נאפאליען | הערליכע לענגערע באשרייבונג (אויך...) פאר קינדער

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

נאפאליען | הערליכע לענגערע באשרייבונג (אויך...) פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

צום ערשטן מאל עפן איך אן אשכול דא אויף איי וועלט דאכט זיך
נאכן אזויפיל זיך אנזעטיגן דא איז געקומען די צייט אביסל צוריקצוגעבן.
איך לייג דא אריין א לענגערע פארזעצונג איבער נאפאליען וואס איך האב געשריבן פאר קינדער מיט עטליכע יאר צוריק.
איך האב עס אריינגעלייגט כמו שהוא, נאך מיט די אין קורצן פון פריער'ס...
איך לייג עס יעצט ארויף אז מען זאל עס קענען ארויספרינטן פאר זיך און פאר די קינדער צו ליינען אום יום טוב.


אין די קומענדיגע חדשים וועלן מיר דא צוזאמען פארברענגען צווישן די בלעטער פון אונזער הערליכע אויסגאבע. צוזאמען וועלן מיר צוריקגיין צו א געשיכטע וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק, און מיר וועלן זיך באקענען מיט די מענטשן פון יענע צייטן, די העלדן וואס האבן דעמאלטס געלעבט, די צדיקים פון יענע דור, און אויך מיט דער בארימטער קעניג "נאפאליען", דער קייזער פון פריינקרייך, וואס האט מלחמה געהאלטן און איינגענומען פילע לענדער, און געפירט די באוואוסטע מלחמה מיט רוסלאנד, אין וואס פילע צדיקים האבן זיך אריינגעמישט, און צום סוף געליטן זיין מיאוס'ן מפלה, ווען ער איז כמעט געפאנגען געווארן דורך די רוסן, און אין די לעצטע מינוט האט אים א איד געראטעוועט פון טויט.

אבער איידער מיר וועלן אנהייבן רעדן פון די מלחמה אליינס, מוזן מיר קודם נעמען א פארגרעסערונג גלאז און באטראכטן דעם קעניג נאפאליען. מיר דארפן זיך נענטער באקענען מיט אים ווער ער איז געווען.

נאפאליען איז ווי געזאגט געווען דער קעניג פון פריינקרייך, ער איז געווען א נידריגע מענטש, און האט געהאט אסאך משוגעת'ן. פארשער וואס האבן פארשריבן זיין היסטאריע שרייבן אז ער האט געליטן פון א ביטערע גייסטישע קרענק וואס מען רופט מאנא דעפרעסיע, דאס מאכט אז איין מינוט זאל דער מענטש זיין מורא'דיג אויפגעלעבט און די קומענדיגע מינוט זאל ער ווערן דעפרעסט און מרה שחורה. די קרענק האט נאפאליען געהאט, און דערפאר פלעגט ער ארויסגעבן מאדנע באפעלן.

עס זענען באקאנט זייער אסאך ווערטער וואס נאפאליען האט געזאגט. צדיקים פלעגן אפילו נאכזאגן ווערטער פון אים, ווייל זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אפלערנען פון אים. לאמיר זיך באקענען מיט אפאר פון די ווערטער און אזוי ארום זיך באקענען וואספארא סארט מענטש ער איז געווען.

איינמאל אינמיטן נאכט איז ער געווען זייער דארשטעריג, און די איינציגסטע עצה איז געווען אויפצושטיין און גיין צום ברונען און שעפן וואסער. אבער ער האט געטראכט אז א קעניג דארף זיך קענען איינהאלטן און זיך נישט נאכגעבן זיינע תאוות. אבער נאכדעם האט ער געטראכט, אז עס קען זיין אז ער איז פשוט פויל אויפצושטיין פון בעט, און ער רעדט זיך איין אז ער וויל זיך נישט נאכגעבן די תאוות. האט ער זיך אויפגעשטעלט פון בעט, געגאנגען צום ברונען, ארויסגעשעפט וואסער, און עס 'נישט' געטרונקען, און דערנאך האט ער זיך צוריקגעלייגט דארשטעריג אין בעט. א השגה פון א גוי.

ער פלעגט אויך שלאפן זייער ווייניג, זאגנדיג אז ווען ער שלאפט איז ער נישט קעניג. צדיקים פלעגן פילמאל נוצן דאס ווארט אויף א חתן וואס איז דומה למלך, אז ער זאל זען נישט צו פארשלאפן זיין מלוכה.

ער איז אויך געווען באוואוסט מיט זיינע שארפע טיפע ווערטער. ווי ער האט אמאל געזאגט פאר זיין גענעראל. עס איז געווען ווען נאפאליען האט עפעס געוואלט אראפנעמען פון א הויכע פלאץ, אבער ווייל ער איז געווען נידריג האט ער עס נישט געקענט דערגרייכן. דער גענעראל וואס איז געווען הויך און שלאנק האט עס אראפ גענומען פאר'ן קעניג, און ער האט זיך דערוואגט זיך צו געבן א שמייכל אונטער, אז ער איז אסאך העכער פונעם קעניג.

רופט זיך נאפאליען אן: "דו בוסט נישט הויך, דו בוסט לאנג..! איך בין הויך!" מיינענדיג צו זאגן אז הויכקייט האט נישט צו טון ווילאנג דער מענטש איז, וויפיל פוס ער איז, דאס אזי נאר די לענג פון דער מענטש, די הויכקייט ווענדט זיך וואס דער מענטש איז אינעווייניג, צי ער איז א נידריגע גאסן קערער, דעמאלטס מעג ער זיין אכט פוס הויך, ער איז אבער נידריג, אדער ער איז א קעניג, דעמאלטס קען ער זיין פיר פוס, און ער איז זייער הויך.

אמאל ווען זיין באדינער האט אים צוגעקנעפלט זיין מאנטל האט ער זיך אנגערופן צו אים, קינדער הערט'ס גוט: "קנעפל מיך צו 'שטאט', כ'יאג זיך!" ער האט געמיינט צו זאגן, אז ווען מען יאגט זיך זייער שטארק מאכט מען אייביג שנעל צו די קנעפלעך, און אייביג פאררוקט זיך עס און מען דארף עס צוריק עפענען און איבערמאכן, אמת? וועגן דעם האט ער אים געזאגט, קנעפל מיך צו שטאט, און מאך נישט קיין טעותים, ווייל איך יאג זיך...

נאפאליען איז אויך געווען דער וואס האט געוואלט מאכן זיין לאנד זאל זיין א פרייע לאנד, אז יעדער זאל קענען טון וואס ער וויל, אזוי ווי דא אין אמעריקא. ווייל אמאל אין די לענדער וואו עס זענען געווען קעניגן האט א מענטש זיך נישט דערוואגט צו זאגן א ווארט און נאכדערצו טון עפעס וואס איז נישט געפעלן פאר'ן קעניג. אויב א מענטש האט זיך יא דערוואגט צו טון עפעס וואס איז נשיט געווען ווי דער קעניג האט געוואלט, האט עס אים געווענליך געקאסט זיין קאפ, מען האט אים גע'הרג'ט אן קיין משפט, אויסער אויב דער קעניג איז פונקט געווען אין גאר אן אויפגעלעבטע שטימונג. א קעניג איז געווען כמעט ווי אן אפגאט, מען האט זיך געבוקט פאר אים, און יעדע ווארט וואס ער האט געזאגט איז געווען א באפעל, און דער וואס האט עס נישט פונקטליך געפאלגט, האבן מיר שוין פריער געשריבן וואס עס האט פאסירט.

אין רוב לענדער האבן אידן נישט געקענט וואוינען פרייערהייט, נאר זיי זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער די גוים. עס ווענדט זיך וועלכע פאלק, די מוסלמענער האבן זיך געפירט לויט'ן קוראן, זייער געזעץ בוך וואו עס שטייט אז אידן מעגן וואוינען אין זייערע לענדער אבער זיי מוזן זיין צווייטע קלאס בירגער, און צאלן א קאפ אפצאל, א שטייער פאר די גוים. אין די שטארק קריסטליכע לענדער, וואס דאס זענען געווען די 'פרומע' פאנאטישע גוים, פלעגט מען פייניגן די אידן און ארויסגעגעבן גזירות קעגן די אידישע 'כופרים' די וואס וואס לייקענען אין יאשקע ימ"ש. אין שפאניע און אין אנדערע לענדער האט מען אפילו געצווינגען די אידן זיך צו שמד'ן, תשובה צו טון און אננעמען די אמת'ע 'רחמנות'דיגע' קריסטליכע גלויבונג. און ווען די אידן האבן ווי פארשטענדליך אפגעזאגט זיך צו חלילה צו שמד'ן איז די קריסטליכע רחמנות פלוצלינג פארשווינדן געווארן און זיי ארויסגעגעבן א גירוש, זיי האבן פארטריבן די צענדליגע טויזנטע אידן וואס האבן געוואוינט אין שפאניע. נאר די וואס האבן זיך גע'שמד'ט האבן געמעגט בלייבן וואוינען אין שפאניע. זייער אסאך אידן האבן זיך גע'שמד'ט נאר לפנים, דאס הייסט אז נאר פון אינדרויסן זענען זיי געווען גוים אבער אינדערהיים, טיף אין זייערע קעלערן האבן זיי ווייטער געהיט אידישקייט. די אידן האט מען גערופן מאראנען. און די שפאניער האבן האבן אויפגעשטעלט פאר דעם די טרויעריג בארימטע אינקוויזציע וואס האט זיך אפגעגעבן מיט'ן אויפדעקן די מאראנען וואס האבן געהיט אידישקייט אין באהעלטעניש, און ווען מען האט זיי געכאפט האט מען זיי גענומען אין די אינוויזיציע קעלערן וואו מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע פיינונגען אז זיי זאלן ארויסגעבן ווער נאך עס היט אידישקייט. און דערנאך האט מען גענומען די מאראנען און זיי פארברענט לעבעדיגערהייט על קידוש ה'.

אויך אין די לענדער וואס זענען געפירט געווארן דורך די פראטעסטאנטן, וואס זענען געווען מער פרייע גוים, נישט אזוי פאנאטיש, אויך דארט האבן אידן נישט געלעקט קיין האניג. אידן זענען אייביג געווען ווייניגער ווי די גוים. די אידן האבן אסאך מאל געדארפט טראגן לאטע'ס, צו ווייזן אז זיי זענען אידן און מען זאל שטיין ווייט פון זיי. אין אסאך עפענטליכע ערטער האבן אידן נישט געמעגט אריינגיין. עס פלעגן שטיין אסאך טאוולען "אריינגאנג פאר אידן און הונט איז פארבאטן", ווייל די גוים האבן פאררעכנט די אידן ווי א נארישע פאלק. מען פלעגט איבעראל אפלאכן פון די אידן, מען פלעגט מאלן קארוקאטורן (מאדנע בילדער) פון די אידן, ווי די אידן האבן לאנגע נעזער, און זיי בא'גנב'ענען די גוים, און כסדר זענען געווען פרישע בלבולים אויף די אידן, און די אידן האבן כסדר געדארפט לויפן שתדל'ן ביי די קעניגן און צאלן ריזיגע סומע'ס אויסלייז געלט אז מען זאל זיי נישט אויס'הרגענען. אין פילע שטעט זענען פארגעקומען אפטע פאגראמען, ווען די פויערן האבן זיך צעלאזט און געקומען מיט העק און שאוולעך און געראבעוועט און געפינדערט די אידישע זאכן, און קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר די אידן.

