עשרת השבטים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דוד משמש

עשרת השבטים ומציאותן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

די עשרת השבטים זענען כידוע פאר יעדען חדר יונגעל - פארטריבען געווארען צו.... (כ'געדענק יעצט נישט די נעמען פון די פלעצער.. כ'האס איצט נישט קיין כח נאכצו קוקען....) הכלל.. ווי ווייט קען עס שוין זיין פון ארץ ישראל - בקיצור לכאורה איז עס און די פארען דיסטענס....עטליכע שעה..אדער אביסעלע מער...

איצט צום נקודה הפינימית וואס איך ווייל צוקומען.. עס זענען געווען פארשערס און די נישט ווייטע פארגאנגענהייט -וואס האבען געפארשט די עשרת השבטים - טייל זאגען אז זיי האבען געטראפען -
עס איז אויך דא כ'מיין אלדד הדני.. מיט גאנצע הלכות אויב איך געדענק גיט ווערט ער אויך אראפ געברענגט און תוס' ערשטע פרק און חולין.. (כ'דענק נישט פאר זיכער)
הכלל היינט איז שוין אלעס אפען .... ווי זענען די יודען אוועקגעקומען... זענען די חוקרים געווען קראנט ??..

אויך דער סמבטיון ווי איז ער ? הגם סמבטיון ווערט געברענגט און גמרא.. שטייט נאר רץ ונמהר.. אבער שטייט ערגעץ אז סווארפט שטיינער ביזען הימל..??עפעס איז דא א מעשה פון בעל אקדמות כידוע - כ'מיין אז מונקאטשער רב איז עפעס נישט געווען אנציקט פון די מעשה....

רבותי נו לאמיר עס דא אדורךשמיעסען...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דוד משמש האט געשריבן: די עשרת השבטים זענען כידוע פאר יעדען חדר יונגעל - פארטריבען געווארען צו.... (כ'געדענק יעצט נישט די נעמען פון די פלעצער.. כ'האס איצט נישט קיין כח נאכצו קוקען....)

אילו זכינו וואלסטו געדענקט די רש"י פארגאגענע וואך, זיי זענען פארטריבן געווארן צו " חלחאון חבור".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ס'איז פאראן אין דעם א געוואלד... אראפצוברענגען אלעס וואלט געווען הנעט יכלו והם לא יכלו... דערווייל זענען חוקר דערין נישט נאר אידן, נאר אויך נוצרים און מוסלומענער, נוצרים צוליב דעם וואס זיי האבן ליידער א מטרה אריינצוברענגען גאנץ כלל ישראל ח"ו אוטער נצרות ה"י, און מוסלומענער, ווייל פיל מוסלומענער שבטים זענען אונטער דעם חשד אז זיי שטאמען פון אידן.

צווישן אלע וואס מען איז דערין חושד, זענען פאראן דריי קאטאגאריעס:
א)אזעלכע וואס עס קוקט אויס כמעט בלי ספק אז זיי זענען אידן.
ב) אזעלכע וואס עס איז פאראן א חשד אויף זיי אז זיי זענען אידן.
ג) אזעלכע וואס געוויסע חוקרים ווילן זאגן אז זיי זענען אידן אבער עס פארמאגט נישט קיין מקור.

אין די ערשטע קאטאגאריע גייען אריין די אראבישע שבטים פון אפגאניסטאן אין קושמיר, וואס טייל האבן אידישע נעמען און פארמאגן אויך פיל אידישע מנהגים, אויך די נעמען פון די שבטים זענען ענליך צו אידישע נעמען. אויך די בוכארער אידן וועלכע זענען יארן לאנגע געווען אילאזירט פון אידן און אידישקייט, אזוי אויך די עטאטפיער אידן (פאלאשן) וועלכע גייען דורך א גיור לחומרא.

אין די צווייטע קאטאגאריע ווערן אריינגערעכנט די אידן פון אינדיע די "בני איסראיל", אויך געוויסע שבטים פון אפריקא, אזעלכע שבטים וואס רופן זיך מיט סעמיטישע נעמען ווי "עשירי" און "חמישי" און פארמאגן אויך ענליכע אידישע מנהגים. אויך איז פאראן די געלע אידן פון כינע.

