חכמתכם ובינתכם – איבערבליק אויף קידוש החודש חלק א'

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

חכמתכם ובינתכם – איבערבליק אויף קידוש החודש חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מען האט מיר געבעטען צו שרייבען א מאמר בענין הנ"ל פאר א וועכענטליכע גליון אין לשה"ק. נאך פראבירען און זעהן אז איז בין ווייט פון פליסיג אין לשה"ק, האב איך באשלאסען צו שרייבען אין יודיש און אויב זיי ווילען זאלען זיי עס איבערטייטשען. אצינד האב איך געענדיגט דעם ערשטע חלק פון דריי, און איך שטעל עס אהער לטובת הקהל.


הקדמה
ווען מיר הייבען אהן שרייבען וועגען די חשבונות פון קידוש החודש, איז כדאי צו נעמען אין אכט דאס פיהל מענטשען וועלען נישט ליינען ווייטער, ווייל ביי זיי אין די אויגען איז עס כמעט מעשה מרכבה וואס בלויז יחידי סגולה קענען פארשטיין. דער אמת איז אבער גאר ווייט פון דעם. כאטש עס איז ריכטיג אז אין די ענינים פון תקופות ומזלות זענען פארהאנען גאר קאמפליצירטע חשבונות, וועלכע זענען טאקע נישט געאייגענט פאר יעדען, איז דאס בלויז ווען מען הייבט אהן אריינקריכען אין די טיפערע חלקים פון דעם ענין. משא"כ דעם איינפאכען חשבון פונעם מולד וקביעת השנה, איז מעסיג גרינג צו פארשטיין, און יעדער וואס לייגט עטוואס צו קאפ וועט עס עררייכען. אין דעם גליון וועלען מיר נישט אויסשמועסען אלע פרטי פרטים, מפאת חוסר המקום, אבער די עיקר כללים וועלען מיר בעזה"י יא מסביר זיין, און דער וואס וויל משלים זיין זיינע ידיעות קען דורכלערנען די דריי פרקים אין משנה תורה להרמב"ם, הלכות קידוש החודש ו-ח.

ראשית כל לא'מיר פארשטיין וואס מיינט בכלל דער ווארט מולד, און אין איינוועגס וועלען מיר שוין אפטייטשען די ווערטער וואס מיר נוצען פאר מאנאט (ירח, חודש) און יאר (שנה). לצורך הענין וועלען מיר נוצען דעם מהלך וואס די ראשונים האבען אנגענומען, אז דער וועלט שטייט אינדערמיטען פונעם בריאה, און סיי די לבנה און סיי דער זון דרייען זיך ביידע ארום דער וועלט. הגם לויט די 'שיטה החדשה' איז מקובל אז בלויז די לבנה טוט אומקרייזען דער וועלט, אבער דער וועלט זעלבסט קרייזט ארום דער זון, מאכט עס אבער נישט אויס לגבי די חשבון המולד. בפרט אז לפי ראות עיני בשר זעהט טאקע אויס ווי דער זון איז דאס וואס רוקט זיך, וועלען מיר טאקע בלייבען מיט דעם צוגאנג.

חז"ל לערנען אונז אז דער זון האט קיינמאל געזעהן בושתה של לבנה, און כאטש עס האט א טיפערען פשט אויך, איז די איינפאכע הסבר אז כידוע האט די לבנה נישט קיין שום אייגענע ליכט (פונקט ווי למשל אונזער פלאנעט, ערד). דאס וואס מיר זעהן ווי די לבנה איז ליכטיג קומט פון דעם וואס דער זון באלייכט עס, און יענער ליכטיגקייט שפיגעלט זיך צוריק אפ. דער זון שיינט אויפען לבנה, און דערביי ווערט העלפט פונעם לבנה באלויכטען (דער העלפט וואס איז קעגען דעם זון), קומט אויס אז זון 'זעהט' בלויז א ליכטיגע לבנה (אזוי ווי צ.ב.ש. ווען איינער שיינט א לאמפ אויף א שפיגעל, 'זעהט' דער לאמפ ווי דער שפיגעל איז אויך ליכטיג).

