דיונים ועיונים בפרשת בלק
חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- טעכניש
איך האב אמאל געהערט א טייטש, (דאכט זיך פון מיין כיתה ט' מנהל) בלקווער ס'מאכט זיך שיין די לאקן בן צפורדער איז יענער פויגל!
- זארעכפעפער
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
דא אין אלט שטאט
האט רבי קרעמער געלערנט מיט אונז, אז דאס ווארט שטאמט פון הייליגן רבי'ן רבי מאיר'ל פרעמישלאנער. און וואס איז מערקבאר צו צייכענען, אז שוין דארט אין אלט שטאט האט איינער פרובירט דאס אנצושמירן אויף זיין מנהל...
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע:אין אפיס
- פארבינד זיך:
אז מ'רעדט שוין פון פרשת בלק, איז א שאד נישט אראפ צו ברענגען די באקאנטע ווערטל, כאטש איך געדענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך, צו פון אן ערענסטען צו פון א לץ.
ס'האט איינער געפרעגט דעם אנדערן, פארוואס האט טאקע דער באשעפער געמאכט אז פיר פיסיגע זאלן נישט קענען רעדן?
האט ער אים געענטפערט, אז איינמאל אין די היסטאריע האט דאס דער באשעפער געטוישט, און געב א קוק וואס זענען פון די ערשטע ווערטער פונעם פיר פיסיגן, 'הלא אנכי אתונך' כ'בין דיין אייזל, נו, דארף ער נאך קענען רעדן?

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16994
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע:וואו בינעך טאקע?
די ווארט האב איך געהערט-געזעהן ערגעץ אויפן ענין פון די רבי'שע וואס זענען אלץ ביזי מיט יחוס, אז דער ערשטער וואס איז געווען ביזי דערמיט גלייך ווען מען האט אים געגעבן די מייק, איז געווען בלעם'ס אתון, 'הלא אנכי אתונך, אשר רכבת עלי מעודך, עד היום הזה' דו ווייסט ווער איך בין, וואס איך טוה שוין פאר די לעצטע אזויפיל יארן בלא בלא בלא...
איצט שרייבנדיג קומט מיר ארויף אין זכרון אז אין אלט שטאט האב איך אדער א צווייטער עס שוין געשריבן, אבער איך האב נישט געדולד עס אויפצוזיכן.

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע:קאר וואש
מ'פרעגט א קשיא די וואך אויף רש"י, וואס שרייבט אויפן פסוק: הן עם כלביא יקום וכארי יתנשא: כשהן עומדין משינתם שחרית, הן מתגברים וכו' לחטוף את המצוות, 1. ללבוש ציצית 2. לקרוא את שמע 3. ולהניח תפילין. פארוואס דרייעט רש"י אויס דעם סדר, עולא זאגט דאך (ברכות יד:) "כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו"?
ס'איז דא וואס ברענגן צו דעם א ראי' אז מ'דארף קודם ליינען קרי"ש נאך ברכת התורה אפי' מ'דאווענט און מ'ליינט קרי"ש פאר'ן סזקר"ש.
לפי"ז - א זייטיגע הערה - קומט אויס אז מ'זאגט 5 מאל א טאג קרי"ש.
נאך ברכת התורה, ביים דאווענען, תפלין דר"ת, מעריב, קרי"ש שעל המטה.
ס'איז דא וואס ברענגן צו דעם א ראי' אז מ'דארף קודם ליינען קרי"ש נאך ברכת התורה אפי' מ'דאווענט און מ'ליינט קרי"ש פאר'ן סזקר"ש.
לפי"ז - א זייטיגע הערה - קומט אויס אז מ'זאגט 5 מאל א טאג קרי"ש.
נאך ברכת התורה, ביים דאווענען, תפלין דר"ת, מעריב, קרי"ש שעל המטה.
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע:קאר וואש
וישם ד' דבר בפי בלעם, רש"י זאגט ער האט אים אריינגעלייגט רסן בפיו, ויאמר שוב אל בלק וכה תדבר. איז דער אוה"ח הק' מסביר, אז ס'האט אויסגעפעלט ווייל פון אזא טמא'נעם מויל וואלט אזעלכע גוטע ברכות נישט געקענט ארויסקומען, האט מען אריינגעלייגט אזוי ווי א פייפ אין זיין פיסקל, און די ברכות האט בכלל נישט אנגערירט זיין מנובל'דיגן צינג.
[מוסר השכל: אויב קענען מיינע פינגער'ס טייפן א דבר תורה, איז א סימן אז עפעס א לחלוחית דקדושה האט עס נאך]

