שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

לכבוד מיין דערהויבן ווערן אין ראנג צו א שר 500.


איך האב שוין ב''ה געהאט די זכיה צו שרייבן עטליכע פאום'ס דא אויפן וועלטל. און יעדעס מאל האט אן אנדערע געבעטן אז מען זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען 'וויאזוי שרייב איך פאעזיע?'

אטא דא האב איך אביסל פראבירט ארום צו רעדן איבער דעם ציל פון פאעזיע, און בעיקר 'וויאזוי קען איך שרייבן א פאום?'

עס איז דא פינף יסודות פון פּאָעזיע וואס איר דארפט וויסן ביים שרייבן א פאום. לאמיר אנהויבן מיט די ערשטע:


בילד.

די ערשטע יסוד פון פאעזיע איז דאס בילד. די חכמה פון פאעזיע איז ווען איר זענט מצליח אראפצומאלן א בילד פון א געוויסע געדאנק אדער געפיל. די ליינער דארף אויף א געוויסע אופן 'זען' און 'שפירען' דיין געדאנק, אנשטאט עס נאר וויסן. און דיין ארבעט איז צו מלביש זיין דיין געדאנק אין איינע פון די חושים מיט וואס א מענטש שפירט זאכן: זען, הערן, טאפן, שמעקן, און טעם.

נעמט צום ביישפיל שיר השירים, וואס אויסער אלע טיפע ענינים על דרך פרד''ס, איז עס א טיפע פאעזיע ווי דער חכם מכל אדם איז מלביש זיין לויטערע אהבה צום באשעפער אין אלע חושים וואס דער מענטש פארמאגט נאר. איר זעט אהבה, הערט אהבה, און טאפט אהבה.

דאס אראפמאלן א בילד איז א וויכטוגע יסוד, ווייל דאס ערלויבט אונז צו געבן צו שפירען אונזער געפילן אז יענער זאל ממש מיטשפירען, אנשטאט סתם דערציילן.

די פאקט איז אז אלס וואס מיר 'ווייסן' אויף די וועלט איז נאר דורך איינע פון די אויבענדערמאנטע חושים. זען, הערן, טאפן, שמעקן, און טעם. און אז איר ווילט אז מען זאל שפירען און אמתדיג פארשטיין אייער געדאנק מוזט איר עס מלביש זיין אין איינע פון די דאזיגע חושים.



צום ביישפיל: עס איז געווען ווען איך האב געשפרט א טיפע נאגעניש אין מיר, עפעס נאגט, נאגט, איך ווייס אליין נישט וואס, איך קען עס נישט בארואיגן מיט לאגיק, נאר מיט געפיל. דאן האב איך מיר געזעצט שרייבן מיין פאום 'א שפראך אן ווערטער'. איך האב עס קודם מלביש געווען אין די חוש פון הערן:
אסותא האט געשריבן: מיין הארץ
רעדט און זאגט.
אין א שפראך אן ווערטער.
בעט, וויינט, און קלאגט.
ווי א ניגון אן ווערטער.

צער. באדויער.
פרייד און טרויער.
אלס איין לאנגע ניגון,
אלס אן ווערטער.

דערנאך בין איך אריבער צו טאפן:
אסותא האט געשריבן: גארט און גליסט.
שלעפט מיין ברוסט.
ווי א קינד שלעפט דאס מאמע'ס קלייד,
און וויינט אן ווערטער.


דןא האב איך אביסל אריינגעברענגט דאס זען:
אסותא האט געשריבן: איך וויל טרייסטן פארט,
איך גיב א גלעט, א ווארט.
נעמט ער דאס גלעט.
ווארפט צוריק די ווארט.
ווייל עס טרעפט נישט קיין ארט,
אין א שפראך אן ווערטער.

די געדאנק איז, אז ווען איר משל'ט אויס אייער געפיל אין א געוויסע עקזיסטורענדע מציאות, וועט די ליינער קענען שפירען אקוראט דאס וואס איר שפירט ביים שרייבן.

***

ווערטער.

יעצט צום צווייטן יסוד: דאס ריכטוגע ווארט אויף דאס ריכטוגע ארט.

ווערטער איז די ציגל מיט וואס מען בויעט א פאום. און די דיכטער דארף מאכן די אויסוואל וועלכע ווארט יא צו ניצן, און וועלכע נישט. פאעזיע האט פון אייבג אן געניצט די וויינוגסטע ווערטער צו ערייכען איר ציל. און יעדעס ווארט וואס זי ניצט יא, איז וויכטוג, און איז דא פאר א סיבה. און דארף ווערן אויסגעקליבן מיט אסאך ישוב הדעת.

