גמ"ח "המצא מנוחה" - אפירזוכן קברים און מצבות

בתי חיים איבער די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

גמ"ח "המצא מנוחה" - אפירזוכן קברים און מצבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

מודעה רבה לחוקרים, ידענים, חובבי קברים, צאצאים, חסידים, ואנשי מעשה.

מיט פרייד ווילן מיר מודיע זיין אז נאך פילע באמיאונגען, און נאך פילע הפצרות פון אסאך חברים, פון דא אויף אייוועלט, און פון ארום די וועלט, וועלן מיר בעז"ה אנהייבן צוצושטעלן א שפאגל נייעם סערוויס חנם אין כסף מיט'ן נאמען "גמ"ח המצא מנוחה".


וועלכע מצבה איר זוכט נאר קענט איר זיך פארבינדן אויף דעם אימעיל matzeivos @ גימעיל.קאםגיט אונז איבער דעם פולן נאמען און די שטאט ווי די מצבה געפינט זיך, און מיר וועלן נאכזוכן אויב מיר האבן די מצבה אין אונזער באזיץ און מיר וועלן אייך שיקן א בילד פון די מצבה. אויב מיר האבן דאס נישט, וועלן מיר דאס פארצייכענען ביי אונז, און פראבירן די בעסטע דאס אויפצוזוכן פאר אייך. פארשטייט זיך אז נישט אלץ איז מעגליך גלייך צו האבן אן ענטפער, און מעגליך אז מיר וועלן בכלל נישט האבן.

ומכאן הקריאת יוצאת: אויב איר האט סיי וואספארא בילד פון מצבה / מצבות פון אייראפע, און אוודאי אויב איר האט פון א פולן בית החיים, שיקט דאס אריין צו אונז און הונדערטער אידן וועלן אייך מכיר טובה זיין און בפרט די נשמות הקדושות וויבאלד דאס וועט זיין א גרויסע הילף ווען איינער וויל פארן אויף קברי אבות און ער וועט קענען טרעפן די מצבות.

אזוי אויך ווען איינער פלאנירט א נסיעה אויף קברי אבות, קען ער שטארק בייהילפיג זיין מיטן איינמעלדן פאר אונז, און מיר וועלן אים מודיע זיין וואס אונז זוכן אויב ער קען דאס טרעפן און מאכן א בילד לזכות את הרבים.

איר וועט קענען מפרסם זיין מצבות פון אייערע עלטערן/משפחה אן קיין חשש אז מען וועט אייך אנטדעקן, אלעס וועט ווערן געהאלטן אין שטרענגסטן געהיים בעז"ה.

מיר האפן אז דער ציבור איבער די וועלט וועט הנאה האבן פון דעם, און איש את רעהו יעזורו לטובת ולעילו נשמות הקדושים אשר בארץ המה.

וועד הפועל
גמ"ח המצא מנוחה
שע"י ק"ק אייוועלט
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

געוואלדיג!
אוועטאר
רוסישער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: געוואלדיג!


WOW WOW WOW

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מורא'דיג! שכרכם אין קץ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געוואלטיגער איינפאל, זזצמ"צ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

farshlufen האט געשריבן: געוואלטיגער איינפאל, זזצמ"צ.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געוואלדיג מורא'דיג, זזצמ"צ (וואס מיינט דאס?..)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מי יודע האט געשריבן: זזצמ"צ (וואס מיינט דאס?..)

ז'אל ז'יין צ'ו מצ'וה
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3382
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

הפלא ופלא!
מיר פארמאגן וואוילע אידן דא!
הנותן לשכוי בינה...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

תרנגול האט געשריבן: הפלא ופלא!
מיר פארמאגן וואוילע אידן דא!

וואס זענען מחדש חידושים נפלאים אין חסד של אמת.

ברכה והצלחה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

מצבות שטעלער איר זענט א געוואלדיגער מחדש אונעם פעלד פון חש"א, כמעין המתגבר וכנהר שאינו פוסק
אוועטאר
אקעי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2010 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקעי »

איך זין א קבר פון א ר' עמרם צבי גרינוואלד א אייניקל פון ערוגת הבושם נפטר געווארען דאהי בערך און די תש"י'ס .. בעל מחבר ספר זכרון עמרם צבי און ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געוואלדיגע נייעס!!!

וממנו יולמדו! (לאמיר האפן...)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

געוואלדיג, א גרויסער זכי' צו האבן אזא בייפאל און נאכמער צו האבן די קוראזש זיך דאס אונטערצונעמען, פיל הצלחה וברכה זאל אייך באגלייטן אין די ארבייט.