יישר כח יגר'ל פאר די דברי תורה.
בנוגע קריאת שמע פאר תפילין, אין מיין (בעסער געזאגט: דיין) באליבטע המאור חומש איז דא א גירסא טאקע פארקערט עיי"ש.
אויך איז באקאנט דאס ווארט פון חוזה הק' מ'לובלין אז מען קען מקריב זיין אן עולה היינט און ברענגן נסכים שפעטער, דערפאר קען מען אויך ליינען קריאת שמע יעצט און אנטאן תפילין שפעטער, ווייל די גמרא שטעלט דאס צו צו הקריב עולה בלי נסכים.
בנוגע קריאת שמע פאר תפילין, אין מיין (בעסער געזאגט: דיין) באליבטע המאור חומש איז דא א גירסא טאקע פארקערט עיי"ש.
אויך איז באקאנט דאס ווארט פון חוזה הק' מ'לובלין אז מען קען מקריב זיין אן עולה היינט און ברענגן נסכים שפעטער, דערפאר קען מען אויך ליינען קריאת שמע יעצט און אנטאן תפילין שפעטער, ווייל די גמרא שטעלט דאס צו צו הקריב עולה בלי נסכים.
- זארעכפעפער
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
איך פארשטיי ניט די קשיא, ביי קר"ש זעלבסט שטייט דאך אויך קודם דער ובשכבך ובקומך נאכדעם דער וקשרתם לאות על ידיך?
אגב, די גמרא אין ברכות זאגט, אז בקשו לקבוע פר' בלק בקריאת שמע, די חכז"ל האבן געוואלט אריינלייגן פר' בלק אין סדר הקר"ש, און טאקע משום האי פסוקא, צוליב דער פסוק פון הן עם כלביא יקום וכארי יתנשא (ועיי"ש במהרש"א הגירסא), און די סיבה פארוואס מ'האט דאס טאקע נישט אריינגעלייגט איז משום טירחא דציבורא, פשוט, פר' בלק איז צו לאנג.

- דרך אגב
זארעכ.
זאגסט טירחא דציבורא, ס'איז דאך סאך הכל אפאר ווערטער מער, (אפשר וועגן די שווערע עברי, אדער די שווערע פירוש המילות און קרי"ש בעי כוונה), קוק כאטש אן וויאזוי מ'האט זיך אמאל גערעכנט מיט אונז, ווי גרעסער די רבנן זענען, אלץ מער פארשטייען זיי די פשוטי עם.
איך האב געטראכט די לבוש ברענגט אראפ א רש"ל, אז מ'זאל נישט זאגן מה טובו אוהליך יעקב, ווייל בלעם האט עס געזאגט, (ווי באקאנט אז זיינע ברכות האט ער אלעס געמיינט מקלל צו זיין, לולא חסדי ה' שהי' לנו), קען זיין אז וועגן דעם זאגט מען נישט זין פרשה פאר קריאת שמע, ס'וואלט געווען א טירחא דציבורא צו זאגן זיינע ברכות.
וואס זאגסטו דערצו זארעח?, איך לאז דיר לאכן, אבער נישט אויפן קול פליעז.
זאגסט טירחא דציבורא, ס'איז דאך סאך הכל אפאר ווערטער מער, (אפשר וועגן די שווערע עברי, אדער די שווערע פירוש המילות און קרי"ש בעי כוונה), קוק כאטש אן וויאזוי מ'האט זיך אמאל גערעכנט מיט אונז, ווי גרעסער די רבנן זענען, אלץ מער פארשטייען זיי די פשוטי עם.
איך האב געטראכט די לבוש ברענגט אראפ א רש"ל, אז מ'זאל נישט זאגן מה טובו אוהליך יעקב, ווייל בלעם האט עס געזאגט, (ווי באקאנט אז זיינע ברכות האט ער אלעס געמיינט מקלל צו זיין, לולא חסדי ה' שהי' לנו), קען זיין אז וועגן דעם זאגט מען נישט זין פרשה פאר קריאת שמע, ס'וואלט געווען א טירחא דציבורא צו זאגן זיינע ברכות.
וואס זאגסטו דערצו זארעח?, איך לאז דיר לאכן, אבער נישט אויפן קול פליעז.
- זארעכפעפער
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
בני היכלא:
איז דען דער טעם פון 'טירחא דציבורא' מיין חידוש? סי'דאך א גמרא.
איבער דיין קשיא אז פר' בלעם איז נישט קיין סאך לענגער, האב איך געזען אז דער סאטמאר רב (דיין פעיווארעט שלש סעודות רבי...) פארעט זיך דערמיט, און ער ענטפערט, לפי דרכו כמובן, אז אין די דברי בלעם ליגט פארבארגן דער גאנצער קבלת עול מלכות שמים השייכים דוקא לעיקבתא דמשיחא, "אונזער דור" ווי ער רופט דאס, דעריבער האבן חכז"ל נישט געוואלט מטריח זיין אלע דורות עד ימינו און זיי אנשרעקן איבער אונזער מצב, כי דיה לצרה בשעתה. דער סאטמאר רב פירט אויס, אז, באמת, בימינו אלה העט מען ווען געדארפט צוריק לייגן פרשת בלעם בקר"ש, נאר משום לא פלוג, וויבאלד די חכז"ל האבן דאס נישט קובע געווען, קען מען דאס שוין נישט צולייגן, און מען איז דאס יוצא "מיט קריאת התורה און מיטן לימוד פון די פרשה".
דיין תי' איז גוט! וליהוי ידוע אז כ'האב דיך געפאלגט, כ'אב געלאכט און כמובן – מחמת מצות לשמוע - נישט געלאכט אויפן קול. כ'האב בלויז געשמייכלט, מיט א קענטיג פארגעניגן, אויס הנאה פון דיין גוט ווארט... (קענסט עס אריינלייגן אינעם גוט ווארט אשכול).
כ'האב נאר איין פראבלעם מיטן שמייכל מיינעם, ווארן למעשה זעסטו דאך אז מיר זאגן יא "מה טובו", טראץ די טירחא דציבורא?...