אין די דריטע קאטאגאריע ווערן אריינגערעכנט כמעט אלע אנדערע גוים, וואס כמעט יעדע פאלק האט מען שוין ארויפגעלייגט א שמאטע אז זיי שטאמען פון אידן, און אלעס מיט הוכחות; צווישן אנדערע זענען פאראן די רויטע איניאנער, די יאפאנעזער, די ענגלענדער, און ווער נישט.

עס איז פאראן א געוואלד צו שרייבן, אבער עס איז נישט פאר יעצט און איך ווייס נישט פאר ווען יא...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דא האט איר א לינק בנוגע די עשרת השבטים אין אפגאניסטאן
עשרת השבטים
מערק תגובה נומ. 31 ער וויל זאגן אז די חסידי סאטמאר בניו יארק זענען פון די עשרת השבטים, זיי האבן אלע סימנים:lol::lol::lol:
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און דא שווערט זיך איינער אז ער ווייסט פונקטליך ווי דער סמבטיון געפינט זיך און עס שטימט לויט די גמרא מיט אלע סימנים, ער וויל עס נאך נישט אויס זאגן.
אויך טענה'ט ער אז די עשרת השבטים זענען אנגעקומען קיין אמעריקא גאר ערגעץ ביי אריזאנא און ניו מעקסיקא (אפשר איז יאהאן מעקעין א אפשטאמיגער פון זיי...) איינע פון זיינע ראיות אז עס געפונט זיך דארט מיין ניק 'יאקאן' וואס לויט זיין אפשאצונג איז עס פון לשה"ק 'יהיה כן', פילייכט האט ער דא לעצטנס באזוכט, סא וואטש אוט עס דרייט זיך דא איינער פון די עשרת השבטים..........
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

די וואך איז אין בלאט באריטעט געווארן אן אינטערסאנטער נייעס, אז מען האט ארעסטירט צוויי חרדי'שע אידן אין כינע, וואס זענען געווען אויף א מיסיע צו דערגיין די עשרת השבטים. עס שטייט דארט זייער אינטערסאנטע פרטים איבער די זוכענגען פון די עשרת השבטים.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

פון ר' דוד שלמה עקשטיין מנהל ישיבה קטנה אין קר"י האב איך געהערט אין א טעיפ (גמ"ח יוסף שלמה) זייער אינטערסאנטע פרטים. ער פארציילט אז ער האט אפגעמאכט איינמאל אז מען לאזט זיך ארויס זוכן.. ער האט באשלאסן אז אין סאודי אראביע געפונען זיך לאנגע שטרעקעס פון מדבריות, וואס קיין מענטש האט נאכנישט באזוכט. (די 'אלכסנדר מוקדון' סארט) וואס לויט די אלע חשבונות פון אלע עדיות פון אלע רייזענדע וואס האבן זיך צאם געקליבן במשך די יארן, דארף דאס זיין דער פלאץ פון סמבטיון מיט די בני משה. פון אלע פלענער איז למעשה גארנישט געווארן, נאכן הערענדיג פונעם סאודי אראבישן קאנסול אז עס לעבן דארטן זייער ווילדע מענטשן וואס די רעגירונג נעמט נישט קיין אחריות אויף סיי וועלכע שאדן.

עס איז אינטעראנט צוצילייגן פון רבי יום טוב עהרליך ז"ל, אז די יו עף או'ס זענען פון די עשרת השבטים וועלכע קומען אונז באזוכען, זעהן וואס אונז מאכמער... מער אי"ה ביי אן אנדער געלעגנהייט
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

דער בלאט די וואך שרייבט א גאנצער באריכט איבער איינעם אין ארץ ישראל וואס גייט לעצטענס ארום זיכן די עשרת השבטים, זייער אינטערסאנט. זיי זאגן אז קומענדיגע וואך וועלן זיי שרייבען נאך פרטים.