בלוט בלבולים איז א זאך וואס יעדע יונגל האט שוין געהערט. אבער היינט ווען מען הערט עס טראכט מען אז עס איז א זאך וואס איז פארגעקומען פאר אפאר הונדערט יאר צוריק. קיינער דערשרעקט זיך נישט פון די ווארט "בלוט בלבול". אבער אמאל אין די אייראפע ווען עס איז געקומען פאר פסח און מען האט געהערט דאס ווארט בלוט בלבול האבן זיך די קישקעס איבער געדרייט. מען האט געציטערט ווער עס וועט זיין די קומענדיגע קרבן ציבור. צענדליגע פאגראמען זענען פארגעקומען נאך אזעלכע בלוט בלבולים. אסאך מאל נאכדעם וואס מען האט באגראבן דאס טויטע קינד, און דער גלח האט געענדיגט אנהעצן די פויערן, האט איין פויער זיך ארויסגעלאזט אין וועג שרייענדיג "טויט פאר די זשידן" און נאך אים זענען געגאנגען די אלע בלוט דארשטיגע פויערן, און האבן דורכגעפירט א ווילדע פאגראם וואס האט געווענליך איבערגעלאזט צענדליגע אידישע טויטע רח"ל.

אויך ווען עס זענען יא געווען רואיגע צייטן זענען געווען לענדער, ווי למשל אין איטאליע, וואו אידן האבן געדארפט וואוינען פארשטופט אין א געטא. באנאכט האט מען נישט געטארט זיין אינדרויסן פון געטא, נאר דער טויער איז געווארן פארשפארט. די אידן האבן אויך נישט געטארט האבן קיין פעלדער. און זיי האבן נישט געהאט פון וואו זיך צו שפייזן. אידן זענען געווען זייער ארים. קיין געלט האבן זיי נישט געהאט, אבער ווען עס איז געקומען צו צאלן שטייערן, אוי, דעמאלטס זענען זיי געווען די וואס האבן געמוזט צאלן די מערסטע פון אלעמען.

אויך די רוחניות'דיגע חלק איז געווען זייער שווער. ווי למשל, דער בית המדרש האט נישט געטארט זיין העכער און שענער פון די קירכע להבדיל, אויב יא האט מען געמוזט צעווארפן דעם בית המדרש. ווייל די קירכע דארף זיין די העכסטע געביידע אין שטאט.

אויסער דעם וואס מיר האבן געשריבן ביז אהער, זענען כסדר ארויסגעקומען פרישע גזירות אויף די אידן, דוקא זיי אונטערצודריקן און צו דערנידערן.

בקיצור, די מצב פון די אידן איז געווען זייער נישט גלאנציג.

און פארוואס דערצייל איך ענק דאס אלעס? וואס האט עס צו טון מיט נאפאליען און מיט זיין מלחמה?

ווייל נאפאליען איז געווען דער וואס האט עס געוואלט אפשטעלן.

ער איז דער וואס איז אויפגעקומען מיט די זאך אז עס זאל זיין פרייהייט פון רעליגיע. יעדער זאל קענען טון וואס ער וויל. יעדער איז גלייך, צי ער איז א איד צי א גוי. צי א קריסט, א מוסלמענער, אדער א פראטעסטאנט, אדער גאר א ציגיינער. יעדער איז גלייך און יעדער איז בארעכטיגט צו טון וואס ער וויל.

די אידן האבן זיך מורא'דיג געפרייט מיט דעם. אבער נישט אלע גדולי ישראל. זייער אסאך צדיקים האבן געהאלטן אז דאס וועט ברענגען א חורבן אויף כלל ישראל!

ניין, איך האב זיך נישט טועה געווען. כאטש ער האט געוואלט טון אזא גוטע זאך, אויסלייזן די אידן אז זיי זאלן מער נישט דארפן מיטמאכן אזוי סאך. אבער דאך האבן די צדיקים גע'טענה'ט אז דוקא אזוי ווייל מען פיניגט די אידן, ווייל מען לאזט נישט די אידן זיין גלייך מיט די גוים, דוקא אזוי האלט זיך אידישקייט. איי, מען הרג'עט זיי דאך? גערעכט, אבער ווייל מען לאזט זיי נישט זיין גלייך צו די גוים, האלטן זיך די אידן אפגעזונדערט, און זיי ווערן נישט אסימילירט (דאס מיינט, אויסגעמישט מיט די גוים). אפילו די אידן וואס זענען נישט ערליך קענען נישט לעבן צוזאמען מיט די גוים און זיך נישט חבר'ן מיט זיי, און אזוי בלייבט מען ערליך. און מען קען זאגן אז די צדיקים זענען געווען גערעכט, ווי מען האט געזען ווי טויזנטע אידן זענען אנגעקומען קיין אמעריקע וואו זיי האבן געקענט טון וואס זיי האבן געוואלט, און זיי זענען ליידער אפגעפארן, און געווארן אויסגעמישט צווישן די גוים, ביז זייערע אייניקלעך און אור אייניקלעך זענען שוין ליידער כשר'ע גוים.

אבער פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאלטן אז עס איז שוין גענוג מיט די אלע צרות, און די אידן קענען מער נישט ליידן, די ישועה מוז שוין קומען.

ווי געזאגט פריער האט נאפאליען געפירט פילע מלחמות, און ער האט אלע געווינען, איינעמענדיג א האלבע וועלט, אזוי אז אלע לענדער האבן געציטערט פון אים, ביז עס איז אנגעקומען די 'מלחמה', די בארימטע מלחמה מיט רוסלאנד וואס ער האט מיאוס פארלוירן און געליטן א ביטערע מפלה, אזוי ווייט אז ער איז געשטארבן איינער אליין אויף א פארשטופטע אינזל. אבער ביז דארט איז נאך געווען א לאנגע וועג.

אין די קומענדיגע פרקים וועלן מיר ליינען ווי ס'איז פארגעקומען מלחמה אויפ'ן ערד, צווישן די לענדער פראנקרייך און רוסלאנד, און אויך איבער די הימלישע מלחמה וואס די צדיקים פון יענע דור האבן געפירט. טייל צדיקים זענען געווען אויף די זייט פון רוסלאנד, און אנדערע זענען געווען אויף די זייט פון פראנקרייך.

א לאנגע צייט האט די מלחמה געדויערט, צענדליגע צי הונדערטע טויזענטע סאלדאטן האבן פארלוירן זייער לעבן אין א מלחמה, וואס איז געפירט געווארן, נאר ווייל דער קראנקער קעניג, וועלכע האט געליטן אויף א גייסטישע קרענק, ווי אויבן געשריבן, האט אפגעמאכט אז 'ער' און נאר ער דארף זיין דער הערשער איבער רוסלאנד.

אומצאליגע מעשה'לעך זענען פארהאנען ווי צדיקים האבן געטון הימלישע פעולות צו העלפן איינע פון די זייטן געווינען די מלחמה, איינע פון די צדיקים האט אפילו אריינגעשיקט א שפיאן אין נאפאליען'ס פאלאץ, אז ער זאל שפיאנירן פאר רוסלאנד. ביז איין טאג ווען נאפאליען איז צוגעקומען צו אים, און אים געזאגט אין פנים אריין: "דו בוסט א שפיאן!"

אבער דאס וועלן מיר מוזן איבערלאזן פאר קומענדיגע חודש אי"ה



עס איז שוין א פרישע חודש און מיר האבן שוין נאך א געלעגנהייט צו פארברענגען צוזאמען איבער די בלעטער פון אונזער אויסגאבע

פאריגע חודש האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי א מעשה מיט א איד וואס האט זיך געדרייט ביי נאפאליען אין פאלאץ ביז איין טאג איז נאפאליען צוגעקומען צו אים און אים געזאגט אין פנים אריין "דו ביסט א שפיאן!", געשריבן האב איך אז מיר וועלן ליינען די מעשה שוין דעם חודש. אבער מיר דארפן נאך כאפן א לאנגע רייזע ביז מיר קענען אנקומען אהין צו די מעשה.

פארוואס בכלל האט נאפאליען געפירט די מלחמה מיט רוסלאנד, וואס האט אים עס אויסגעפעלט?

דערפאר לאמיר זיך אביסל באקענען מיט א בלעטל היסטאריע, און איך בין זיכער אז עס וועט אייך זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וואס עס האט זיך אפגעשפילט צווישן די צוויי מעכטיגע לענדער איידער זיי זענען געגאנגען אין מלחמה איינער קעגן דעם צווייטן.

ביז אין יאר תק"ע (______ יאר צוריק) האבן רוסלאנד און פראנקרייך זיך געלעבט זייער גוט. אין רוסלאנד האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט 'אלעקסענדער דער גרויסער' און ער האט זיך געלעבט זייער גוט מיטן יונגען פראנצויזישן קייסער נאפאליען וועמען מיר קענען שוין זייער גוט. זיי האבן אפילו געשלאסן א בונד צוזאמען אין שטאט טילזיט, א שטאט וואס איז מער באקאנט מיט איר אנדערן נאמען 'קעניגסבורג'. די טילזיט בונד איז געשלאסן געווארן צווישן רוסלאנד און פראנקרייך אקעגן זייער 'שונא' ענגלאנד.

אז מיר שרייבן וועגן א בונד צווישן צוויי לענדער דארפן מיר זיך אפשטעלן און געבן צו פארשטיין וואס איז דאס א בונד און פארוואס האט מען דאס געמאכט. אין די אמאליגע יארן איז עס געווען א נארמאלע זאך אז עס זאל זיך פארשמעקן פאר א קעניג אז ער דארף נאך א שטיק לאנד, נאך אפאר שטעט, און מען איז געגאנגען אין מלחמה. דער שטאט קעגן וועמען מען האט מלחמה געהאלטן האט זיך צוריקגעשלאגן וויפיל זיי האבן געקענט, און דער וואס איז געווען שטערקער, האט ווי פארשטייט זיך געוואונען, ביז... עס איז געקומען א צווייטע לאנד און עס פון זיי אוועקגעכאפט.