זרח.
ביסט מיר מיסטאמע נישט חושד, אז איך מיין דו האסט עס מחדש געווען, אבער נעם נישט אוועק דיין שפתותיו דובבות, און אויך נישט די מצוה פון ללמוד וללמד, תורה בציבור, פריה ורביה, אלעס וועט גיין אויף דיין וואגשאל, למעשה האסטו דאך עס פארגעלערנט דא לבני היכלא.
סאטמאר רב האב איך נישט זוכה געווען צו קענען, פון דיר קוקט אויס אז דו האסט יא געהאט א זכי', איך האב עפעס א שפיר, א געפיל, אז דו רעדסט ווי א איד וואס האט עפעס געזען אין לעבן, סאמטינג ביג, קען זיין עפעס אנדערש אבער עפעס.
איך האף נאר ביסט מיר מוחל, אויף די יסורים וואס איך האב דיר פארשאפען, מיטן זיך איינהאלטן, למעשה נעמט מען טאקע נישט אן דעם לבוש און מען זאגט עס יא, טאקע וועגן דעם דארף מען נאר שמייכלען, וועגן מראית העין.
ביסט מיר מיסטאמע נישט חושד, אז איך מיין דו האסט עס מחדש געווען, אבער נעם נישט אוועק דיין שפתותיו דובבות, און אויך נישט די מצוה פון ללמוד וללמד, תורה בציבור, פריה ורביה, אלעס וועט גיין אויף דיין וואגשאל, למעשה האסטו דאך עס פארגעלערנט דא לבני היכלא.
סאטמאר רב האב איך נישט זוכה געווען צו קענען, פון דיר קוקט אויס אז דו האסט יא געהאט א זכי', איך האב עפעס א שפיר, א געפיל, אז דו רעדסט ווי א איד וואס האט עפעס געזען אין לעבן, סאמטינג ביג, קען זיין עפעס אנדערש אבער עפעס.
איך האף נאר ביסט מיר מוחל, אויף די יסורים וואס איך האב דיר פארשאפען, מיטן זיך איינהאלטן, למעשה נעמט מען טאקע נישט אן דעם לבוש און מען זאגט עס יא, טאקע וועגן דעם דארף מען נאר שמייכלען, וועגן מראית העין.
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע:אין אפיס
- פארבינד זיך:
בני היכלא האט געשריבן: אין מדרש שטייט אויפן פסוק, כי עתה אותך הרגתי ואותה החייתי, אז פון דעם זעט מען אז בלעם האט יא גע'הרג'ט זיין אייזל.
מיינסט צו זאגן, אז דער מדרש האלט אז בלעם האט גע'הרג'עט דעם אייזל און נישט דער מלאך? ווייל פון רש"י איז משמע אז דער מלאך האט איר גע'הרג'עט, איך וויל נאר מאכן זיכער אז איך פארשטיי עס.
יא יישר כח איך הער, גערעכט, רש"י זאגט טאקע אז די מלאך האט גע'הרג'ט, אין מדרש שטייט נאר די לשון מכאן שהרג את האתון, אבער בפשטות גייט עס ארויף אויפן מלאך, ווייל ער זאגט דאך ואותה החייתי, (אגב פריער אין מדרש אויפן פסוק ההסכן הסכנתי, טייטשט די מדרש אז דאס מיינט אז מיטן רעדן האט זיך די אתון מסכן געווען איר לעבן, "וכיון שדיברה מתה", ס'האט מיר געקוועטשט די לשון אז ס'איז משמע אז ס'איז געווען א מיתה בידי שמים און נישט קיין הריגה, אבער לכאורה מיינט עס אויך מתה דורכ'ן מלאך וואס ער האט איר גע'הרג'ט, (ווען א מלאך הרג'ט קוקט עס אויס לעיני בני אדם ווי א מיתה נישט ווי הריגה).
באמת, האב איך מיך נישט באצויגן צו דעם ענין בכלל, נאר צו נאטורליך'ס שיינע מעשה מיט בלעם'ס שווערד, די מעשה גייט אז די רב האט אים געזאגט אז ס'שטייט נישט אז בלעם האט טאקע גע'הרג'ט זיין אייזל מיט א שווערד, האב איך אנגעמערקט אז ענדגילטיג איז די אייזל דערמארדעט געווארן, (ס'פרעגט גארנישט אפ, סתם א הערה בעלמא), און כ'האב געשריבן גרייזיג "בלעם", אזויווי דו האסט שוין אויפמערקזאמ[ט] (געמאכט).