קיין ירושלים אדער הר הבית.

נאך 1967 האט קעניג פייסל פון סודיע אראביע גערעדט ווי שטארק ער בענקט זיך און ער וויל קומען קיין ירושלים, אינטערעסאנט אז ווען עס איז געווען אינטער אראבישע האנט איז עס אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען. אפילו אין 1964 ווען אש"ף (די פאליסיטינער פארבאנד) האט געשריבן זייער מגילת העצמאות האבן זיי נישט דערמאנט קיין ווארט ירושלים!

און טאקע פון 1967 איז ירושלים און הר הבית געווארן הייליג און די שטאט דרייט זיך איבער וועגן דעם. אבער וועגן 1967 וויל איך נישט אריינגיין יעצט, נאר ווען איך וועל שרייבן דעם נושא פון מלחמת ששת הימים און אירע נאכפאלגן.

~~~~~~~~~~

סך הכל:

ירושלים און הר הבית ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם קוראן.

ירושלים און דער הר הבית ווערט הייליג און אויס הייליג לויט ווי די פאליטיק שפילט כרגע.

תמצית הדף:

די מלחמה צווישן די אידן און אראבער איז נישט א מלחמה צוליב טעראטאריע, נאר טעראטאריע צוליב א מלחמה.

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט. עס האט נאר מיט איין זאך: ווי לאנג די אידן וועלן געוועלטיגן אפילו אויף איין אינטש פון ארץ ישראל, אפילו אלס ראש העיר וועלן מוסילמענער פראבירן צו הרג'נען די אידן דארט. די אזוי געריפענע איבערקערניש וואס די וועלט וויל אז ירושלים זאל ווערן פארעכנט ווי א הייליגע שטאט פאר ביידע רעליגיעס איז לעכערליך, און ירושלים האט גארנישט מיט די מוסעלמענער. די ציונים האבן מסכים געווען צו וואס די יו. ען. האט מחליט געווען אין תש"ח, משא"כ די אראבער האבן קיינמאל נישט געקענט מסכים זיין דערצי. יעדער וואס וויל נאר טוהן א שלום אין מיטל מזרח נער'ט זיך אליינס אויס, עס וועט נישט קענען געשען, און עס קען נישט געשען.

~~~~~*******~~~~~

דאס איז חלק א'- דער חלק ווי אזוי די קוראן און מוחמד באציעט זיך צו ארץ ישראל און ירושלים. און דעם קומענדיגן חלק וועט זיין ווייטער איבער די היסטאריע איידער מיר רירן אן ממש מדינת ישראל. שנית, איך האב נאך וואס צוצולייגן (א מעשה פון דעם חבר פון מחומד ווען ער איז אנגעקומען קיין ירושלים און די אראבער זענען געווען אויפגערעגט אויף אים אז ער וויל הייליג מאכן ירושלים און אריינברענגען אידישע זאכן, און זיי האבן אים שיעור גע'הרג'ט, און נאך), די הוספות וועל איך אי"ה מפרסם זיין ביי די פיינעל ארטיקל ווען איך וועל צוזאמשטעלן אלע ארטיקלן.

כל הזכויות שמורות לממי_ שאמרו באייוועלט, ונא לא לפרסמו אלא בשמי.
איך ווייסט נישט אויב דאס קומט אריין אין די אשכול (ווי יא?) ער שרייבט דא א נקודה וואס איך זוך שוין א שטיק צייט ווער איז געווען דער "מוחאמאד'ס גוטע חבר א איד מיט'ן נאמען כא'עב" מה טובו און וואס איז די מקור אז דער כא'עב האט עס געמאכט. און צו איז עס אויך אנגענומען אזוי ביי די מוסלומענער?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:46 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:54 pm

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט.
די ציטירטע פאראגראף איז אין סתירה צו פילע תורות פון האדמור מסאטמאר זי"ע
א.
בנוגע ציונות האט דעם רבי ז"ל האט געבאדערט איין זאך, און טאקע נאר איין זאך: עס איז א מרידה במלכות שמים און א חילול השם (חילול השם איז עכט טייטש, ווען א איד פירט זיך אויף קעגן די הלכה).

לו יצוייר די "גאנצע" וועלט וואלט ווען מסכים געווען אז מד"י זאל זיך אויפשטעלן, און אלע אראבער וואלטן געשטאנען מיט סאלאם עלייכום פענדלעך. וואלט די מדינה נאך אלס געווען טרייף און אסור.
לו יצוייר אז די גאנצע מדינה ווערט געפירט דורך אידן מיט לאנגע בערד און צושטויבעלטע פאות, וואלט די מדינה נאך אלס געווען טרייף און אסור.
לו יצוייר אז די מדינה פירט נישט קיין איין מלחמה, וואלט נאך אלס די גאנצע מדינה געווען טרייף און אסור.

די רבי האט געבאדערט און וויי געטוהן עד דכדוכה של נפש (און מברר געווען אין ויואל משה) דעם עצם קיום המדינה.

