דזשעט בלו האט געמאלדן, אז אויך זייערס א פליגער איז ווארשיינליך באטראפן געווארן פון קוילן אין האיטי נעכטן מאנטאג. די עירליין זאגט אז זייער פליגער האט זיך געהויבן פון די הויפשטאט Port-au-Prince ווי נארמאל און געפארן די גאנצע רייזע ביז קיין ניו יארק אן קיין פראבלעמען. אבער אנקומענדיג דא אין ניו יארק, איז באמערקט געווארן אן איבריגן לעכל אויף די פליגער exterior וואס איז נישט געווען ווען די פילאטן האבן עס אונטערזוכט אין האיטי. ווארשיינליך איז די בולעט געקומען צו פליען, און אומבאמערקט באטראפן דעם עראפלאן בשעת מען האט זיך געהויבן. די עירליין האט סוספענדירט רייזעס קיין האיטי ביז דעצעמבער 2
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
א פליגער פון די Aerosucre קארגאו לופטליניע, האט זיך שלימזל'דיג געהויבן צו נידריג פון די עירפארט אין באגואטא, קאלאמביע, און דערביי געגעבן א שמערצליכן שנייד אריין אין די ILS ראדארן ביים עק פון די ראנוועי. א רעדל איז אנטלופטעט געווארן און עטליכע ראדארן האבן זיך אנידערגעלייגט אויף די גראז. די פליגער איז א באואינג 727, וואס לויט דעם אוויאציע-ידען@בריטיאיז עס שוין נישט אין קאמערציאלע [פאסאנדזשיר] באנוץ...
די טעכנעלאגיע ריז עפל האט געמאלדן אז זיי לייגן צו א נייע feature צו זייער AirTag פראדוקט, און וועלן ארבעטן דירעקט מיט לופטליניעס צו נוצן די טעכנעלאגיע צו טרעפן די לאקאציע פון די פעקלעך פון קאסטומערס. מיט די ניייע סיסטעם, וועט א עירטעג באזיצער קענען מיטיילן א לינק מיט די עירליין, דאס וועט פיטערן לאקאציע אינפארמאציע דירעקט פאר די עירליין איבער די whereabouts פון א פעקל אין וועלכע די מאשינקעלע ליגט. די עירטעג איז פון שטענדיג אן געווען א פאפולערע אפציע פאר אינדעווידואלן צו נאכקוקן וואו זייער luggage האלט, אבער אצינד וועלן 15 עירליינס קאאפערירן צו באקומען די דאטא אן קיין פארמיטלער און קענען האלטן א בעסערע אויג אפילו ווען זאכן גייען ווי געפלאנט, וכ"ש ווען נישט.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
לופטהאנזא און ITA זענען זיך יא אדורכגעקומען אויף א דיעל טראץדי מיינונגס-פארשידענהייטןאיבער די פרייז פאר די איטאליענע עירליין. ביידע זייטן ווארטן אצינד אויף די באשטעטיגונג פון די EU זיך צו רוקן פאראויס מיטן דיעל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
די הויפטין ביי די גרעסטע יוניאן פון פלייט אטענדענטס אין די פאראייניגטע שטאטן, האט געלאזט הערן אז ס'זענען דא אויסזיכטן אז דעלטא'ס מאנשאפט וועט ווערן unionized אין די קומענדיגע פאר חדשים! דעלטא איז כעת די איינציגסטע גרויסע אמעריקאנע עירליין וועמענס ארבעטער זענען נישט אונטער קיין יוניאן.

NO WAY!
אקעי, איך וועל איבערגעבן.