מ-א-מ-ע-!!!!!!!
היינט נאכט פאלט אויס די יארצייט פונעם מאמע פון כלל ישראל, רחל אמנו, די שורות זענען געשריבען געווארען לעורר רחמים פאר אחינו בני ישראל בכל מושבותיהם וואס גייען מיט צער ויסורים,ווי הגאון ר' חיים שמאולעוויטש,דער מירער ראש ישיבה זצ''ל האט אמאל געזאגט ביי קבר רחל,טייערע מאמע, דער בורא האט דיר געזאגט מנעי קולך מבכי,אבער איך דיין ליב קינד חיים,בעהט דיר, וויין מאמע וויין, רייס איין פאר דיינע קינדער בני חיי ומזוני מיט פרייליכע הערצער,מ'פארציילט אויף איינע פון די לעלוב'ע רבי'ס זצוק''ל אז ער איז אמאל געווען ביי קבר רחל , און געזען א ספרד'שע איד פראוועט א סעודה דארט,האט זיך דער רבי אנגערופען אז עס פאסט נישט,האט דער איד געענטפערט,א מאמע האט ליב צו זעהן ווי אירע קינדערליך עסען,דער רבי האט שטארק הנאה געהאט פונעם תירוץ,דערפאר טייערע מאמע,אלס א מאמע ווילסטו דאך זעהן דיינען קינדער צופרידען,מיט אלעם גוטען, קליידער,פרנסה,גוטע קינדער,געזונט,וכו' ממילא בעטען מיר,וויין מאמע וויין.
ניגון : דער טאטע הערט ( דער טויבע ר' סענדער...)
לחן : ר' פינקי וועבער
מילים : א גראם מיט טעם
א) (די שול איז איינגעהילט..... )
ערב שבת גלייך ביים זמן
קומטס מיט מיר אריין
גיין שפאצירען.
עפענען טירען.
פון א אידישען היים
וואס טוט דאן, די מאמע ,די אם
א)
אירע אויגען זי טוט פארהוילען
פאר אירע קינדער אויסצו'פעול'ען
ווי אירע אמהות.
מיט אירע דמעות.
בעט זי פאר איר שטוב
אירע קינדערליך, וועם זי האט אזוי ליב
א)
יעדען קינד האט זיין לעכטעל א באשטימטע
ווי אויך אן עקסטערע תפילה באקומט ער
וואס טוט באגלייטען.
פון איין וואך צום צווייטען.
ווי א באהיטער
די טרערען ,פון א אידישע מוטער
א)
שמע את תחינתי בזכות
מיין איינציגסטע ווילען ס'איז
בנים מאירים.
אן קיין יסורים.
טאטע תזכנו
זעהן נאר נחת ,מכל צאצאינו
ב) (דער טויבע ר' סענדער.... )
אוי רחל,מאמע טייערע
פונקט ווי ביים חורבן די ערשטע גזירה
ביים כל יכול,טו ערשיינען
פאר דיינע קינדער ,זיך אויס צו וויינען
ב)
ווייל אלס א מאמע
ווי קענסטו צוקיקען
אין דעם זוהמא
ווי מ'טוט אונז אינטערדריקען
כלביא,רייס איין מיט גבורה
בנים לגבולם שבו, צוריק אין אונזער דירה
ג) (על דעת המקום ועל דעת....)
אין די גאנצע וועלט, א מהפיכה
אומשטענדען, גאר נישט קיין ווייעכע
נסיונות ,קומען אונטער
בוזשעוועט, ווי א בייזען ווינטער
זיך צו באשיצען האבען מיר נישט די מינדעסטע השגה
ג)
מיט וואס קען א מאמע מאכען גרינגער
פאר אירע שעפעלעך ,ווען עס פלאגט א הונגער
די חובות ,ווי שווערע מסכתות
דעם מוט פינעם מענטש צוברעכט עס
מ'פילט ווי יעדע אפציע, איז פאר עם סגור
ג)
וויפיל בעטען מיט טרערען הייסע
הבה לי בנים ,ואם אין מתה
א בעטעלע קענען וויגען פולערהייט
ווען פון דעם שמייכעלט ארויס א קינד שטילערהייט
מאמע רחל,דיינע אויגען זענען דאך אויך נישט געווען קיין טרוקענע
ג)
און אז מ'האט שוין קינדער צו איז מען דען א בארואיגטע
אזויפיל תפילות אויף אידיש נחת שיקט ער
זיין געזונטע עלטערען פאר קינדער געזונטע
אלעס זאל פארען געשמירט אפילו נאך מ'פירט זיי אונטער
זעהן סייעתא דשמי' ,אויך אין די ימי זקנה
ד) (אוי כל נדרי...)
מאמע,איבער די וועלט גייען דיינע קינדער
פאר דיר א לעכטעלע זיין די צינדער
אבער אויפען אנדערען חלק זענען מיר בכלל נישט מוותר
נאך הדלקת נרות צו זיין תובע
פאר יעדען קינד וואס איז עם נוגע
דו ווייסט יעדען'ס צורך זיין פריוואטע
ד)
בדבר גשמי צו ברוחני
פאר אלע הערצער די צובראכענע
מאמע קוק ווי מיר פאלען ,מדחי אל דחי
דיינע טרערעלעך לאז רינען
און האב אונז אלע אינזינען
אפילו דער בורא זאגט דיר ,מנעי קולך מבכי
ב) (דער טויבע ר' סענדער.... )
אוי רחל,מאמע טייערע
פונקט ווי ביים חורבן די ערשטע גזירה
ביים כל יכול,טו ערשיינען
פאר דיינע קינדער, זיך אויס צו וויינען
ב)
ווייל אלס א מאמע
ווי קענסטו צוקיקען
אין דעם זוהמא
ווי מ'טוט אונז אינטערדריקען
כלביא,רייס איין מיט גבורה
בנים לגבולם שבו, צוריק אין אונזער דירה