נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אסאך מאל דויערט מיך זייער לאנג צו שרייבן נייעס, און איך קום נישט אן צו אלעם וואס איך האב געוואלט...
געווענליך באדערט מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צו אלעם, ווייל רוב מאל לויף איך אויס פון צייט נאך פארן אנקומען צו די הויפט שטיקלעך וואס איך האב באמת געוואלט שרייבן.

נאכן מאכן א שטיקל חשבון הנפש און טיים-מענעדזשמענט איבערזיכט, האב איך געכאפט אז ס'רוב פון די צייט פארגייט נישט מיטן עצם שרייבן און עדיטן, נאר מיטן זוכן א פאסיגע בילד צו לייגן צוזאמען מיט די נייעס! ולא עוד אלא, כמה פעמים דארף איך נאך ספענדן צייט נאכן טרעפן א בילד צו ריסייזן, טוישן די פייל type, מאכן בלורי א שטיקל א.א.וו., וואס דאס נעמט גאר אסאך צייט.
באמת איז גאר א געשמאקע זאך צו האבן א בילד אונטער יעדע נייעס, סיי ווייל דער ליינער קאנעקט בעסער מיט וואס ער ליינט, און סיי דער שרייבער קען זעהן וויפיל views די באריכט האט.
אבער, די באקוועמליכקייטן זענען א שטער פאר מיין מוט צו שרייבן, ווייל שפענדן צופיל צייט נעמט אוועק דעם מוט.

דעריבער, פון היינט און ווייטער וועלן די באריכטן קומען אן קיין בילדער, אויסער ווען ס'איז נוגע צו פארשטיין די נייעס באריכט, אדער אויב די בילד איז די נייעס גופא (למשל א פליגער ענדזשין וואס ברענט). אבער די אמאליגע קפידא פון סתם לייגן בילדער מיט יעדע תגובה (למשל אבי לייגן א פיקטשער פון די באואינג פעקטארי ביי באואינג נייעס) הערט זיך אויף!
ומכאן הקריאה יוצאת, אז די ליינער זאלן ווייזן אז זיי זענען ווייטער engaged דורכן לייקן און קאמענטירן ווען פאסיג, כדי ס'זאל זיין זה נהנה וזה נהנה בעז"ה.

און אצינד... א מזל טוב פאר אייוועלטס אוויאציע ווינקל יעצט ווען מ'מישט אריבער דעם בלעטל צום הונדערטסטן בלאט!!
א דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן אנקומען ביז דא און שטופן דעם וואגן ווייטער. דאס נעמט אריין אלע וואס האבן געשריבן, באריכטעט, געפרעגט און קאמענטירט נאך לאנג פאר מיינע יארן אויף אייוועלט, און נאך איידער איך האב אנטדעקט מיין געשמאק אין אוויאציע בכלל!
זאלן ביישטיין די זכותים פון אלע אידן וואס האבן הנאה פון די געשרייבעכצער און פון די שרייבערס וואס האבן הנאה פון די ליינער'ס הנאה!

מזל טוב אייוועלט.jpg
מזל טוב אייוועלט.jpg (119.28 KiB) געזען 810 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:28 pm
באואינגהאט געכאפט א פראסק פון א נייע סאודישע עירליין Riyadh Airווען די עירליין האט באשטעלט 60 עירבאס A321neoפליגערס טראצעדעם וואס די עירליין איז שוין געווען אין טיפע געשפרעכן מיט באואינג פאר אזויפיל ווי 150 מעקספליגערס

אוטש, איך האב געמיינט אז די פאריגעתגובה גייט זיין די ערשטע אויף די הונדערטסטע בלאט...
בייייישעס....
קענסט עס עדיטען און ארום טוישען
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:24 pm
אסאך מאל דויערט מיך זייער לאנג צו שרייבן נייעס, און איך קום נישט אן צו אלעם וואס איך האב געוואלט...
געווענליך באדערט מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צו אלעם, ווייל רוב מאל לויף איך אויס פון צייט נאך פארן אנקומען צו די הויפט שטיקלעך וואס איך האב באמת געוואלט שרייבן.