לפי האמת איז די לבנה שטענדיג גענוי האלב ליכטיג און האלב טונקעל, ווייל דער העלפט וועלכע איז קעגען דעם זון איז באלויכטען, און דער אונטערשטע העלפט איז גענצליך פינסטער. פארוואס אויב אזוי זעהן מיר ווי די לבנה ווערט מער און ווייניגער באלויכטען לויט וועלכע טאג אין חודש מען האלט?
דער ענטפער דערויף איז אז אה"נ טאמער מיר וואלטען געשטאנען אויפען זון און געקוקט צום לבנה וואלט עס אלץ אויסגעזעהן ליכטיג. מיר שטיין אבער אויפען ערד און פון דא באטראכטען מיר די לבנה, און דערביי מאכט שוין אויס פון וועלכע קוק-ווינקעל מיר באטראכטען עס. אנהייב חודש איז די לבנה גענוי אינצווישען דער זון מיטען ערד. דערפאר ווען מיר קוקען דערויף קוקען מיר אויפען אונטערשטע חלק דערפון, דאס וואס איז נישט באלויכטען, און דערפאר קענען מיר עס אינגאנצען נישט זעהן (ווייל עס איז אוממעגליך צו זעהן א טונקעלע פלאנעט 300,000 קילאמעטער אוועק!).


גלגל הלבנה
בכדי ארויסצוהאבען דעם בילד דערפון איז פארשטייט זיך דער בעסטע זאך בפועל צו האבען א בילד! מיר וועלען פארט פראבירען מיט ווערטער אפ'משל'ן וויאזוי עס זעהט אויס, כאטש עס איז היבש שווער סיי צו ערקלערען און סיי צו פארשטיין. מען דארף זיך מצייר זיין א 'באל' ארומגענומען מיט צוויי קאנצענטרישע צירקלען, ד.מ. צוויי צירקלען (רונדעס) איינע גרעסער פונעם צווייטען, און דער קלענערע שטייט פונקט אינמיטען דער גרעסערע. דער באל אינדערמיט איז דער וועלט, דער אינעווייניגסטע צירקעל איז דער גלגל הלבנה (דער וועג דורך וועלכע די לבנה קרייזט), און דער דרויסענדיגע צירקעל איז דער גלגל החמה.

יעצט לא'מיר גיין א טריט ווייטער און זיך פארשטעלען אז אויפען אינווייניגסטע צירקעל איז פארהאן א קליינע באל (לבנה), און אויפען דרויסענדיגע צירקעל איז דא א ריזען באל (זון). דער זון שיקט איהר שטראלען אויפען גאנצע סביבה, און באלייכט אלעס וואס געפונט זיך אינעם געגענט. אזוי ווערט העלפט פונעם לבנה באלויכטען, און דאס ווי דערמאנט שפיגעלט צוריק צום זון.

טאמער די לבנה וועט זיך געפונען פונקט אינצווישען דער ערד אונעם זון, וועט דער גאנצע ליכטיגע העלפט זיין אוועקגעדרייט פונעם וועלט, און מען וועט עס בכלל נישט קענען זעהן. ווען די לבנה פאנגט אבער אהן אומקרייזען דער וועלט, איז שוין שייך פאר דער וואס געפונט זיך אויפען וועלט צו זעהן א 'ווינקעל' פונעם לבנה, און דארום זעהט אויס די לבנה גאר קליין אנפאנג חודש. אינמיטען חודש איז די לבנה שוין האלבוועגס ארום דער וועלט, און דאן איז דער וועלט אינצווישען דער זון מיטען לבנה. דערפאר וועט דער וואס שטייט אויפען וועלט קענען זעהן אלץ וואס דער זון זעהט – דער פולע באלויכטענע פנים פונעם לבנה (וואס מיר רופען א 'פולע' לבנה, איז בלויז א האלבע לבנה, ווייל עס איז קיינמאל נישט מעגליך צו זעהן מער ווי העלפט פון א באל אויפאמאל).

אצינד פארשטיין מיר שוין פארוואס יעדע סוף חודש ווערט די לבנה נעלם – ווייל עס איז דאן פונקט אינצווישען דער זון מיטען וועלט, און דער ליכטיגע העלפט איז גענצליך אוועקגעקערט פון אונז. אזוי באלד ווי עס רוקט זיך אבער אפ אביסעל, ווערט שוין אנטפלעקט דער מינדעסטע ווינקעל פונעם לבנה, און דאס איז וואס מיר רופען דער מולד – עס ווער 'געבוירען' א נייע לבנה.

[טאמער וועט זיך איינער וואונדערען פארוואס אויב אזוי טוט נישט יעדע אנהייב חודש די לבנה פארשטעלען דער ליכטיגקייט פונעם זון, און ווידעראום אינמיטען חודש פארוואס דער וועלט פארשטעלט נישט דער ליכטיגקייט פונעם לבנה, איז דאס צוליב דעם וואס דער ערד, זון און לבנה געפינען זיך נישט אין אלגעמיין אין איין ליניע, נאר איינס איז העכער און איינס איז נידעריגער. מפעם לפעם מאכט זיך יא אז זיי זאלען זיך געפינען אין איין ליניע, און ווען דאס פאסירט האבען מיר א ליקוי החמה אדער ליקוי לבנה.]

