שבת אין שפיטאל
ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין און Cornell hospital אויף שבת, איין זאך קעניכענק זאגען סאיז געוועהן א שבת צו געדענקן!
די הכנות האבן זיך אנגעהויבען א וואך פריער זיך געזארגט וואס איך גיי טוהן דארט, ווי גיי איך עסן, שלאפן, דאווענען, פארברענגען, איך האב געגולט און זיך נאכגעפרעגט און געקאלט. אבער די דאגות זענען געוועהן אומזיסט.
ס'ווייב האט מיר אנגעגרייט אלע סעודות כיד המלך, ווייל איך גיי זיין שבת און די ווייטע מאנהעטען וואס סאיז נישט דא קיין אידישקייט און כשר'ס צו עסן. אזוי האבען אונז געמיינט.
אנקומענדיג און שפיטאל בין איך געגאנגען גלייך זיכען די ביקור חולים צימער אראפצולייגען די קאלטע זאכען און פרידז און די ווארעמע זאכען און אויבן, אנקומענדיג אונטען אזוי זיכענדיג רופט זיך אן א נורס א גויטע די זיכסט זיכער די ביקור חולים צימער גיי דארט רעכטס און אופן לינקע זייט גייסטו עס טרעפן.
כהאב אויפגעמאכט די טיר שטייציך זייער שטייט ווער ווייסט וואס איך גיי דא יעצט טרעפן, איך האב נישט געגלייבט וואס מיין אויגען זעהן די פרידז און די אויבן מיט די שאפערס זענען געוועהן אנגעפאקט מיט זאכען, גרעיפ דזוס, אלע מינע טרינקען, געפילטע פיש, סעלמאן, 5 מינע דיפס, חריין, זיפ, קניידלעך, לאקשען, ארבעס, פלייש פערפעל, זיסע מייערען, קאמפאט, דזעלא, אייער, לעבער, צוויבעל, טשולענט, אפאר מינע קיגלען, אייס קאפוטשינא, מילך, חלות, סיריעל, ספרעדס, טרעוול מיעלס, לעכט, סידורים, זמירות, אלע מינע צייטאנגען, קענדיס, ניס, סנעקס, פירות, ירקות, קעיק, קוקיס, אין נאך אסאך מער.
ענק מיינען זיכער אז איך בין מגזים, אויב עפעס דארף איך איבערבעטען סאטמערע ביקור חולים און סקווירא ביקור חולים פארן נישט ארויס שרייבן אלעס וואס זיי שטעלן נאר צו.
סאיז אנבעליפעבעל וואס זיי האבען אונזינען, כ'האב געמוזט אויסשרייען אפאר מאל במשך די שבת מי כעמך ישראל!!!!
מנחה מעריב האב איך געהאט מנין און שפיטאל, שחרית האב איך געפלאנט אויפצושטיין פרי צו דאווענען און א סמעדריש לעבן שפיטאל אבער שטייציך איך בין אויפגעשטאנען צו שפעט, דארטן שטעלט מען זיך דאווענען זייער פרי, גיי פרעג זיי ווי זיי יאגען זיך.
די סעודות האב איך געגעסן און ביקור חולים צימער, איך האב געמיינט אז איך גיי זיצען אליין אויף א טישא באקס בענקל און סגייט זיין טישעבאב אבער איך האב מיר ערנצט טועה געוועהן ס'זענען אריין געקומען נאך און נאך מענטשען. איינער האט אנגעהויבען הויעך אויפן קול אוי שלום עליכם מלאכי... ס'האט אויסגעזעהן ווי ער איז שוין א תושב דא די לעצטע פאר וואכען.
נאכען עסן בין איך געגאנגען שלאפן, ניין איך בין נישט געשלאפען אויף א באנק, איך בין געשלאפען און א הערליכע האטעל 10 מינוט פון שפיטאל בחונם, צוגעשטעלט דורך א ביקור חולים ארגיניזאציע, איך בין אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג צום האטעל צו איינטשעקן איך האב זיי געגעבן ס'נאמען און כ'האב געווארט אויף א צימער, איין מינוט שפעטער הער איך ווי זיי רופן אן איינעם א היימישע פרוי און זיי רעדן וועגן די געסט מען דארף צוויי דריי צימערן, נאכדעים האב איך געהערט ווי ער געט א פרייז אפאר הינדערט טאלער איך געב אזא טראכט ביי מיר וווווואאאאאאססססס????? איינער צאלט פאר מיר אפאר הינדערט דאלער און ער קען מער אפי' נישט ער גייט מיר נישט קענען, איך האב מיך נישט געקענט בארואיגען אפאר מינוט. ארויפגייענדיג און צימער האב איך געזעהן 4 בעטן הערליך אנגעגרייט איך בין געוועהן ס'ערשטע די אנדערע 3 מענטשען זענען אנגעקומען פארן זמן, שמיסענדיג מיט איינעם זאגט ער מיר אז ער קומט שוין דא זעקס וואכען און א ציה ווייל זיין ווייב ליגט און שפיטאל און ס'קאסט עהם נישט קיים פריטה אחת ער לייגט נאך צו שפעטער איך האב אפי' נישט קיין אנונג ווער די ארגיניזאציע איז אויב נישט זיי וואלט עס מיר אפגעקאסט טויזענטערס. לאמיר ארויסברענגען איין נקודה פאר איך פארגעס, די האטעל איז און א פארנומענע געגנט און מנהעטען און די האטעלס זענען מוגזם'דיג טייער א וויקענד און זיי קוקן אפי' נישט אויף די פרייז צו העלפן א איד.
די האטעל איינגעשטעלטע האבען פינקטליך געוויסט וואס עס מיינט שבת אלע הלכות האבן זיי געוויסט בעסער ווי מיר, שבת האבען זיי מיר אויפגעמאכט די טיר פון די האטעל זיי זענען ארויף געקומען מיט מיר ביזן צימער אויפצומאכען די טיר מיט ס'קארטעל, די לעקטער האבען זיי פינקטליך געוויסט וואס אין ווען צו פארמאכען. לאמיר אלע צוזאמען שרייען מי כעמך ישראל.
במשך די שבת האב איך געהאט צוויי מאל די זכיה צו משלים זיין מנין פאר א פטירה, ס'האט מיר אביסל דערמאנט די יום המיתה.
גלייך מוצאי שבת האב איך געגעבן א שיינע סכום פאר ביקור חולים.
דעיס גיי איך געדענקען לעולם דוד.
די אייבערשטער זאל העלפן אז קיינער זאל נישט דארפן אנקומען און שפיטאל אויף שבת אבער אויב סמאכט זיך שוין יא פאר א שמחה זאל מען זעהן עס אויסצוניצן