ב. בנוגע די מלחמות וואס גייט דארט פאר, האט די רבי ז"ל ארויסגעברענגט עטליכע נקודות:
1 - ליבי ליבי על חלליהם (די באקאנטע טייטש) אז עס באדערט איינס אז א איד ווערט רח"ל גע'הרג'ט. והשנית "פארוואס" איז ער געהרגט געווארן.
2 - עס איז אסור צו שיקן אידן אין מלחמה אן א סנהדרין און הסכמה מאת הבורא יתברך שמו.
3 - מען האנדעלט מיט נפשות מישראל צוליב חשבונות. לדוגמה, אויב קען מען באפרייען אלע משכונות אבער מ'דארף צוריק געבן ארעסטירטע טעראריסטן אדער א שטח. איך פארשטיי אז די געפיל שרייט א הילעכיגע ניין. אבער וואס זאגט די הלכה אין אזא פאל???
4 - למען השם, משטייט שוין היינט צוטאגס כמעט 80 יאר פונעם קום המדינה, איינער האט עפעס א פלאן אויף ווייטער חוץ פון א וויילד סייקל פון רציחות רח"ל?

אבער די געדאנק פון צוריק געבן א געוויסע שטח פאר די אראבער, דאס וועט ברענגען שלום אויף אלעם און אלע פראבלעמען וועט אוועקפאלן. דאס האט די רבי "נישט" געזאגט. פונקט פארקערט, די רבי האט געהאלטן אז קיין שלום וועט "נישט" זיין ביז משיח וועט קומען בקרוב בימינו.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 2:52 pm

זאגסט גוט

אבער ער האט יא געהאלטן אז די ציוניסטישע פעולות זענען גורם אראבישע פעולות
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואס האלטן די אראבער איבער ארץ ישראל? ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אפגעגאלט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 2:56 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 2:52 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:46 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 3:54 pm

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט.
די ציטירטע פאראגראף איז אין סתירה צו פילע תורות פון האדמור מסאטמאר זי"ע
א.
בנוגע ציונות האט דעם רבי ז"ל האט געבאדערט איין זאך, און טאקע נאר איין זאך: עס איז א מרידה במלכות שמים און א חילול השם (חילול השם איז עכט טייטש, ווען א איד פירט זיך אויף קעגן די הלכה).

לו יצוייר די "גאנצע" וועלט וואלט ווען מסכים געווען אז מד"י זאל זיך אויפשטעלן, און אלע אראבער וואלטן געשטאנען מיט סאלאם עלייכום פענדלעך. וואלט די מדינה נאך אלס געווען טרייף און אסור.
לו יצוייר אז די גאנצע מדינה ווערט געפירט דורך אידן מיט לאנגע בערד און צושטויבעלטע פאות, וואלט די מדינה נאך אלס געווען טרייף און אסור.
לו יצוייר אז די מדינה פירט נישט קיין איין מלחמה, וואלט נאך אלס די גאנצע מדינה געווען טרייף און אסור.

די רבי האט געבאדערט און וויי געטוהן עד דכדוכה של נפש (און מברר געווען אין ויואל משה) דעם עצם קיום המדינה.

ב. בנוגע די מלחמות וואס גייט דארט פאר, האט די רבי ז"ל ארויסגעברענגט עטליכע נקודות:
1 - ליבי ליבי על חלליהם (די באקאנטע טייטש) אז עס באדערט איינס אז א איד ווערט רח"ל גע'הרג'ט. והשנית "פארוואס" איז ער געהרגט געווארן.
2 - עס איז אסור צו שיקן אידן אין מלחמה אן א סנהדרין און הסכמה מאת הבורא יתברך שמו.
3 - מען האנדעלט מיט נפשות מישראל צוליב חשבונות. לדוגמה, אויב קען מען באפרייען אלע משכונות אבער מ'דארף צוריק געבן ארעסטירטע טעראריסטן אדער א שטח. איך פארשטיי אז די געפיל שרייט א הילעכיגע ניין. אבער וואס זאגט די הלכה אין אזא פאל???
4 - למען השם, משטייט שוין היינט צוטאגס כמעט 80 יאר פונעם קום המדינה, איינער האט עפעס א פלאן אויף ווייטער חוץ פון א וויילד סייקל פון רציחות רח"ל?

אבער די געדאנק פון צוריק געבן א געוויסע שטח פאר די אראבער, דאס וועט ברענגען שלום אויף אלעם און אלע פראבלעמען וועט אוועקפאלן. דאס האט די רבי "נישט" געזאגט. פונקט פארקערט, די רבי האט געהאלטן אז קיין שלום וועט "נישט" זיין ביז משיח וועט קומען בקרוב בימינו.
זאגסט גוט

אבער ער האט יא געהאלטן אז די ציוניסטישע פעולות זענען גורם אראבישע פעולות
איר האט נאכגעברענגט איין חלק פונעם תגובה, און פארפאסט דעם עיקר פאנטשליין. די רבי ז”ל וואלט 100% מסכים געווען דערצו:

די מלחמה פון תש"ח, אלע טעראר אטאקעס שפעטער, מלחמת ששת הימים, מלחמת ההתשה, מלחמת יום הכיפורים, מבצע שלום הגליל, מלחמת לבנון השניה און נאך און נאך, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי די ישראלים פירן זיך אויף צו די אראבער, האט נישט קיין שייכות ווי אזוי מ'שיסט צוריק אדער מ'האלט זיך איין פון שיסן, האט נישט קיין שייכות צו מ'גיבט יא שטחים פאר די אראבער צו נישט, האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט. עס האט נאר מיט איין זאך: ווי לאנג די אידן וועלן געוועלטיגן אפילו אויף איין אינטש פון ארץ ישראל, אפילו אלס ראש העיר וועלן מוסילמענער פראבירן צו הרג'נען די אידן דארט.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”