פון דא נעמען זיך אונזערע נעמען אויף א מאנאט, ירח און חודש. עס הייסט ירח ווייל דער מאנאט ווענדט זיך אינעם לבנה, און חודש מיינט אז די לבנה האט זיך באנייט (לפי ראות עינינו).


מהלך החמה
דער מהלך החמה ארום דער וועלט דויערט קרוב צו שס"ה ימים מיט נאך א פערטל טאג, און דאס איז די תקופה וואס מיר רופען א יאר. ווי באקאנט רעכענען די אומות העולם זייערע לוח לויטען זון, און אזוי איז טאקע אז אינעם גוי'שען יאר (יאנואר, פעברואר א.א.וו) זענען טאקע פארהאנען 365 טעג. כדי משלים צו זיין די איבעריגע שעות האבען זיי א חשבון פון עיבור, ווען בד"כ לייגט מען צו איין טאג יעדע פיהר יאר (יש בזה עוד פרטים ואכמ"ל).

לויט דעם סיסטעם האבען זיי טאקע אפגעטיילט זייערע יאר אין 12 חדשים, אבער למעשה פאסירט נישט קיין שום שינוי אויף יעדען ערשטע פונעם חודש, און דאס אז זיי פאנגען אהן צו רעכענען א נייעם חודש איז בלויז א באקוועמליכקייט, דער יאר זאל נישט זיין איין לאנגע 'חודש'. נאך מער, פון יאר צו יאר איז אויך נישט פארהאנען קיין שום אנמערקבארע זאך וואס זאל עפעס אנצייגען, דהיינו אינעם ערשטע פון יאנואר איז נישט דא קיין שינוי אינעם זון זעלבסט אנדערש פון א טאג פריער, נאר דער געדאנק איז אז דאן איז דער זון צוריקגעקומען צו זיין ארט וואו ער איז געוועהן גענוי א יאר צוריק אבער באמת וואלט מען געקענט פונקט אזוי באשטימען אז דער דריטער פון יאנואר אדער אפילו דער צענטער פון יולי זאל הייסען דעם נייעם יאר. דאס איז פשט אינעם נאמען שנה – דער זון האט זיך זיך צוריקגעקערט און איבערגע'חזר'ט צו זיין אמאליגען ארט.


מהלך ומולד הלבנה
ביי די יודען איז עס פונקט פארקערט מקצה אל הקצה. מיר רעכענען אונזער לוח לויטען מולד הלבנה, ד.מ. ווי לאנג עס דויערט פארען לבנה צו אומקרייזען דער וועלט, מיט נאך בערך צוויי טעג כדלהלן. דער קרייז פונעם לבנה ארום דער ערד-קוגעל דויערט בערך 27.3 טעג, און טאמער דער זון וואלט געשטאנען אויף איין ארט וואלט אויסגעקומען אז יעדע 27.3 טעג ווערט 'געבוירען' א נייע לבנה.

בפועל איז אבער נישט אזוי, ווייל דער זון רוקט זיך אויך ארום דער וועלט, און דערפאר ווען די לבנה קומט צוריק צום זעלבען ארט נאך 27.3 טעג, איז עס נאכנישט גענוי קעגען איבער דעם זון, ווייל דער לעצטיגע האט זיך שוין עטוואס אפגערוקט. עס דויערט בערך נאך 2.2 טעג ביז די לבנה כאפט זיך מיט מיטען זון עס זאל ווידער זיין גענוי אינצווישען דער וועלט אונעם זון – בס"ה דויערט בערך 29.5 טעג פון פון איין מולד (ווען דער ערשטע ברעקעל ליכטיגקייט פונעם לבנה ווערט אנטפלעקט) ביז צום קומענדיגען.


חדשים יתרים וחסרים
מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס אמאל איז דא איין טאג ראש חודש און אמאל צוויי, און אויך פארוואס אמאל איז דער חודש חסר און אמאל מלא. למשל אויב דער מולד הלבנה פון חודש ניסן וואלט אויסגעקומען גענוי אנפאנג טאג (דהיינו באלד ווען עס ווערט נאכט), וואלט לעולם געדארפט ווערען ראש חודש אייר 29.5 טעג שפעטער, דהיינו ל' ניסן גלייך אינדערפרי (ווען עס איז דורך העלפט פונעם מעת לעת). היות מיר האבען אבער א כלל אז יעדער געהייליגטע טאג באקומט די קדושה שוין פונעם נאכט פריער, מוז מען מאכען אז דער גאנצע טאג ל' ניסן זאל זיין ר"ח. חז"ל לערנען דעם דין פונעם פסוק עד חודש ימים – א חודש רעכענט זיך לויט טעג אבער נישט לויט שעות.

