די פרייז פון אויל (נייעס) פרייזן פאלן? אוי וויי!! (קאמאנטאר)

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

די פרייז פון אויל (נייעס) פרייזן פאלן? אוי וויי!! (קאמאנטאר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעדער האלט מיט וואו די פרייזען פון אויל פאלן זייער שטארק די לעצטע פאר וואכען.

די סיבה איז בעיקר, וואו אויסגעשמועסט אין "פון וואו קומט די אויל וואס אמעריקע פארנוצט?" אשכול, אז אמעריקע איז געווארן כמעט אינדעפענדענט אין אין ענערגיע באנוץ. דאס הייסט נישט ממש אינדיפענדענט, אבער צווישען איר אייגענע פרודוקציע, און די פוון קענעדע און זיד אמעריקע, דארף זי כמעט נישט אנקומען צו די לענדער אין מיטל מזרח.

די פרייזן האלטן כהיום 78.78 פאר א פעסל רויע אויל, און 2.97 עוורידזש פאר א גאלאן געזעלין אין אמעריקע.

דאס איז די נידריגסטע אין יארן לאנג.

ביז דא איז די נייעס. (און מען קען האלטן די אשכול צו באריכטען איבער די פרייזן אין די צוקונפט.)

יעצט צום קאמענטאר.

פארוואס זאג איז א פאלענדע פרייזען זענען נישט גינסטיג? די סיבה איז, ווייל די אויל וואס אמעריקע פרודעצירט אליין, בעיקר די וואס קענעדע פראודעצירט, איז נישט לייכט צו ערצייגן.

עס איז דא עטליכע וועגן וויאזוי ארויסצונעמען אויל פון די נאטורליכע אוצרות, די גרינגסטע און ביליגסטע, איז ווי סאודיע אראביע טוט עס, פון אויל קוועלער אויף די טריקעניש. נישט נאר איז עס פאר סאודיע אראביע גרינג ווייל עס איז די טריקעניש, נאר זיי דארפן נישט גראבען טיף בכלל! עס איז ביי זיי אויפן אויפיג. פונקט ווי וואסער קוועלער איז אמאל טיפער און אמאל מער אויבן, איז די אויל קוועלער די זעלבע, עס איז א קוואל, און עס איז אין פארשידענע טיפקייטן לויטן די לאקאציע.

דערנאך איז דא די קוועלער אונטער די וואסער, יענץ איז די זעלבע קוועלער, נאר אנשטאט אין די טריקעניש, איז עס אונטער די וואסער. דאס איז פארשטייט זיך שווערער, פשוט טייערער צו מאכען די מאשינערי צו גראבען אונטער די וואסער, און די פלאטפארמע צו שווימען העכער די קוואל. און בכלל ביי יעדע שטורעם ווינט מוז מען אפשטעלן פרודוקציע, און עס איז מער אויסגעשטעלט צו א אויסגוס ווי עס איז געשען דא .

די נעקסטע וועג איז וויאזוי קענעדע טוט עס. זיי האבן ערד וואס איז "איינגעזאפט" מיט אויל, נישט ווי א קוואל, נאר "אויליגע זאמד", זיי נעמען די זאמד, טריטען עס, נעמען ארויס די אויל, און די זאמד גייט צוריק פון וואו עס איז געקומען.

די דריטע וועג איז פארשטייט זיך די טייערסטע.

זאת ועוד, עס איז די "שמוציגסטע" אויל. און די ריפיינערי דארף די מערסטע ארבייטען עס אויצורייניגען, עס זאל זיין געאייגענט פאר באנוץ.

קומט נאך צו, אז די אויל קוועלער פון סאודיע אראביע און אירע שכינים, זענען פשוט פון נאטור אויס ריינער. דאס מיינט אז אפי' אין אמעריקע ווי מען שעפט יא דירעקט פון קוועלער, צי אויף יבשה צו אויפן ים, איז די אויל ווייניגער ריין. ווייטער ווי א וואסער קוואל, וואס קען אמאל זיין ריינער און שמוציגער.