הק' אהרן בב"ז מפק"ק סיראקיוז ויוטיקא יצ"ו
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א געוואלדיגער זכות, לחיים ולמתים.

יברך ה' חילכם, במילוי משאלותיכם.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

אקעי האט געשריבן: איך זין א קבר פון א ר' עמרם צבי גרינוואלד א אייניקל פון ערוגת הבושם נפטר געווארען דאהי בערך און די תש"י'ס .. בעל מחבר ספר זכרון עמרם צבי און ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק

לאנג איילענד חלקת צעהלים
וואו אלע יארע רב'ס קינדער ליגן (חוץ איינער וואס ליגט אין ניו ג'רסי בחלקת סאמבאטהעלי)
אטעטשמענטס
Picture 200.jpg
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך האב א קליפ פון פון די ביה''ח אין די שטאט סוואליווא. איך נישט אויף די מינוט קיין צייט צי מאכן סנעפ שאט'ס פון יעדע מציבה ווילט איר דאס?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

איך זיך די מציבה פון ישעי קרויס פון ניר מאדע
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

בני יששכר האט געשריבן: איך האב א קליפ פון פון די ביה''ח אין די שטאט סוואליווא. איך נישט אויף די מינוט קיין צייט צי מאכן סנעפ שאט'ס פון יעדע מציבה ווילט איר דאס?

פארוואסזשע נישט, מ'דארף נישט פרעגן מ'קען גלייך שיקן וואס מ'וויל - אזוי ווי א שיינער ציבור האט זיך שוין אנגערופן אין די קורצע צייט ועוד ידם נטוי' תשוחח"ל
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

עס איז מער ווי 25 מב עס גייט נישט דורך
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

מיר ווילן זיך באדאנקען פאר אלע חשובע ידידים וחברים ואנ"ש וואס האבן זיך גענומען די מיה און אריינגעשיקט צענדליגע בילדער, ווי אויך טוען מיר זיך באדאנקען פאר די וואס האלטן נאך אינמיטן און די וואס וועלן נאך אריינשיקן בעתיד

דא שטעלן מיר ארויס א טיילווייזע רשימה פון די אלע בתי חיים איינגעטיילט לויט די מדינות וואס מיר האבן שוין אין די ארכיוון [אויב איז דא סיי וועלכע טעות אין די אינפארמאציע פילט אייך פריי איינצומעלדן]

מער דעטאלן וועט נאפאלגן נאך די קורצע אדווערטייזמענט
לעצט פארראכטן דורך מצבות שטעלער אום מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

אונגארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

אוהעל - 2
אשוואר
בודאפעסט
ביקוני
בעסערמין
גינז רוסקא
דאראג
דעברעצין
האדאס
וואדקערט
וואמאשפערטש
ווייטצען - 2
טאקאי
טערצאל
טשענגער
ליסקא
מאד
מישקאלץ
סעטשע/טשעטשע
סערדאהלי
ערלוי
פאפא
פאראד
פארהאנד
פריישטאדט
צעלדעמאלק
קאלוב - 2
קערעסטיר
ראצפערט
שאמשאן - 2
שאפראן
לעצט פארראכטן דורך מצבות שטעלער אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:47 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

אומאן
אונגוואר
אוסטראה
אנאטיווקא
אניפאלי
בארדיטשוב - 2
בישטינא
בעלזא
ברסלב
דיבעווע
האדיטש
האלאבינא
וויזניץ
ווילעדניק
זאסלאב
זידיטשוב
זיטאמיר
חוסט
טיסא אוילאק
טשארטקוב
יאלטישקוב
יאמפאלא
מונקאטש - 2
מעזיבוזש
נדבורנא
סאדיגורא
סאסוב
סוואליווא
סעליש
פאסטוב
פולנאה
פעקעטי-אורדא
פרעמישלאן
קאלאמייעא
קאמארנא
קיוב
ראדוואנקא
שפיטיווקא
לעצט פארראכטן דורך מצבות שטעלער אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

איטליא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

פאדובה
אוועטאר
מצבות שטעלער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12533
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:40 pm

דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצבות שטעלער »

אלטונא-האמבורג
ברלין
ווירמייזא
מאגענצא מאינץ
מיכלשטאט
פראנקפורט דמיין - 2
קארלסראה
שרייב תגובה

צוריק צו “בתי עלמין”