א שהכל אויף א רעטעך מיינט היינט א תלמיד חכם… היידראופאניקס
יעדע פלאצנונג - וואו אימער עס איז דארף האבן אויף צו קענען וואקסן די מעין בעיסיק קאמפאונענטס:
א פלאץ וואו די ווארצלען קענען זיך אנקערן, פון וואו ס'זאל זיך קענען אנהאלטן, און אויך דארף עס קענען ארייננעמען אין זיך צוויי חלקים. 1. וואסער 2. נוטריענטס וואס גייען אריינלייגן אין די געוואוקס דעם כוח און טעם און לעבן פון די פלאנצונג.
די לעצטע מעין קאמפאונענט איז פאוטאו סינטיעסיס, און דעיס איז ליכט שטראלן. פון די זון אדער ארטיפישל ליכטיגקייט פון על עי די אדער פלארעסנט לייט.
די נוטריענטס באשטייען פון זעכצן עלעמענטס וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די ערד, לופט און די וואסער. קארבן, היידראדזשן, אקסידזשן, פאספאורס, פאוטעסיום, נייטראודזשן, סולפור, קאלסיום, איירן, מאגניזיום, באראן, מאנגאניעז, קופער, זינק, מאליבדינום, און קלארין.
די אמאליגע נאטורליכע וועג פון פלאנצן איז געווען אינדרויסן וואו די זון שיינט, די ווינט בלאזט, ס'רעגנט און ס'זאפט זיך איין אין דער ערד, אן די ערד האט אין זיך די נויטיגע נוטריענטס.
פארשער האבן זיך געשפילט יארן צו טרעפן וויאזוי מ'קען מאכן וואקסן אין א קאנטראלד ענווייראנמענט, און א סטערעלייזד שטוב אדער אין א גרינהאוז, און זיי האבן אריינגעברענגט אלע חלקים עקסטער, און זיכער געמאכט אז די ערד איז ריין פון ווערים, עפידס, און אנדערע בעלי חי וואס מאכן קאליע די געוואוקסן, און זיי האבן אריינגעלאזט קאנטראלירטע לופט, און דורכגעזייטע וואסער, און געלאזט די זון שיין אריינקומען.
פעסט פארווארד צו היינט.
מ'דארף בכלל נישט קיין ערד! מ'האט צאם געשטעלט א נוטריענט סאלושן פון די אלע אויבנדערמאנטע מינירלס געמישט מיט וואסער - וואס דארף דאך א געוואוקס סייווי, און מ'לייגט עס אריין אין א פאס, און מ'לייגט אריין א לופט-פאמפ אדער א לופט שטיין וואס ברענגט אריין לופט אין די וואסער - פאר די חלקים פון די מיניראלס וואס ליגט אין די לופט און נישט און וואסער, און פון אויבן שיינט ארטיפישל לייט - פאוטאו סינטיעסיס, און מ'לייגט אריין די זומען אין א קליינע געלעכערטע שיסל אינעם וואסער, און ביז אפאר וואכן רייסט מען אפ שיינע קנאקעדיגע רויטע זאפטיגע טאמעיטאס.
אדער אנדערע וועדזשטעבלס ווי פיקלס, זוקיני, און סקוואש, מייערן, און רובארב, פעפערס - אלע קאלירן און סארטן, ארטיטשאוקס, צוויקל, סעלערי, עגפלענט, צוויבל, ליעקס, פארסניפ, רעיטעך, אספאראראגווס, בראקעלי, פאטעיטע אדער סוויט פאטעיטע, בונדלעך, ביענס, ברוסל ספראוטס, קאליפלאוער, קעבעדזש, לעטוס (נישט לעטערס…).
אדער שטארק וואסעריגע פרוכט ווי רויטע מעלאונא, קענטעלאופ, אלע מינים בעריס, (סטראבעריס, בלובעריס, בלעקבעריס, און רעספבעריס), טרויבן, באנענעס, און אפילו פיינעפל. זאכן וואס דארפן נישט קיין שטארקע ביימער א'סאל קענען וואקסן.
בלומען וואס מ'קען עסן, מייקראו גרינס, אדער ערבס ווי, ארוגעלא, טשייווס, ארעגענאו, מינט, פעפערמינט, טיים, בעיזל, קאריענדער, ראוזמערי, סעידזש, שערוויל, דיל, און טאראגאן.
