איך לערן אייער שיעורים בעיון און איך שעפ געוואלדיגע הנאה און חיזוק דערפון, די טיעפע זאכן אזוי שיין און פשוט צו פארשרייבן איז געוויס א קונץ.
ספעציעל הנאה געהאט פון די צווייטע פשט פארוואס זיך צו האלטן פאר א בינוני.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
האנטעך האט געשריבן: פארוואס טאקע פעלט אויס אז אפילו אזא יוד זאל זיך האלטען כרשע ווי א בינוני?. דאס זאגט נישט דער תניא דארט, אבער לכאורה די הסבר דארף זיין.
ווי מיר וועלן שפעטער זעהן חזר'ט דער תניא כסדר איבער א וויכטיגע יסוד. אז א גרויסע חלק פון די כוונה עליונה פאר די עבודה פון כלל ישראל איז געווען די צמאון און רצונות וואס א יוד האט צום אייבערשטן. און לאו דוקא די עבודה נאר בעיקר די רצון צו זיין גוט. און דאס איז די דירה בתחתונים אז דער תחתון וויל און גליסט צום אייבערשטן.
און דאס איז א גרויסער תיקון פארן יוד. און אפילו נאכמער "ווי מער נידריג דער יוד איז פארזונקען אלס א גרעסער תיקון מאכט ער מיט זיינע כיסופין צום אייבערשטן", ווייל עס ווערט א דירה בתחתונים אפילו אין די 'נידריגע ארט' ווי ער געפונט זיך. אפילו דארט פילט דער יודישע נשמה אז ער מוז צוקומען צום אייבערשטן.
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:האנטעך האט געשריבן: פארוואס טאקע פעלט אויס אז אפילו אזא יוד זאל זיך האלטען כרשע ווי א בינוני?. דאס זאגט נישט דער תניא דארט, אבער לכאורה די הסבר דארף זיין.
ווי מיר וועלן שפעטער זעהן חזר'ט דער תניא כסדר איבער א וויכטיגע יסוד. אז א גרויסע חלק פון די כוונה עליונה פאר די עבודה פון כלל ישראל איז געווען די צמאון און רצונות וואס א יוד האט צום אייבערשטן. און לאו דוקא די עבודה נאר בעיקר די רצון צו זיין גוט. און דאס איז די דירה בתחתונים אז דער תחתון וויל און גליסט צום אייבערשטן.
און דאס איז א גרויסער תיקון פארן יוד. און אפילו נאכמער "ווי מער נידריג דער יוד איז פארזונקען אלס א גרעסער תיקון מאכט ער מיט זיינע כיסופין צום אייבערשטן", ווייל עס ווערט א דירה בתחתונים אפילו אין די 'נידריגע ארט' ווי ער געפונט זיך. אפילו דארט פילט דער יודישע נשמה אז ער מוז צוקומען צום אייבערשטן.
זאגסט שיינע הסברים פארוואס ער ברויך זיך האלטן כבינוני
אבער קען זיין אז היות דער צדיק האט אין פאקטישען מציאות ערגעץ ווי נאך באהאלטען דעם שאור שבעיסה וואס קען אין א ליאדע מינוט ארויסקריכען פון זאק איז פשוט נישט פראקטיש זיך מעלים עין זיין פון דעם מציאות אז א מאנסטער באהאלט זיך ערגעץ ווי אין אים, דורך דעם וואס ער האלט זיך פאר א בינוני איז עס א שמירה פון די כח היצר, כנלענ"ד
יצחק דע באנקיר האט געשריבן: אבער קען זיין אז היות דער צדיק האט אין פאקטישען מציאות ערגעץ ווי נאך באהאלטען דעם שאור שבעיסה וואס קען אין א ליאדע מינוט ארויסקריכען פון זאק איז פשוט נישט פראקטיש זיך מעלים עין זיין פון דעם מציאות אז א מאנסטער באהאלט זיך ערגעץ ווי אין אים, דורך דעם וואס ער האלט זיך פאר א בינוני איז עס א שמירה פון די כח היצר, כנלענ"ד
האנטעך האט געשריבן: אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צו מאכן א pdf פון די אלע שיעורים ביז אהער, פאר די וואס האבן נישט עספיעט ביז אהער צו מיט לערנען, אז זיי זאלען עס קענען ארויס פרינטען, צו לערנען במשך דעם יום טוב, וועט ער זיין פון די מזכה הרבים
דאס מיינט אז למשל אויב ווערט קלאר אין תניא אז ס'איז דא נשמות וואס זיי קענען נישט אנקומען צו געוויסע דרגות אפילו זיי וועלן
ארבעטען זייער שווער. (דאס ווארט: וויל נאר וועסטו זיין א גאון, האט לימיטעישאנס...)
