איך בין אמאל געווען אין אויף א שבת, איך בין געווען דעמאלטס א חתן סאו געדענקעך נישט צו מאיז געגאנגען מיטן טלית אין די גאס, איך גלייב אז יא, ווייל דעם בעל אכסניא'ס יונגל (שוין היינט א יונגערמאן מיט קינדער) איז אליין געגאנגען מיט די פולע חסידישע טראגע אין גאס, פארוואס זאל מעניש גיין מיטן טלית?
זייענדיג אביסל באקאנט אין וויען, וועל איך דא געבן א קורצע באריכט פון דאס יידישע (חרדישע) לעבן דארט.
תושבים אין וויען וואוינען היינט צוטאגס אן ערך פון 400 חרדישע משפחות אויסגעמישט פון אלע סארט חסידות און קרייזן.
בתי מדרשים עס זענען דארט פארהאנען 4 בתי מדרשים און נאך בערך 10 קלענערע. די 4 בתי מדרשים זענען: קהל חסידים, מחזיקי הדת, אהל משה און אגודת ישראל. די אנדערע בתי מדרשים זענען עטליכע פון חב"ד, אפאר ספרדישע און נאך אפאר אלטע שול'ן אין וועלכע עס זענען נאך פארבליבן א קנאפע מנין עלטערע יודען.
כוללים אויך פארמאגט די שטאט עטליכע כוללים, כוללי בוקר און כוללי ערב. (וויענער כולל, מחזיקי הדת, אהל משה, פנים מאירות)
חינוך אין וויען איז דא א גרויסע חרדישע תלמוד תורה מיט א גרויסע קינדערגארטן, אויך איז דא נאך א ת"ת מיט א קינדערגארטן אויף אביסל א קלענערע פארנעם, אזוי אויך א ישיבה קטנה מיט 3 כתות.
הצלה פאר פיר יאר צוריק איז געגרינדעט געווארן אין וויען א חברת הצלה דורך א גרופע היימישע יונגעלייט.
רבנים וויען האט זיך אויך נישט צו שעמען פאר קיין שום אנדערע מדינה מיט אירע רבנים און כלי קודש ובראשם הרבנים הגאונים
הרה"ג אברהם יונה שווארץ שליט"א אב"ד דק"ק קהל ישראל - קהל חסידים בעמח"ס אבני ברזל והליכות חנוך
הרה"ג אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א אב"ד דק"ק אהל משה
הרה"ג דוד לייב גרינפעלד שליט"א אב"ד דק"ק אגודת ישראל
הרה"ג משה לייזר ווייס שליט"א אב"ד דק"ק מחזיקי הדת
עירוב וויען האט פאר צוויי יאר צוריק זוכה געווען צו א תיקון גדול ווען עס איז נתייסד געווארן דארטן אן עירוב מהודר וועלכע איז אוועק געשטעלט געווארן דורך הרב משה יוסף אונסדארפער שליט"א פון ניו יורק און מיט די שווערע ארבעט דורך אפאר ארטיגע עסקנים וועלכע האבן 17 יאר געארבעט ביז זיי האבן זוכה געווען צו זעהן זייערע פירות.
מנינים מניני תפילת שחרית זענען דא דארטן פון 6:30 ביז 9:00, פארשטייט זיך אז זונטאג זענען דא אביסל שפעטערע מנינים, אזוי אויך בין המנים זענען דא דארט מנינים ביז 'עלעווע'.
בקיצור, דאס לעבן איז דארט א רואיגע, דער עולם ארבעט, די קינדער גייען אין חדר/שולע, ביינאכט זענען די בתי מדרשים פול, מען הערט א קול תורה. משולחים קומען צו פארן, רבי'ס קומען באזוכען, מען קומט זיך צוזאמען פרייטיג צונאכט'ס אין די בתי מדרשים, מלוה מלכות ווערן געפראוועט, וכו' וכו' און יא, מען קען זען עטליכע יודען שבת אויף די גאס מיט טליתים (על פי רוב זענען דאס משולחים).
