-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך רייזענדער
»
יא יא זעמער שוין באקאנט מיט דעם זעלטענעם ניגון א שיינע פאר יאר, שוין געהערט דעם ניגון כמה וכמה פעמים, און אלץ געטראכט אז מיט אזא ניגון וואלט מען זיך געמעגט באגיין מיט מער 'דרך ארץ' ביים עס אראפשפילן...וסוף הכבוד לבא...ענדליך דערלעבט; הערליך שיין אראפגעשפילט!!
(פארשטייצעך אז גארנישט קען בשו"א נישט פארטרעטן דעם שבת'דיגן געהויבענעם טעם ווען עס ווערט געזונגען ביים טיש מפי קדשו פונעם 'בעל המימרא' שליט"א – אבער דאס איז לאו בכל יומא מתרחש)
א הארציגן דאנק פארן עס מיטטיילן!