דערפאר ווען עס זענען געווען אפאר לענדער וואס האבן מורא געהאט אז מען וועט קומען מלחמה האלטן קעגן זיי האבן זיי געשלאסן א בונד איינער מיט'ן צווייטן. און דער בונד איז געווען אז אויב איינער קומט מלחמה האלטן מיט דיר וועלן אונז דיר קומען העלפן מיט אונזער מיליטער, און דאס זעלבע פארקערט וועט די אנדערע לאנד קומען העלפן מיט איר מיליטער.

די מעשה איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ווען ענגלאנד האט געשלאסן א בונד מיט טשעכעסלאוואקיע אז אויב איינער וועט גיין אין מלמה מיט איר וועט זי זיך אננעמען. למעשה האט היטלער איינגענומען טשעכעסלאוואקיע און ענגלאנד איז געווארן אריינגעמישט אין די מלחמה. ווען דייטשלאנד האט אטאקירט ענגלאנד, האט ענגלאנד נישט געהאט קיין ברירה און האט געמוזט רופן אמעריקא, מיט וועמען זי האט געהאט א בונד, אז אמעריקא זאל זיך אריינמישן. דייטשלאנד האט געהאט א בונד מיט יאפאן און מיט איטאליע. און ווען אמעריקא האט געזאגט אז זיי גייען אין מלחמה מיט דייטשלאנד צו העלפן ענגלאנד, האט יאפאן געהאלפן דייטשלאנד און אטאקירט די אמעריקאנער און פוירל הארבער, וואס דאס איז אן אינזל נעבען יאפאן וואו אמעריקא האט געהאט א ריזיגע ארמיי באזע, און אזוי איז די קליינע מלחמה פון דייטשלאנד מיט טשעכעסלאוואקיע געווארן די צווייטע 'וועלט מלחמה', וואו צענדליגע מיליאנע מענטשן זענען געשטארבן.

מיר זענען פארפארן, לאמיר זיך צוריק קערן צו אונזער מעשה. רוסלאנד און פראנקרייך האבן געמאכט א בונד צווישן זיך קעגן ענגלאנד, און א טייל פון די בונד איז געווען אז מען טאר נישט האנדלען מיט ענגלאנד און אזוי וועט ענגלאנד צעביסלעך אונטערגיין.

וואס איז אבער געשען, דער רוסישער קייסער איז אנגעקומען צוריק אהיים און ער האט דארט אויסגעפונען אז רוסלאנד וועט נישט קענען ווייטער אנגיין אויב זיי וועלן נישט האנדלען מיט ענגלאנד. וואס האט ער געטון, האט ער טאקע ארויסגעגעבן די געזעץ אז מען מעג נישט האנדלען מיט ענגלאנד, אבער אונטערן נישט איז אלעס אנגעגאנגען ווי געהעריג, מען האט ווייטער געהאנדלט מיט ענגלאנד ווי גארנישט וואלט געווען.

און דאס איז נישט געפאלן פאר נאפאליען און ער האט אפגעמאכט אז ער וועט לערנען בלק פאר דעם רוסישן קייסער אלעקסענדער דער גרויסער. פראנקרייך האט אנגעהויבן זיך צו צו גרייטן צו א גרויסע מלחמה מיט רוסלאנד. נאפאליען האט געפלאנט אריינצומארשירן אין רוסלאנד, ביז קיין מאסקווא, וואס דאס איז די הויפטשטאט פון רוסלאנד, און דארט צווינגען דעם רוסישן קייסער אז ער זאל איינהאלטן זיין טייל פון די בונד און אויפהערן האנדלן מיט ענגלאנד.

דער גרויסער אלעקסאנדער איז נישט געשלאפן, נאר ער האט זיך אויך אנגעהויבן צו גרייטן צו א ריזיגע קאמף מיט פראנקרייך. אויך די רוסישע בירגער האבן זיך אנגעהויבן גרייטן. עס קומט א מלחמה.

ווי מיר האבן שוין געשריבן זענען געווען פארשידענע צדיקים וואס האבן געהאלטן מיט נאפאליען, און אנדערע וואס האבן געהאלטן מיט רוסלאנד.

עטליכע יאר פארדעם האט נאפאליען, אין איינע פון זיינע פילע מלחמות, איינגענומען פוילן, און ער האט דארט אויפגעשטעלט א נייע רעגיורונג, און ער האט דארט אויך איינגעפירט פרייהייט פאר די אידן. דערפאר האבן די רבנים פון פוילן ענדערש געוואלט אז נאפאליען זאל געווינען, ווייל ער וועט זיין גוט פאר אידן. די רוסישע אידן האבן אבער אנדערש געהאלטן. אין שפיץ פון זיי איז געווען דער הייליגער בעל התניא רבי שניאור זלמן מליאדי זצ"ל, ער האט געהאלטן אז נאפאליען איז דער שטן אליינס, וואס ווי מיר האבן געשריבן אינעם פריערדיגן פרק, וועט ער ברענגען גוטס און פרייהייט פאר די אידן, אבער די רוחניות וועט וועדן אסאך אסאך שוואכער, ווייל די פרייהייט וועט ברענגען אז די אידן זאלן נאכלאזן פון היטן די תורה און מצות

לויט עדות'ן פון יענע צייטן איז דער בעל התניא געשטאנען א גאנצע טאג און מתפלל געווען אז נאפאליען זאל האבן א מפלה. דער בעל התניא האט אויך געשאפן פארבינדונגען מיט די רוסישע גענעראלן, און ארויסגעהאלפן מיט וואס ער האט נאר געקענט.

אזוי אויך האט דער בעל התניא, מיט נאך אנדערע צדיקים, באפוילן פאר אלע אידישע עסן - סוחרים וואס האבן געוואוינט אין די שטעט נעבן די גרעניץ, אז זיי זאלן בשום אופן נישט פארקויפן קיים עסן פאר די פראנצויזישע מיליטער.

מען דארף פריער וויסן וואס די אידישע מצב איז געווען אין יענע יארן, צו פארשטיין וואס דער בעל התניא האט דא אפגעטון.

אין יענע יארן איז געווען א גזירה אז די אידן מעגן נאר וואוינען אין די שטעט נעבן די גרעניץ. און וויבאלד די אידן האבן נישט געטארט האבן קיין פעלדער, פלעגן זיי זיין סוחרים. זייער אסאך אידן פלעגן האנלן מיט עסן, אזוי אז רוב עסן–סוחרים זענען געווען די אידן. און ווען נאפאליענ'ס סאלדאטן זענען אנגעקומען פאר'ן גרעניץ און געוואלט קויפן עסן צו שפייזן די הונגעריגע סאלדאטן, האבן די אידן זיי נישט געוואלט פארקויפן קיין עסן. זיי האבן זיך געהאלטן געטריי צו זייער רבי'ס באפעל, כאטש וואס זיי האבן דערלייגט וועגן דעם אסאך געלט. די פראנצויזישע מיליטער האט געוואלט צאלן ריזיגע סומעס געלט און אזוי ארום איבעררעדן די אידישע סוחרים אז זיי זאלן פארקויפן עסן, אבער די אידן האבן בשום אופן נישט געוואלט.

נאפאליען האט געהערט דערוועגן אז די אידן ווילן נישט פארקויפן קיין עסן פאר זיין מיליטער און זיינע סאלדאטן הונגערן. ער האט אויך געהערט אז שולדיג דערין איז נישט קיין צווייטער נאר דער בעל התניא אליינס. האט ער ארויסגעגעבן קעגן אים א באפעל אז ווער עס וועט אים טרעפן זאל אים הרג'ענען.

דער בעל התניא האט געהערט פונדעם און ער איז אנטלאפן פון זיין היימשטאט ליאדי, באגלייט מיט רוסישע סאלדאטן וואס האבן אים געהיטן. אינמיטן וועג, ווען יעדער איז שוין געווען אויף די וועגענער, האט ער געבעטן פון די סאלדאטן אז מען זאל אים צושטעלן א שנעלע פערד ווייל ער דארף צוריק פארן קיין ליאדי, ער דארף נאך דארט עפעס טון. מען האט אים נאכגעגעבן, און אין די צייט וואס זיין פאמיליע איז ווייטער געפארן קיין ראסטאוו האט דער בעל התניא געריטן אויפ'ן פערד אין באגלייטונג פון עטליכע סאלדאטן צוריק קיין ליאדי. ער איז צוגעגאנגען צו זיין הויז, עס נאך איינמאל איבערגעבליקט צי עס איז גארנישט איבערגעבליבן דארט. ער האט געטראפן א פאר שטעק-שוך און ער האט עס גלייך פארברענט. דערנאך האט ער געהייסן פאר זיינע חסידים אז זיי זאלן פארברענען די הויז, און ערשט דאן האט ער זיך צוריק ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ליאדי.

דאנערשטאג, י"ז סיון אין יאר תקע"ב איז נאפאליען מיט זיין מיליטער אריבער דעם טייך דיניעפער און האט אריינמארשירט קיין רוסלאנד, ווען דער ערשטער ציל איז קיין ליאדי, נקמה צו נעמען אינעם בעל התניא. ווען נאפאליען איז אריין אין שטאט האט נאך דער בעל התניא'ס פארברענטן הויז גערייכערט. נאפאליען האט באפוילן פאר זיינע סאלדאטן אז זיי זאלן זוכן עפעס א חפץ וואס איז איבערגעבליבן פונעם בעל התניא, זיי האבן אבער נישט געטראפן. מען דערציילט אז נאפאליען האט זיך נאך געדרייט אין ליאדי א שטיק צייט און פראבירט צו טרעפן עפעס א חפץ פונעם בעל התניא, אבער עס איז אים נישט געגאנגען. גארנישט איז נישט געבליבן. ערשט דאן האט ער געזאגט, "די מלחמה וועל איך שוין נישט געווינען".

פארקערט זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאלטן אז נאפאליען זאל יא געווינען. די צדיקים זענען בעיקר געווען דער הייליגער רבי מענדל פון רימנוב, און מיט אים האבן אזוי געהאלטן אויך דער הייליגער חוזה פון לובלין, און דער הייליגער קאזשניצער מגיד. רבי מענדל רימנובער האט געטון אסאך הימלישע זאכן אז נאפאליען זאל געווינען, ווייל ער האט געהאלטן אז די מלמה פון נאפאליען מיט רוסלאנד וועט זיין די מלחמה פון גוג ומגוג, אז מלחמה וואס דארף פארקומען און ערשט נאכדעם קען משיח קומען, און ער האט מתפלל געווען אז נאפאליען זאל טאקע געווינען. די וואס באשרייבן נאפאליענ'ס לעבן זאגן עדות אז נאפאליען האט דערציילט אז ווען ער איז געגאנגען אין מלחמה האט ער אייביג געזען פאר זיך א געשטאלט פון א איד, מיט א רויטן פנים. ווי באוואוסט האט רבי מענדל רימנובער געהאט א רויטן פנים. און טאקע אין זיין לעצטע מלחמה, די מלחמה מיט רוסלאנד האט ער שוין נישט געזען דען איד מיט'ן רויטן פנים.