שמע מינה האט געשריבן:
פון די אידישע יישובים וואס זענען געבליבן דערין חרדי'שע אידישע קהלות נאכן קריג אויף די זעלבער פלאץ ווי עס האט זיך געווירבלט פון טויזענטער אידן און קהלות קודש פארן קריג, איז די שטאט אנטווערפן אין בעלגיא און די שטאט וויען אין עסטרייך. אויב אנטווערפן ווערט שוין גערעכנט פון די נייע יישובים, ווי מיט בלויז עטליכע יאר פארן קריג איז זי באוואוינט געווארן פון חסיד'ישע אידן, איז אבער דערקעגן די שטאט וויען אן אור אלטער עיר מלוכה ווי אידן האבן שוין געוואוינט הונדערטער יארן פארן קריג. מיין שאלה איז: אידן וואס וואוינען אין וויען פילן זיך טאקע ווי זיי טרעטן אויף די זעלבער באדן ווי עס האבן געטרעטן גדולי עולם, סיי פון די וואס האבן געוואוינט דארט און סיי וועלכע זענען געקומען פאר קורצערע תקופות זיך צו היילן ביי די דארטיגע דאקטוירים אדער אפשטאטן באזוכן ביי די קעניגליכע שרים א.א.וו. אדער זיי ווייסן גארנישט וואס דארט האט זיך אלץ אפגעטאן און פירן אן א קהילה אזויווי אלע קלענערע קהלות קדושות בכל תפוצות ישראל. און בכלל, ווי ווייט האט זיך דארט צוריקגעבויעט אידישקייט, זענען פאראן דארט מנינים שחרית עלעף אזייגער, און צו גייען זיי שבת מיט די טליתים אויף די גאס, אדער אלעס איז נאר מיט א מינימום?
איינער פון די הויפט סיבות פארוואס אנטווערפן איז מער באוואוינט ווי וויען, איז צוליב די פשעווארסקער רבי'ס זי"ע ולהבחל"ח שליט"א וועלכע טוען באשיינען דעם שטאט שוין באלד 60 יאר, און הונדערטער קומען צו פארן פון אימעטום יעדע שיינע שבת און יו"ט, אזוי אז פילע פון די אנטווערפענע תושבים מוזן זיין כסדר ביזי ווייל זיי האבן געסט... און אויך צוליב די גרויסע חסידישע קהלות וואס האבן אויפגעשטעלט שיינע בתי מדרשים און מוסדות אין שטאט, ווי סאטמאר, בעלזא, באבוב, גור, וויזניץ ועוד.
דאקעגן וויען היינט צוטאגס, האט נאכנישט זוכה געווען צו האבן ביי זיך א גרויסע רבי מיט חסידים, אדער גענוג אידן וואס באלאנגען צו איין חסידות וואס זאל גרינדן א שיינע ביהמ"ד/מוסד פאר זיך מיט א רב/דיין. ווי אויך איז נישט דא דארט קיין ישיבה גדולה (ווייל אלע פארן דאך לערנען אין א"י) און בעיקר ווייל מ'קען דארט נישט חתונה מאכן (חוץ חב"ד און די ליטווישע) צוליב א אלטע מחלוקת ואכמ"ל.
איך קען נישט אריינגיין אין וויקעפדיע, אבער כשהייתי בוויען אמרו לי אז די שיפשול שטייט שוין נישט, דער שטח וואו עס איז א געשטאנען איז היינט א ליידיגע שטח וואס הארט נעבן דעם איז די שול פון ר' אברהם יונה "קהל חסידים" (אויפן צווייטן שטאק איז דא דארט א שול פאר יוצאי איראן שע"י ארגון רב טוב, זיי פארמאגן אויך א רב, שכחתי שמו לע"ע)
כ'בין שוין דארט געווען עטליכע מאל און זיך פארצייכנט אינטרעסאנטע נאטיצן, וועט מען זעהן ווען ס'איז דא צייט צו שרייבן. קודם וועל איך ארויפשטעלן עטליכע בילדער