ווי אויך וועט א געלונגענע דיכטער אלעמענירן אלע אומנויטיגע ווערטער, אזוי אז יעדע ווארט טראגט א חידוש מיט זיך.


איז וואס איז די ריכטוגע ווארט?
יעדע ווארט האט עטליכע סינאנעמס, איז וועלכע זאל איך ניצן?


ווערטער ווערן געמאסטן לויט די פאלגענדע:
1) עס זאל האבן א געלונגענע קלאנג. דאס קענט איר טון דורך לייגן עטליכע ווערטער איינס נעבן די צווייטע וועלכע הייבן זיך אן מיט די זעלבע אות, צום ביישפיל: ' שמייכלט שטיל. שיינט ווי שטערן' ... דאס קלינגט גוט. (מערקט אז מען וועט נישט שרייבן שיינט ווי 'די' שטערן. מען עלעמענירט אלע אומנויטיגע ווערטער). אדער נאך א וועג עס זאל קלינגען גוט איז דורך ניצן ווערטער וואס האבן די זעלבע וואקאל צום ביישפיל: 'וויינט אליין' . וואס כאטש עס גראמט נישט האט עס א גוטע קלאנג. אודאי אויב איר קענט עס אויך מאכן גראמען וועט עס קלינגען נאך בעסער, ווי צום ביישפיל: 'לויפט און קויפט' . אדער 'פוסט און וויסט' . אבער עס קען גיין אן גראמען אויך. נאך א קולא וואס פאעזיע האט פון גראמען אז עס איז צומאל גענוג אז עס ענדיגט זיך מיטן זעלבן אות, כאטש עס גראמט נישט. צום ביישפיל: 'א ווינט לקי ל' .


2) די צווייטע זאך אויף וואס מען קוקט ביים קלויבן ווערטער אויסער די קלאנג, איז דאס פונקטליכע דעפענישאן און טייטש פון די ווארט. דאס הייסט פון אלע ווערטער וואס איר האט, קלויבט ארויס אט די וועלכע איז די פונקטליכסטע אפטייטש פון וואס איר ווילט זאגן. די ווארט וואס עס שטייט אינעם דיקשענערי.

די דריטע זאך, איז דאס געפיל וואס די ווארט ברענגט אטמאטיש ארויף מיט זיך. צום ביישפיל: די ווארט 'קענסער' טייטשט בעצם אן איבערפלוס פון איבריגע צעלן. די געפיל וואס עס ברענגט אבער מיט זיך איז פחד, שרעק,און אפילו טעראר, זארג, און הילפסלאזיגקייט.

יעצט אויב איר וועט זיך שטעלן חשבון'ען ווערטער, וועט איר נישט קענען אין די זעלבע צייט זיך אויך קאנצעטרירן אויף אייער געפיל, און שרייבן די פאום ספאנטאן. און דאס איז קריטיש פאר די נשמה פון די פאום. איז וואס קען מען טון? קודם לאזט אייער ווערטער פליסן וויאזוי עס קומט ארויס, שרייב, שרייב, קוק נישט עס זאל גראמען, שטומען, נאר שרייב, שרייב,ספאנטאן, און ערשט ווען איר זענט געענדיגט הייבט אן איבערצוגיין, איז די ווארט באמת וויכטיג? איז עס באמת ריכטוג? אפשר קען אן אנדערע בעסער שטומען? אפשר דאס? אפשר אזוי?...

וועט איר פרעגן, וועלכע פון די דריי איז וויכטוגער, די קלאנג? די אפטייטש? אדער די געפיל? דאס דארפט איר אליין באשליסען ווען איר זעט אייער פאום. יעדע מאל עפעס אנדערש.

***

ריטעם.

וואס איז דאס ריטעם?

ווען איר ליינט א פאום, פילט איר געווענליך ווי די ווערטער טריפט פונעם מויל. ריכטוג? איר וועט עס אלץ ליינען מיט א געוויסע ניגון, א געוויסע טאקט, אדער ווי מען ריפט עס, א געוויסע ריטעם.

וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי פארזיכערט מען אז עס זאל זיך אטאמאטיש ליינען מיט א ריטעם?

צו דעם איז אויך דא עטליכע וועגן. די ערשטע איז פשוט: גראמען.

צום ביישפיל:
אסותא האט געשריבן: פון מיין צישטורעמט וועלטל
איך עפן אויף א טירל
בליקט ארויס א טרער
לויפט ארויס א שנירל.

לויפט ער אין געיעג
איך שענק אים מיין בליק.
איך באגלייט אים האלב וועג
און צו מיין וועלטל לויף איך צוריק.

דאס ליינט זיך מיט גאנץ א גוט ריטעם. (די לעצטע שורה למעשה האב איך פארפעלט פון זיך האלטן צו די סילעבועס, און דאס נעמט א טראפ אוועק די ריטעם ווי מיר וועלן שפעטער צו קומען).