נאכן מאכן א שטיקל חשבון הנפש און טיים-מענעדזשמענט איבערזיכט, האב איך געכאפט אז ס'רוב פון די צייט פארגייט נישט מיטן עצם שרייבן און עדיטן, נאר מיטן זוכן א פאסיגע בילד צו לייגן צוזאמען מיט די נייעס! ולא עוד אלא, כמה פעמים דארף איך נאך ספענדן צייט נאכן טרעפן א בילד צו ריסייזן, טוישן די פייל type, מאכן בלורי א שטיקל א.א.וו., וואס דאס נעמט גאר אסאך צייט.
באמת איז גאר א געשמאקע זאך צו האבן א בילד אונטער יעדע נייעס, סיי ווייל דער ליינער קאנעקט בעסער מיט וואס ער ליינט, און סיי דער שרייבער קען זעהן וויפיל views די באריכט האט.
אבער, די באקוועמליכקייטן זענען א שטער פאר מיין מוט צו שרייבן, ווייל שפענדן צופיל צייט נעמט אוועק דעם מוט.

דעריבער, פון היינט און ווייטער וועלן די באריכטן קומען אן קיין בילדער, אויסער ווען ס'איז נוגע צו פארשטיין די נייעס באריכט, אדער אויב די בילד איז די נייעס גופא (למשל א פליגער ענדזשין וואס ברענט). אבער די אמאליגע קפידא פון סתם לייגן בילדער מיט יעדע תגובה (למשל אבי לייגן א פיקטשער פון די באואינג פעקטארי ביי באואינג נייעס) הערט זיך אויף!
ומכאן הקריאה יוצאת, אז די ליינער זאלן ווייזן אז זיי זענען ווייטער engaged דורכן לייקן און קאמענטירן ווען פאסיג, כדי ס'זאל זיין זה נהנה וזה נהנה בעז"ה.

און אצינד... א מזל טוב פאר אייוועלטס אוויאציע ווינקל יעצט ווען מ'מישט אריבער דעם בלעטל צום הונדערטסטן בלאט!!
א דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן אנקומען ביז דא און שטופן דעם וואגן ווייטער. דאס נעמט אריין אלע וואס האבן געשריבן, באריכטעט, געפרעגט און קאמענטירט נאך לאנג פאר מיינע יארן אויף אייוועלט, און נאך איידער איך האב אנטדעקט מיין געשמאק אין אוויאציע בכלל!
זאלן ביישטיין די זכותים פון אלע אידן וואס האבן הנאה פון די געשרייבעכצער און פון די שרייבערס וואס האבן הנאה פון די ליינער'ס הנאה!

מזל טוב אייוועלט.jpg
דו בוסט א גרעפיגער פראו.
דארף מען נאר זעהן וועלכע נאך עד'ס דו מאכסט...

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א בריטיש עירוועיס פליגער פון געטוויק קיין קאסטא ריקע האט זיך צוריקגעדרייט נאכן פארן האלבע וועג צוליב א קליינע טעכנישע פראבלעם.
די 777 וואלט געקענט פארן זיכערערהייט, אבער וואלט געמאכט פראבלעמען פאר די עירליין צו טוהן די ריפעירס אין א פרעמד לאנד.
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס די בריטן טוען דאס, און ס'ציהט קריטיק פון די פאסאנדזשירן. איך קען נישט טרעפן די לינק אין די אשכול דא, אבער איך האב ענליכס שוין באריכטעט אמאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א ללכת פליגער האט בלא בלא בלא בלא...

מיין אימעדשינעישן פליט...

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אינדערצייט וואס עירליינס עפענען אקאונטס מיט אילאנ'ס "סטארלינק פירמע", האט אוסטריען עירליין פארמאכט זייער אקאונט מיט די X שוועסטער-קאמפאני.
די עירליין זאגט אז ס'איז געווארן א פלאץ פול מיט העיט און מיסאינפארמאציע.
זיי האבן זיך געזעגנט מיט א זיסע מליצה, לייגנדיג א בילד פון א פלייט אטענדענט וואס ווייזט אויף די צוויי זייטן אזויווי ביי די סעיפטי בריעפינג, און צוגעשריבן:
We took a moment to locate our nearest 𝕏-it
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:37 pm
א ללכת פליגער האט בלא בלא בלא בלא...