דערנאך קומט נאך צו די אלע רעגולאציעס אין אמעריקע. סיי די ענווייערמענטאלע בכלל ביים גראבען, און ווי אזוי עס דארף אויסקוקען ביים גראבען. אויב זענט איר שוין אמאל געווען אין קאלעפארניע, פארט מען אריבער דארט אינזלען, און עס קוקט אויס ווי עס זענען אזעלעכע בנינים, און דערווייל איז עס פשוט א "פארשטעלונג" פאר די אויל פאמפס!!

און פארשטייט זיך אז מען קען נישט גראבען איבעראול, מוז מען האבן טראנצפאטאציע, און די ענווייערמענטאלע חברה, לאזן נשיט בויען קיין נייע פייפליינס, ווייל זיי ווילען פשוט דערשטיקען די אויל אינדאסטריע.

עכ"פ צום פוינט, דאס גראבען אין אמעריקע איז זייער זייער טייער רעלאטיוו צו די אראבישע לענדער. און די סיבה פארוואס טאקע אמעריקע האט געקענט אנהייבן גראבען ביי זיך אזוי פעסט - ווי דערמאנט אינעם געלינקטן אשכול - איז ווייל ביי די טייערע פרייזען ווי אויל איז געשטאנען, איז עס געווען כדאי.

אבבעערר.....

אויב פאלן די פרייזן צו שטארק, פאלט די גאנצע געשעפט אויפן קאפ!! אויב ווערט אויל ביליגער ווי א געוויסע סכום, וועט שוין נישט לוינען צו פאמפען אין אמעריקע! מען רעדט שוין נשיט פון גראבען נייע קוועלער, מען רעדט פון פאמפען און ריפיינען די קוועלער וואס מען האט!

מיט די הקדמה, איז פארשטענדיג פארוואס עס איז היינט אין די נייעס, אז סאודיע אראביע האט געשניטן די פרייז וואס זיי בעטן פון אמעריקע פאר זייער אויל.

געווענדליך אין די פארגאנגענהייט, אז אויל איז געפאלן צו שטארק, האט סאודיע אראביע און אירע אופעק אלאירטע (אופעק איז די ארגענעזאציע צווישען די אראבישע לענדער צו קאנטראלירן די אויל אינדאסטריע) געשניטן פרודוקציע, אזוי אז די פרייז זאל ארויף זיין. איך געדענק, מיט יארן צוריק, אז אויל איז געפאלן צו אונטער 25 דאלער (!!!!!) און סאודיע אראביע האט געשניטן פרודוקציע, ווייל אונטער 25 קענען זיי אויך נישט פארקויפן, ווייל זיי קאסט עס אויך.

אבער אויב וועלן זיי שניידן פרודוקציע היצט, וועט דאך די פרייז ארויף גיין צוריק, דאס לוינט זיי נישט, ווייל דאס מיינט אז די אינדאסטריע אין אמעריקע איז ווייטער פראפיטבאר, זענען זע ענדערשט געגאנגען און געשניטן די פרייזן, דאס האט געברענגט א ווייטערדיגע רעאקציע אז די פרייזען פון אמעריקע אליין איז איבערדעם נאך מער געפאלן, און כאטש וואס אין קורצן טערמין איז עס פאר זיי א שאדן - בעיקר מניעות הרוח, ווייל זיי מאכען גענוג אזוי אויך - אבער אין לאנגען טערמין, איז זיי כדאי אז די פרייז זאל זיין, ערגעץ, אז זיי זאלן נאך מאכען געלט, און אין אמעריקע זאל עס שוין זיין צו ביליג צו פאמפען אליין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אויב זענט איר שוין אמאל געווען אין קאלעפארניע, פארט מען אריבער דארט אינזלען, און עס קוקט אויס ווי עס זענען אזעלעכע בנינים, און דערווייל איז עס פשוט א "פארשטעלונג" פאר די אויל פאמפס!!

יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג!

אגב, אויב מעגליך פאר איינעם צו שאפן א לינק צו גוגל מעפס צו אזא בנין.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך האב עס געזען מיט די אויגן, גיי געדענק וואו! וועלמער פראובירן אויפזיכען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

ייש"כ זייער קלאר

אויב נישט שווער, וואס זענען די נומערן מער פונקטלעך? ביי וויפיל א פעסל וועט זיך שוין נישט לוינען פאר אמעריקא צו פראדעצירן אויל, און ביי וויפיל איז די נידריגסטע וואס סאודיע קען אנגיין מיטן פרייז פאר א פעסל?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דא איזעס אויף גוגל מאפעס. קענסטעס זען ווען דו קוסט ארויס אין וואסער.
אטעטשמענטס
THUMS_oil_island_(4270970590).jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אייער_קיכל האט געשריבן: ייש"כ זייער קלאר

אויב נישט שווער, וואס זענען די נומערן מער פונקטלעך? ביי וויפיל א פעסל וועט זיך שוין נישט לוינען פאר אמעריקא צו פראדעצירן אויל, און ביי וויפיל איז די נידריגסטע וואס סאודיע קען אנגיין מיטן פרייז פאר א פעסל?

געהערט אמאל אז אין אמעריקע איז די לימיט 75-70 אבער נישט קראנט. און אויך איז עס נאר ווען עס איז אזוי פאר א לאנגע צייט. און אין סודיע אראביע געדענק איך פון אינגערהייט, אז 25 איז שוין געווען פאר זיי צו ביליג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

אהא, איז פארוואס ביז פאר 10 יאר צוריק (בערך) יא געווען מעגליך צו האבן ביליגע גאזאלין פרייזן און היינט איז נישט מעגליך? (אויב שוין מסביר געווען ערגעץ, ביטע מיך אהינלינקן, טענקס)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אייער_קיכל האט געשריבן: אהא, איז פארוואס ביז פאר 10 יאר צוריק (בערך) יא געווען מעגליך צו האבן ביליגע גאזאלין פרייזן און היינט איז נישט מעגליך? (אויב שוין מסביר געווען ערגעץ, ביטע מיך אהינלינקן, טענקס)

אין ערשטען לינק אויף די בלאט איז עס אויסגעשמועס אביסעל, בעיקר וווייל לענדער ווי כינע האבן אין די לעצטערע יארן דראסטיש געהויבן זייער באנוץ פון אויל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: דא איזעס אויף גוגל מאפעס. קענסטעס זען ווען דו קוסט ארויס אין וואסער.

הערליך! נישט צום גלייבן ווי שטארק די ענוויירעמענט חברה זענען.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן: אהא, איז פארוואס ביז פאר 10 יאר צוריק (בערך) יא געווען מעגליך צו האבן ביליגע גאזאלין פרייזן און היינט איז נישט מעגליך? (אויב שוין מסביר געווען ערגעץ, ביטע מיך אהינלינקן, טענקס)

אין ערשטען לינק אויף די בלאט איז עס אויסגעשמועס אביסעל, בעיקר וווייל לענדער ווי כינע האבן אין די לעצטערע יארן דראסטיש געהויבן זייער באנוץ פון אויל.

אה, למעשה יעצט הייסט עס אז סאודיע האט גענידערט די פרייזן נאר פאר אמעריקא אבער אין די זעלבע צייט עס געהעכערט (אדער געבליבן די זעלבע) פאר כינע און אנדערע אזיאנע לענדער, איז טאקע כינע ליידיג פון אייגענע אויל קוועלער?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאפ, נאר פאר אמעריקע.