גראמען וועט אייך פארזיכערן א גוטע ריטעם און עס איז נישט אזוי שווער טעכניש, אבער עס קען אייך אויך אריין צווינגען אין ווערטער וואס איר וואלט קיינמאל נישט געוואלט נוצן. און דאס קען אוועק נעמען די נאטורליכקייט, און ספאנטאנקייט פון די פאום. איר קענט אויך פראבירן ווערטער וואס גראמען כמעט, כאטש וואס א גראמער וואלט דאס נישט געניצט, אבער איר זענט נישט דא צו מאכן גראמען, איר דארפט נאר דאס ריטעם דערפון.

צום ביישפיל: 'וועלטל' און 'טירל' זענען בעצם נישט קיין גראם אבער זיי האבן אן ענדליכע קלאנג.

איר קענט אויך באקומען א ריטעם ווען עס גראמט די מיטן פון די זאץ, מיט די מיטן פון די אנדערע זאץ, און לאו דווקא ביים סוף.

יעצט די וויכטוגסטע פונקט פאר א געלונגענע פאום איז די סילעבולס.

אויב יעדע זאץ איז די זעלבע לאנג, און די לענג פון אלע זאצן לויפן אויף א געוויסע סדר, וועט איר אייבוג האבן א געלונגענע ריטעם!

איז וויאזוי רעכנט מען די לענג פון ווערטער? דורך סילעבולס.

ווען איר ווילט מעסטן ווי לאנג נעמט צו זאגן א ווארט, טוט איר דאס נישט לויטן סכום אותיות, נאר לויטן סכום וואקאלן. צום ביישפיל: די ווארט 'באבע' נעמט לענגער צו זאגן פון דאס ווארט 'שטארק'. כאטש וואס באבע האט 4 אותיות, און שטארק האט 5 אותיות, ווייל 'באבע' האט למעשה 2 וואקאלן, און 'שטארק' האט נאר 1 וואקאל.

איז ווען איר מאכט א פאום שטעלט עס אויס אז עס זאל האבן די זעלבע סכום סילעבולס. (עס מוז נישט זיין ממש יעדע זאץ לאמיר זאגן 5 סילעבולס, עס קען אויך זיין אז איינס זאל האבן 5 און איינס 4, אדער איינס 5 און איינס 6,) אדער אז די סילעבולס זאלן לויפן אויף א געוויסע סדר.

צום ביישפיל:
אסותא האט געשריבן: די טינקלקייט,
פון נאכט.
שווארץ. געדעכט.
זאגט אסאך,
שטיל, און שלעכט.
אבער,
זאגט אויך אן,
אויף טאג...

אה, די ליכטיגקייט,
פון טאג.
ליכטיג. לייכט.
זאגט אסאך,
שמייכלט פייכט.
אבער,
זאגט אויך אן,
אויף נאכט...

עס לויפט אויף אזא סדר:
4
2
3
3
3
2
3
2...

די קומענדיגע פאראגראף לויפט אויף ממש די זעלבע סדר:
5
2
3
3
3
2
3
2...

יעצט ליינט איבער די פאום. שטימט?

***


מעטאפאר.

אין די ליטעראטור וועלט איז דא אזא מושג וואס ריפט זיך 'סימעלי', דאס הייסט א פארגלייך. בבחינת משל ונמשל. צום ביישפיל: 'דאס לעבן איז ווי א טייך' איז א טיפישע סימעלי. דערנאך איז דא א מושג וואס ריפט זיך מעטאפאר. א מעטאפאר איז ווען עס איז נישט ווי א משל אוןא נמשל, נאר די משל איזדי נמשל. איר קענט דאס טון אויף צוויי אופנים.

א ביישפיל פון א דירעקטע מעטאפאר: 'דאס לעבן איז א טייך'.

א ביישפיל פון אן אומדערעקטע מעטאפאר: 'דאס טייך פון לעבן'.

א מעטאפאר איז פיל שטערקער פון א פשוטע סימעלי, אבער ווי פארשטענדליך איז נישט איבעראל מעגליך צו ניצן מעטאפאר, און איר מוזט ווייטער נוצן א סימעלי. ווי צום ביישפיל:
אסותא האט געשריבן: גארט און גליסט.
שלעפט מיין ברוסט.
ווי א קינד שלעפט דאס מאמע'ס קלייד,
און וויינט אן ווערטער.
ווי איר זעט האב איך דא יא געמיזט זאגן 'ווי'.

נאך עטליכע געדאנקן ארויס צו ברענגן דיין געדאנק אויסער מעטאפאר. (דאס זענען גוטע טיפס אויך פאר פשוט שרייבן, און לאו דוקא פאר פאומס).

