איז דער כתונת פסים געווען א זיידענער העמעדל?
איך זוך א מקור אויף וואס מיינע רבי'ס האבן געטייטשט אין חדר אז דער כתונת פסים איז געווען א זיידענער העמעדל, לעת עתה האב איך 'כמעט' נישט געטראפן קיין מקור דערצו, רש''י זאגט כלי מילת וואס דער ערוך טייטשט וואל, און אזוי איז משמע אין אלע מדרשים אז דער כתונת פסים איז געווען פון וואל.
דער ילקוט מעם לועז שרייבט זייד, פון וואו נעמט ער עס?
כ'האב געזען אז די אלטע עברי טייטש חומשים טייטשן אויך א זיידענע העמעדל, פון ערגעץ קומט עס זיכער, די פראגע איז נאר פון וואנען?
דאס וואס רש''י כרפס, רוב מפרשים אויף די מגילה זאגן אז כרפס מיינט נישט קיין זייד, נאר דער קאליר גרין.