איך האב געלערנט ביי א רבין אלס קינד וואס האט -פונקט ווי איך- געהאט א שטארקע אינטערעסע אין די ענינים און ער האט זיך תמיד פאראינטערסירט איבער זיי, ווען אימער ער האט געפינען א גוי פון אינדיע האט ער אים געפרעגט צו ער ווייסט עפעס פון א טייך וואס ווארפט שטיינער. ער האט מיר דאן געזאגט אז ער האט שוין געהערט פון צוויי באזונדערע אינדיאנע גויים איבער א געוויסען טייך וואס ווארפט שטיינער און רוהט שבת. ער האט מיר פארציילט אז ער האט זיי אפילו געבעטען דאס צו ווייזען אויף א מאפע און ביידע האבן געצייגט אויפ'ן גענויעם פלאץ.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

די אמעריקאנע ספעיס שפאקטיוון וואלטן עס שוין פונלאנג געדארפט באמערקן, אויב ס'עקזיסטירט נאך אזא זאך. אלץ שטעלט זיך ארויס אז דער באשעפער וויל נישט מען זאל וויסן פאר די צייט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ספר מציאת עשרת השבטים לר' דוד אהרן ווישנעוויץ.

עס איז אינטערעסאנט די עובדא וואס דער לב העברי רע"י שלזינגער ברענגט אז צו זיין שווער ר' הילל קאלאמייער איז איין פסח אנגעקומען א איד וואס לויט די סימנים איז ער געווען פון טיבעט און האט זייער שטארק געשמעקט צו זיין אן אפשטאמיגער מעשרת השבטים, ומזה נצמח היסוד לילך שם לתור אם כנים הדברים.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

מיללער האט געשריבן: ספר מציאת עשרת השבטים לר' דוד אהרן ווישנעוויץ.

עס איז אינטערעסאנט די עובדא וואס דער לב העברי רע"י שלזינגער ברענגט אז צו זיין שווער ר' הילל קאלאמייער איז איין פסח אנגעקומען א איד וואס לויט די סימנים איז ער געווען פון טיבעט און האט זייער שטארק געשמעקט צו זיין אן אפשטאמיגער מעשרת השבטים, ומזה נצמח היסוד לילך שם לתור אם כנים הדברים.


אין דער בלאט ברענגט ער פון צוויי אידן וואס האבן נאכגעפאלגט דירעקציעס וואס דער שליח האט געזאגט פאר רבי עקיבא יוסף שלעזינגער.
אויב מאך איך נישט קיין טעות, איז דאס געווען די שפעטסטע קראנטע צוזאם טרעפעניש מיט די ריכטיגע עשרת השבטים, וואס מען ווייסט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קען איינער אריינסקענען די בלאט אויצשניט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בונם דער טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונם דער טרעגער »

ווי שטטיט אז דער סמבטיון ווארפט שטיינער - איך האב נאך נישט געזען אזא חז"ל אדער ראשון.

עס שטטיט אז די וואסער לויפט שנעל... דאס איז שוין נישט אזוי מערקבאר
נאטורליך האט געשריבן: איך האב געלערנט ביי א רבין אלס קינד וואס האט -פונקט ווי איך- געהאט א שטארקע אינטערעסע אין די ענינים און ער האט זיך תמיד פאראינטערסירט איבער זיי, ווען אימער ער האט געפינען א גוי פון אינדיע האט ער אים געפרעגט צו ער ווייסט עפעס פון א טייך וואס ווארפט שטיינער. ער האט מיר דאן געזאגט אז ער האט שוין געהערט פון צוויי באזונדערע אינדיאנע גויים איבער א געוויסען טייך וואס ווארפט שטיינער און רוהט שבת. ער האט מיר פארציילט אז ער האט זיי אפילו געבעטען דאס צו ווייזען אויף א מאפע און ביידע האבן געצייגט אויפ'ן גענויעם פלאץ.