די לענדער האבן זיך געגרייט צום מלחמה, זיי האבן זיך שוין געשארפט די שווערדן, אבער די מלחמה האט זיך צוליב עפעס א סיבה געהאלטן אין איין אפשטופן, ביז עס איז פארגעקומען די פאלגענדע מעשה, וואס ווי דער הייליגער מונקאטשער רב שרייבט האט די מעשה'לע געמאכט אז די מלחמה זאל פלוצלינג אויסברעכן פון איין טאג אויפ'ן אנדערן.

רבי מענדל רומניב'ער איז געזיצן און געפירט טיש, און ער האט געזאגט תורה אויף די ווערטער "הדק היטב" וואס מען זאגט ביי די קטורת. האט ער געטייטשט עס זאל זיין 'הדק', וואס טייטשט צעמאלן, עס זאל נישט זיין יעצט גוט פאר אידן, עס זאל זיין א מלחמה, און דערנאך וועט זיין 'היטב' וואס טייטשט זייער גוט, אז יעצט זאל זיין די מלחמה און נאכדעם וועט זיין זייער גוט פאר די אידן ווייל משיח וועט קומען. איז אבער געזיצן ביים טיש דער הייליגער ראפשיצער רב און ער האט געהאלטן מיט רוסלאנד האט ער זיך אנגערופן, "אפשר זאל זיין 'היטיב הדק'?!" מיינענדיג צו זאגן אז עס איז ענדערש אז יעצט זאל זיין גוט פאר די אידן, און עס זאל נישט זיין קיין מלחמה. אבער רבי מענדל האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן. און טאקע באלד נאך די 'תורה' וואס רבי מענדל רומניבער האט געזאגט, האט אויסגעבראכן די מלחמה.

און דער מונקאטשער רב שרייבט אז רבי מענדל רומניבער האט עס אויסגע'פועל'ט נאר מיט די תורה וואס ער האט געזאגט.

די מלחמה האט זיך שוין אנגעפאנגען, און נאפאליען איז נישט פון די גענעראלן וואס לאזן די סאלדאטן זיך שלאגן און בלייבט אינדערהיים. ניין, ער גייט מיט אין שלאכטפעלד, און אזוי האט זיך נאפאליען געטראפן נעבן די שטעטעלע לעלוב, און ער הערט אז אין לעלוב וואוינט א אידישע צדיק וואס זעט אלעס און קען אים זאגן אויך וואס עס וועט זיין. דער צדיק איז געווען דער הייליגער רבי דוד לעלובער.

נאפאליען האט זיך אנגעטון פשוט'ע קליידער אויף זיינע קענגיליכע קליידער און איז אריבער צום הויז פון רבי דוד לעלובער. ווען ער איז דארט געווען האט ער זיך אנטפלעקט פאר אים ווער ער איז אמת'דיג. און ער האט אים געבעטן אז ער זאל אים זאגן צי ער וועט געווינען די מלחמה מיט רוסלאנד.

האט אים רבי דוד לעלובער געזאגט: "איך קען דיר נישט ענטפערן, ביז דו זאגסט מיר צו אז דו וועסט מיר גארנישט טון".

נאפאליען האט צוגעזאגט. ער איז געווען נייגעריג.

האט אים רבי דוד לעלובער געזאגט: "דו וועסט נישט געווינען די מלחמה, און נישט נאר די מלחמה וועסטו פארלירן, נאר דא וועט זיך אנפאנגען דיין מפלה און דו וועסט פארלירן דיין קעניגרייך."

נאפאליען איז געווארן זייער אויפגערעגט און ער האט אים געזאגט: "אויב דאס וואס דו זאגסט וועט זיין אמת, דאן וועל איך דיר גארנישט טון, אבער וויסן זאלסטו אויב איך וועל יא געווינען די מלחמה, דאן וועט דיין סוף זיין ביטער!"

איי ער האט אים צוגעזאגט? אזא פנים טראגט א גוי.

און ווי מיר וועלן שפעטער זען האט ער זיך גארנישט טועה געווען, יעדעס ווארט איז געווען ריכטיג.

אין די צייט וואס די רוסישע מיליטער איז באשטאנען נאר פון רוסן, איז דער פראנצויזישע ארמיי געווען א צוזאמשטעל פון פילע לענדער וואס זענען געווען אונטער זיין הערשאפט. עס זענען געווען דייטשע, שווייצע, איטאליענישע סאלדאטן, און פארשטייט זיך די פראנצויזישע מיליטער.

די ערשטע קאמף צווישן די צוויי מיליטערן איז פארגעקומען אין שטאט סמאלנסיק. דריי טעג האבן געדויערט די קאמפן, און דארט האבן די רוסן געליטן איין מפלה נאכ'ן צווייטן. די פראנצויזישע מיליטער האט געצווינגען די רוסן זיך צוריקצוציען. דער רוסישער קייסער אלעקסענדער דער גרויסער איז נישט געווען צופרידן דערפון און האט באזייטיגט דעם רוסישן הויפט גענעראל, גענעראל קאטאזאב וואס איז שוין געווען דריי און זיבעציג יאר אלט, און איז שוין נישט געווען ביי די כוחות, און פון דאן און ווייטער האט זיך דער קייסער בכבודו ובעצמו געשטעלט אין שפיץ פון די רוסישע מיליטער.

די פראנצויזישע מיליטער האט באזיגט איין קאמף נאך די אנדערן, און די רוסישע מיליטער האט זיך ארומגעזען אז זיי האבן צו ווייניג סאלדאטן, זיי האבן געהאט 'נאר' פיר הונדערט טויזנט סאלדאטן, פון ערגעץ וואו דארף מען שאפן נאך סאלדאטן. וואס טוט מען?

וויבאלד עס איז שוין אריבער א היבש צייט פון די פריערדיגע פארזעצונג, ברענגען מיר דא אראפ נאכאמאל די לעצטע עטליכע שטיקלעך פונעם פארזעצונג:

אין די צייט וואס די רוסישע מיליטער איז באשטאנען נאר פון רוסן, איז דער פראנצויזישע ארמיי געווען א צוזאמשטעל פון פילע לענדער וואס זענען געווען אונטער זיין הערשאפט. עס זענען געווען דייטשע, שווייצע, איטאליענישע סאלדאטן, און פארשטייט זיך די פראנצויזישע מיליטער.

די ערשטע קאמף צווישן די צוויי מיליטערן איז פארגעקומען אין שטאט סמאלנסיק. דריי טעג האבן געדויערט די קאמפן, און דארט האבן די רוסן געליטן איין מפלה נאכ'ן צווייטן. די פראנצויזישע מיליטער האט געצווינגען די רוסן זיך צוריקצוציען. דער רוסישער קייסער אלעקסענדער דער גרויסער איז נישט געווען צופרידן דערפון און האט באזייטיגט דעם רוסישן הויפט גענעראל, גענעראל קאטאזאב וואס איז שוין געווען דריי און זיבעציג יאר אלט, און איז שוין נישט געווען ביי די כוחות, און פון דאן און ווייטער האט זיך דער קייסער בכבודו ובעצמו געשטעלט אין שפיץ פון די רוסישע מיליטער.

די פראנצויזישע מיליטער האט באזיגט איין קאמף נאך די אנדערן, און די רוסישע מיליטער האט זיך ארומגעזען אז זיי האבן צו ווייניג סאלדאטן, זיי האבן געהאט 'נאר' פיר הונדערט טויזנט סאלדאטן, פון ערגעץ וואו דארף מען שאפן נאך סאלדאטן. וואס טוט מען?

און יעצט לאמיר גיין ווייטער:

רוסלאנד האט באוויזן צו מאכן שלום מיט די דערנעבנדיגע לאנד שוועדן און מיט די טערקישע אימפעריע, און אזוי האט רוסלאנד געקענט אוועקנעמען די סאלדאטן וואס זענען געשטאנען און געהיטן ביים גרעניץ אין פאל איינע פון די צוויי לענדער ווילן קומען מלחמה האלטן זאלן זיי קענען גיין אין קאמף מיט זיי, אבער יעצט אז מען האט געמאכט שלום האט עס שוין נישט אויסגעפעלט, און מען האט געקענט אוועקנעמען די סאלדאטן פון דארט און זיי ברענגען מלחמה האלטן קעגן נאפאליען, אזוי זענען צוגעקומען צו די רוסישע מיליטער נאך הונדערט טויזענט סאלדאטן. רוסלאנד האט זיך נאך אנגעשטרענגט צו פארגרעסערן זייער ארמיי, אזוי אז די רוסישע מיליטער איז געוואקסן צו 920,000 (ניין הונדערט און צוואנציג טויזענט!) סאלדאטן. א גרוטיסע טייל פון די סאלדאטן זענען געווען נארישע פויערן וואס האבן זיך קיינמאל נישט געלערנט וויאזוי צו גיין אין מלחמה, און איך וואלט אפילו געזאגט אז זיי האבן נישט געוואוסט פון וועלכע זייט מען האלט א ביקס. אויסערדעם זענען צוגעקומען נאך פינף און זיבעציג טויזענט קאזאקן. די קאזאקן זענען א פאלק וואס וואוינען אין רוסלאנד און האבן זיך זייער אייגענע לעבנס-שטייגער, זיי זענען געווענליך ווילדע אומגעלערנטע מענטשן, און דערצו אויך נישט קיין קליינע גנבים, אבער דאס איז שוין פאר א באזונדערע שמועס.

דער פארברייטערטע רוסישע ארמיי האט זיך פארפעסטיגט אין שטאט בארדינא. גאנץ שנעל איז די פראנצויזישע ארמיי אויך אנגעקומען אהין. דער רוסישער קייסער אלעקסאנדער האט געהייסן זיין גענעראל אז די מיליטער זאל ווייטער קעמפן און נישט אויפגעבן, און אזוי האבן זיך די צוויי ארמייען אנגעהויבן צו גרייטן פאר די גרעסטע קאמף.

די אמת איז אז ביזן היינטיגן טאג, איז די שלאכט נאכאלץ באוואוסט אלץ די גרעסטע און שווערסטע שלאכט אין די היסטאריע.

זיך צו קענען צוריקקערן עטליכע הונדערט יאר צוריק און פארשטיין וואס עס איז פארגעקומען ביי די גרעסטע קאמף אין די היסטאריע וועלן מיר זיך מוזן באקענען מיט'ן מוזעאום וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין רוסלאנד. די גאנצע מוזעאום איז נאר וועגן די מלחמה צווישן רוסלאנד און פראנקרייך. ווען מען דרייט זיך ארום אינעם מוזעאום שפירט מען ווי מען איז ממש דארט, ווי מען שטייט אין די זייט און מען האלט מיט די שלאכטן.