כינע איז טריקען ווי א פעפער (נישט ממש טרוקן, אבער ווייט פון גענוג). בכלל איז אייראפע אויך שטארק טריקען באופן כללי, זיי זענען אנגעוויזען שטארק אויף רוסלאנד, און וועגן דעם ציטערט מען צו לייגען אויף פוטינען סאנקסיעס.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקייט »

סאו, פאר מיר אין קעשענע מאכט עס נישט אויס און אנדערע ווערטער? ממה נפשך, איז עס צו טייער מאכט מען דא. איז עס ביליג אידיך זיכער גוט?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זיסקייט האט געשריבן: סאו, פאר מיר אין קעשענע מאכט עס נישט אויס און אנדערע ווערטער? ממה נפשך, איז עס צו טייער מאכט מען דא. איז עס ביליג אידיך זיכער גוט?

ניין, ווייל די אינדראסטיע אין אמעריקע מוז זיין אקטיוו. אויב גייט עס שלאפען, שטייט עז נישט אזוי שנעל אויף. עס איז נישט קיין סווישט. טראכט אריין, מעניופעקשטערינג איז געגאנגען מיט עטליכע יאר צוריק קיין כינע. היינט איז שוין דארט נישט אזוי ביליג. עכ"פ געוויסע זאכען וואלט שוין געלוינט צו מאכען דא, בעיקר אלס די שיפינג, און די שווינדל וויאזוי די חיות דארט האנדלען.

איז דאך דא די אלטע פעקטאריס דא אין אמעריקע? אבער ניין. די פעקטעריס זענען פארשפארט. קיינער האלט נישט אפען א פעקטאריע "אין קעיס" אז די אינדאסטרי לעבט אויף. אויב וועט מען נישט מאכען קיין געלט אין אויל אין אמעריקע, וועט מען זייער שנען אויפהערן צו אינוועסטירן דעראין, און דאס מיינט אז עס וועט אונטערגיין, און דאן וועט סואדיע אראביע זיין ווייטער בעל הבית.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע:דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

זאג פאר די ענווייראמעטאלע משוגעים זאל אויפהערן זיך צו אונטערהאקן די פיס, און פארגרינגערן די פראצעדור פון גרובן אויל

ביי דעי וועי, זאל אמעריקע קויפן פון די סאודיער פאר די ביליגע פרייז און דאס דערליווערן קיין כינע/אייראפע פאר ווייניגער וויפיל די אראבער בעטן פון כינע און אייראפע...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'האב פאקטיש אויסגעלאזט א זייער וויכטיגע מעטאד פון די אמעריקאנע אויל און געז אינדאסטריע.

כ'האב דערמאנט, קוועלער, און די אויל זאמד אין קענעדע. אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לאך. די ריכטיגע לאך איז "פרעקינג". דאס איז א אנדערע פרוצעדור, וויאזוי מען נעמט ארויס אויל. און דאס איז די וואס קאסט - ווי געשריבן - בערך 75 דאלער. דאס איז א גרויסע חלק פון אמעריקעס אויפשטייג אין אייגענע פרודוקציע.

דא לייג איך א טשארט, פון די אלגעמיינע אויל קוועלער קאסטן, אין אמעריקע און אין די וועלט. דאס איז פון עטליכע יאר צוריק, אבער עס געט א "בליק" אין די פרייזן.
אטעטשמענטס
vavvav.png
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בערקא האט געשריבן: זאג פאר די ענווייראמעטאלע משוגעים זאל אויפהערן זיך צו אונטערהאקן די פיס, און פארגרינגערן די פראצעדור פון גרובן אויל

ביי דעי וועי, זאל אמעריקע קויפן פון די סאודיער פאר די ביליגע פרייז און דאס דערליווערן קיין כינע/אייראפע פאר ווייניגער וויפיל די אראבער בעטן פון כינע און אייראפע...

געב א קוק דא:

די גרינע (ענוויערמענטעל) חברה מאכן חרוב די מענטשהייט !
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקייט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
זיסקייט האט געשריבן: סאו, פאר מיר אין קעשענע מאכט עס נישט אויס און אנדערע ווערטער? ממה נפשך, איז עס צו טייער מאכט מען דא. איז עס ביליג אידיך זיכער גוט?