ער דארף דעמאלס טוהן וואס ער דארף טוהן בקטנות המוחין מיט אמונה, און מיט דעם טוט ער
אויף וואס ער דארף.
די תפקיד פון די מענטש איז צו זיין דער שופט פון די צוויי און זעהן אז דער נה"ב זאל בלייבן אין די ריכטיגע שעיפ און נישט ווערן
דער בעה"ב אויפן מענטש.
אויב א מענטש שטארקט
זיך אויף א יצה"ר 3 מאל גייט עס אוועק דהיינו עס ווערט שוואכער
אויך איז דא רשעים וואס זיי האבן זיך שוין
געפראגרעמט אטאמאטיש צו פאלגען זייער נה"ב און דער נה"א שלאפט שוין ביי זיי ר"ל .
החכמהמאין האט געשריבן:די תפקיד פון די מענטש איז צו זיין דער שופט פון די צוויי און זעהן אז דער נה"ב זאל בלייבן אין די ריכטיגע שעיפ און נישט ווערן
דער בעה"ב אויפן מענטש.
כ'ווייס נישט גענוי, אבער כמדומה לי איז משמע כסדר פונעם הייליגן תניא, אז 'דער מענטש' איז דער נשמה, און נאר דאס וואס דער נשמה וויל דאס דארף איהם זיין נוגע, ער האט נאר ביי די זייט א גוף א נפש הבהמיות וואס שטערט איהם דינען דעם אויבערשטן,
די מעלה ווען מען לעבט מיט אזא חשבון א גאנצע צייט איז פילפאכיג, מען ווערט בכלל נישט דעשראקן פון די אלע ירידות און נסיונות וואס קומען אונטער, און ס'איז בכלל נישט קיין מדובר דער נערישע גוף מיט זיינע דמיונות, און איך בין גוט און איך וויל באמת נאר גוט, כ'האב א אינדערויסענ'דיגע זאך וואס שטערט מיר און וויל מיר אונטער לייגן פיסלעך אינעם עבודת ה',
(אבער פון אייערע ווערטער איז משמע, כאילו 'איך' דארף זיין דער שופט צווישן גוף און נשמה, אבער ס'איז נישט אזוי, ווייל 'איך' בין נשמה, און 'דער' גוף וויל 'מיר-נשמה' שטערן.
אויך איז דא רשעים וואס זיי האבן זיך שוין
געפראגרעמט אטאמאטיש צו פאלגען זייער נה"ב און דער נה"א שלאפט שוין ביי זיי ר"ל .
יא, שלאפט שוין, אבער נאר עס שלאפט, מען דארף זיך וועקן.
[דאס איז נוגע צו וויסן אפילו פאר פשוטע ערליכע אידן וואס לעולם וואלטן זיי אנגערופן געווארן בינונים אבער לויטן תניא צומאל קענען זיי אנגערופן ווערן רשעים אויך,-דארף מען דאס געדענקן קלאר, אז אלעמאל בלייבן מיר אנגעבינדן צום כסא הכבוד, און דאס האט בכלל נישט מיט אונזערע בחירה צו מיר ווילן יא צו נישט, האבן מיר א געטליכע נשמה וואס שיינט און ברענט פאר איין איינציגע גאט יעדע רגע.
[ביטע מתקן זיין אויב האב איך נישט ריכטיג פארשטאנען אדער געלערנט, ייש"כ פארן שיעור.