כארקטער: געבט פאר אן אביעקט, אדער סיי וואספארא זאך, א מענטשליכע כאראקטער. צום ביישפיל: 'די זון לאכט' , אדער 'שעמעדיגע שיך' .

אקסימארן: 'א דינערדיגע שטילקייט' , איז א טיפישע אקסימארן.דאס ברענגט ארויס די שטארקייט פון די שטילקייט דורך ניצן א פארקערטע ווארט ווי 'דינער'. נאך א ביישפיל איז: 'א טאשקע, פול מיט גארנישט' .

איבערשאצן: דורך אויפבלאזן א זאך אין א גוזמא'דיגע גרויסקייט, געהט אויך צו א שטארקייט צום ווארט, בילד, אדער געדאנק.

אינטערשאצן: טוט די זעלבע אויף צו מאכן שוואך.

***


נושא.

ווען איך האב ארויף געלייגט מיין לעצטיגע פאום 'צווישן מיין טעג און נעכט' האב איך אריין געכאפט א פסק:
געלעגער האט געשריבן: זייעא זייער שיין. אבער פארוואס אזוי אוממוטיג? מאך עפעס לעבעדיג, עפעס דערפרישענד. לאז אזאנע סארט פאעזיעס פאר ימי בין המצרים. (איך ווארט פון דיר איינס און אזעלעכס דעמאלטס)


לאמיר זיך פארענטפערן.

ווען מען זעצט זיך שרייבן א פאום דארף מען עפעס ארויסברענגן. דאס קען זיין א געפיל א געדאנק אדער סיי וואס. אויב איר האט שוין אמאל געליינט די פאומ'ס פון אונזערע אלע באוויסטע דיכטערס מיט ארום זעכציג זיבעציג יאר צוריק, האט איר מן הסתם אויפגעפאסט אס רובא דרובא זענען אומעטיגע און פארצווייפלטע פאומס. די סיבה דערצו איז ווארשיינליך וויבאלד ווען א דיכטער איז פארצווייפלט, פארצערט, פילט ער א געוויסע דראנג ארויסצוברענגן זיין מחשבות אויפן פאפיר, און ער וועט טון אלעס אין דער וועלט ארויסצושטיפן זיין פארצווייפלינג דורך די פענע. דאקעגן, ווען ער איז פרייליך, אויפגעלייגט, גייט ער ס''ה ארויס אויפן גאס און לאכט צו די וועלט. ער פילט נישט אזא געדראנג ארויסצושטיפן זיין פרייליכקייט פון זיך.

למעשה אבער, ווען איר זעצט זיך שרייבן א פאום דארפט איר וויסן וואס איר ווילט ארויס ברענגן. אפי' איר זענט נישט קלאר מיט וואס איר פילט, דאך קענט איר 'דאס' ארויסברענגן. אויף אייער אייגנארטיגע שטייגער.

וואס איר ברענגט נאר ארויס, מוז דאס אבער זיין אדער א נייע געדאנק, א נייע וועג פון קוקן אויף א זאך,אדער אפי' אן אלטע געדאנק ארויס געברענגט אויף נייע אופן.

***

די קונסט פון פאעזיע איז פיל גרעסער פון מיינע עטליכע ווערטער, און דאס איז נאר א טיפה מן הים. אבער אין די טיפה איז אויך אריין פיל פיל ארבעט. עס איז אבער נאך דא פיל צו זאגן. איך האף אז די עולם וועט שטעלן פראגעס, שאלות, פאומס, הסבירים, און תגובות, און אזוי ארום וועל איך מיר קענען בעסער מסביר זיין, און אויסקלארן.
לעצט פארראכטן דורך אסותא אום מיטוואך מאי 07, 2014 10:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

לעצט פארראכטן דורך אסותא אום פרייטאג מאי 09, 2014 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

יישר כוח אסותא!
איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען אבער כ'האב מיר נישט געקענט איינהאלטען
האסט עס הערליך שיין אראפגעלייט!
איך בין א מענטש מיט אסאך רגש, אבער איך בין "נישט" קיין דיכטער
אי"ה מעגליך מיט דיינע אנווייזונגען וועלן זיך עפענען מיינע סטרונעס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מורא'דיג! ביים ליינען כאפט מען ניטאמאל וואסערע קאפ און מוח עס גייט אריין אין א פאעזיע.. ס'איז דאך עפעס נישט נארמאל..

Wow!!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אסותא זייער זייער שיין אראפגעלייגט!

(עצה טובה, לייג צו די ווארט מפתח צום קעפל, און קענסט ווייטער נוצן די אשכול אריינצולייגען ווען דו וועסט שרייבן נאך.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב געליינט און הנאה געהאט.