אייער רבי מיט זיין גיטען אינדיאניש רעדן געמישט מיט יודיש ענגליש און לשון הקודש אויףאיינמאל - מיטען כינעזער גוי.. זיי האבען מסתמא נישט געוויסט וואס דער מענטש וויל פון זיי.. (זייער שוואכע ראיות...)

צוריק צו די זיכענישן פון די עשרת השבטים..
איך מיין אז עס איז א מחלוקה און די גמרא- (כ'קען איצט נישט איבערקוקען.. ) איין שיטה אז זיי זענען נטמע בין הגויים.. עס איז א שאד לויט דעם זיי צו זיכען פאלנע גויים געווארען.. פארפאלען זיכטס אייך אנדערע באשעפטוגענג..

אפילו לויט די אנדערע שיטה אז נישט - קען אפשר אז שפעטער זענען זיי אויסגעמישט געווארען נאך די זמן חז"ל ( בדרך אפשר - אויב עס איז נישט מתנגד צו דברי חז"ל הקדושים)

עס קען אויך זיין אז גאר א סאך זענען שפעטער צוביסלעך צוריק געקומען ...

אלס קינד און חדר איז מען נייגעריג און ביזי דערמיט.. ווען מען ווערט עלטער דארף מען זיין פארנומען מיט וויכטיגערע זאכען ווי זיכען די עשרת השבטים..

און ווי קען מען אריין שיקען א טשעק פאר די צוויי יודען וואס זענען ארעסטירט געווארען און כינע.........איז שוין דא עפעס א געלט אקציע....
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

על הצד אז עס איז אמת די אלע סיפורים אויף די עשרת השבטים און זייער מלוכה וכו',וואונדערט מיר שטענדיג,
וואס עפעס האבן די עשרת השבטים זוכה געווען מער ווי די שבטי יהודה ובנימין, איז חטאת אהלה ואהליבה גרעסער ווי חטאת שומרון? איז וואס עפעס גייען מיר אריבער אזעלכע גירושים ת"ח ות"ט שואה, און זיי לעבן זיך גליקליך און צופרידן? דאס הייסט גלות? און די אלע תוכחה וואס משה רבינו האט גערעט צו אלע שבטי ישראל איז נאר פאר אונז געזאגט געווארן? נשגב מבינתי
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך בין נישט זיכער, אבער כפי ידיעתי איז די אלע מלוכות און עבר הסמבטיון, גייען ארויף אויף די בני משה, וואס דער באשעפער האט געזאגט פאר משה אז ער וועט זיי מאכן אן עקסטערן פאלק, זיי זענען אויף די אנדערע זייט סמבטיון און פארמאגן מלוכות וכדו'... אבער די עשרת השבטים זענען נטמע בין האומות, אדער זענען זיי געווארן פעלקער פאר זיך, אבער זיכער זענען זיי אין גלות, עס איז אפילו פאראן א מחלוקת אויב ווען משיח וועט קומען צי זיי וועלן צוריקקומען, וויבאלד זיי האבן זיך צי שטארק באקוועם געמאכט אין גלות און געזאגט אז דער גלות איז פונקט אזוי באקוועם ווי אין ירושלים ח"ו, בפשטות נעמט מען אן אז זיי וועלן צוריקקומען מיט משיח צדקינו שיתגלה במהרה בימינו...
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

געטראפן א ספר נדחי ישראל אויף עניני סמבטיון ועשרת השבטים.
בונם דער טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונם דער טרעגער »

זיס האט געשריבן: איך בין נישט זיכער, אבער כפי ידיעתי איז די אלע מלוכות און עבר הסמבטיון, גייען ארויף אויף די בני משה, .


