פען-נעמען: מחברים און שרייבער אונטער שלייערן
יוסף שרייבער האט געשריבן:
עליו ועל מעלליו יש להאריך טובא, מיט אפרים דיינארד איז ער געווען אויף מעסער שטעך אזוי ווייט אז דיינארד דערמאנט בכלל נישט זיינע פילע ספרים/קונטריסים אין זיין קהילת אמעריקא.
פונקט ווי דיינארד האט ער זיך באנוצט מיט פארשידענע פען-נעמען, די וואס מיר ווייסען זענען נ-חשמ"ל, פנחס בן אמתי, בן-יצחק, מאיר זיוו.
איז פאר מיינס א ידיד בייגעפאלן אז אולי איז כדי צו עפענען אן אשכול איבער די פארשידענע פען-נעמען פון מחברים ודו', איך האב אים געזאגט אז פראפ. שאול חיות האט שוין דערוועגן א בוך בשם "אוצר בדוי השם"
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?17133&
אבער אולי קענען נתחדש ווערן דא נייע נעמען (יענער דערמאנט לדוגמא אליעזר עפשטיין אלס דער אפיציעלער פען-נאמען פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל) פון פאפולערע שרייבער אדער מחברי ספרים פון נאך די קריג, וואס האבן גענוצט פארשלייערטע שרייב נעמען