איך בין נאר נייגעריג אויב דאס איז א טאלאנט וואס מען ווערט געבוירן דערמיט, אדער מען שלייפט זיך צו.

אויך, פון וואנעט האסטו דיזע כללים גענומען?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

WOW WOW!

איך ליין און ליין.
א שורה נאך א שורה.
איך ליין און ליין... עמממ.....

אקעי, איך דארף עס נאך אפאר מאל גרונטליך דורכליינען ביז איך וועל אפשר קענען עפעס ארויסקוועטשן...

אבער אסותא טייערער, כ'מוז דיר זאגן אז דו האסט מיר באמת געשאפן א תענוג מיט דעם הערליכן ארטיקל, אויסנאם קלאר אראפגעשריבן! כ'האב גאר גאר שטארק הנאה געהאט.
אפי' כ'זאל מיך נישט דערלערנען אליינס צו שרייבן פאעזיע, וועל איך כאטש ליינען א צווייטנס ארבעט מיט אנדערע אויגן.

יישר כח.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

Wow wow this is real stuff.
Tnx . Mr. Asisa for this educational article. This is one of a kind. We need more from this stuff.
Keep up your good work its appreciated.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

וועעעעעעעעעעעעעען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט "אזא" ארטיקל געווען א הויפט קאווער סטארי, אדער נומער צוויי קאווער סטארי, ביי א אידישע מאגאזין.

אבער וויבאלד, שוין....

אסותא, מרפסין איגרא. די פאעזיעס זענען ווערד יעדע ווארט אין גאלד, און נאך מער די ברייטע ערקלערונג.

אפשר קענסטו נאך בעטן מעלות אריינצולאזן דעם ארטיקל...?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10660
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

געליינט און הנאה געהאט, א גרויסן דאנק פאר אונז דאס אזוי שיין ערקלערן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

WOW! דאס איז וואונדערבאר!!!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איך האב נישט די ווערטער צו באדאנקען. זייער טיפזיניג
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פוסחין בכבוד הההההההה[נישט געלונגען:twisted:]...כסניא
אזא הערליכע אאאאאא....[יויש:cry:]רטיקל
איין זאך קעניך דיר זאגן אן אלטער נאר קעמעניש לערנען טאנצן, אבער הערליך און זאפטיג בלייבט דאס נאך אלס
ההההההההההה?ץ.אסותא גרויס וואקסן א גרויסע צדיק
מזל טוב צו דיין גרויס דערוואקסונג!

אסותא האט געשריבן: לכבוד מיין דערהויבן ווערן אין ראנג צו א שר 500.

בילד.

אה פארגעסן איין קליינע הארעלע אויב קענסטו אהערן ברענגען דעם בילד זעהט אויס מיין פילטער בלאקט עס
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יוםטובערליך האט געשריבן: אפשר קענסטו נאך בעטן מעלות אריינצולאזן דעם ארטיקל...?

ס'ליגט מיר אין קאפ אז 'מעלות' האט מיט יארן צוריק געהאט אזא סארט באשרייבונג.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

זייער זייער גוט ארויסגעברענגט, יעדער האט זיין פאך כ'על לאזען די פאזיע פאר דיר (און אלע אנדערע וואס גייען יעצט פראבירען ) באט איך וועל בלייבען מיט רעגולער גראמען
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

להפליא
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

קען איינער מאכן א פידיעף פון דעם מאמר און אלע צוגעלינקטע פאעזיעס פון גאון הפאעזיע מרן אסותא?
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

מיין פאום אינעם אילוזיע פון לעבן.

עס זענען דא צוויי ערליי פאומס. צמצום און התפשטות.

צמצום הייסט ווען מען גראבט זיך אריין אין א געפיל עמוק, עמוק, מען שלעפט ארויס םון דארט די סאמע לויטערסטע טראפ, און דאס לייגט מען אויפן פאפיר.

התפשטות הייסט ווען מען הייבט זיך אויף פיל העכער, מען כאפט א בליק אויף זיך, אויפן לעבן, צו אויפן וועלט, און אלעס זעט אויס אזוי קליין, אזוי קליין....

אט די פאום איז א ריכטוגע התפשטות פאום, ווי אויך די מייסטערווערק פאום. משא''כ די אנדערע זענען ריכטוגע צמצום פאום.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א גרויסען ייש"כ אויף דיין שיינעם הסבר.
עס איז כדאי אנצומערקען אז פיהל פיוטים זענען טאקע געשריבען געווארען לויט אן אייניגע צאל סילעבלס (תנועות) וואס דאס געבט אסאך צו. למשל אקדמות האט צעהן תנועות אין יעדע זאץ, מנוחה ושמחה אכט, ברוך א-ל עליון צעהן ועוד.
אויך אדער חלקים פון די טרעפט מען אין די פיוטים, טאמער איינער איז מעיין.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אבער נישט אלע פיוטים זענען פאזיע
למשל מנוחה ושמחה זעהט מיר אויס מער ווי געהעריגע גראמען ניין?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'וואלט געוואלט אביסעל צולייגען משלי צו די הערליכער אנעליז אויף פאעזיע פון "אייוועלטס פאועט" אסותא!