פאר די אויגן זעט מען די שווערדן הייבן זיך און קנאקן אריין איינע אין די אנדערע. מען הערט די גערודער ווי די הונדערטע טויזענטע סאלדאטן, בעסער געזאגט, מיליאנע סאלדאטן שרייען, די פערדן ברומען, די קאנאנען שיסן, די קוילן פליען. אזש ס'איז א שרעק נאר צו זען.

ווען מען קומט אריין אין די מוזעאם גלייבט זיך נישט אז עס איז שוין פארלאפן באלד צוויי הונדערט יאר פון יענע שלאכט. ווי א באזוכער וואס האט באזוכט דעם מוזעאום דערציילט: "מיר זענען געשטאנען אויפ'ן צווייטע שטאק פונעם מוזעאום און פאר אונזערע אויגן איז געווען אויסגעשפרייט א ריזיגע בילד. וואס מיינט ריזיג? בערך פערציג פיס הויך, און לאנג צוויי הונדערט און פופציג פוס! (נאר צו האבן אן אהנונג ווי לאנג עס איז, ציילטס אפ די טייל'ס פון ענקער קלאס, און נאכדעם דאפעלטס עס, ביז עטס קומטס אן צו צוויי הונדערט און פופציג פוס...) אויפ'ן בילד איז אויסגעמאלן די גאנצע שלאכט פעלד, וויאזוי עס האט דעמאלטס אויסגעקוקט, אבער ממש לעבעדיג. איך האב זיך געפילט ווי איך שטיי דארט אינדערזייט און איך האלט אלעס מיט. פון מיין רעכטע זייט איז נאך געקומען רויעך פון א טאפ, וואו איינע פון די סאלדאטן האט זיך געקאכט עפעס, זייענדיג אויסגעהונגערט, און איז דערנאך צוגעלאפן צום שלאכט פעלד, פון מיין לינקע זייט קומט פאר אן עמערדזשינסי מיטונג צווישע די גענעראלן. איך וויל זיך כמעט צובייגן הערן וואס זיי רעדן צווישן זיך. פון ארום הערן זיך קולות פון די שלאכט, די פערד ברומען, די קאנאנען שיסן, באפעלן אויף רוסיש און פראנצויזיש הערן זיך פון אלע זייטן. איך האב געפילט ווי איך שטיי דארט. ארום מיר זענען געווען נאך טוריסטן וואס האבן געפילט פונקט ווי מיר, זיי זענען אלע געשטאנען אזוי מיט אן אפענע מויל און מיטגעלעבט די קריג".

דער באזוכער דערציילט ווייטער: "פארגעס נישט", זאגט מיר אלעקס, מיין באגלייטער, "אז אסאך פון די רוסישע סאלדאטן וואס האבן געקעמפט ביי די מיליטער זענען געווען קאנטאניסטן. די קאנטאניסטן זענען געווען צענדליגע טויזענטע קליינע קינדער וואס דער רשע, דער רוסישער צאר ניקאליי, האט אוועקגעכאפט פון זייערע טאטע'ס און מאמע'ס און מען האט זיי גענומען אין מיליטער, מען האט זיי געפייניגט אז זיי זאלן זיך שמד'ן, די קאנטאניסטן האט מען שוין אוועקגענומען פונדערהיים ווען זיי זענען געווען אכט ניין יאר אלט, און שוין ביי די פופצן האט מען זיי אריינגענומען אין די מיליטער, וואו זיי האבן געדארפט דינען אין מיליטער פאר דאנצע פינף און צוואנציג יאר. ערשט ווען זיי זענען געווארן פערציג יאר האט מען זיי אהיימגעלאזט, און זיי האבן באקומען א פעטע פענסיע פון די מיליטער. אבער זיי האבן געדארפט אנהייבן זייער לעבן פון אנהייב. די אידישע משפחות פלעגן טון וואס זיי האבן געקענט מען זאל נישט אוועקנעמען זייערע קינדער, פאר טייל מענטשן איז עס געלונגען, און ליידער פאר א גרויסע טייל איז עס נישט געלונגען און מען האט גענומען די קינדער אין מיליטער.

די מוזעאום איז אויפגעשטעלט געווארן פאר עטליכע יאר צוריק. די רוסישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א 'ביד' ווער עס קען נאכמאכן די גרויסע היסטארישע שלאכט. (א 'ביד', וואס איז דאס? איר וואונדערט זיך זיכער, לאמיר עס געבן צו פארשטיין: ווען א רעגירונג אדער א גרויסע קאמפאני וויל דורכפירן אן ארבעט, און עס איז דא זייער אסאך מענטשן וואס ווילן אננעמען צו טון די ארבעט, למשל ווען די רעגירונג וויל בויען א נייע בריק, און עס איז דא זייער אסאך קאמפאני'ס וואס ווילן בויען די בריק און פארדינען אסאך געלט דערפון. וואס טוט מען? יעדער איינער שיקט אריין אין א פארמאכטע ענוועלאופ א ביד, דאס איז א פרייז וויפיל עס וועט קאסטן און ווילאנג עס וועט דויערן צו בויען פאר די קאמפאני צו בויען די בריק, און ווען עס ענדיגט זיך די צייט ביז ווען מען קען אריינגעבן א ביד, עפענט מען אויף אלע ביד'ס, מען זעט ווער עס האט געגעבן די בעסטע ביד, לשמל די ביליגסטע פרייז, און קען עס בויען די שנעלסטע, און פאר יענעם געבט מען די ארבעט). אין רוסלאנד האט די רעגירונג ארויסגעגעבן א ביד ווער עס נאכמאלן א ריזיגע בילד פון די גאנצע שלאכט אז עס זאל ממש אויסקומען לעבעדיג, און פארשטייט זיך אז זיי זענען געווען גרייט צו צאלן א ריזיגע סומע געלט פאר דער וואס וועט עס קענען מאכן. א געוויסע מאלער מיט'ן נאמען פרענס ראבא האט געווינען דעם ביד.

איידער דער מאלער האט זיך גענומען מאלן דעם ריזיגן בילד האט ער דורכגעליינט אלע היסטארישע ביכער וואס באשרייבן די מלחמה, אריינגערעכנט די טייל וואס די אידן האבן געהאט דערין, ווי מיר האבן שוין געשריבן. ער איז געבליבן אין די מוזעאם פאר דריי גאנצע חדשים. ער האט אפגעמאכט אז ער גייט אפמאלן א מינוט פון די גאנצע שלאכט, וועלכע? צוועלף אזייגער מיטאג.

נאפאליען האט געהאט מיט זיך 360 קאנאנען, די רוסן האבן געהאט 600 קאנאנען וואס האבן געשאסן פייער אן אויפהער. נאך א שווערע קאמף ביי ביידע זייטן פון די טייך קאלזש אין בארדינא, די קאמף וואס איז אפגעמאלן געווארן אינעם מוזעאום, זענען געפאלן ווי פליגן אין קוים צוועלעף שעה, הערטס גוט, מער פון זיבעציג טויזענט מענטשן!

דער באזוכער דערציילט אונז ווייטער: "באטראכט די קאלירן פון די פערד", ווייזט מיר אן מיין באגלייטער, "אויף די ווייסע פערד רייטן די גרויסע גענעראלן. זיי האבן אנגעטון ספעציעלע הוטן, וואס מאכט אז מען זאל זיי ארויסזען פון צווישן די אנדערע סאלדאטן. באטראכט די הוט וואס האט אויך א פעדער אויף זיך, דאס ווייזט אז דער מענטש איז גאר א חשובער גענעראל".

די שלאכטן געשעען יעצט ממש פאר מיינע אויגן. סאלדאטן נעמען אויף א הויכראנגיגער גענעראל, מיט א פעדער אויפ'ן הוט. א שעה פריער, (דאס הייסט אז די בילד איז אפגעמאלן וואס עס האט זיך דארט אפגעטון צוועלעף אזייגער) עלף אזייגער איז דער גענעראל קאטאזאב שווער פארוואונדעט געווארן. ביים ווינקל פונעם בילד זעט מען טאקע דער גענעראל ליגן אויף א סטרעטשער (בעטל) און ווארט אז מען זאל אים פירן אין שפיטאל. דערנעבן זעט מען סאלדאטן וואס נעמען אויף גענעראל טאמסאב וואס איז אים געקומען איבערנעמען און פירן די מיליטער. ערשט פארנאכטס פארענדיגן זיך די שיסערייען, די רוסישע מיליטער האט פארלוירן האלב פון איר קראפט. דער גענעראל טאמסאב האט געשיקט זאגן פאר'ן קייסער אלעקסענדער דער גרויסער אז רוסלאנד האט געווינען דעם שלאכט, און אין די זעלבע צייט האט נאפאליען געלאזט וויסן אז ער איז גאר דער וואס האט עס געווינען.

די מלחמה האט זיך נישט דא געענדיגט. די רוסישע מיליטער וואס האט פארלוירן האלב פון איר כוח, האט זיך טאקע צוריקגעצויגן. אבער די פראנצויזישע מיליטער איז ווייטער געגאנגען טיפער און טיפער אריין אין רוסלאנד.

זיי האבן זיך אפגעשטעלט אויף א לענגערע צייט אין א דארף וואס האט געהייסן פילי, דער דארף איז פונקטליך אויפן ארט וואו די מוזעאום שטייט היינט צו טאגס.

היינט צוטאגס אז די דארף אינמיטן די שטאט מאסקאווא, אבער דעמאלטס איז עס נאך געווען א דארף ווייט פונעם שטאט. דא האבן זיך די פראנצוישע גענעראלן זיך צוזאמגעזעצט אויף א מיטינג. די מיטינג איז געווען צי מען זאל ווייטער גיין קיין מאסקאווא אדער מען זאל זיך אויסדרייען און שוין צוריקטרעטן. די מצב פון די פראנצויזישע מיליטער איז געווען זייער שווער, זיי זענען פארפרוירן געווארן פון קעלט, און בעיקר זענען זיי געווען אויסגעהונגערט, ווייל די אידן האבן זיי נישט געהאלטן ביים פארקויפן קיין עסן, ווי אויבן געשריבן.

ביים ענדע האבן זיי באשלאסן אז עס זאל זיין וואס זאל זיין, מען גייט קיין מאסקאווא.