מען קען אבער נישט אנהייבען רעכענען א' אייר באלד פון ביינאכט, ווייל למעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט דער חודש ניסן. וועגען דעם פאנגט מען הערשט אהן ציילען א' אייר פון א טאג דערויף, און פארשטייט זיך אלס ערשטען טאג אין חודש רופען מיר עס אויך 'ראש חודש' אייר. סוף אייר וועט מען נישט האבען דעם פראבלעם, ווייל די 29.5 טעג וועלען זיך ענדיגען גענוי ביים ענדע יום כ"ט, און דעריבער וועט דער נעקסטע טאג זיין ר"ח וא' סיון. פון דעם קומט אויס אז ווען עס זענען דא צוויי טעג ר"ח איז דער ערשטע טאג ראש למולד החודש, און דער צווייטע טאג ראש לימי החודש.
אטעטשמענטס
חכמתכם ובינתכם א.pdf
(141.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 472 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

כ'פארשטיי נישט קיינער איז נישט מגיב?!!!

ייש"כ אנעים!
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איך האלט נאך אינמיטן ליינען אבער מען מוז זאגן א יישר כח.
איך קען נישט פארשטיין פשט פארוואס מענטשן האבן עס נישט ליב צו ליינען....
ייש"כ ר' אנעים, מיר ווארטן אויף דעם צווייטן חלק, (גראדע אויב האסטו נאך פן די סחורה ערגעץ וואלט איך מיר געפריידט אויב די שיקסט מיר אין אישי)
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
המבואר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המבואר »

יש״כ אנעים.

אנעים זמירות האט געשריבן:
[טאמער וועט זיך איינער וואונדערען פארוואס אויב אזוי טוט נישט יעדע אנהייב חודש די לבנה פארשטעלען דער ליכטיגקייט פונעם זון, און ווידעראום אינמיטען חודש פארוואס דער וועלט פארשטעלט נישט דער ליכטיגקייט פונעם לבנה, איז דאס צוליב דעם וואס דער ערד, זון און לבנה געפינען זיך נישט אין אלגעמיין אין איין ליניע, נאר איינס איז העכער און איינס איז נידעריגער. מפעם לפעם מאכט זיך יא אז זיי זאלען זיך געפינען אין איין ליניע, און ווען דאס פאסירט האבען מיר א ליקוי החמה אדער ליקוי לבנה.]


ביטע אויב איר קענט אביסל מער אויסשמיעסן דעם ענין
לעצט פארראכטן דורך המבואר אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ארויסגעפרינט, כ'וועל עס בעז"ה ליינען און מגיב זיין כיד ה' הטובה עלי.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
מודהאני
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודהאני »

שמעלקא טויב האט געשריבן: ארויסגעפרינט, כ'וועל עס בעז"ה ליינען און מגיב זיין כיד ה' הטובה עלי.
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

גיימיר עס פרינטן באלד ווען מיר וועלן זיך געפונען ביים פרינטער, קוקט אויס רייכע סחורה, ליינט זיך נישט אזוי אויף א קאלטע סקרין
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

געזעהן באשריבן אינעם מנחת ערב. א הערליכען ארבעט. ביטע ממשיך זיין
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ אלע מגיבים, בפרט דער 'נחשון' - איך האב זיך שוין כמעט געשפירט ווי א קול קורא במדבר ביז דיין תגובה...


@המבואר,
אפשר אמאל ביי א געלעגנהייט. דער עיקר פראבלעם איז דאס אהן 3D בילדער איז גאר שווער ממחיש צו זיין. דאס בעסטע איז צו זוכען אויף גוגעל פאר בילדער (אדער נאך בעסער פאר א קליפ) וועלכע רעדען מער ווי טויזענט ווערטער. אין א 'נאטשעל' איז דער געדאנק אזוי:

זון ....................................................................... לבנה

......................................... ערד


@פ' לך לך
פיין געזעהן - צו באקומען דא . מיין ברודער נ"י איז איינער פון ראשי העורכים און ער האט מיר געבעטען דאס שרייבען.


חלק ב'
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

הערליך אנעים! הערשט יעצט געענדיגט חלק א'.