מיין אימעדשינעישן פליט...
?
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די סטרייק ביי באואינג מעכאניקער איז ענדליך פארביי נאך זיבן וואכן, ווען די יוניאן האט אנגענומען א דיעל בשם די סטרייקערס!
זיי וועלן ערהאלטן א 38% פראצענט העכערונג צוטיילט אין 4 יאר, און נאך אנדערע צוקערלעך.
די יוניאן וואס פארטרעט די 33,000 מורדים זאגט אז זי האט "ארויסגענאגט אלעס וואס מ'קען נאר" פון באואינג.
שקצים...
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שווער באוואפנטע פאליציאנטן האבן געשטורעמט א פליגער וואס האט געמאכט א עמערדזשענסי ריטוירן קיין בוענאס איירעס קורצליך נאכן זיך הייבן פון דארט, ווייל פאסאנדזשירן האבן באריכטעט אז ס'הערט זיל ווי איינער האקט אינעם בויך פון די פליגער אין די קארגאו אפטיילונג.
א דורכדרינגליכע זוכעריי אין די אנגעגעבענע סעקשן האט קיינעם און גארנישט געפונען, די אורזאך פון די האקעריי פארבלייבט א מיסטעריע.
בררר....

די פליגער איז געווען אן אמעריקען עירליינס אויפן וועג קיין ניו יארק, און טראצדעם וואס די פליגער איז געווארן באשטעטיגט אלס פארזיכערט, איז די רייזע אפגערופן געווארן ווייל די מאנשאפט האט שוין נישט געהאט גענוג צייט צו פליען אונטער זייערע לעגאלע ערלויבטע מאקסימום ארבעטס-שעות.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א קאטשקע איז געקומען קלאפן אויפן פענסטער פון א Flair עירליינס פליגער וואס האט זיך געהאלטן אינמיטן הייבן פון טאראנטא עירפארט, אבער די פענסטער האט נישט געדולדעט די פרעשור און אריינגעמופט אינעווייניג אינעם קאקפיט, דערלאנגנדיג פארן פילאט א גלאזערנעם פראסק...
די פליגער האט זיך גלייך צוריקגעדרייט און דער פילאט איז אריינגעפירט געווארן פאר באהאנדלונגען.
איך ווייס נישט וואס די קאטשקעס מצב איז, אבער איך בעט אים אז ער זאל נישט מישן די יוצרות, נאר זאל לאזן דאס פענסטער קלאפן פארן שמש און אנקומען צו זיין רייע ביים כפרות שלאגן...
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:57 pm

רבונו של עולם ווי נעמט מען אזא זיסע שפראך!!!!

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די געפלאנטע לופטהאנזא גרופ אויסקויף אויף די איטאליענע ITA איז פארהאנקערט געווארן, ווייל די צוויי זייטן קענען זיך נישט אויסקומען אויף דעם אופן וויאזוי מ'רעכנט די עירליינ'ס יעצטיגע ווערד, און לופטהאנזא וויל נוצן א חשבון וואס געט זיי א 10 מיליאן יורא'דיגן דיסקאונט.
קליינע בעביס, קיינער קען נישט מוותר זיין דעי פאר דאללער?
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 4:57 pm
א קאטשקע איז געקומען קלאפן אויפן פענסטער פון א Flair עירליינס פליגער וואס האט זיך געהאלטן אינמיטן הייבן פון טאראנטא עירפארט, אבער די פענסטער האט נישט געדולדעט די פרעשור און אריינגעמופט אינעווייניג אינעם קאקפיט, דערלאנגנדיג פארן פילאט א גלאזערנעם פראסק...
די פליגער האט זיך גלייך צוריקגעדרייט און דער פילאט איז אריינגעפירט געווארן פאר באהאנדלונגען.
איך ווייס נישט וואס די קאטשקעס מצב איז, אבער איך בעט אים אז ער זאל נישט מישן די יוצרות, נאר זאל לאזן דאס פענסטער קלאפן פארן שמש און אנקומען צו זיין רייע ביים כפרות שלאגן...
ולא מצאה היונה מנוח ותשב אליו אל התיבה
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 5:00 pm
די געפלאנטע לופטהאנזא גרופ אויסקויף אויף די איטאליענע ITA איז פארהאנקערט געווארן, ווייל די צוויי זייטן קענען זיך נישט אויסקומען אויף דעם אופן וויאזוי מ'רעכנט די עירליינ'ס יעצטיגע ווערד, און לופטהאנזא וויל נוצן א חשבון וואס געט זיי א 10 מיליאן יורא'דיגן דיסקאונט.
קליינע בעביס, קיינער קען נישט מוותר זיין דעי פאר דאללער?
לויט די איטאליענע טראדיציע, אז זיי וועלן ווארטן נאך אביסל וועט עס טאקע זיין ווערד א 10M ווייניגער...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

און אנדערע נייעס האט מיר דאס געכאפט - אלס א פאסיגע אוועטער פאר אייוועלטס אוויאציע קארעספנדענט.
jpg.jpg
jpg.jpg (5.76 KiB) געזען 573 מאל
ווי אויך קוקט אויס " היימישע אוויאציע " א גוטע - אונטער די ניק טיטל -
א שטייגער ווי די "נייעס טישל" @וויכטיג מאכער
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די קאנאדישע WestJet האט גענוצט די אמעריקאנע עלעקשנס פאר א ציענדע אדווערטייזמענט (נאר Ctrue מעג?)
זיי האבן נעכטן געלאזט לויפן אן עד אויף עטליכע ס"מ פלאטפארמעס, מיט די ווערטער "וואן-וועי טיקעטס קיין קאנאדע" אפעלירנדיג צו מענטשן וואס זענען פאטענציאל-אומצופרידן פון דעם וועמען זייערע אמעריקאנע שכנים האבן געקרוינט אלס די נעקסטע פירער...
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ספיריט AeroSystems האט אויסגעדרוקט ערנסטע ספיקות אויב זיי וועלן קענען אריבערשוויצן די שווערע פינאנציעלע תקופה אין וועלכע זיי זענען.
אלס א מעגליך-לעצטע שטרוי אויף דעם קעמל'ס רוקן, האט די געפלאגטע קאמפאני שווער געליטן דורך א ריפל-עפפעקט פון באואינג'ס סטרייק, און יעצט זאגן זיי אין א SEC פיילינג אז ס'איז פארהאן substantial
doubt אויב זיי וועלן קענען סורווייוון (ביטע נישט איבערפרעגן וואס "סובסטענטשל" מיינט, ס'איז שוין ברייט מבואר אין די לאקאלע גליונות...)
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:41 pm
nodeJS האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:33 pm
@רוממה עס איז טאקע געווען שטורמישע און היסטארישע וואלן, אבער די עירליינס און עירפארטס האבן ווייטער געארבעט ווי געהעריג, 'שטא קיין שום נייעס?
איך זעה אז אפילו @Yiddish Travel איז צוריק
ש'כח!!

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:47 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:41 pm
nodeJS האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 3:33 pm
@רוממה עס איז טאקע געווען שטורמישע און היסטארישע וואלן, אבער די עירליינס און עירפארטס האבן ווייטער געארבעט ווי געהעריג, 'שטא קיין שום נייעס?
איך זעה אז אפילו @Yiddish Travel איז צוריק
יעפ, איך האב אויך באמערקט
לאמיר האפן אז אויף די וועבסייט וועט זיך אויך נעמען לעבן
@יודי?
מ'דארף זיך נעמען אין די הענט אריין...
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

🔥15 עירליינס סטראשען, אז זיי וועלן גענצליך אויפהערןסערווירן מדנ"י אויב די ארטיגע רעגירונג טוישט נישט זייער געזעץ ארום קאמפענסאציע!
א באריכט אין Haaretzדערציילט אז אויסלענדישע לופטליניעס באקלאגן זיך אז די מדנ"י קאמפענסאציע געזעץקען זיי צווינגען צו באצאלן שווערע אלפים אויב דארפן זיי קענסלען לעצט-מינוטיג א פליגער צוליב סעקיורעטי זארגן, דעריבער לוינט זיך זיי ענדערש נישט אנצוהייבן צוריק פלי-רייזעס אהין בכלל, ווי איידער זיך אריינלאזן אין א שווער געשעפט פון מעגליכע הויכע קאסטן.
לויט ווי די געזעץ איז יעצט אויסגעשטעלט, דארפן די עירליינס באצאלן קאמפענסאציע אויב א קענסעלעישן איז נישט צוליב "אויסערארדנטליכע" אומשטענדן.
לויט די גאוה'דיגע צוגאנג פון די ממשלה הטמאה - און די EU געזעצגעבער האלטן אויך אזוי - איז די ממשלת הכופרים ביכולת צו פארזיכערן די סעיפטי פון ציווילע פליגערס.
דעריבער קען די גאווערמענט צווינגען עירליינסצו צאלן אנטשטענדיגונגס געלטער אויב די עירליין רופט אפ א פלייט צוליב סעקיורעטי מיט די טענה אז דאס איז נישט קיין גוטע סיבה.
פארשטאנען דעם פשט'ל?

א טייל פון די 15 עירליינס וואס סטראשען מיט פערמענאנטע אפשיידונג זענען: דעלטא, בריטיש, אייבעריעווי אויך די לאו-קאסטערס איזי-דזשעטאון וויז.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ללכת ערליין…😜

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

🚨 קלענערע Israir פלאנירט צו קאנקורירן מיט אל-על אויף די ניו יארק-תל אביב רוט
אוויאציע דעפארטמענטס פון ביידע לענדער אין דיאלאג

אין אנדערע מדנ"י אוויאציע נייעס, וואס קען מיט רעכט נעמען דעם "ברעיקינג" טיטל, האט Israir געמאלדן אז זיי זוכן אנצוהייבן שוין אזוי פרי ווי דעם ווינטער צו פליען אויף די רוט צווישן די צענטראלע TLV עירפארט און ניוארק!
די CAA פון מדנ"י איז אין געשפרעכן מיט די אמעריקאנע FAA און DOT צו שאפן די נויטיגע פערמיטן און אויסשמועסן אלעס וואס עס פארלאנגט זיך כדי אנצוהייבן אזא רוט.
די נייעס איז YUGE (קרעדיט: פרעזילעקט), וויבאלד דאס צוברעכט די אויסשליסליכע מאנאפאל וואס אל-על האט יעצט אינדערצייט וואס אלע אמעריקאנע עירליינס האלטן אין איין אפשטופן (א זאך וואס ציהט אסאך קריטיק ). אויב קומט אריין א קאמפעטישן הייבט זיך אן א סוגיא פון זיך רעכענען מיט די פרייזן, און אל-על וועט שוין נישט קענען לעקן אזויפיל פעטנס פון די פינגער...

די קליינע לופטליניע האט יעצט א פלאטע פון בלויז אכט A320ס און פליען בלויז אינערהאלב אייראפע\אזיע. זיי פלאנען צו ליעסן צוויי ווייד-באדיס צו אפערירן אויף די רוטס.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
ללכת ערליין…😜
שוין די צווייטע מאל וואס דו דערמאנסט עפעס מיט ללכת, אבער אן קיין פרטים
דרוקט אייך עפעס און איר קענט עס נישט ארויסברענגען?
מ'ווייסט אז ללכת האט געהאט טשארטער פלייטס קיין א"י, אבער קיין נייעס האט מען נישט געהערט דערוועגן
איר ווילט עפעס דערציילן? אדרבה, דער עולם וויל הערן!

אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10081
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:19 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
ללכת ערליין…😜
שוין די צווייטע מאל וואס דו דערמאנסט עפעס מיט ללכת, אבער אן קיין פרטים
דרוקט אייך עפעס און איר קענט עס נישט ארויסברענגען?
מ'ווייסט אז ללכת האט געהאט טשארטער פלייטס קיין א"י, אבער קיין נייעס האט מען נישט געהערט דערוועגן
איר ווילט עפעס דערציילן? אדרבה, דער עולם וויל הערן!
viewtopic.php?p=5482833#p5482833

---
איך וויל מיר נאכאמאל באדאנקען פאר די שיינע און רייכע באריכטן. אונז פארגעב מיר אויף די בילדער, אבער דו פארבלייב נאר דא מיט געשמאקע נייעסלעך!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א jet bridge אין דהאקא, בענגלאדעש, האט - ווייזט אויס - געדארפט האבן א סעד לתומכו, האט ער זיך סומך געווען אויף א אנקומענדע קאוועיט עיר 777 פליגער, שאפנדיג שאדנס פארן סועד און פארן נסעד.....
קיין איין פאסאנדזשיר איז שוין נישט געווען אויפן פליגער ווען די בריק איז צאמגעפאלן, און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אינעם אינצידענט.

collaps.jpg
collaps.jpg (50.21 KiB) געזען 211 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”