ווען האבען זיך די בני משה אפגעטיילט פון די עשרת השבטים

אדער פון די בני יהודה..
אזא זאך וואלט געדארפט שטיין אז מען האט זיי באזונדער פארטריבען...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כאגעזוכט א מקור אין חז"ל בנוגע דעם קשר פון די עשרת השבטים און דעם סמבטיון, עפעס וואס כ'האב שוין יארן נישט געפונען

למעשה די וואך האב עך זיך גע'טענה'ט דערוועגן מיט איינעם אין שוהל, יענער האט מיר ציגעוויזן א מטה לוי אויף יוצר ליום א' חג השבועות, (כגעדענק נישט דעם לשון אבער סיז אויף די פיסקא פון 'זכור את יום השבת לקדשו' וואס מען זאגט פאר קדושה אויפן סדר פון די עשרת הדברות), כ'האב אבער געוואלט געפונען א מקור אין חז"ל
היום בפתחי ספרים, האבעך יע געפונען צוויי מאל אין מדרש רבה
איינמאל אין פרשת ויצא מדרש רבה פרשה עג פיסקא י'
'לא למקום שגלו עשרת השבטים גלה שבט יהודה ובנימין עשרת השבטים גלו לפנים מן נהר סמבטיוןשבט יהודה ובנימין מפוזרים בכל הארצות'


דאס צווייטע אין פרשת שלח (פרשה טז פיסקא כה)
...הנה אלה מרחוק יבאו והנה אלה מצפון ומים ואלה מארץ סינים והגליות באים עמהם והשבטיםשהם נתונים לפנים מן סמבטיוןושלפנים מן הרי חשך הם מתכנסין ובאין לירושלים אמר ישעיה לאמר לאסורים צאו אלו שנתונים לפנים מן סמבטיון ולאשר בחשך הגלו אלו שנתונים לפנים מן ענן של חשך..
אויך מיר א מבין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר א מבין »

בונם דער טרעגער האט געשריבן: ווי שטטיט אז דער סמבטיון ווארפט שטיינער - איך האב נאך נישט געזען אזא חז"ל אדער ראשון.

עס שטטיט אז די וואסער לויפט שנעל... דאס איז שוין נישט אזוי מערקבאר


אין מדרש בראשית (י"א, ו) [און נאך, אויך אין גמרא סנהדרין, נאר איך ווייס נישט צו אזוי קלאר], שטייט: "נהר סמבטיון יוכיח שמושך אבנים כל ימות השבת ובשבת הוא נח" עכ"ל
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

אויך מיר א מבין האט געשריבן:
בונם דער טרעגער האט געשריבן: ווי שטטיט אז דער סמבטיון ווארפט שטיינער - איך האב נאך נישט געזען אזא חז"ל אדער ראשון.

עס שטטיט אז די וואסער לויפט שנעל... דאס איז שוין נישט אזוי מערקבאר


אין מדרש בראשית (י"א, ו) [און נאך, אויך אין גמרא סנהדרין, נאר איך ווייס נישט צו אזוי קלאר], שטייט: "נהר סמבטיון יוכיח שמושך אבנים כל ימות השבת ובשבת הוא נח" עכ"ל


וואס מיינט מושך אבנים - מיינטס עס אז ס'וואפרט ביזען הימעל ??
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

סאיז דא וואס טענהן גאר אז דער בערמיודע דריי עק איז דער סמבטיון
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כדאי לציין כי בירחון כרם שלמה נדפסו פעם הגהות הגה"ק ר' יעקב עמדין על הילקוט שמעוני, ובהפיסקא של הילקוט פ' בראשית, אודות סמבטיון יוכיח, כותב ערבך ערבא צריך, והיינו, שהוכיח שבת מסמבטיון, והנה לא ראינהו, וכנראה שהיעב"ץ חשב שאין יודעים איפה הוא, והוא פלא
והנני כותב ממה שראיתי לפני כמה שנים, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אין איך זאג אז דער דונא וואסער וואס לויפט לענג אויס אינגערען איז דער סמבטיון.
ווייל שבת אויף אינגעריש איז סאמבאט....:wink:
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מאדיאר עמבער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פינטעל האט געשריבן: סאיז דא וואס טענהן גאר אז דער בערמיודע דריי עק איז דער סמבטיון

שטויות מיט לאקשן.
בירמיודע איז א שטח אין וואסער, דאס ביסל לאנד איז די בהמות און מיאמי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”