איינע פון די זאכן וואס די היסטאריקער וואונדערן זיך איז פארוואס האט נאפאליען דוקא באשלאסן צו גיין קיין מאסקאווא, אין יענע יארן איז סענט פעטערבורג געווען די הויפט שטאט פון רוסלאנד און נישט מאסקאווא. דאס איז א היסטארישע מיסטעריע, אוי, וואס קיינער האט נישט קיין ענטפער. ווייל ווען נאפליען גייט ווען מיט זיין מיליטער קיין סענט פערטערבורג וואו אלע רעגירונג געביידעס זענען געווען, וואלט ער זיכער געקענט מאכן פיל א גרעסערע שאדן פאר רוסלאנד.

נאפאליען איז אריינגעגאנגען צו א וויסטע שטאט מאסקאווא. אלע מאגאזינען פון שטאט זענען געווען ליידיג. זיך פארלאזנדיג אויף די געווענליכע כללים פון א מלחמה וואס גייט אז ווען די הויפט שטאט פאלט, מיינט עס אז די לאנד האט פארלוירן די מלחמה. האט ער געטראכט אז יעצט ווען ער האט איינגענומען מאסקאווא וואס איז טאקע נישט געווען די הויפטשטאט, אבער איז געווען פאררעכנט ווי די צווייטע הויפטשטאט פון רוסלאנד, וועט דער קייסער אלעקסענדער אנערקענען אז רוסלאנד האט פארלוירן און ער וועט זיך אונטערגעבן. אבער עס איז נישט אזוי געווען. אין מאסקאווא זענען אויסגעבראכן ריזיגע פייערן וואס האבן זיך זייער שנעל צעשפרייט. די הייזער פון שטאט, וואס זענען מער ווייניגער געווען געמאכט פון האלץ, זענען אינגאנצן פארברענט געווארן, און האבן איבערגעלאזט די פראנצויזישע אן א דאך איבערן קאפ. אפילו נאפאליען אליינס איז איינמאל כמעט פארברענט געווארן אין א פייער, ווען די פאלאץ וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן איז ארויף אין פלאמען. מען זאגט אז די רוסן זענען געווען שולדיג אין די פייערן.

נאפאליען און זיין מיליטער האבן זיך באזעצט ביי די טויערן פון די קרעמלין, און זיי האבן געווארט אז אלעקסענדער דער גרויסער זאל זיי שיקן א דעלעגאציע וואס זאל קומען און אויסארבעטן א שלום אפמאך, און אז אלעקסענדער זאל ווייטער אנהאלטן זיין אפמאך אז מען טאר נישט האנדלן מיט ענגלאנד, וואס וועגן דעם איז דאך בכלל געגאנגען אין מלחמה. אבער ער איז נישט געקומען, ער האט זיך נישט געלאזט הערן, גארנישט. נאפאליען האט דארט געוואטר פאר גארנישט.

און נישט נאר דאס, נאר נאפליען האט אויך נישט געזען אין די גאנצע צייט וואס ער איז געווען אין מאסקאווא, אז די רוסישע מיליטער זאל זיך בכל ערגעץ רוקן, די רוסישע מיליטער איז פשוט פארשווינדן געווארן פון די אויגן פון די פראנצויזישע שפיאנאזש, נישטא. די רוסישע ווינטער האט געברענגט נאך שוועריקייטן פאר די פראנצויזישע מיליטער, ווען סאלדאטן און פערד האבן אנגעהויבן צו שטארבן פון הונגער, פון קעלט, און פון די שווערע רייזעס.

און אט איז אנגעקומען א נייע גענעראל, וואס איז געווען שטערקער פון די פראנצויזן. איינער אליינס האט ער באוויזן צו פארטרייבן די גאנצע פראנצויזישע מיליטער ארויס פון רוסלאנד, און נאך גע'הרג'עט צענדליגע טויזענטע סאלדאטן אויפ'ן וועג. דער גענעראל האט מען גערופן: "גענעראל ווינטער". ווינטער, האט ער געהייסן, ניין עס איז נישט געווען קיין מענטש, עס איז געווען דער שרעקליכער רוסישער ווינטער וואס האט זיך אנגערוקט ווי א גענעראל, מיט זיינע אפיצירן, די פראסטיגע ווינטן, די הויכע שנייען, די ציפעדיגע קעלט, די טיפע בלאטעס, און אזוי ווייטער, און אזוי האט ער באזיגט די פראנצויזישע ארמיי.

אבער דאס וועלן מיר מוזן איבערלאזן פאר אונזער קומענדיגע פארזעצונג.

פארזעצונג פון פריער:

נאפאליען האט זיך אנגעשטויסן אין א נייער גענעראל, וואס איז געווען שטערקער פון די פראנצויזן. איינער אליינס האט דער גענעראל באוויזן צו פארטרייבן די גאנצע פראנצויזישע מיליטער ארויס פון רוסלאנד, און נאך גע'הרג'עט צענדליגע טויזענטע סאלדאטן אויפ'ן וועג. דער גענעראל האט מען גערופן: "גענעראל ווינטער". ווינטער, האט ער געהייסן, ניין עס איז נישט געווען קיין מענטש, עס איז געווען דער שרעקליכער רוסישער ווינטער וואס האט זיך אנגערוקט ווי א גענעראל, מיט זיינע אפיצירן, די פראסטיגע ווינטן, די הויכע שנייען, די ציפעדיגע קעלט, די טיפע בלאטעס, און אזוי ווייטער, און אזוי האט ער באזיגט די פראנצויזישע ארמיי.

יעצט לאמיר זען וויאזוי די מלחמה האט זיך געענדיגט.

דער רוסישער ווינטער, וואס האט זיך אנגעהויבן פריער ווי אלע יארן, אין נאבעמבער 1812, האט געברענגט נאך פילע שוועריקייטן פאר די פראנצויזישע מיליטער, ווען סאלדאטן און פערד וואס זענען נישט געווען געוואוינט צו די פראסיגע רוסישע קעלט, האבן אנגעהויבן אויסצוגיין אין די מאסן, פון די קעלט און פון די שווערע וועגן.

מאנטאג, י"א טבת תקע"ג – (___ יאר צוריק) האט נאפאליען באשלאסן אז ער וועט זיך צוריקציען פון רוסלאנד, צוריק קיין פראנקרייך. אויך צו די החלטה זענען געווען פארבינדן די צדיקים פון יענע תקופה. ווי געשריבן אין די פריערדיגע חדשים זענען געווען פילע צדיקים וואס האבן גענומען א שטעלונג אין די מלחמה ווער עס דארף געווינען און זיי האבן אויך געטון פארשידענע פעולות דערצו.

דער בעל התניא האט געוואלט אז רוסלאנד זאל געווינען און דערפאר האט ער געטון וואס ער האט געקענט צו העלפן רוסלאנד און צו שטערן פראנקרייך. איינע פון די זאכן איז ווי אויבנדערמאנט געווען אז ער האט נישט געלאזט זיינע חסידים פארקויפן עסן פאר'ן פראנצויזישן מיליטער. נאך איינס איז געווען, אז ער האט געשיקט איינער פון זיינע חסידים ער זאל זיין א שפיאן ביי נאפאליען אין פאלאץ. אמת'דיג האבן מיר שוין דערמאנט די מעשה אין קורצן און צוגעזאגט זיך צוריקצוקערן דערצו. יעצט וואלט געווען א פאסיגע געלעגנהייט צו דערציילן די מעשה, ווייל די באשרייבונג איבער נאפאליען וואלט נישט געווען א שלימות אן די מעשה, און די מורא'דיגע מוסר השכל וואס מיר לערנען זיך ארויס דערפון.

דער בעל התניא האט געהאט א חסיד וואס איז געווען זייער קלוג און ער האט אויך געקענט עטליכע שפראכן. עס זענען געווען עטליכע פון די פראנצויזישע גענעראלן וואס ווען זיי האבן געדארפט עפעס איבערטייטשן האבן זיי אים גערופן אין קעניגליכן פאלאץ, אז ער זאל עס טון.

ער פלעגט זיך ארומדרייען אין פאלאץ און אריינבליקן אין די אפענע מאפעס וואו עס זענען געווען פארשריבן די מלחמה פלענער קעגן רוסלאנד, און דאס פלעגט ער שיקן אין באהאלטענע בריוו צו דער בעל התניא, וואס פלעגט עס איבערגעבן צו די רוסישע גענעראלן. קיינער האט נישט חושד געווען אז ער טוט עפעס וואס מען טאר נישט - בעסער געזאגט, אז ער שפיאנירט. אויב וואלט מען אים געכאפט, וואלט מען אים באלד געהאנגען. אין מלחמה צייטן מאכט מען נישט קיין לאנגע מעשיות, פאר די קלענסטע זאך שטראפט מען זייער הארב, און ווער רעדט נאך פון שפיאנירן.

מיר האבן געשריבן אז קיינער האט אים נישט חושד געווען. עס איז נישט געווען אינגאנצן אזוי, איינער האט אים יא חושד געווען, יענער האט געהאט א שטארקע חשד אויף אים און ער האט אים געוואלט אויספראבירן.

דער איינער איז געווען: נאפאליען אליינס.

אין איינע פון די טעג ווען דער איד האט זיך געדרייט אין שטוב דארט אין פאלאץ און ער האט געכאפט א זייטיגן בליק אויף די מאפעס, האט ער פלוצלינג געשפירט אן אייזערנעם האנט אויף זיין הארץ.

"דו בוסט א שפיאן!" האט די שטימע געדונערט. די שטימע איז אים געווען באקאנט. ס'איז געווען נאפאליען'ס שטימע.

פאר אייערע אויגן זעט איר אודאי וואו דער חסיד שטייט און ציטערט, ער ווארפט זיך ווי א פיש, מען האט אים געכאפט ביי די מעשה, יעצט וועט מען אים ח"ו... זיינע ציינער קלאפן פאר שרעק און זיינע קניען קלאפן אריין איינס אין די אנדערע פאר גרויסע פחד. ער בעט זיך פאר זיין לעבן אז מען זאל רחמנות האבן אויף אים. אבער ניין. נישט קיין פחד און נישט קיין מורא. גארנישט.

דער חסיד שטייט רואיג און ענטפערט: "איך בין נישט קיין שפיאן!"

נאפאליען האלט זיין היינט אויף דער חסיד'ס הארץ, ער פילט ווי עס קלאפט ווי געהעריג. 'דער איד איז נישט דערשראקן', טראכט ער צו זיך, 'ווען ער וואלט געווען א שפיאן וואלט ער זיך דערשראקן און זיין הארץ וואלט געקלאפט זייער ווילד. עס קען פשוט נישט זיין אז ער איז דער שפיאן'.

מיר ווייסן דאך אז ער איז יא געווען א שפיאן. נו, וויאזוי האט ער זיך געקענט האלטן אזוי רואיג ווען נאפאליען האט געהאלטן זיין האנט אויף זיין הארץ?