ניין, ווייל די אינדראסטיע אין אמעריקע מוז זיין אקטיוו. אויב גייט עס שלאפען, שטייט עז נישט אזוי שנעל אויף. עס איז נישט קיין סווישט. טראכט אריין, מעניופעקשטערינג איז געגאנגען מיט עטליכע יאר צוריק קיין כינע. היינט איז שוין דארט נישט אזוי ביליג. עכ"פ געוויסע זאכען וואלט שוין געלוינט צו מאכען דא, בעיקר אלס די שיפינג, און די שווינדל וויאזוי די חיות דארט האנדלען.

איז דאך דא די אלטע פעקטאריס דא אין אמעריקע? אבער ניין. די פעקטעריס זענען פארשפארט. קיינער האלט נישט אפען א פעקטאריע "אין קעיס" אז די אינדאסטרי לעבט אויף. אויב וועט מען נישט מאכען קיין געלט אין אויל אין אמעריקע, וועט מען זייער שנען אויפהערן צו אינוועסטירן דעראין, און דאס מיינט אז עס וועט אונטערגיין, און דאן וועט סואדיע אראביע זיין ווייטער בעל הבית.
בערקא האט געשריבן: זאג פאר די ענווייראמעטאלע משוגעים זאל אויפהערן זיך צו אונטערהאקן די פיס, און פארגרינגערן די פראצעדור פון גרובן אויל

ביי דעי וועי, זאל אמעריקע קויפן פון די סאודיער פאר די ביליגע פרייז און דאס דערליווערן קיין כינע/אייראפע פאר ווייניגער וויפיל די אראבער בעטן פון כינע און אייראפע...

לויטן חשבון וואס לכתחילה שרייבט אידאך פשטות נישט קיין חילוק,בעיזט אן די פעקט אז דער אראבער וועט אלס קענען אראפקנאקען די פרייז..

זיסקייט האט געשריבן:

שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

זייער שיין און קלאר, ווי אייביג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שנאפס האט געשריבן: זייער שיין און קלאר, ווי אייביג
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

מחותן האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: זייער שיין און קלאר, ווי אייביג

ווי אויך זענען מיינע פראגן שוין פארענטפערט געווארן אין די אלע תגובות.

א גרויסן דאנק אייך חילי
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנה קריכער »

סאיז געווען ביי 75$. אינטערסאנט פונקט ביי די עלעקשנס פאלן.די פרייזען. סטאקס מאכן ניו הייס.... קויפטס לאקשען..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אגב, די פריער דערמאנטע אינזל, וויאזוי עס קוקט אויס פון די הייעך, און - די בילד פון פריער - פון בארטן.

בילד
אטעטשמענטס
ngnswn.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ייש"כ לכתחילה פארן קלארע שיעור, פארשטיי איך אבער נישט, אויב די סיבה פארן ווערן ביליגער איז בלויז ווייל מ'גראבט דא ביי אונז און נישט אין מיטל מזרח (וועגן די מחאות דארט?), איז וויזוי קען עס ווערן ביליגער ווי ס'קאסט דא די גראבן אז ס'זאל זיך נישט לוינען די גראבן?
דער מגי"ש פארשטייט מיין קושי'? עס ווערט ביליגער ווייל ווען ס'קומט פון דא איז ביליגער ווי ברענגען פון דארט, אבער וויזוי ווערט עס ביליגער פון וויפיל ס'קאסט דא? איז דא נאך א סיבה וואס האקט די פרייזן?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אז מען רעדט שוין פון די אינזל.....

ביינאכט איז די אינזעל הערליך באלאכטען! אויך האט עס עטליכע וואסערפאלן!

דא לייג איך עטליכע שיינע בילדער! געט א קוק די אפשפיגלונג אין וואסער!
אטעטשמענטס
mnsmh.jpg
fdbfdsba.jpg
rnetne.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”