שוין היינט דא מערערע קאמפאניס וואס שטעלן צו פארטיגע פעסער מיט א פייפינג סיסטעם, מיט א פאמפ, מיט א צווייגן סופארט געבוי דערויף, מיט די לייטס פון אויבן, און פארשטייסט זיך די געמישטע נויטיגע נוטריענט סאלושנס, און אפילו די סיעדלינגס - די זומען, און ס'וואקסט אין דיינונג רום! מ'דארף נאר האבן לעקטער און וואסער אינדערהיים - מים שלנו…
די ארגינעלע - און נאך היינט די גרינגסטע און ביליגסטע - וועג הייסט דיעפ וואטער היידראופאניקס, ווייל די געוואוקסן ליגן אין א קליינע געלעכערטע שיסל פון וואו די ווארצלען וואקסן ארויס אין ליגן אין א פילע באקעט אנגעפולט מיט נוטריענט-רייכע וואסער.
https://www.dropbox.com/s/113w6eljmx1tt ... inners.mp4
נאכדעם איז צוגעקומען די היינט זייער פאפולערע עראופאניקס.
עראו מיינט לופט. היות מ'האמיר געשמועס אז פלאנצונגען דארפן לופט האט מען זיך געשפילט און געטעסט און מ'האט געטראפן אז ס'מעג - און ס'איז בעסער אויב די ווארצלען אטעמען דאפעלט פון וויפיל זיי טרינקען, אבער זיי קענען זיך אויסטרוקענען…. האט מען געמאכט א סיסטעם אז וואסער ווערט געשפריצט אין די ווארצלען ווערן גוט נאס פאר פופצן מינוט, נאכדעם לאזט מען עס אטעמען פאר א האלבע שעה, נאס פאר פופצן מינוט טרוקן פאר א האלבע שעה וכן על זה הדרך.
און מ'האט עס איינגעשטעלט מיט א טיימער וואס האט געהאלטן חשבון, און מ'האט געקענט פארגעסן דערפון. דער וועג האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין מיט גאנצע פופציג פראצענט שנעלער און באקומען פארטיגע פרוכט!
די ערשטע אזעלכע סיסטעמס האט געהייסן די עב ענד גראו - אזויווי די נאטורליכע וואסער לעוולס הייבן זיך און לאזן זיך אראפ, דאס האט געארבעט מיט צוויי פאמפס, איינס האט אריינגעגעפאמפט וואסער פון א טאנק צו אלע באקעטס מיט געוואוקסן, און נאך א האלבע שעה ארויסגעפאמפט דאס וואסער צוריק אריין אין טאנק.
נאך שפעטער איז מען אויפגעקומען מיט נאך א גרינגערע וועג און דאס איז די ווערטיקל גארדנס. מ'האט אריינגעלייגט די קליינע שיסלעך אין לעכער וואס מ'האט געמאכט אין א הוילע פאול, דעם פאול האט מען אריינגעלייגט אין א נוטריענט סאלושן באקעט, און מ'האט אריינגעצויגן א פייפ מיט א פאמפ וואס האט ארויפגעשטופט וואסער ביזן שפיץ פון די פאול, און פון דארט האט עס צוריק אראפגעטראפט אויף אלע ווארצלען, און פון דארט איז דאס וואסער צוריק אריינגעקומען אינעם באקעט אונטן. דער פאמפ צינדט זיך אן יעדע האלבע שעה פאר פופצן מינוט.
כהיום יום איז שוין דא אזעלכע סיסטעמס, רעזידענשל, און קאמערשל, קליינע גרויסע און ריזיגע איבער די גאנצע וועלט. ס'דא א קאמפאני וואס קומט אראפ וואו אימער אין די וועלט און שטעלט איין א גרינהאוז היידאופאניק סיסטעם וואס קען ארויסגעבן עטליעסט טויזנט געצייטיגטע ביימעלעך יעדע וואך! און סאך מער - אויב צאלט מען מער… מ'דארף סך הכל האבן פלאץ וואו עס אויפצושטעלן, לעקטער און וואסער.