פאעזיע איז בעצם נישט עפעס וואס איז געבינדען אין "כללים". אדרבה, אין א געוויסע זין איז די שיינקייט פון פאעזיע, דוקא דאס וואז זי איז אינדיפענדענט פון "גרעניצען" און "מעסטונגען".

עס איז ריכטיג און וואר, וואס אסותא האט אראפגעלייגט איבער פאעזיע, אבער די אלע כללים זענען נאר די "גוף" פן פאעזיע. פאעזיע האט אבער אויך א "נשמה" און די נשמה איז די עיקר, נאר די אלע כללים זענען די כלים ארויסצוברענגען די נשמה.

געט א קוק.

די שירה פון "אז ישיר". זי איז אן קיין פראגע "פאעזיע". האט איר באמערקט אז עס איז בכלל נישט קיין גראמען?

לאמיר גיין א טריט צוריק.

וואס איז אייגענטליך די חילוק פון אלגעמיינע גראמען און "פאעזיע"? קען אלגעמיינע גראמען זיין פאעזיע? די פראגע קען מען מער "מגשם" זיין מיט עפעס וואס יעדער פארשטייט און שפירט (עכ"פ איינער וואס האט בכלל א געפיל אין די זאכען).

וואס איז די חילוק פון די גראמען פון ר' יו"ט ערליך ז"ל און אנדערע? פארשטייט זיך אז ער איז געווען א מיינסטער גראמער. און האט געהאט מיינסטער געשיכטעס און מעשעלעך. אבער צו קען דאס "פארענטפערן" פארוואס ער איז געווען "דער אויסגערופענער יו"ט ערליך"? צו איז יונתן שווארץ נישט א מיינסטער גראמער? צו האט פינקי וועבער נישט הערליכע שיינע מעשיות? נעם סיי וועלעכע אנדערע גראמער, נעם די בעסטע גראמער וואס דו קענסט טראכטען, נעם די דראמטיש'סטע הארציג'סטע געשיכטע, שטעל צוזאם יענער מייסטער גראמער, מיט יענע געוואלדיגע געשיכטע, קענסטו געפינען אין דיין מח, אז עס זאל קומען צו אונזער ר' יו"ט?

קיינמאל!!

פארוואס? וואס איז זיין סוד?

די ענטפער איז אז ר' יו"ט איז נישט געווען קיין גראמער!! ר' יו"ט איז נישט געווען קיין מעשה דערציילער!! - ער האט די ביידע דוקא גאר גוט געקענט, און ווען ער זאל זיך פארמעסטען אין די ערטער, וואלט ער מן הסתם אויך ארויסגעקומען אין די "טאפ 10" ווי מען רופט עס, אבער דאס איז נישט געווען זיין שטארקייט.

ר' יו"ט ערליך איז געווען א ......... פייטן! ער איז געווען א מייסטער פאעט, און אלע זיינע זייטיגע זאכען ווי גראמען, מעשה, שפילן זיין עקארדיען (אהההה די חן, די חן ......) זענען אלעס געווען די "כלים" דורך וואס זיינע פאעזישע כוחות האבן זיך מגשם געווען!

אלזא, ר' יו"ט האט נישט גערעדט פון "טויט"! ער האט נישטאמאל גערעדט פון "צוגעמאכט די אויגן אויף אייביג", ער האט נישט גערעדט פון זיך "אויף אייביג געזעגענט\אפגעשיידט" וכו' וכו'. ער האט געהאט א אנדערע וועג פון "אפמאלען" א "טויט סצענע"!

(זינגט מיט.. פון: דער גענעראל)

"און פלוצלינג ער זעט,
ווי ער שטייט ביי דער מאמעס בעט,
און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן,
האט זי צו עם גערעדט,

האב נישט קיין שרעק,
וואס איך גיי פון דיר קינד אוועק,
איך וועל צו דיר קומען און היטן,
גיין מיט דיר אין דיין וועג"

איר פארשטייט וואס הייסט געמאלען??!!

נישט נאר ברענגט עס נישט ארויף קיינע קאשמארען פון טויט, קיינע צובראכענקייט פון געזעגענען, נאר אנשטאט פילט עס אן די הארץ מיט ווארימקייט, און פארפלייצט די נשמה מיט א "פארזיכערטע" געפיל!