וזה לשון התניא:
ולב נשבר רוח נשברה, היא הס"א, שהיא היא האדם עצמו בבינונים, שנפש החיונית המחיה הגוף, היא בתקפה כתולדתה בלבו, נמצא היא היא האדם עצמו. ועל נפש האלהית שבו נאמר, נשמה שנתת בי טהורה היא, שנתת בי דייקא, מכלל שהאדם עצמו איננו הנשמה הטהורה. כי אם בצדיקים, שבהם הוא להפך, שנשמה הטהורה שהיא נפש האלהית, הוא האדם, וגופם נקרא בשר אדם. וכמאמר הלל הזקן לתלמידיו, כשהיה הולך לאכול היה אומר, שהוא הולך לגמול חסד עם העלובה ועניה, הוא גופו, כי כמו זר נחשב אצלו, ולכן אמר שהוא גומל חסד עמו במה שמאכילו, כי הוא עצמו אינו רק נפש האלהית לבד, כי היא לבדה מחיה גופו ובשרו, שהרע שהיה בנפש החיונית -המלובשת בדמו ובשרו- נתהפך לטוב, ונכלל בקדושת נפש האלהית ממש, בצדיקים. אבל בבינוני, מאחר שמהותה ועצמותה של נפש החיונית הבהמית שמס"א, המלובשת בדמו ובשרו, לא נהפך לטוב, הרי היא היא האדם עצמו.
וזל"ק:
אך כל זה הוא אני לבדי, הוא הגוף עם נפש החיונית שבו, אבל מ"מ יש בקרבי חלק ה' ממש, שישנו אפי' בקל שבקלים, שהיא נפש האלהית, עם ניצוץ אלקות ממש, המלובש בה להחיותה וכו'.
די ערשטע שטיקל פרשת מטות:
"אפילו איינער וואס האט נישט אינזינען טיפע כוונות נאר די עצם עסן און פשוטע ברכות וואס ער מאכט איז אן עבודה און פונקט אזוי זיין תורה ותפילה איז נישט מיט אזא כוונה עכ"ז איז עס א מצוה די זעלבע זאך זיין עסן נאר מ'דארף כסדר גיין פון איין מדריגה צו א העכערע מדריגה!".
קנאפער ידען האט געשריבן:האנטעך האט געשריבן: אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צו מאכן א pdf פון די אלע שיעורים ביז אהער, פאר די וואס האבן נישט עספיעט ביז אהער צו מיט לערנען, אז זיי זאלען עס קענען ארויס פרינטען, צו לערנען במשך דעם יום טוב, וועט ער זיין פון די מזכה הרבים
נישט עפעס ווייסעך וואס שיין, אבער כאטש עפעס:
שוועמל האט געשריבן: און פון ר' איטשע מאיר שליט"א האב איך געהערט אז דער גאנצער ספר התניא איז מיוסד אויף בלויז "איין נקודה" בסדר ההשתלשלות אויב מען ווייסט דעס קען מען מצליח זיין, רוב מענטשן מיינען זיי פארשטייען תניא אבער אן וויסן די נקודה הייבט מען נישט אן צו פארשטיין.
האנטעך האט געשריבן: און ווי דער תניא וועט אויס שמועסן אז מ'דארף זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן פון קיין שלעכטע מחשבות וואס קומען אריין אין מוח, נישט קיין חילוק ווי נישט גוט זיי זענען. די עיקר איז נאר איין זאך מסיח דעת זיין פון זיי, און זיך פארשטעלן אז די שלעכטע מחשבות קומען בכלל נישט פון אים, נאר אזוי ווי א גוי שטייט נעבן אים און רעדט ניבול פה, און ער איז גארנישט שולדיג אין דעם אז דער געמיינער גוי רעדט שטותים, נאר ער דארף צושטאפן זיינע אויערן און מסיח דעת זיין פון דעם, און אזוי איז ער מקיים די מצות ל"ת פון ולא תתורו אחרי לבבכם אשר אתם זונים אחריהם.
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן