Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
טאטי ליינט דא?רוממה האט געשריבן: ↑ פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 10:39 amדזשעט עירוועיס ווערט ענטגילטיג פארשפארט
די עירליין האט שוין אויפגעהערט פלייטס אין 2019
די אינדיאנע Jet Airways איז ענטגילטיג נידון געווארן לליקווידאציע דורך א ארטיגע געריכט, נאך עטליכע יאר פון פראבעס איר צוריק אויפצולעבן.
די עירליין וועמענס אפעראציעס זענען אין 2019 באגראבן געווארן אונטער א בארג פון חובות איז זייט דעמאלטס אדורך עטליכע רונדעס פון טריטמענטס אין שווערע פראבעס איר ווידער אויפצולעבן, אבער יעצט האט א ריכטער געגעבן א do not resuscitate ארדער, נאר באפעלט פאר די קאמפאני צו ליקווידירן אירע נכסים און פארטיילן די אינקאם פאר בעלי חובות און געוועזענע ארבעטערס.
אסאך היימישע אידן האבן נאסטאלאגישע זכרונות פון די יארן ווען די לופטליניע האט געאפפערט א 5th freedom פלייט צווישן JFK און בראסעלס, די איקאנישע געלע יוניפארם און אינדיאנע אקצענט פון די מאנשאפט האט געמאכט דאס פליען מיט זיי א גאר אייגנארטיגע עקספעריענס צו וועלכע אסאך בענקען זיך.
פאר מיר פערזענליך מישט דאס אויף א בלעטל אינעם גירסא דינקותא פאלדער, ווען איינע פון מיינע ערשטע פליגער רייזעס איז טאקע געווען מיט דעם אויבערדערמאנטן רוט, פארנדיג אלס קינד צו כ"ק הגה"ק מ'פשעווארסק שליט"א אויף יום טוב - א געשמאקע טריפ וועלכע איז געווארן איינגעקריצט בדיו על נייר חדש און וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן! (שכח טאטי!)
איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!