דאס צו קענען צוטרייסלען די געפיל, צושטורעמען די נשמה, נישט אויס צובראכענקייט, נאר אויס מיטגעפיל, און מיטשפירן ווי איר שטייט דארט ביים בעט, און איר הערט דעם מאמען "ריידן", און די פאנטאזיע פון די "רואיגע" אריבערגאנג פון די וועלט צו די קומענדע - וואס איז דאך בעצם א טרויער'גע און טרייסעלדיג - דאס האט ר' יו"ט געקענט! און דאס האט ער געקענט מייסטערהאפטיג, נאך שטערקער פון זיינע אנדערע פריער אויסגערעכענטע טאלאנטען - וואס ער האט אויך געהאט אין א גאר הויכע ניווא, ווי ערווענט -.

דאס איז די כח פון פאעזיע!

יעצט געט א קוק. ער האט נישט געהאט דוקא קיין "קורצע זאצן". ער האט נישט געהאט דוקא קיין נאכענאנדע "סיליבעל אייניגע" ווערטער, אבער די תוכן איז געווען די שפראך צום הארץ, דירעקט! "אויסמאדענדיג די אויערן" - אויב איז שייך אזאונס צו זאגען.

און די זעלבע איז להבדיל די שירה. די וויכטיקייט איז נישט אלס די גראמען, נאר וואס די ווערטער "זאגען"! כאטש וואס יעדע ווארט הערט מען, אבער נישט יעדע ווארט "פארציילט עפעס"!

איך וואלט געזאגט אזוי:

פאעזיע איז צו גראמען, וואס "אבסטרעקט ארט" איז צו מאלערייען!

פאעזיע האט נישט די אלגעמיינע גרעניצען, עס איז נישט נאר וואס דו "הערסט". אסאך מער "פארציילן" די ווערטער ווי דאס, אז דו נויגסט גוט צו די אויערן, ווועסטו עס "שפירן"! עס מוז נישט זיין וועסט עס הערן, אבער וועסט עס שפירן! און עס מוז אפי' נישט זיין אז די פייטן זאגט עס, אבער וואס ער האט געטאן מיט דיין מח, גיבט דיר אליין די מעגליכקייט צו מוסיף זיין אייגענס!

פאעזיע "נעמט ארום", עס פארפלייצט די געדאנקען גאנג, עס מאכט אזא סארט "פארנעפעלטע" געפיל, ענדליך צו די געפיל ווען מען טרינקט וויין, - און מען האלט נאך נישט ביים זיין "שיכור" - אבער די מח איז שוין עטוואס "פארשטומט" און עס שוועבט שוין עטוואס ארום.

פאעזיע טראגט די מענטש - דורך זיין מחשבה - צו די פלאץ\מצב, וואו דער פייטן האט געוואלט.

אויב איז עס א מקום, ביסטו דארט.
אויב איז עס א געפיל, שפירסטו עס.
אויב איז עס א געדאנק, לעבט עס ביי דיר.
אויב איז עס א דערהער, טאנצט עס אין דיין פארשטאנד!

וכו' וכו'.

אלזא האמער ארויסגעברענגט אייניגע שטריכען פון א פאועם.

עס "נעמט אריין". עס "נעמט איבער". עס לאזט אבער פלאץ פאר אייגענע הוספות!

און מיט דעם איז עס גלייך צו "נישט טיפיקעל ארט". בשעת א שיינע מאלעריי פארציילט א מעשה, און צומאל הערליך שיין, איז עס אבער באגרעניצט. ווי שיין די מאלעריי זאל נישט זיין, איז עס אבער נאר דאס וואס די מעלער האט געמאלן, און עס איז "אפגעטיילט" פון די אבזערווירער, און די גאנצע קאנעקשאן איז נאר מיט די אויגן.

און אין אונזער פאל דאס איז "גראמען".

אבער "אבסטרעקט ארט" איז נישט מצומצם! עס לאזט פלאץ פאר די מחשבה ארום צו לויפן, און עס איז נישט ווי א מעשה פון "אינדרויסען" נאר עס "שלעפט אריין" די מענטש אין זיך! דו ביסט יעצט נישט אין א שטוב ווי דו אבזעווירסט א שיינע סצענע, נאר דו ביסט דארט אין פעלד\שטעטעלע, און די שפירסט די ווינטעלע בלאזען, דו "שפירסט" דעם הערבסט, אפי' יעצט איז אינדרויסן די אנהייב פרילונג!

דאס איז פאעזיע!

אצינד צוריק צו וואס אסותא האט אראפגעלייגט.

