מעג מען רופן פאליציי זאל באשטראפן א איד מיט געלט?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- והנה און נון
- שר האלף
- תגובות: 1142
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am
א איד האט גערופן פאליציי זאל געבן א טיקעט פאר א אידיש קאר וואס האט געבלאקט זיין דרייוו וועי, א הונדערט דאלער טיקעט. איז דאס אויסגעהאלטן?
והנה און נון האט געשריבן: א איד האט גערופן פאליציי זאל געבן א טיקעט פאר א אידיש קאר וואס האט געבלאקט זיין דרייוו וועי, א הונדערט דאלער טיקעט. איז דאס אויסגעהאלטן?
אמאל געהערט פון איינעם וואס האט געפרעגט א דיין און ער האט געפסקנט אז דער רופער דארף עם באצאלן,
און וויליאמסבורג איז דא געוויסע וואס לייגן טאקע שטרענגערע סיינס ווי:
dont even THINK of parking here ....
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
ווישוואש האט געשריבן: געהערט פון איינעם וואס זיין שכן האט גערופן פאליציי פארן בלאקן, האט ער געקאלט 311 אז יענער האט אן אומלעגאלע דרייוועי, צום סוף האט דער שכן געדארפט באצאלן א שווערע קנס פלאס די קאסטן פון איבערמאכן די סיידוואק.. עם עקש תתפתל
דאס איז לכאורה אסור לכל הדעות...
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
- שקר_הדייעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 370
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
- לאקאציע:ביים פרידזשידער
מען רעדט דערווייל נישט דא פון די הויפט נקודה.
בלאקן יענעמ'ס דרייוועי איז גניבה און צומאל רציחה.
רוב מאל (נישט ווען איינער האט אן אומלעגאלע דרייוועי) קאסט דאס אפ אסאך געלט פאר'ן אייגענטומער צו באשטימען זיין דרייוועי אלס לעגאלע פארקינג.
דער הויז אייגענטומער רעכנט אויף דעם, ווען ער האט אן אפוינטמענט, זאל זיין ביזנעס צי זאל זיין מעדיציניש, רעכנט ער צו נוצן זיין קאר און ער ווייסט ווילאנג עס דארף אים דויערן צו פארן פון זיין הויז ביז צום אפוינטמענט. ער האט נישט באשטעלט קיין קאר סערוויס, ווייל ער פארלאזט זיך אויף זיין קאר.
און ווען ער דארף ארויספארן און איינער בלאקט, איז יענער אן אוממענטש, איידל גערעדט.
עפ"י דיני דמלכותא, און איך בין נישט בקי אין דיני שולחן ערוך אבער אויבן אויף מאכט דאס סענס, האט יענער אפגעקויפט די רעכט פון די שטאט, דאס מיינט אפגעקויפט פונעם רבים דער זכות אז דאס זאל זיין זיין פארקינג. אויב איינער בלאקט דאס, גנב'ט ער פון אים.
און וואס טוט זיך ווען ער דארף אריינפארן אין שפיטאל עמוירדזשענסי?
אין אזא פאל איז לענ"ד זיכער דא א היתר צו רופן פאליציי.

שקר_הדייעט האט געשריבן: מען רעדט דערווייל נישט דא פון די הויפט נקודה.

אזוי זאגט דיין דעת בעל הבית
אבער דעת תורה איז, המוסר ממון ישראל לעכו"ם (אפילו א פרוטה!!) איז מסירה ממש, אפילו ווען מען טויזנט פראצענט גערעכט!!
א איד וואס האט א תביעה צו אן אנדערע איד, דארף עם רופן צו דין תורה בדיני ישראל, אבער חלילה אים (אדער זיין געלט) איבערגעבן פאר גוים
און דאס וואס איר שרייבט 'שפיטאל, עמערדזשענסי'.... (נניח אז ס'איז טאקע אזא 'פיקוח נפש' ווי דו לייגסט עס אראפ) ווייסט א ודאי אז ס'איז דא אזא זאך ווי הצלה, אדער 24 שעה קאר סערוויס, וועלכע זענען עניטיים רעדי אריינציפירן אין שפיטאל, פאר ביליגער קאסטן פון א טיקעט....
אויסער אז דער מדובר איז פון די חברה הצלה'ס דרייוועי...