א הערה אויף די שנת החמה פון די אומות העולם, וויבאלד זייער יארגאנג איז אויסדרוקליך נאר געוואנדן אינעם זון וואס נעמט 365.25 טעג צוריקצוקומען צום זעלבע פלאץ ווי איאר פריער, וועט אויסקומען אז א יעדע יאר יאנואר 5 וועט דער זמן זיין אקוראט די זעלבע ווי א יאר פריער, די זעלבע איז מיט א יעדע טאג פונעם למספרם קאלענדער, עס וועט האבן די זעלבע זמן פון א יאר פריער.

למשל היינט מאנטאג פרשת כי תצא, למספרם סעפטעמבער 1 אין נ"י סיטי איז די שקיעה 7.28, גענוי די זעלבע שקיעה וועט זיין די קומענדיגע יאר אום סעפטעמבער 1, און די סיבה איז דאס ווייל די זון איז צוריק געקומען די זעלבע פלאץ ווי א יאר פריער, עס איז לכאורה א פשטות פאר א סאך ליינער, אבער עס איז ווערט צו באטאנן.

גיימער ליינען חלק ב'
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א איד אין גלות האט געשריבן: הערליך אנעים! הערשט יעצט געענדיגט חלק א'.

א הערה אויף די שנת החמה פון די אומות העולם, וויבאלד זייער יארגאנג איז אויסדרוקליך נאר געוואנדן אינעם זון וואס נעמט 365.25 טעג צוריקצוקומען צום זעלבע פלאץ ווי איאר פריער, וועט אויסקומען אז א יעדע יאר יאנואר 5 וועט דער זמן זיין אקוראט די זעלבע ווי א יאר פריער, די זעלבע איז מיט א יעדע טאג פונעם למספרם קאלענדער, עס וועט האבן די זעלבע זמן פון א יאר פריער.

למשל היינט מאנטאג פרשת כי תצא, למספרם סעפטעמבער 1 אין נ"י סיטי איז די שקיעה 7.28, גענוי די זעלבע שקיעה וועט זיין די קומענדיגע יאר אום סעפטעמבער 1, און די סיבה איז דאס ווייל די זון איז צוריק געקומען די זעלבע פלאץ ווי א יאר פריער, עס איז לכאורה א פשטות פאר א סאך ליינער, אבער עס איז ווערט צו באטאנן.

גיימער ליינען חלק ב'


כמעט. יעדעס יאר איז אפגערוקט מיט א פערטעל טאג פריער פון פאריאר, אויסער אין א leap year נאך 29 פעברואר, וואס דאן איז עס פאראויס גערוקט מיט דריי פערטעל טאג. אין לונדון לדוגמא מאכט אויס יעדע פערטעל טאג א חילוק פון בערך א האלבע מינוט לגבי די זמני עלות וצאת.

אי איתמר הכי איתמר אז יעדע פיהר יאר (נאך 29 פעברואר, אויב עס האט), זענען די טעג (כמעט אינגאנצען) אייניג.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יישר כח אנעים, באמת א ריזיגע דאנק פארן נעמען די טירחא עס אראפצוברענגען פאר די מער דומע מוחות א_ווי איינער! עס איז מיר אלץ געווען א נייגער אבער כ'האב עס נישט געקענט כאפן.

פאר דער איינגערינגעלטער שטיקל איבער דער ליקוי לבנה קומט זיך דער אן עקסטערע דאנק פארן יורד זיין לדעתי... ליינענדיג די פאראגראפן בעפאר האט מיר דער שאלה שטארק געעגבערט.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: חכמתכם ובינתכם – איבערבליק אויף קידוש החודש חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

ווייסט איינער פון א גוטע ווידיאו קליפ וואס איז מסביר קידוש החודש פון די סוגוית אין מסכת ראש השנה בטוב טעם ודעת?
נאך א וועג וויאזוי זיך אריינצוגליטשן צי ביטקוין פאר אומזינסט - אויף א קליינעם פארנעם - אבער פרוטה לפרוטה מצטרפת, איז דורך ניצן FOLD

https://use.foldapp.com/r/7H7LRAA7

געדענק, בעזר השם גייט איין סעט (SAT) זיין אסאך מער ווערט ווי איין דאלער....
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: חכמתכם ובינתכם – איבערבליק אויף קידוש החודש חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מי הוא זה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:54 pm
ווייסט איינער פון א גוטע ווידיאו קליפ וואס איז מסביר קידוש החודש פון די סוגוית אין מסכת ראש השנה בטוב טעם ודעת?
אפשר פון דף החיים https://dafhachaim.org/features/
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”