די אלע זאכען קענסטו "נאכמאכען" - און אפי' דוקא גוט -, און עס וועט נאך קיין "פאעזיע" נישט ווערן! דו דארפסט קענען "זאגען פאעזיע", און דאן קענסטו לויט דיין באגער נוצן די "כלים" עס ארויסצוברענגען און באפוצען!! יעדע "פאעט" וועט נוצן עטוואס אנדערע כלים, יעדע פאעט וועט אנדערשט "מאלן" אבער די נשמה - די פאעזיע -דאס איז די נקודה.

אצינד "פארשטייט" און "דערהערט" וואס פאעזיע איז, און וואס א פייטן איז, און טוטס "עפרישיעטן" וואס "אסותא" שטעלט פאר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

לכתחילה, הערליך שיין אראפגעלייגט! געוואלדיג.

עקסטער האב איך הנאה וויאזוי דו האסט אזוי גוט ארויסגעברענגט ר' יו"ט ערליך'ס טאלאנט, זייער זייער שיין מסביר געווען.

אגב, אזוי שרייבענדיג קומט מיר ארויף אין געדאנק א ניגון פון ר' יו"ט וואס איז ממש איין שטיק פאעזיע:

"איך האב געווארט און געווארט,
אין בית המדרש אין א ווינקל,
די ליכט וואס אויפן עמוד,
האט געטאנצט דעם לעצטן טאנץ,

אט האט ער זיך פארלאשן,
און ס'איז געווארן טונקל,
אט האט ער זיך צופלאקערט,
מיט א נייעם גלאנץ,"
וכו'

דער ניגון איז עפעס א שטיק געגועים, א שטיק בענקשאפט, די ווערטער מיטן ניגון אינאיינעם מאלן אזוי מין שטארק אראפ דאס בילד, אז מ'קען ממש דערטראנקען אין א ים פון געפילן.

עניוועי, כ'האב הנאה געהאט אז דו האסט ארויפגעברענגט ר' יו"ט דא אינעם שמועס.

יישר כח.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

לכתחילה,

מיט אנטשולדיגונג וואס צוליב חוסר הזמן קען איך נישט מגיב זיין באריכות כראוי פאר דיין תגובה, וויל איך אנרירען איין נקודה. דאס וואס איהר זאגט אויף יו"ט ערליך איז נישט פאקט נאר אפיניען, און עס קען פונקט אזוי זיין א צווייטע וואס זעהט דער שיינקייט פון פאעזיע אין יונתן שווארץ'ס גראמען פיהל מער ווי אין יו"ט ערליך'ס.

אלענפאלס, 'פארמאכט די אויגען אויף אייביג' איז אויך א פאעטישע וועג פון באשרייבען 'טויט', נישט ווייניגער פון 'איינגעשלאפען אויף אייביג'. דער אונטערשיד איז נאר אינעם בילד וואס עס מאלט אפ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן: לכתחילה,

מיט אנטשולדיגונג וואס צוליב חוסר הזמן קען איך נישט מגיב זיין באריכות כראוי פאר דיין תגובה, וויל איך אנרירען איין נקודה. דאס וואס איהר זאגט אויף יו"ט ערליך איז נישט פאקט נאר אפיניען, און עס קען פונקט אזוי זיין א צווייטע וואס זעהט דער שיינקייט פון פאעזיע אין יונתן שווארץ'ס גראמען פיהל מער ווי אין יו"ט ערליך'ס.

אלענפאלס, 'פארמאכט די אויגען אויף אייביג' איז אויך א פאעטישע וועג פון באשרייבען 'טויט', נישט ווייניגער פון 'איינגעשלאפען אויף אייביג'. דער אונטערשיד איז נאר אינעם בילד וואס עס מאלט אפ.

על טעם וריח, אבער אין אלגעמיין וועלן מענטשען האלטן אז יונתן כאטש וואס ער איז גאר א שטארקע מומחה אין גראמען, איז ער אבער נישט קיין פאעט. משא"כ ר' יו"ט.
'איינגעשלאפען אויף אייביג', איז מער פאעטיש פון 'פארמאכט די אויגען אויף אייביג' אין עטליכע וועגן. כאטש 'פארמאכט די אויגען אויף אייביג' איז אויך בעצם פאעזיע.

'איינגעשלאפען אויף אייביג' איז עםעס צווואס יעדער קען רילעיטן. יעדער קען עס "אנטאפן". עס איז שטערקער אין "אריינברענגען" די מענטש אין א מצב. אויך איז עס מער "ברמז", ווייניגער שרעקעדיג, און סאך איידעלער און רואיגער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

!!!!WOWOWOW

פאר אזוינע תגובות פון חילי האט זיך שוין אלעס געלוינט!!!

ס'איז דאך עפעס נישט נארמאל קלאר ארויס געברענגט, און נאך אזא פארנעפלטע זאך ווי פאעזיע!!!

געליינט, שכח. און נאכאמאל געליינט, איז נאכאמאל שכח!..
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”