זכרונות: September 11
סתם אזוי גייט מיר נישט אן קיין נייעס קיין כי הוא זה נישט, אבער דא ווער איך באנומען מיט דעם שווער'ן געפיל.
איך בין דאן געווען אין ישיבה, מיר האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית, איין כתה עלטער/העכער אונז איז נישט געווען יענע טאג ביים דאווענען
זיי האבן געדאווענט ביים רב אין גרויסן בית מדרש יענע טאג.
סוף דאווענען זענען זיי געקומען צוביסלעך, דער ערשטער בחור איז אנגעקומען ווען מיר האבן געהאלטן כמעט ביי עלינו
אדער שופר, איך דענק נישט פונקטליך אבער איך געדענק מען האט גענדיגט דאס דאווענען אבער תפילין האבן מיר נאך אלע אנגעהאט.
דער בחור האט עפעס פארציילט, די טווין טאורס ברענען
יעדער איז געלאפן צום פענסטער, איך געדענק נאך דעם בילד, רויך איבער גאנץ מאנהעטן
אוי סע געווען שרעקעדיג.
נישט וואוסענדיג די מעשה פונקטליך, זענען מיר אלע ארויפגעלאפן אויפ'ן דאך פונעם בנין הישיבה
אזוי ווי עס איז איין בילדינג מיטן חדר, זענען אלע מלמדים מיט די כתות אויך ארויף אויפן דאך.
איין מלמד, דאכט זיך דער כיתה ה' רבי, האט געהאט א קאָקער (שפאקטיוו), ער האט געלאזט יעד'ן כאפן א בליק וואס טוט זיך איבער מנהעט'ן
איך וועל נישט פארגעסן קיינמאל דעם בילד, מען האט געזעהן שטיקער ברוכווארג האבן געהאלטן אין איין פאלן, פייער צונגען האבן זיך געהויבן איבער'ן גאנצן וואנט.
די געדעכטע רויך וואס האט עדות געזאגט איבער קדושים וואס ווערן פארברענט, די העליקאפטערס זענען ארום געפלויגן אין די לופטן איבערן גאנצן אינזל.
פאליס, הצלה, פייער דעפארטמענט, האבן נישט אויפגעהערט פליען איבער די גאסן מיט לייטס אין סייערינס.
די שטאט איז געווען איבערגעדרייט אויפ'ן העכסטן אויפן וואס שייך.
א הצלה מעמבער (איך מיין ר' זלמן גראסבערג ע"ה) איז אויך געווען מיט אונז זעהט אויס ער האט געזעהן פון אונטען אז די דאך איז פיל מיט מענטשן איז ער אויך ארויף
מיר האבן געהערט אלעס אויף זיין רעדיאו, איך בין נישט געווען גענוג אלט צו פארשטיין, אדער איז מיין ענגליש נאך דאן נישט געווען אזוי גוט.
מען ברויך נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פילן אז עפעס עקסטער שרעקליך פאסירט יעצט און סאמע הארץ פון ניו יארק רח"ל.
ווי מען איז געגאנגען יענעם טאג איז יעדער געווען צוגעבינדען צום ראדיאו, קיין צוטריט צו קיין ט"וו האב איך ב"ה נישט געהאט
סיי וועלעכע גויש'ע געשעפט מען איז דורך האט מען געקענט ארויסהערן און זעהן דעם סקרין, יעדער האט גערעדט אדער געוויזן בילדער ווי אזוי סע ברענט
ווי אזוי די שטיקער צושפרייטן זיך איבעראל.
צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן צאם שטעלן מער אין מער שטיקלעך וואס עס האט פאסירט, יעדן טאג האבן זיך זאכן געטוישט
אזוי האט דער פרעזידענט געזאגט אזוי גייט ער טוהן וכו' וכו'
אגב איז דאן געווען די ערשטע מאל וואס איך האב אנגעהויבן מיט האלטן וואס עס מיינט א פרעזידענט און אמעריקע
איך האב געוואוסט וואס א פרעזידענט מיינט אין דיקשאנערי: the elected head of a republican state.
אבער איך האב קיינמאל נישט געוואוסט ווער אדער וואס א פרעזידענט איז און ברויך טוהן.
איינמאל איך האב אנגעהויבן הערן וועגן בוש, זיינע רעדעס, האב איך שוין אביסל אנגעהויבן באגרייפן.
א גאנצע וואך, חודש, יאר האט מען נאך אלץ געהערט רעדן דערוועגן, מענטשן וואס זענען בדרך כלל אויסגעטוהן פון אלע נייעס'ן
זענען אבער געווען שטארק אינטערעסירט צו הערן וואס עס וועבט זיך איבער דעם ענין.
מיין שוועסטער איז געווען ביזי מאכן א אלבום מיט בילדער און צייטונגען וועגן די טווין טאוערס
אוי ווי עס ליגט מיר אין זכרון די גאנצע חודש אלול 2001
נאך היינט קען איך ליינען אדער איבער קוקן קליפס ווי דע בנינים פאלן אראפ נעבעך.
עס איז מיר נאך פריש אין זכרון ממש ווי היינט געשען.
זאל דער אויבערשטער שוין רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאךן מער קיינמאל נישט הערן און וויסן פון קיין צער
מיר זאלן שוין הערן די גוטע בשורה פון די גאולה נאך היי יאר זאלן מיר זוכה זיין צום שופר של משיח