ווען מען האט געפרעגט דעם חסיד די פראגע, האט ער געענטפערט א מורא'דיגן ענטפער פון וואס מיר לערנען זיך ארויס זייער א שטארקע מוסר השכל: "ביי א איד דארף די מוח זיין בעל הבית אויפ'ן הארץ. ווען די הארץ גלוסט זאכן וואס מען טאר נישט, דארף די מוח זיין באלעבאס און נישט לאזן אז די הארץ זאל פארפירן די מענטש און ער זאל טון וואס מען טאר נישט. יעצט ווען דער קעניג האט געהאלטן זיין האנט אויף מיין הארץ האט מיין מוח באפוילן פאר מיין הארץ אז עס זאל נישט קלאפן ווילד. נו, אז מען לערנט זיך אויס אז די מוח זאל געוועלטיגן אויפ'ן הארץ, אזוי ווי א איד דארף טון, איז עס שוין זייער א גרינגע זאך!"

לאמיר זיך צוריקקערן צו די מלחמה, ווי געשריבן האט נאפאליען באשלאסן זיך צוריקצוציען און ארויסגיין פון רוסלאנד און אויך צו די באשלוס האבן געהאט א שייכות די גדולי ישראל פון יענע יארן.

חסידים דערציילן אז יענע וואך שבת, ט' טבת, עס איז געווען פרשת ויגש איז דער הייליגער ראפשיצער צדיק געפארן צום קאזשניצער מגיד, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל מתפלל זיין אז די רוסישע מיליטער זאל געווינען און די פראנצויזן זאלן האבן א מיאוס'ע מפלה.

אין אנפאנג האט דער מגיד נישט געוואלט, אבער דער ראפשיצער האט נישט נאכגעלאזט. ער האט זיך אראפ געזעצט אויף דער מגיד'ס בעט און ער האט געווארט ביז ער וועט זיך צוריקקערן פון מקוה און ער וועט זיך ווילן צולייגן אביסל אין זיין בעט און דאן וועט ער אים נאכאמאל בעטן.

ערשט צומארגנס ווען מען האט געזאגט די שיר של יום פון שבת, וואס מען זאגט נאך שחרית, "מזמור שיר ליום השבת", ווען ער איז אנגעקומען צו די פסוקים "להשמדם עדי עד" וואס די ווערטער טייטשן 'זיי צו פארטיליגן אויף אייביג', האט זיך דער מגיד פלוצלינג אנגערופן: "זיי זאגן אז די פראנצויזן האבן נאר פארלאזט מאסקאווא און געגאנגען צום שטאט בערזינא, און איך זאג אייך, 'להשמדם עדי עד', אז זיי וועלן שוין קיינמאל מער נישט צוריק אויפשטיין", נאר האבן א מפלה.

און טאקע ווען די פראנצויזישע מיליטער איז אריבער די טייך נעבן די שטאט בערזינא האבן זיי געליטן נאך א ריזיגע מפלה. דער רוסישער גענעראל קאטאזאב האט באשלאסן זיי צו אטאקירן, און די טייל פון די פראנצויזישער מיליטער וואס איז נאכנישט אריבער די טייך איז פארטיליגט געווארן, געפאנגען געווארן אדער דערטראנקען געווארן. אין די וואכן נאך די קריג אין בערזינא האט די מיליטער פון נאפאליען געהאלטן אין איין איינשרומפן.

די פראנצויזישע מיליטער האט זיך צוריקגעצויגן קיין פראנקרייך און די גאנצע וועג ארויס האט די רוסישע מיליטער געשניטן שטיקער פון זיי. די סאלדאטן זענען געווען קאלט, שוואך און הונגעריג, זיי האבן געטראגן דינע מאנטלעך וואס האבן זיי זייער ווייניג געשיצט פון די רוסישע קעלט.

נאר 22,000 סאלדאטן פון נאפאליענס מיליטער האבן דוכגעלעבט די קריג. די טויטע פון די רוסישע מיליטער איז געווען די בערך די זעלבע ווי פון די פראנצויזישע. אין די מלחמה זענען גע'הרג'עט געווארן 300,000 פראנצויזן, 70,000 פאלאקן, 50,000 איטאליענער, 80,000 דייטשן, און בערך 450,000 רוסן. אויסער די טויטע האט די פראנצויזישע מיליטער פארלוירן 200,000 פערד און מער פון 1,000 פארשידענע מלחמה כלים. און דער עיקר: די אידן וואס האבן כמעט נישט געוואוינט אין די גרויסע שטעט, זענען כמעט נישט אנגערירט געווארן.

אין די רוסישע היסטאריע ווערט די מלחמה פאררעכנט אלץ א נצחון פאר רוסלאנד. אבער למעשה גלייך נאכ'ן מלחמה האט זיך דער קייסער אלעקסאנדער געכאפט ווער ס'האט גורם געווען אז ער זאל געווינען, פארשטייט זיך, די אידן וואס האבן נישט פארקויפט קיין עסן פאר די פראנצויזישע מיליטער. זיי האבן זיך נישט געלאזט איבעררעדן פון די ריזיגע סומעס וואס נאפאליען האט זיי געוואלט צאלן, נאר זיי זענען געבליבן געטריי צו רוסלאנד. וועגן די הימלישע מעשיות וואס די צדיקים האבן אפגעטון האט ער גארנישט געוואוסט. ער האט נאר געוואוסט וועגן דעם אז זיי האבן נישט פארקויפט קיין עסן. און דערפאר האט ער זיי גוט באצאלט. די לעבן פאר אידן אין רוסלאנד האט זיך דעמאלטס שטארק פארבעסערט און גזירות וואס האבן שווער געמאכט פאר די אידן זענען בטל געווארן.

עס איז פארהאן א וואונדערליכע מעשה וואס ווערט פארציילט אין פארשידענע גרסאות. מיר האבן אויסגעקליבן איין גירסה, וואס איז סיי די מערסטע אינטערעסאנט, און עס איז די קלארסטע באשריבן. און אויב ליינט איר די מעשה נאך ערגעץ, אינגאנצן אנדערש ווי עס איז דא געשריבן – וועט איר וויסן אז מען האט אייך נישט אפגענארט. עס זענען פשוט דא עטליכע וועגן אין די מעשה

ווען נאפאליען איז ארויס פון רוסלאנד, האבן אים נאכגעיאגט רוסישע סאלדאטן וואס האבן אים געוואלט כאפן און הרג'ענען. נאפאליען איז געלאפן איינער אליינס מיט זיין פערד און ער האט געציטערט פאר זיין לעבן. ער איז געווען אנגעטון אין זיין קעניגליכע קלייד, און ווער עס וואלט אים נאר געטראפן וואלט גלייך געזען אז דאס איז דער פראנצויזישער קייסער. ער איז געלאפן דערשראקענערהייט. ער מוז טרעפן אן עצה. ער מוז זיך ארויסזען פון רוסלאנד וואס פריער.

אין שטאט מאהילב האט געוואוינט א איד וואס האט געהייסן יוסף לוריא. איין טאג, שפעט נאכמיטאג האט זיך דער איד געכאפט אז עס איז שפעט און ער דארף נאך דאווענען מנחה איידער די זון גייט אונטער. ער האט זיך געשטעלט דארט אויפ'ן ארט, נעבן זיין שטאל. און אינמיטן שמונה עשרה קומט פלוצלינג ארויס פון די דערנעבנדיגע וואלד, א רייטער, און שטעלט זיך אפ נעבן אים. דער רייטער איז אראפ פונעם פערד און געווארט ביז ר' יוסף ענדיגט דאווענען.

ווען ער האט געענדיגט איז דער רייטער צוגעקומען צו אים און אים געזאגט: "עס קוקט מיר אויס ווי דו בוזט א איד".

"גערעכט", איז געווען די ענטפער.

"זאלסטו וויסן אז איך בין נאפאליען באנפערטא, דער פראנצויזישער קייסער, איך פארלאז יעצט רוסלאנד. איך האב זיך פארבלאנדזשעט, און איך קען נישט טרעפן די ריכטיגע וועג. איך האף אז דו וועסט מיר נישט ארויסגעבן פאר די מיליטער!"

האט אים ר' יוסף געענטפערט: "זארגט זיך נישט, איך וועל אייך נישט ארויסגעבן, איך בין א איד און איך וועל נישט עובר זיין אויף די ווערטער פון אונזערע חכמים וואס זאגן אז מען זאל נישט איבערגעבן א קעניג אין די הענט פון אן אנדערן קעניג".

איז נאפאליען געבליבן מיט ר' יוסף. שפעט אינמיטן נאכט זענען זיי ביידע אריין אין וואלד. ר' יוסף האט זיך דארט גוט אויסגעקענט און ער האט אים געוויזן די וועג. ווען זיי האבן זיך געשיידט איינער פונעם אנדערן, האט נאפאליען אויסגעטון זיין קעניגליכן קלייד, און געזאגט פאר ר' יוסף: "איך געב דיר די קלייד פאר צוויי סיבות, איינס דיר צו דאנקען פאר די גוטס וואס דו האסט געטון מיט מיר, און צווייטנס ווייל איך האב מורא צו טראגן די קלייד אויף מיר, ווייל מען וועט מיר דערקענען".

און אזוי האבן זיי זיך געשיידט. ר' יוסף איז צוריק געגאנגען אהיים. אויפ'ן וועג האבן אים רויבער'ס באפאלן, און זיי האבן געוואלט אוועקכאפן די קלייד פון אים. האט ער זיי געפרעגט: "צו וואס דארפט איר די קלייד? נעמטס די אותיות וואס זענען אריינגעוועבט דערין וואס זענען געמאכט פון גאלד, און די גאלדענע קנעפ, די קלייד לאזט ביי מיר!" און זיי האבן מסכים געווען.

אזוי איז די קלייד געבליבן ביי אים, און כדי אז די מעשה זאל נישט אנדעקט ווערן, און די רעגירונג זאל נישט געוואר ווערן אז א איד האט געהאלפן נאפאליען אנטלויפן, האט די משפחה באהאלטן די טלית. ערשט נאך דריי יאר זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן צו מאכן א פרוכת פונעם קלייד, און עס שיקן קיין ירושלים, און טאקע דאס האבן זיי געטון, פון די קעניגליכע קלייד האט מען געמאכט א פרוכת וואס האט באשיינט די חורבה שול אין ירושלים פאר א לאנגע צייט. היינט צו טאג'ס ליגט די פרוכת אין א מוזועאם אין די שטאט חיפה אין ארץ ישראל.

ווי געשריבן זענען דא נאך גירסאות אין די מעשה, אבער די גירסה האבן מיר אויסגעקליבן.

נאפאליען אליינס איז ווי געשריבן פון אנהייב געווען א קראנקער מענטש. נאך די מלחמה האט ער אנגעהויבן צו ווערן ערגער און ערגער, ער האט געפירט מלחמות און ביים ענדע האט ער מיאוס פארלוירן. זיינע לעצטע יארן האט ער געלעבט איינזאם אין א וויסטן פארשטופטן אינזל, ביז ער איז געשטארבן.