אין אהער, טשיקאגאו אינטערנעשנל עירפארט, האט די פארט אוטאריטי איינגעפלאנצט צענדליגער ווערטיקל פארמס, און די רעסטאראנט דארט אין די עירפארט נוצט די וועדזשטעבלס פאר די סעלעדס נאר פון די 'פארמס'.
א קליינע קליפ וויאזוי א קעכער אין מאנהעטן ווייזט זיין ווערטיקל גארדן אויפ'ן דאך פון זיין רעסטאנאנט.
https://www.dropbox.com/s/g3h8n9vlokjfr ... aurant.mp4
קלאונינג.
קלאונינג - נאכקאפיען פארטיגע ארגאניזמס, איז שוין היינט נישט קיין גרויסער חידוש, אבער עס ווערט גענוצט טאג טעגליך דורך די פארמערס.
דהיינו, די נארמאלע וועג פון פלאנצן איז נעמען זומען און עס באוואסערן ביז עס ווערט כמעט פארפוילט און נאכדעם הייבט אן ארויסצוקומען פיצעלע ווארצלעך, ווערט גרעסער, וואקס א בלעטל, ווערט א צווייג, וכו', וכו'. צו לאנג פאר תשע14!
מאכט מען אזוי. איין ביימעלע פלאנצט מען איין אויף די געהעריגע וועג, אבער ווי נאר ס'מאכט זיך צווייגלעך, פלאנצט מען איבער - און ביי היידראופאניקס מיינט איבערפלאנצן סך הכל אריין לייגן דעם צווייגן אין אן עקסטערע לעכל, און ביז איין וואך האט דאס צווייגל נייע פרישע ווארצלען! און ביז בלויז פיר וואכן! קען מען שניידן שיינע פיינע טאמעיטעס וכו'. פון דעם נייעם ביימל קען מען נאכאמאל איבערפלאנצן עד סוף כל הדורות און פון יעדע נייע צווייגעלע וועט פיר וואכן שפעטער זיין פרישע פירות.
און צוגאב צו דעם אלעם איז צוגעוואקסן אקואפאניקס- פיש פארמס אינאיינעם מיט פלאנצונגען.
פיש טענק אונערס ווייסן - און ס'איז שוין זייער שיין אויסגעשמועסט געווארן דא אויפ'ן וועלטל דורך --- אז נאך יעדע קורצע צייט מוז מען טוישן דאס וואסער אין א פיש טענק ווייל ס'ווערט צו קאנדענסד מיט די אפפאל פון די פיש, און די קולטשערס, און מ'מוז טוישן דאס וואסער, אבער… מ'טאר נישט טוישן די גאנצע אויף איינמאל ווייל ס'דארף בלייבן פון די קולטשערס אינעם טאנק - אז נישט קענען די פיש שטארבן.
און אוודאי און אוודאי די חברה וואס האדעווען פיש אין טאנקען אויף צו פארקויפן דארפן סאך אפטער טוישן דאס וואסער, ווייל ס'דא דארט סאך מער פיש.
האבן פארשער צאם געשטעלט אז דאס וואסער איז גאר רייך אין ממש די נוטריענטס וואס פלאנצונגען דארפן צו וואקסן! האבן זיי איינגעשטעלט א סיסטעם אין וואס די וואסער פון די פיש-טענקס ווערט ארויסגעפירט צו א פילטער און פון דארט אריין צו די טענק אונטער די היידראופאניקס געוואוקסן, און די געוואוקסן לעבן פון די ניוטריענטס פון די פיש-וואסער, און נאכדעם ווערט עס צוריקגעפירט צום פיש טאנק ריין און גוט פאר די פיש זיך צו האדעווען געהעריג.
https://www.dropbox.com/s/hxyysbp5sawp1 ... ponics.mp4
ווי עס שיינט ווערן היינט רוב גאר שיינע ערלום און גרעיפ טאמעיטעס - און ספעציעל די שיינע פלאם טאמעיטאס וואס מ'קויפט נאך מיט'ן צווייגל - געמאכט דורך עיראופאניקס.
נו היכי תמצא אז מ'קען עסן א גרויסע וועדזשטעבל סעלעד און האבן א פרוכט סעלעד פאר קינוח סעודה און מאכן א שהכל אויף אלעם?