מ'קען זייער גרינג טרעפן א היתר אויף אופן א טאו טראק אוועקצושלעפן. יענער גנב'ט מיט זיין דא זיין און איך רוף איינעם וואס זאל אוועקנעמען עס פון מיין רשות אויף זיינע קאסטן. איך זעה נישט אז דאס זאל זיין מסירה. רופן די פאליציי סתם גיבן א טיקעט דאס איז מסירה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
מילכיגער האט געשריבן: מ'קען זייער גרינג טרעפן א היתר אויף אופן א טאו טראק אוועקצושלעפן. יענער גנב'ט מיט זיין דא זיין און איך רוף איינעם וואס זאל אוועקנעמען עס פון מיין רשות אויף זיינע קאסטן. איך זעה נישט אז דאס זאל זיין מסירה. רופן די פאליציי סתם גיבן א טיקעט דאס איז מסירה
א טאו טראק איז לכאורה א בחינה פון 'עביד אינש דינא לנפשיה' ער איז סך הכל מוציא זיין ממון פון זיין חבר אליינס
אבער רופן פאליציי וועלכע געבן א טיקעט וואס איז א סתם א קנס פארן ברעכן די געזעץ איז מסירה גמורה
מילכיגער האט געשריבן: מ'קען זייער גרינג טרעפן א היתר אויף אופן א טאו טראק אוועקצושלעפן. יענער גנב'ט מיט זיין דא זיין און איך רוף איינעם וואס זאל אוועקנעמען עס פון מיין רשות אויף זיינע קאסטן. איך זעה נישט אז דאס זאל זיין מסירה. רופן די פאליציי סתם גיבן א טיקעט דאס איז מסירה
איך מיין אז א טאו טראק קען נישט אוועקשלעפן נאר טאמער ס'איז דא א טיקעט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע:אין טעלער.
הערשקא האט געשריבן: בד״וו איז דא ערגעץ ווי מען קען נאכקיקען אויב א driveway איז א ליגעל driveway?
שוין אנגעפרעגט אמאל די סיטי. אויב ס'איז א נייערע הויז וועט עס זיכער שטיין אויף די C/O. ביי די עלטערע הייזער קען מען צומאל טרעפן א פערמיט פאר א דרייוו וועי (אדער קאר פארט), אבער אויב ס'שטייט נישט גארנישט איז נאך נישט קיין ראי' אז די דרייוו וועי איז נישט לעגאל.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:סמארט גאי האט געשריבן:
און וויליאמסבורג איז דא געוויסע וואס לייגן טאקע שטרענגערע סיינס ווי:
dont even THINK of parking here ....
אין וויליאמסבורג איז פארהאן דרייוועיס???
מיר געפאלן ווי עמיצער האט זיך לעצטנס מסדר געווען א דרייוו-וועי ביי קליימער קארנער בעדפארד, ניטאמאל נעמט ער אוועק פארקינג צוליב וואס ער בעקט אריין ביים קארנער ווי מען פארקט נישט.. איינער ווייסט וואס כ'רעד?
- שאינו יודע
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7121
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
וועלטניק האט געשריבן:ראפאט קראמפלי האט געשריבן:סמארט גאי האט געשריבן:
און וויליאמסבורג איז דא געוויסע וואס לייגן טאקע שטרענגערע סיינס ווי:
dont even THINK of parking here ....
אין וויליאמסבורג איז פארהאן דרייוועיס???
מיר געפאלן ווי עמיצער האט זיך לעצטנס מסדר געווען א דרייוו-וועי ביי קליימער קארנער בעדפארד, ניטאמאל נעמט ער אוועק פארקינג צוליב וואס ער בעקט אריין ביים קארנער ווי מען פארקט נישט.. איינער ווייסט וואס כ'רעד?
יע
פיינע נייעס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- שאינו יודע
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7121
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
ס'רידערט זיך יעצט איבער א קאר וואס איז געפארן
אויף די סיידוואק אויסצוקראסן א באס פארנט פון וויזניצע ת"ת אין בארא פארק.
זענען דא וואס טענה'ן אז מ'האט נישט געמעגט איבער גיבן די ווידעא פאר די פאליס, כאטשיג ער האט איינגעשטעלט די לעבן פון אסאך קינדער.
נישט צום גלייבן.