אזוי האט זיך געענדיגט א רייכע קאפיטל היסטאריע.

אבער די צייט פארט ווייטער, עס שטעלט זיך נישט אפ, מיר האפן קומענדיגע חודש אייך צו ברענגען א פרישן אינטערעסאנטן קאפיטל היסטאריע בעזרת השם.

און דערווייל, זייטס געזונט, פראוועט'ס דעם יום טוב פרייליכערהייט און מיר וועלן זיך בעז"ה נאכאמאל טרעפן קומענדיגן חודש.
לעצט פארראכטן דורך בנימין אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

PDF
אטעטשמענטס
1.pdf
(157.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 584 מאל
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3382
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

יישר כח בנימין! wow! קוקט אויס ווי א מאסיווע שטיקל ארבעט!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

תרנגול האט געשריבן: יישר כח בנימין! wow! קוקט אויס ווי א מאסיווע שטיקל ארבעט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך שיין, יישר כח בנימין.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

תרנגול האט געשריבן: יישר כח בנימין! wow! קוקט אויס ווי א מאסיווע שטיקל ארבעט!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יישר כח בנימין, קוקט אויס גאר א הערליכע ארבייט.
מחמת קוצר הפנאי פרינט איך עס ארויס כ'על עס ליינען דורכן יו"ט הבעל"ט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

wow ערשטע מאל איך זעה אזאנס אזוי שיין אין אידיש.

אין וועלכע אויסגאבע איז דאס ערשינען??
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

גרויזאמער האט געשריבן: אין וועלכע אויסגאבע איז דאס ערשינען??


עס איז ערשינען אין אן אויסגאבע ארויסגעגעבן געווארן דורך א קלענערע מוסד
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בנימין האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן: אין וועלכע אויסגאבע איז דאס ערשינען??


עס איז ערשינען אין אן אויסגאבע ארויסגעגעבן געווארן דורך א קלענערע מוסד

אזא פאל איז נישט מער ווי רעכט לכה"פ צו געבן קרעדיט פאר יענעם אויסגאבע, לפע"ד ווען עמיצער שרייבט פאר אן אויסגאבע (ובמיוחד ווען דאס איז בשכר) באלאנגט דער ארטיקל פארן אויסגאבע און נישט פארן שרייבער (מעות קונות), און אזא זאך קען נאר פארעפנטליכט ווערן מיט זייער רשות.

עגעין, זה נראה לעניית דעתי, והבוחר יבחר (נו בחירות..)
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

מיללער האט געשריבן:
בנימין האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן: אין וועלכע אויסגאבע איז דאס ערשינען??


עס איז ערשינען אין אן אויסגאבע ארויסגעגעבן געווארן דורך א קלענערע מוסד

אזא פאל איז נישט מער ווי רעכט לכה"פ צו געבן קרעדיט פאר יענעם אויסגאבע, לפע"ד ווען עמיצער שרייבט פאר אן אויסגאבע (ובמיוחד ווען דאס איז בשכר) באלאנגט דער ארטיקל פארן אויסגאבע און נישט פארן שרייבער (מעות קונות), און אזא זאך קען נאר פארעפנטליכט ווערן מיט זייער רשות.

עגעין, זה נראה לעניית דעתי, והבוחר יבחר (נו בחירות..)


כ'דענק נישט אז איך זאל דא דיסקוסירן וויפיל מען האט באצאלט דערויף און וואס די דיעל צווישן אונז איז געווען.
כ'מיין אז דאס איז גענוג
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

בנימין, מיללער האט א שטיקל פחד מיט די קרעדיט צוליב א מעשה שהיה דא. איך מיין די גאנצע זאך איז נישט רעלעוואנט דא, יישר כח פארן ארויפלייגן, לייג ארויף נאך, מיט אדער אן קרעדיט. איך גלייך מורא'דיג די סארט באשרייבונגען!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

פונקט האב איך געליינט א חידוש איבער די מלחמה, אז נאכן קריג זענען אסאך אידישע פראנצויזישע סאלדאטן געבליבן אין רוסלאנד און חתונה געהאט מיט דארטיגע אידישע מיידלעך.
האט הגאון ר' חיים וואלאזשינער געזאגט דערויף אז עס קען זיין אז הקב"ה האט צוגעפירט די גאנצע מלחמה בלויז כדי מזווג צו זיין די הונדערטע זיוויגים.
א חידוש פון א ווארט.

אין איינוועגס-א בשורה:
פאר די וואס האבן נישט קיין פרינטער, עס ארויסצופרינטן פאר די שטוב און קינדער אויף יום טוב, האב איך א בשורה.
די ארטיקל וועט בעז"ה ערשיינען אינעם אויסגאבע 'להתענג' אויף יום טוב. זייט זיך מחי' דערמיט.

איך האף בעז"ה ארויפצולייגן אין א קומענדיגע געלעגנהייט נאך אסאך סחורה.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

א שיינעם דאנק בנימין, איך האב זייער הנאה געהאט פונעם באשרייבונג.
מיר ווארטן אויף נאך סחורה
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח בנימין, נאר דורכגעבליקט קוקט אויס זייער רייך
מיר וועלן עס בעז"ה ליינען אין להתענג.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א גרויסן יישר כח בנימין אהער מיט די אנערע אויך
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

גיימיר עס ארויס דריקן
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יישר כח. איך האב געליינט דעם ארטיקל אין א אויסגאבע נעכטן נאכמיטאג
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

מיינע קינדער ווי אויך איך האבן זייער הנאה געהאט, ישר כח!
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

א הארציגן דאנק פאר אלע באדאנקערס
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

WOW... נישט דא קיין ווערטער צו זיך באדאנקען פארן שרייבער פון דעם אשכול... ריזיג
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע:ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

אויסגערעכנט האט געשריבן: WOW... נישט דא קיין ווערטער צו זיך באדאנקען פארן שרייבער פון דעם אשכול... ריזיג


שיין פון דיר אויפצוברענגן מיינס אן אלטן אשכול.
ס'איז געווען אויסגערעכנט?
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס?פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אין האב נישט אויסגערעכנט דיר צו טון א טובה נאר אז די גאנצע עולם זאל הנאה האבן.

עס איז באמת א שיינער באשרייבונג, איך וואלט דיר ווען יא געדארפט אינזונען האבן ביים אויפברענגען.
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

בנימין האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן: WOW... נישט דא קיין ווערטער צו זיך באדאנקען פארן שרייבער פון דעם אשכול... ריזיג


שיין פון דיר אויפצוברענגן אן אלטן אשכול.
ס'איז געווען אויסגערעכנט!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זייער א שיינע ארטיקל!

אפאר הגהות:

די מעשה וואס דו פארציילסט אויף נאפאליאן אז איז געווען דארשטעריג איז גאר א מעשה אויף איינע חסידישע רביס, כמדומה לי מיטעלע בעלזא רב זי"ע, אויב עס איז אזוי פאסט זיכער נישט ווי אזוי דו ענדיגסט דעם פאראגראף.

שפאניע איז נישט געווען א גזירת שמד, עס איז געווען א גזירת גירוש און ווער עס האט געוואלט בלייבן האט זיך געדארפט שמד'ן.

צוליב די גענעראל ווינטער האט נאפאליאן איינגעפירט אז זיינע סאלדאטן גייען מיט קנעפלעך אויף די ארבל כדאי מ'זאל זיך נישט ווישן די נאז מיט די מיליטערישע מונדיר. שפעטער האט מען עס געריקט צום אנדערע זייט ארבל און היינט האבן עס שוין אלע רעקלעך.

נאפאליאן טעות איז נישט געווען אזוי ווייט מאסקווע, זיין טעות איז שוין געווען היבש פריער.

ווען נאפאליאן האט איינגענומען ווילנא איז ער געווען זעכער אז אלכסנדר די גרויסער וועט פארלירן די נערוון און קומען מלחמה האלטן מיט אים נעבן ווילנא, וואס דארט איז געווען זייער גוט סטראטעגיש פאר נאפאליאן א שלאכט פעלד. למעשה האט זיך אלכסנדר נישט געלאזט פירן פון זיינע געפילן און געשוויגן.

ווען נאפאליאן האט שוין איינגענומען וויטעבסק האבן אים זיינע גענערעלער און רייטגעבער זיך געבעטן אז ער זאל אויפהערן ווייל אלכסנדר גייט זיך נישט לאזן פון אים און ער זאל נישט אריינגיין טיפער אין רוסלאנד.

איינמאל נאפאליאן האט איינגענומען סמאלענסק דעמאלטס האט ער עכט פארלוירן די קריג, ער איז געווען זייער אויסגעשפרייט אין א פרעמדע לאנד און גאר שטארק אפן פאר אן אטאקע אויף זיינע סאלדאטן, בלייבן שטיין האט ער נישט געקענט און גיין ווייטער איז געווען זיין איינציגסטע ברירה (אדער אהיים גיין לחיים טובים ולשלום, אבער דאס האט אים נישט געפאסט ווייל ער האט נישט צושלאגן די רוסישע מיליטער.)

שפעטער האט ער שוין געמאכט גאנץ א פשוטע חשבון, מאסקווע איז אין הארץ פון רוסלאנד און דאס וועט מער צווינגן רוסלאנד צו מאכן אן אפמאך מיט אים, משאכ סעינט פעטערבורג וועלכע איז פארשטייט זיך געווען מער באשיצט און מער זייטיג אין רוסלאנד.

ביי די שלאכט אין באראדינו, דארט האט ער זיך שוין אינגאנצן פארלוירן און פארשפילט אויף תולה ארץ. ארגינעל האט נאפאליאן געוואלט ברענגען רוסלאנד אויף זייערע קניען אז זיי זאלן מאכן אן אפמאך מיט אים, אבער אייננעמען רוסלאנד איז בכלל נישט געווען אין זיין וויסטע חלום ווען ער האט דאס ערשטע מאהל באשלאסן זיך צו רייצן מיט רוסלאנד.

פון נאפאליאן איז געבליבן עטליכע אייזענע ווערטערלעך:

שטער נישט דיין פיינט ווען ער האלט אינמיטן מאכן א טעות,

רעליגיע איז דאס וואלט האלט צוריק די ארימע הרג'נען די רייכע,

מ'דארף מער מורא האבן פון 4 צייטונג שרייבער, איידער פון 1000 שפיזן,

זאלסט קיינמאל נישט מלחמה האלטן מיט א שונא וואס האט נארוואס פארלוירן א שלאכט,

סאלדאטן געווינען א מלחמה, גענערעלער באקומען די קרעדיט,

אין פאליטיק, זייענדיג א טיפש איז בכלל נישט קיין חסרון.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”